ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:12 am

א דאנק ק.נ.א. פאר די קלארע דעטאלירטע באריכטן!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » זונטאג נובעמבער 15, 2020 12:48 am

הר גריזים האט געשריבן:שיעור נישט מיטגעוויינט מיט דיין ווארימע דברי הספד אויף עטע׳לע ע״ה.

ער זאגט דאך אז עטע איז געווען א פאלנע רוצח וואס האט אומגעברענגט מענטשן. נישטא פארוואס צו וויינען...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 1:02 am

אצינד צוריק צום היימישן ניו יארק

א פרישע רעגן איז אויפן האריזאנט היינטיגן זונטאג תולדות.
פארמיטאג דארף מען נאך נישט דעם שירעם אפילו אויב ס'וועט אפשר אזוי אויסזעהן פון די וואלקענעס, אבער נאכמיטאג יא.
און שפעטער ביינאכט א ווינט-פרוף שירעם, אדער א מעיל, אדער בלייבן זיצן אינדערהיים \ ביהמ"ד.

צווישן 1:00 און 3:00 קען אנהייבן צו פאלן די ערשטע טראפן פון לייכטע רעגן און וועט אזוי אנהאלטן ביז ווען די נאכט וועט צופאלן.
צווישן 6:00 און 8:00 וועט די רעגן שוין ווערן מער פארשטערקערט, אבער נישט פון דעם רעדט די פסוק...

די פסוק רעדט פון ווילדע טאנדער סטורעמס (שלאקס רעגן באגלייט מיט שטארקע ווינטן), וואס וועלן דורכרייסן די ראיאן פון צפון מערב צו דרום מזרח.
די תהלוכה פונעם שטורעם וועט ארויסגיין אין די קעטסקילס ראיאן ארום 8:00 צייט, און וועט מאכן צוביסלעך מאכן די וועג ביז צו די סיטי.
ווען די תהלוכה וועט אריינגעפירט ווערן אין די סיטי וועט שוין זיין נענטער צו 10:00 צייט.
די גוטע נייעס איז אבער אז די שטורעם וועט אנהאלטן בלויז א שעה צייט בערך, און איינמאל די ווילדע שטורעם וועט זיך ענדיגן וועט זיך שוין אנהייבן אויסקלארן.

מאנטאג וועט זיין א ווינטיגע (נעשענעל הוטן פליען) טאג, און פארשטייט זיך אויך אז ס'וועט נישט זיין אזוי ווארעם, און א מאנטל און שאל קען צוניץ קומען - ספעציעל אין אפסטעיט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 1:15 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טראפישע שטורעם Iota, דער ניי געקרוינטער נאכפאלגער פון ETA, ווערט שטערקער און שטערקער.
ס'האלט שוין ביי 70 מייל א שעה, און איז שוין גאר נאנט צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 1 האריקעין.

ס'איז ערווארטעט אז פונקט ווי ETA וועט אויך Iota ווערן א מאכטפולע מאנסטער שטורעם, און קען אנקומען צו א קאטעגאריע 4 שטארקייט ביז 48 שעה ארום.

גענוי ווי ETA צילט אויך Iota אנצופאלן אויף Nicaragua און פון דארט צו Honduras, איין חילוק איז נאר... ETA האט שפעטער געצילט צו רעכטס ארויס צוריק צום קאראביען ים, און Iota צילט אויף לינקס אריינצופארן אינעם פאסיפיק.

שוין געווארן א האריקעין!

ס'איז ערווארטעט אז Iota וועט זיך פארשטערקערן מיט א בליץ-שנעל ספיד, און קען שוין אנקומען צו א מעידזשער האריקעין סטאטוס אין ווייניגער ווי 24 שעה ארום.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:07 am

יישר כח ק.נ.א. פאר דיינע געשמאקע באריכטן
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג נובעמבער 15, 2020 6:46 am

ווי זוי זאגט נאר חוח, חוח!!!!!

דער זעלבער אלטער בלויער פעדער, אבער מיט א פרישע זאפטיגע שפראך אריינגעגאסן און דעם.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך פעפערקארן » זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:20 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טראפישע שטורעם Iota, דער ניי געקרוינטער נאכפאלגער פון ETA, ווערט שטערקער און שטערקער.
ס'האלט שוין ביי 70 מייל א שעה, און איז שוין גאר נאנט צו ווערן באצייכענט אלס קאטעגאריע 1 האריקעין.

ס'איז ערווארטעט אז פונקט ווי ETA וועט אויך Iota ווערן א מאכטפולע מאנסטער שטורעם, און קען אנקומען צו א קאטעגאריע 4 שטארקייט ביז 48 שעה ארום.

גענוי ווי ETA צילט אויך Iota אנצופאלן אויף Nicaragua און פון דארט צו Honduras, איין חילוק איז נאר... ETA האט שפעטער געצילט צו רעכטס ארויס צוריק צום קאראביען ים, און Iota צילט אויף לינקס אריינצופארן אינעם פאסיפיק.

שוין געווארן א האריקעין!

ס'איז ערווארטעט אז Iota וועט זיך פארשטערקערן מיט א בליץ-שנעל ספיד, און קען שוין אנקומען צו א מעידזשער האריקעין סטאטוס אין ווייניגער ווי 24 שעה ארום.

יאפ ער האלט זיך און איין פארשטערקערן האלט שוין יעצט ביי 85 מייל א שעה
צוגעלייגטע
114759_5day_cone_no_line_and_wind.png
114759_5day_cone_no_line_and_wind.png (81.08 KiB) געזעהן 1206 מאל

מאתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מאתים » זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:39 am

ק. נ. א יש"כ פאר די זאפטיגע אפדעיטס,
זאג נאר, דאס אז די לעצטיגע עטליכע הוריקענס ווערן גאר שנעל ווילד און שטארק האט צו טון מיט די יעצטיגע שוין אנהייב ווינטער סיזען? אדער מיט די לאקאציע ווי ער דרייט זיך?
'ומאתים לנוטרים את פריו'

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 9:57 am

מאתים האט געשריבן:ק. נ. א יש"כ פאר די זאפטיגע אפדעיטס,
זאג נאר, דאס אז די לעצטיגע עטליכע הוריקענס ווערן גאר שנעל ווילד און שטארק האט צו טון מיט די יעצטיגע שוין אנהייב ווינטער סיזען? אדער מיט די לאקאציע ווי ער דרייט זיך?

געוויס האט עס מיט די לאקאציע.

באמת איז דאס א מוסר השכל אויך פארן מענטש, דער מענטש זאל נישט מיינען אז דאס וואס ס'גייט אים נישט אמאל דאס לערנען אדער דאווענען האט צו טוהן מיט די סיזען, דהיינו ס'איז דא צייטן וואס ס'גייט מיר און ס'איז דא צייטן וואס נישט, און יעצט איז די צייט וואס ס'גייט נישט.
ניין! דו קענסט אייביג דינען דעם אייבערשטן, ס'האט גארנישט מיטן צייט... ס'האט צו טוהן מיט די לאקאציע, דהיינו אין וועלכע סביבה מ'דרייט זיך!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:02 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אצינד צוריק צום היימישן ניו יארק

א פרישע רעגן איז אויפן האריזאנט היינטיגן זונטאג תולדות.
פארמיטאג דארף מען נאך נישט דעם שירעם אפילו אויב ס'וועט אפשר אזוי אויסזעהן פון די וואלקענעס, אבער נאכמיטאג יא.
און שפעטער ביינאכט א ווינט-פרוף שירעם, אדער א מעיל, אדער בלייבן זיצן אינדערהיים \ ביהמ"ד.

צווישן 1:00 און 3:00 קען אנהייבן צו פאלן די ערשטע טראפן פון לייכטע רעגן און וועט אזוי אנהאלטן ביז ווען די נאכט וועט צופאלן.
צווישן 6:00 און 8:00 וועט די רעגן שוין ווערן מער פארשטערקערט, אבער נישט פון דעם רעדט די פסוק...

די פסוק רעדט פון ווילדע טאנדער סטורעמס (שלאקס רעגן באגלייט מיט שטארקע ווינטן), וואס וועלן דורכרייסן די ראיאן פון צפון מערב צו דרום מזרח.
די תהלוכה פונעם שטורעם וועט ארויסגיין אין די קעטסקילס ראיאן ארום 8:00 צייט, און וועט מאכן צוביסלעך מאכן די וועג ביז צו די סיטי.
ווען די תהלוכה וועט אריינגעפירט ווערן אין די סיטי וועט שוין זיין נענטער צו 10:00 צייט.
די גוטע נייעס איז אבער אז די שטורעם וועט אנהאלטן בלויז א שעה צייט בערך, און איינמאל די ווילדע שטורעם וועט זיך ענדיגן וועט זיך שוין אנהייבן אויסקלארן.

מאנטאג וועט זיין א ווינטיגע (נעשענעל הוטן פליען) טאג, און פארשטייט זיך אויך אז ס'וועט נישט זיין אזוי ווארעם, און א מאנטל און שאל קען צוניץ קומען - ספעציעל אין אפסטעיט.

למעשה איז דא טרעפיק! און די רעגן וועט אנקומען שפעטער אביסל.

די ערשטע טראפן רעגן וועט אנקומען אין אפסטעיט ערגעץ צווישן 4:00 און 5:00 לויט די יעצטיגע אויסקוק
און ארום 6:00 צייט אין די סיטי

די העווי גאס רעגן און ווינטן איז אבער נאך אלס געסקעדזשולט פאר צווישן 8:00 און 10:00, הגם יעצט קוקט אויס אז ס'וועט נישט זיין אזוי שטארק ווי אויסגעקוקט פריער.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:53 am

א דאנק הער ק.נ.א.

איך זעה איז לא נס ליחו, כה לחי!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

מצליח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך מצליח » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:22 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:א דאנק הער ק.נ.א.

איך זעה איז לא נס ליחו, כה לחי!

גא"מ

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 4:19 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:למעשה איז דא טרעפיק! און די רעגן וועט אנקומען שפעטער אביסל.

די ערשטע טראפן רעגן וועט אנקומען אין אפסטעיט ערגעץ צווישן 4:00 און 5:00 לויט די יעצטיגע אויסקוק
און ארום 6:00 צייט אין די סיטי

די העווי גאס רעגן און ווינטן איז אבער נאך אלס געסקעדזשולט פאר צווישן 8:00 און 10:00, הגם יעצט קוקט אויס אז ס'וועט נישט זיין אזוי שטארק ווי אויסגעקוקט פריער.

די זייגער קלאפט צווישן 4:00 און 5:00, און די ערשטע טראפעלעך רעגן הייבט שוין אן פאלן אין טיילן פון אפסטעיט, אריינגערעכענט בלומינגבורג און קרית יואל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 7:51 pm

די טאנדער סטורעם פליהט אויף 60 מייל א שעה

ס'איז יעצט אין מאנטיסעלא

אויף דעם ספיד וועט עס שוין אנקומען סאך שנעלער אין די סיטי
אזוי אויך מיינט עס אז ס'וועט זיין א קאם ענד גאו ס'וועט נישט זיצן צו לאנג אויף איין פלאץ

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך איפה פייביש » זונטאג נובעמבער 15, 2020 9:05 pm

נאך ווי לאנג גייט רעגענען? (איך האנישט א שירעם........ )

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7887
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג נובעמבער 15, 2020 9:12 pm

כ׳ווייס נישט וואס דער מצב איז איבעראל, אבער אין וומסב״ג האבן די וואלקענעס זיך אויסגעבלאזן די נאז אין געגאנגען ווייטער.

יעצט איז אלעס צוריק שא שטיל. ביי אלע ווינקלען זענען אנגעזאמלט גרויסע וואסער קופקעס און לאזן נישט דעם עולם קראסן.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:27 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:כ׳ווייס נישט וואס דער מצב איז איבעראל

אין קרית יואל האבן די שטארקע ווינטן זיך דוקא פארלייגט אויף א געוויסע עלעקטעריק-שטאנג אויף פארעסט ראוד נעבן די פארקינג לאט פון ביהמ"ד הגדול, ס'האט געשפריצט פונקען פייער, אזש ס'איז געווען אש מים (רעגן) און רוח צוזאמען, קען זיין ס'איז געווען עפר אויך, אבער צוליב וואס ס'איז געווארן א בלעקאוט האט מען עס נישט געקענט זעהן.

ב"ה אז יעצט איז שוין אלעס צוריק ווי אמאל, ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:49 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט געדארפט רופן גוי'אישע עלעקטערישאנס פון עפעס א קאמפאני O&R צו פיקסן די ווייער'ס, נישטא גענוג עלעקטערישאנס אין קרית יואל?

IMG-20201115-WA0223.jpg
IMG-20201115-WA0223.jpg (66.21 KiB) געזעהן 464 מאל


-----

יעצט איז דא א שטיקל ברעיק אין די ווינטן, אבער ס'וועט צוריקקומען, און מארגן וועט זיין א ווינטיגע טאג, הגם נישט אזוי שטארק ווי בשעת די ווילדע שטורעם האט דורכגעריסן.

לאמיר האפן אז די ווינטן וועלן נישט מאכן מער קיין שווארצע-אינדרויסן [בלעק-אוט], אז יא וועט מען מוזן מאכן א BLM פראטעסט.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:04 pm

אין לאגווארדיע לופטפעלד איז באריכטעט געווארן א ווינט גאסט פון 62 מייל א שעה, אין קענעדי 59 מייל א שעה, אין סענטראל פארק 41 מייל א שעה.

ס'איז פריער אין די נאכט געווען "טארנעידא ווארענונגען" פאר טיילן פון וועסטשעסטער קאונטי, די בראנקס, און קווינס, און אזוי אויך אין לאנד איילענד און אין קאנעטיקוט.
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:08 pm

אין בערגן קאונטי ניו דזשערזי האט א בוים זיך נישט געקענט האלטן גענוג פעסט קעגן די בייזע ווינטן און איז נעבעך אומגעפאלן.
מערקט ווי אינעווייניג אין די הייזער איז טונקל, ס'איז צווישן די פילע געגענטער וואס האבן נאכט געליטן פון א קורצע פארשליסונג (קורצשלוס בל"ע).
צוגעלייגטע
Em6c8SKXMAAzC7v.jpg
Em6c8SKXMAAzC7v.jpg (60.74 KiB) געזעהן 410 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:12 pm

אויך אין בערגן קאונטי, דא איז יא דא עלעקטער קוקט אויס.

מערקט דעם גרויסן בוים וואס האט באשלאסן צו טרינקען די רעגן וואסער בהסיבה.
צוגעלייגטע
Em6klkQWMAA5WtW.jpg
Em6klkQWMAA5WtW.jpg (83.34 KiB) געזעהן 397 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:16 pm

אין Old Greenwich CT איז דא שטארקע דעמידזש איבעראל. גאס נאך גאס איז פיל מיט אזעלכע מראות
איינער פון די ארטיגע איינוואוינער האט אויך באקומען אן אומגעוואונטשענעם גאסט אין שטוב ווען א בוים האט זיך איינגעבראכן דורכן דאך און געלאנדעט אין קיטשען
(געווען זייער הונגעריג זעהט אויס)
צוגעלייגטע
Em6m7t6W8AEhLeS.jpg
Em6m7t6W8AEhLeS.jpg (12.8 KiB) געזעהן 378 מאל
Em6m7uNW8AIbjYR.jpg
Em6m7uNW8AIbjYR.jpg (24.31 KiB) געזעהן 378 מאל

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:22 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין בערגן קאונטי ניו דזשערזי האט א בוים זיך נישט געקענט האלטן גענוג פעסט קעגן די בייזע ווינטן און איז נעבעך אומגעפאלן.
מערקט ווי אינעווייניג אין די הייזער איז טונקל, ס'איז צווישן די פילע געגענטער וואס האבן נאכט געליטן פון א קורצע פארשליסונג (קורצשלוס בל"ע).


מערקט דעם סטעישאן וואגאן. ער האט עס נאך דורך געמאכט...
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:43 pm

@קנא, קודם איינס דו האסט צוגעלייגט א טאנק מיט פרישע לחלוחית צו דיר, און ס׳גיסט זיך. איך געדענק נישט אין די פארגאנגענהייט אזא געשמאק צו ליינען די וועטער אנאליז.

אלנפאלס לא על של זאת באתי.

באתי לבקש ולהתחנן אז דו זאלסט ברענגן עפעס א ווייסע ברעקל אדער צוויי פאר אונז. דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך.

הצעיר באלפי ישראל
ממש אזוי
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 600 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 15, 2020 11:56 pm

ממש אזוי האט געשריבן:דו ווייסטאך וואסארא שווערע יאר מיר האבן מיטגעמאכט מיר דעזערווערן א ווייסע ליילעך

וואס? א ווייסע ליילעך ווילסטו? :shock: כ'האף אז דו מיינסט עס נישט 'ממש אזוי'.

---

נישט געזארגט ס'וועט נאך אנקומען די שניי, ס'איז נאך אביסל צי פרי אין סיזאן פאר שניי.
ס'איז נאך דא א גוטע 5 וואכן ביזן אפיציעלן אנהייב פון ווינטער, און געווענדליך די ערשטע שנייען אין ברוקלין הייבן זיך אן הערשט ערגעץ אין דעצעמבער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”