ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך קענסט מיך? » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 9:30 am

עס ווערט ערווארטעט היינט אין מאנסי קרית יואל געגענט אזויפיל ווי א פוס שניי, און ארום 3-6 אינטשעס אין נוי יארק סיטי.

אכטונג! פארט איר אויף שבת קיין אפסטעיט אדער פון אפסטעיט צו די סיטי, נעמט אין אכט די שווערע וועטער און לאזט אייך ארויס באצייטענס! איר ווילט אוודאי נישט פראווען דעם שבת אונטערוועגענס ח"ו.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » פרייטאג דעצמבער 19, 2008 11:47 am

שוין ב"ה איך פאר נישט אויף שבת פון איין יענטיש צום צווייטן.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 8:08 am

וועטער מומחים ווארענען איבער א געפארפולע ווינטער שטורעם היינט דינסטאג-עשרה בטבת, שפעט נאכמיטאג, ביז מארגן ביינאכט.

שפעט נאכמיטאג וועט אנפאנגען צו שנייען אי"ה, און דערנאך וועט עס אריבערגיין צו שווערע האגל און פארפרוירענע רעגן. אין נוי יארק סיטי ערווארט מען ארום א אינטש שניי, דערנאך א פערטל אינטש אייז, און וועט אריבערגיין צו רעגן מארגן צופרי. ארויפציר ווי אין מאנסי-מאנרא געגענט ערווארט מען צווישן צוויי און פיר אינטשעס שניי, און דערנאך א מאסיווער אייז שטורעם וואס וועט אנזאמלען אויף די עלעקטריק ווייערס און צווייגן פון ביימער איבער א אינטש אייז, און וועט ווארשיינלעך אראפברענגען עלעקטריק ווייערס און ביימער, (זייט געראכטן פאר א קורץ שלוס - חברי הקרעטשמע אין יענע געגענטער וועלן מן הסתם נישט קענען שרייבן קיין תגובות מיט דעסקטאפ קאמפיוטערס) און וועט אנהאלטן אויך מארגן במשך'ן טאג, און דערנאך צוריק טוישן צו שניי מארגן נאכט מיט נאך א פרישער אינטש שניי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 06, 2009 10:00 am

יישר כח קענסטמי!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 10:09 am

אלף בית האט געשריבן:יישר כח קענסטמיך!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?

מנהלים, אחראים, ביטע פירט אריבער דעם אשכול דארט ווי ער באלאנגט.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג ינואר 06, 2009 11:23 am

יישר כח פאר די צייטליכע באריכט.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג ינואר 06, 2009 11:57 am

קענסט מיך? האט געשריבן:...און דערנאך א מאסיווער אייז שטורעם וואס וועט אנזאמלען אויף די עלעקטריק ווייערס און צווייגן פון ביימער איבער א אינטש אייז, און וועט ווארשיינלעך אראפברענגען עלעקטריק ווייערס און ביימער, (זייט געראכטן פאר א קורץ שלוס - חברי הקרעטשמע אין יענע געגענטער וועלן מן הסתם נישט קענען שרייבן קיין תגובות מיט דעסקטאפ קאמפיוטערס) און וועט אנהאלטן אויך מארגן במשך'ן טאג, און דערנאך צוריק טוישן צו שניי מארגן נאכט מיט נאך א פרישער אינטש שניי.

איך האב ב"ה געקויפט א 'בעיקאפ פאעיר' און פאל פון א בלעיק אוט, האביך מיין קאמפיוטער פאר א קנאפע שעה..
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג ינואר 06, 2009 12:26 pm

הייסט עס אז ניטל וועט מען מעגליך נישט קענען גיין אין קרעטשמע? ס'דאך א הימל געשריי, וואס טוט מען?

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 1:06 pm

אלף בית האט געשריבן:יישר כח קענסטמי!
פארוואס איז נישט דער אשכול אין היימישע קרעטשמע?
אדער ביי אידישע און וועלטליכע נייעס?

שוין פאראכטן ב"ה, יישר כח

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 06, 2009 2:11 pm

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 2:21 pm

אין נוי יארק סיטי הייבט שוין אן צו האגלען געמישט מיט שניי...

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 06, 2009 11:07 pm

וועט אזוי אויסקוקן מארגן אין די נוי יארקער אומגעגענט?
צוגעלייגטע
8.jpg

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דאנארשטאג ינואר 08, 2009 7:15 am

מיר ווילן דא קלאר שטעלן פארן גאנצן עולם, אז מיר טוען דא בלויז באריכטן וואס די וועטער מומחים זאגן פאר: "געדענקט"! דער בורא כל עולמים איז א משנה את העתים ומחליף את הזמנים און קיינער זאל נישט אננעמען די באריכטן פאר א תורה שלימה! דער ציל פון די באריכטן איז בלויז אז מען זאל נעמען אין באטראכט אז ס'איז דא א מעגליכקייט פאר שווערע וועטער און מען זאל זיין געראכטן דערויף, און אז ס'קומט נישט אן, איז דאך זיכער גוט.

====== * * * ======

וביום השבת שניי...

וועטער מומחים ווארענען איבער א שניי שטורעם דעם שבת קודש, וואס וועט זיך אנהייבן שבת קודש גאנץ פרי, ביז מוצאי שבת קודש אינמיטן די נאכט, עס ווערט ערווארטעט ארום 6 אינטשעס שניי אין דעם דרום טייל פון נוי אינגלאנד, אריינגערעכענט נוי יארק סיטי והגלילות. געוויסע געגענטער קענען באקומען ביז 8 אינטשעס שניי אדער מער.

(פארזעצונג קומט אי"ה ווען עס וועט זיין פרישע אפדעיטס)

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » פרייטאג ינואר 09, 2009 8:45 am

פרישע אפדעיט:
דער שטורעם וועט זיך אנהייבן מארגן שב"ק צופרי און וועט אנהאלטן פאר במשך גאנץ שבת קודש, און אריינציען אין מוצאי שבת קודש, ביז אין די גאר פריע פארטאגס שטונדן, אין נוי יארק סיטי ווערט ערווארטעט ארום 8-4 אינטשעס שניי, און ארום 10-5 אינטשעס אין די סובערס.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג ינואר 09, 2009 9:41 am

קענסט מיר, קענסט מיר אפשר אנגעבן א מקור ווי סווערט געברענגט דיין לעצטע אפדעיט?
NOAA שרייב בלויז 1-3 אינטשעס אנגעהויסן שבת שפעט נאכמיטאג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 10, 2009 7:21 pm

עס האט זיך אנגעהויבן אין ברוקלין שבת נאכמיטאג, איך שאץ אז עס האלט ניטאמאל ביי איין אינטש.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מוצ"ש ינואר 10, 2009 8:52 pm

פרישע אפדעיט:
די חברה האבן שוין צוריקגעצויגן: יעצט זאגן זיי בלויז 3-1 אינטשעס אין נוי יארק סיטי, און ס'וועט שפעטער אריבערגיין צו האגל און פארפרוירענע רעגן.

אין אפסטעיט ערווארט מען 6-3 אינטשעס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 10, 2009 8:57 pm

ביינונז האטצעכעס אנגעהויבן ארום עלעוו דרייסיג, און ס'שנייט און ס'הערט אויף, אזוי שוין אפאר מאל, יעצט כרגע, (פאר איך בין אריין אין אפיס) האט געשנייט אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » מאנטאג ינואר 12, 2009 5:28 am


אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 12, 2009 11:23 am

כרגע איז ביטער קאלט. קיין אנדערע וועטער באריכט האב איך נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג ינואר 12, 2009 2:22 pm

יישר כח קענסט מיך פאר דיינע אלע באריכטן.
איך האב שוין לאנג צוריק געהערט אז די ווייסע טויבן ווייסן פון פראנויס אז ס'קומט א שניי, יעצט זעה איך עס בחוש...

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג ינואר 13, 2009 12:59 pm

קענסט מיך שלאפט?
ס'הייסט? מ'זאגט פאר א שניי אויף דאנערשטאג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » דינסטאג ינואר 13, 2009 1:04 pm

ס'קומט נישט קיין ערענסטע שניי, סוי ס'איז נישטא וואס צו באריכטן...

אפשר וועט זיין א אינטש אדער צוויי, צו אפילו דריי, אבער נישט קיין ערענסטע זאכן... דער עיקר וועט זיין די פראסט נאכדעם.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך ינואר 14, 2009 1:33 pm

מרישט זיך אויף א שטיקל שניי, היינט נאכט און מארגן אינדערפרי, בערך 2-3 אינטשעס
שבת איז אויך מעגליך שניי.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1905
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך ינואר 14, 2009 1:38 pm

אין וועלכע שטאט?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רה''ק דקהל פורים און 21 געסט