ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די אנאליז פון קרית יואל יום ביומו ווערט געשריבן דורך א שרייבער [ידידי וש"ב נ"י] - נישט דורך א וועטער עקספערט - וועל איך מיר ערלויבן צו שרייבן עטליכע הגהות אויף אויסצוקלארן.
ערשטענס: די שניי פון פארלאפענע נאכט איז גענוג צו רופן סתם שניי, שטורעם מאן דכר שמיה.
צווייטנס: מיטוואך וועט נאך אויך זיין א היפשע געמיש פון וואלקענעס, הערשט אויף דאנערשטאג וועט שוין זיין א הערליכע זון.
דריטענס: ס'איז יא דא שפורן פון ארקטיק פרעסטן, ס'איז געסקעדזשולט זיך "אריינצורייסן" קיין ניו יארק ווי דו רופסט עס ערגעץ אין די צווייטע העלפט יאנואר, לאמיר זאגן ארום יאנואר 20 ווי ס'זעהט יעצט אויס.
פערדענס: ס'איז טאקע דא א שטורעם מעגליכקייט קומענדיגע וואך ארום דינסטאג-מיטוואך, אבער די שטורעם מעגליכקייט פאר די וואך שבת קודש איז נאך נישט אראפ פון טיש... הגם יעצט כרגע ווייזן אלע מאדלס אז ס'פארט ארויס צום ים איז עס אבער נאך נישט קיין פיינעל דעסישאן... ס'איז נאך מאנטאג היינט און אסאך קען זיך נאך טוישן ביז שבת [נישט אז ס'גייט זיכער זיין, נאר אויף אזויפיל אז מ'האלט נאך א נאנטע אויג דערויף, די מעגליכקייט איז נאך דא].
טענקס
וואס איז מיט ארי'ס טייער שאפ? רעקאמענדירסט זיי אויך?