ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:05 am

איר מיינט אפשר אז די ווינט וואס האט אונז פריער באזוכט הייסט שטארק?
נע, די חברה דארט אין זיד אמעריקא וואלטן זיך געוואונטשן הלוואי נאר אזא ווינט.

זיי גרייטן זיך צום צווייטן מאנסטער שטורעם אין בלויז 2 וואכן...

האריקעין Iota איז יעצט שוין זיכער א קאטעגאריע 3 האריקעין, בלויז פון כאפן א בליק אויף אים אויפן סעטעלייט זעהט מען שוין אלעס מ'דארף שוין נישט מעסטן...(מערקט דעם שארפן אויג, א צייכן פון א שטארקע האריקעין).

די נעקסטע אפיציעלע באריכט פון די NHC קומט ארויס אין בערך א האלבע שעה ארום מיט נאך א פערטל.
צוגעלייגטע
c40049e5-a7f0-4fd3-8d74-f37c26b3a500.jpg
c40049e5-a7f0-4fd3-8d74-f37c26b3a500.jpg (212.4 KiB) געזעהן 1083 מאל
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:06 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך

וואס? א ווייסע ליילעך ווילסטו? :shock: כ'האף אז דו מיינסט עס נישט 'ממש אזוי'.

---

נישט געזארגט ס'וועט נאך אנקומען די שניי, ס'איז נאך אביסל צי פרי אין סיזאן פאר שניי.
ס'איז נאך דא א גוטע 5 וואכן ביזן אפיציעלן אנהייב פון ווינטער, און געווענדליך די ערשטע שנייען אין ברוקלין הייבן זיך אן הערשט ערגעץ אין דעצעמבער

פאראיאר דוכט זיך איז געווען א שווארצע ווינטער, קיין שניי!
ת'זכור פ'אריעריגע ש'ניי
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:41 am

נישט געווען אזוי שווארץ ווי דו מאכסט עס, ס'איז יא געווען שניי, נאר זייער ווייניג.
און טאמער מיינט איר אז ס'איז געווען א רעקארד? בכלל נישט...

די רעקארד ווייניגסטע אין ניו יארק סיטי איז 1973 למס' (תשל"ג) ווען ס'איז געפאלן א נישטיגע 2.8 אינטשעס (א יאר שפעטער איז 23.5 אינטשעס געפאלן).

איינס נאכדעם קומט 2002 למס' (19 יאר צוריק) מיט 3.5 אינטשעס פארן גאנצן ווינטער (א יאר שפעטער איז 49.3 אינטשעס געפאלן).

די דריטע אין די דרייע קומט יאר 1919 למס' (תרע"ט - איבער 100 יאר צוריק - נאך סאך פאר גלאובל ווארעמינג האט עקזיסטירט) מיט בלויז 3.8 אינטשעס (א יאר שפעטער איז 47.6 אינטשעס געפאלן).

פאריאר ווינטער איז די פערדע אין די רייע, מיט 4.8 אינטשעס.

וועט היי יאר פאלן אסאך שניי אזוי ווי נאך 1919, און נאך 2002?
אדער וועט זיין היי יאר מער ווייניגער עוורידזש אזוי ווי נאך 1973 און נאך 1932 (וואס איז די פינפטע אין די רייע מיט 5.5 אינטשעס פארן סיזאן, און א יאר שפעטער 27 אינטשעס).

דאס אלעס וועל מיר געוואויר ווערן אין די נעקסטע פאר חדשים
אבער קוקענדיג אין די רעקארד איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די לעצטע 150 יאר אז ס'זאל זיין 2 יאר אין א ציה מיט אזוי ווינציג שניי.
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:44 am

יידישע קהילות האט געשריבן:פאראיאר דוכט זיך איז געווען א שווארצע ווינטער, קיין שניי!
ת'זכור פ'אריעריגע ש'ניי

און וואס מאכט תשפ"א?

ת'היה א'סאך פ'ארפרוירענע ש'ניי
(פארפרוירענע מיינט די ריכטיגע סחורה, נישט קיין נאסע שניי)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:04 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין Iota איז יעצט שוין זיכער א קאטעגאריע 3 האריקעין, בלויז פון כאפן א בליק אויף אים אויפן סעטעלייט זעהט מען שוין אלעס מ'דארף שוין נישט מעסטן...(מערקט דעם שארפן אויג, א צייכן פון א שטארקע האריקעין).

נו וואס האב איך אייך געזאגט?
גלייך מיט איין קוק האט מען שוין געקענט זעהן פריער במה דברים אמורים
צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין

ס'איז יעצט אפיציעל באצייכענט אלס א מאכטפולע קאטעגאריע 3 האריקעין מיט ווינטן פון 125 מייל פער שעה

און איז שוין אפילו כמעט א קאטעגאריע 4, בלויז 5 מייל שטערקער דארף עס ווערן צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 4

אין אנדערע ווערטער מיינט עס אז ס'איז געגאנגען אין 24 שעה פון א קאטעגאריע 1 ביז כמעט א 4, דאס איז א בליץ שנעלע intensification .

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:30 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:

דיין שפראך איז להפליא!!!

יישר כח פאר דיינע שטענדיגע באריכטן שלא ע"מ לקבל פרס. זאלסט זוכה זיין צו אסאך השפעות טובות. ס'זאך זיך גיסן געלט ווי אינטשעס רעגן, נחת ווי שניי, געזונט ווי ווינטן, און הרחבת הדעת ווי די ווארימע זון וואס שיינט ביים ים.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:51 am

אמן! יתברך המברך לעלם ולעלמי עלמיא
---

א hurricane hunter plane אונטערזוכט יעצט דעם האריקעין, טשעקט די (בלאד) פרעשור פונעם שטורעם (ביים פריערדיגן טעסט איז עס געווען 945 MB), די אקסען דזשים לעוול (ווינט ספיד), און פיל נאך.
באלד וועט זיין רעזולטאטן פונעם דאקטער'ס וויזיט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 2:02 am

א חלק פונעם טעסט איז ממש יעצט צוריקגעקומען
די פרעשור האט געטראסקעט צו 936 MB, דאס איז גאר מאכטפול!

ס'איז שוין יעצט א פולע קאטעגאריע 4 האריקעין במלוא הדרו
און אפילו שוין נאנט צו א קאטעגאריע 5!!

זייער מעגליך אז ביי די נעקסטע אפדעיט אדער איינס נאכדעם וועט עס אפיציעל באצייכענט ווערן אלס א קאטעגאריע 5 לויטן בליץ שנעלן ספיד וואס ס'פארשטערקערט זיך יעצט
די פרעשור האט געדראפט מיט בערך 41 MB זינט היינט 1:00 נאכמיטאג, און 24 MB אין די לעצטע 3 שעה אליין

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 8:24 am

ווען די פרעשור פאלט, ווערט די האריקעין שטארקער?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 8:31 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:איר מיינט אפשר אז די ווינט וואס האט אונז פריער באזוכט הייסט שטארק?
נע, די חברה דארט אין זיד אמעריקא וואלטן זיך געוואונטשן הלוואי נאר אזא ווינט.

זיי גרייטן זיך צום צווייטן מאנסטער שטורעם אין בלויז 2 וואכן...

האריקעין Iota איז יעצט שוין זיכער א קאטעגאריע 3 האריקעין, בלויז פון כאפן א בליק אויף אים אויפן סעטעלייט זעהט מען שוין אלעס מ'דארף שוין נישט מעסטן...(מערקט דעם שארפן אויג, א צייכן פון א שטארקע האריקעין).

די נעקסטע אפיציעלע באריכט פון די NHC קומט ארויס אין בערך א האלבע שעה ארום מיט נאך א פערטל.

וואו גייט דער האריקעין?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 8:53 am

The storm is forecast to pass near or over Providencia Island Monday bringing hurricane conditions as it takes aim at the Nicaraguan and Honduran coasts.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:12 am

האריקעין Iota איז געקרוינט געווארן צום העכסטן ראנג, א קאטעגאריע 5 האריקעין!

שטורעם פארמאגט יעצט סוסטעינד ווינטן פון 160 מייל פער שעה (סוסטעינד מיינט די ווינט וואס האלט אן פאר כאטשיג א מינוט אין א ציה)
און ווינט גאסטס ביז 195 מייל פער שעה (א גאָסט מיינט די שטערקערע ווינטן וואס צובלאזן זיך אינמיטן די מינוט)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:14 am

שואלכענין האט געשריבן:ווען די פרעשור פאלט, ווערט די האריקעין שטארקער?

יא! פונקט פארקערט ווי ביי א מענטש...

פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט איז יעצט נישט די צייט מסביר צו זיין, אבער אזוי איז די פאקט.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך א גולם » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:15 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אצינד צוריק צום היימישן ניו יארק

א פרישע רעגן איז אויפן האריזאנט היינטיגן זונטאג תולדות.
פארמיטאג דארף מען נאך נישט דעם שירעם אפילו אויב ס'וועט אפשר אזוי אויסזעהן פון די וואלקענעס, אבער נאכמיטאג יא.
און שפעטער ביינאכט א ווינט-פרוף שירעם, אדער א מעיל, אדער בלייבן זיצן אינדערהיים \ ביהמ"ד.

צווישן 1:00 און 3:00 קען אנהייבן צו פאלן די ערשטע טראפן פון לייכטע רעגן און וועט אזוי אנהאלטן ביז ווען די נאכט וועט צופאלן.
צווישן 6:00 און 8:00 וועט די רעגן שוין ווערן מער פארשטערקערט, אבער נישט פון דעם רעדט די פסוק...

די פסוק רעדט פון ווילדע טאנדער סטורעמס (שלאקס רעגן באגלייט מיט שטארקע ווינטן), וואס וועלן דורכרייסן די ראיאן פון צפון מערב צו דרום מזרח.
די תהלוכה פונעם שטורעם וועט ארויסגיין אין די קעטסקילס ראיאן ארום 8:00 צייט, און וועט מאכן צוביסלעך מאכן די וועג ביז צו די סיטי.
ווען די תהלוכה וועט אריינגעפירט ווערן אין די סיטי וועט שוין זיין נענטער צו 10:00 צייט.
די גוטע נייעס איז אבער אז די שטורעם וועט אנהאלטן בלויז א שעה צייט בערך, און איינמאל די ווילדע שטורעם וועט זיך ענדיגן וועט זיך שוין אנהייבן אויסקלארן.

מאנטאג וועט זיין א ווינטיגע (נעשענעל הוטן פליען) טאג, און פארשטייט זיך אויך אז ס'וועט נישט זיין אזוי ווארעם, און א מאנטל און שאל קען צוניץ קומען - ספעציעל אין אפסטעיט.



יישר כח ק.נ.א. פאר דיינע געשמאקע באריכטן, זייער קלאר!!!

וואס ווייטער דינסטאג מיטוואך?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:28 am

א גולם האט געשריבן:וואס ווייטער דינסטאג מיטוואך?

דינסטאג: צופרי סנוא שאוערס אין אפסטעיט.
אין די סיטי מעגליך אביסל ספרינקעלס (דורכזיכטיגע), מעגליך געמישט מיט ווייסע (ס'איז א ספק ספיקא).
דערנאך טיילווייז זוניג די איבריגע טייל פון טאג, העכסטע טעמפראטור שפעטער אין טאג (אין עוורידזש איבעראל) - מיטעלע הויכע פערציגער.

מיטוואך: זוניג, ווינטיג, און קאלט. העכסטע טעמפראטור מיטעלע דרייסיגער אין אפסטעיט, און ארום 40 אין די סיטי.

דאנערשטאג: זוניג, הייבט שוין אן צוריקצוגיין צו די מיטעלע הויכע פערציגער.

פרייטאג און שבת: זוניג, שוין אין די פופציגער.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:28 am

This was the second time in recorded history that a category 5 hurricane occurred in November, the other hurricane being the 1932 Cuba hurricane

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re:

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 10:53 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:האריקעין Iota איז געקרוינט געווארן צום העכסטן ראנג, א קאטעגאריע 5 האריקעין!

שטורעם פארמאגט יעצט סוסטעינד ווינטן פון 160 מייל פער שעה (סוסטעינד מיינט די ווינט וואס האלט אן פאר כאטשיג א מינוט אין א ציה)
און ווינט גאסטס ביז 195 מייל פער שעה (א גאָסט מיינט די שטערקערע ווינטן וואס צובלאזן זיך אינמיטן די מינוט)

אויב גייט עס שטערקער פון א קאטעגאריע 5, וויאזוי ווערט עס אנגערופן?

גייט דאס אומפעקטן דעם היימישן אידנטום פה וויליאמסבורג?
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: Re:

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:57 pm

טשאלענט האט געשריבן:אויב גייט עס שטערקער פון א קאטעגאריע 5, וויאזוי ווערט עס אנגערופן?

נישטא קיין שטערקער, פון דא און ווייטער איז אין שיעור למעלה... אפילו 1000 מייל א שעה וועט הייסן א קאטעגאריע 5
סיבה? ווייל היות א קאטעגאריע 5 מאכט זיך נישט גאר אפט, און ווען ס'מאכט זיך שוין יא איז עס ערגעץ צווישן 160 און 185 מייל א שעה, ס'איז נישט אזא ווייטע מרחק אז מ'זאל דארפן נוצן קאטעגאריע 6, דעריבער איז דערווייל נישטא קיין גבול ביז וואו ס'גייט.


טשאלענט האט געשריבן:גייט דאס אומפעקטן דעם היימישן אידנטום פה וויליאמסבורג?

כלל וכלל לא!
לא מיניה ולא מקצתיה (נישט קיין עצם שטורעם און נישט קיין שיריים).

לא זו אף זו, נישט נאר קיין ווילי גייט עס נישט, נאר ס'גייט בכלל נישט אין ריכטונג פון די יונייטעד סטעיטס.

איך האב שוין געשטעלט די בילד פון די טרעק אינעם פריערדיגן פעידזש
אבער איך וועל עס נאכאמאל אהערשטעלן פאר ווער ס'האט עס איבערגעהיפט
צוגעלייגטע
175529_5day_cone_with_line_and_wind.png
175529_5day_cone_with_line_and_wind.png (77.36 KiB) געזעהן 608 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:24 pm

סעטעלייט בילד פונעם מאכטפולן מאנסטער קאטעגאריע 5 האריקעין
צוגעלייגטע
e983b9b7-e0fe-4626-ba57-805bdc06994a.jpg
e983b9b7-e0fe-4626-ba57-805bdc06994a.jpg (230.36 KiB) געזעהן 537 מאל

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שמו » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:31 pm

האב איך נעכטן נישט אריין געבליקט דא
און באקומען דעם נעכטיגן גאס אומגעראכטן, ס'האט מיר כמעט געקאסט מיין שירעם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 1:42 pm

שמו האט געשריבן:האב איך נעכטן נישט אריין געבליקט דא
און באקומען דעם נעכטיגן גאס אומגעראכטן, ס'האט מיר כמעט געקאסט מיין שירעם.

נאך א מזל אז דו האסט נאך דעם שירעם, אזוי קענסטו נאך יעצט אריינקומען דא ווי א שירעם נאכן רעגן :lol:

---

יעצט אז דו ביסט שוין יא דא וויל איך דיר זאגן אז פאר now קענסטו שוין אוועקלייגן דעם שירעם על מקומו הקבוע (אויב ס'האט :wink: )
(מארגן צופרי קען אפשר זיין אביסעלע ספרינקעלס אדער סנוא שאוערס, ווענדט זיך אין וועלכע געגנט, אבער פאר דעם דארף מען נישט קיין שירעם)
נעקסטע מאל וואס מ'וועט עס דארפן נוצן איז נעקסטע וואך מאנטאג (דערווייל קוקט נישט ווי קיין ערנסטע רעגן, אבער גענוג צו דארפן זיך באשירעמען).

אוועטאר
Bissli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Bissli » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 2:24 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:סעטעלייט בילד פונעם מאכטפולן מאנסטער קאטעגאריע 5 האריקעין

די אויג האט זיך פארמאכט
איז דאס א סימן אז עס איז געווארן שטערקער? ווייל פריער האסטו געשריבן אז מען זעהט שארף די אויג איז עס א סימן אז עס איז שטארק
.If they don't know you personally, don't take it personal

"די וועלט איז ניט און מען קען עס ניט באקומען, יענע וועלט איז און מען קען עס באקומען". (קרעדיט: ר' נתן מברעסלב)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 2:47 pm

Bissli האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:סעטעלייט בילד פונעם מאכטפולן מאנסטער קאטעגאריע 5 האריקעין

די אויג האט זיך פארמאכט
איז דאס א סימן אז עס איז געווארן שטערקער? ווייל פריער האסטו געשריבן אז מען זעהט שארף די אויג איז עס א סימן אז עס איז שטארק

פארגינסט אים נישט א שטיקל דרימל? :wink:
יא ביים האריקעין איז אלעס פארקערט... א מענטש ווען ער פארמאכט די אויגן און שלאפט ווערט ער שטערקער, די האריקעין ווערט שוואכער ווען ס'פארמאכט די אויג
א מענטש ווען די פרעשור פאלט רופט מען הצלה... א האריקעין ווערט שטערקער ווען די פרעשער פאלט

אצינד צו דיין קשיא:
יא ס'האט זיך פריער 'אביסל' פארמאכט, און ס'איז טאקע געווארן א משהו שוואכער, די פרעשור איז דעמאלס ארויף מיט 2 פונקטן
אבער ס'עפענט זיך צוריק אינגאנצן יעדע וויילע (נים ולא נים), און די פרעשור איז מאמענטאל שוין צוריק אראפ מיט א פונקט

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שמו » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 3:20 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:האב איך נעכטן נישט אריין געבליקט דא
און באקומען דעם נעכטיגן גאס אומגעראכטן, ס'האט מיר כמעט געקאסט מיין שירעם.

נאך א מזל אז דו האסט נאך דעם שירעם, אזוי קענסטו נאך יעצט אריינקומען דא ווי א שירעם נאכן רעגן :lol:

---

יעצט אז דו ביסט שוין יא דא וויל איך דיר זאגן אז פאר now קענסטו שוין אוועקלייגן דעם שירעם על מקומו הקבוע (אויב ס'האט :wink: )
(מארגן צופרי קען אפשר זיין אביסעלע ספרינקעלס אדער סנוא שאוערס, ווענדט זיך אין וועלכע געגנט, אבער פאר דעם דארף מען נישט קיין שירעם)
נעקסטע מאל וואס מ'וועט עס דארפן נוצן איז נעקסטע וואך מאנטאג (דערווייל קוקט נישט ווי קיין ערנסטע רעגן, אבער גענוג צו דארפן זיך באשירעמען).

איך האף צו געדענקען ארויס צו נעמען דעם שירעם קומענדיגע מאנטאג

עניוועי, ייש"כ פאר דיינע באריכטן, און ספעציעל א ייש"כ פאר דיין מליצה'דיגע שפראך.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

באדראג-קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך באדראג-קערעסטיר » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 3:36 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:This was the second time in recorded history that a category 5 hurricane occurred in November, the other hurricane being the 1932 Cuba hurricane

א מאדנע נאמען Iota(אֵייוֹטֶע)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”