ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 11:52 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אינטערסאנט... פאריגע וואך ווען ס'איז געווען 10 ביז 20 גראד העכער די נארמאלע טעמפראטור פאר די צייט פון יאר
זענען געווען געוויסע וואס האבן געקלערט אז ס'האט זיכער מיט גלאובל ווארמינג

היינט ווען ס'איז געווען מיט כמעט 15 גראד נידריגער ווי די עוורידזש פאר די צייט פאר יאר
איז נישטא אף אחד וואס קלערט אז ס'האט עפעס מיט גלאובל קאלינג

די תירוץ איז פשוט. נידריגער פון די עווערידזש מיינט אינקלודינג די ווארימע וועטערס פון די לעצטערע יארן וואס זענען שוין אין די עווערידזשעס.

ווארימער ווי געווענליך - מיט די ווארימע וועטערס פון די לעצטע יארן, דאס איז שוין א חידוש.

און בעצם, נאך אזא ווארימע ווינטער ווי לעצטע יאר, און בכלליות די לעצטע 5 יאר, און אויך די שרעקליכע האריקעינס די לעצטע פאר יאר, האט שוין קיינער נישט קיין ספק איבער קלימאט טויש. די שאלה איז נאר אויב מיר זענען שולדיג אדער מען קען עפעס טון דערצו וואס די תירוץ איז ניין.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 12:08 am

אין די לעצטע 5 יאר איז געווען:
2019 - בלויז 1 יאר צוריק - א רעקארד קאלטע נאוועמבער, נישט נאר אין די נארט איסט, נאר איבער ריזיגע חלקים פון אמעריקא
געווען 2015 צווישן די 10 קעלטסטע פעברואר'ס (פרעג מיר נישט אפ אז ס'איז געווען באלד 6 יאר צוריק)
שניי ברעקלעך אינמיטן מאי אין ניו יארק סיטי, און אין אפסטעיט איז אפילו ווייס געווארן די גראז און ביימער - ווער ס'געדענקט נאך שבת אמור תש"פ
און אזוי אויך נאך פילע קאלטע רעקארדס אשר אין עטי ועתי אתי להאריך בזה ובפרט יעצט שוין נאך חצות הלילה.

שרעקליכע האריקעינס איז אלס געווען, און ס'איז בכלל נישט געווארן שרעקליכער די לעצטע פאר יאר, קוק אביסל נאך די רעקארד ביכער איידער דו רעדסט אזוי ברייט
חוץ מזה האב איך שוין געשריבן אפאר תגובות ארויפציר אז היינט מיט זייערע פארגעשריטענע מכשירים קענען זיי סאך פונקטליכער מעסטן די שטארקייט און ממילא קומען זיי שנעלער אן צו הויכע ווינט ספידס. און אזוי אויך דורך זייערע מכשירים טרעפן זיי אויס סאך שנעלער שטורעמעס איבער די וואסער, דאס העכערט אויטאמאטיש די צאל שטורעמעס פאר א סיזאן. און מיט דעם אלעם האט זיך נאך געטראפן די לעצטע יארן 2014 און 2015 ווען ס'איז געווען קוים א מנין שטורעמעס, אין 2014 איז געווען בלויז 8... ווען נישט די היינטיגע מכשירים וואלט געווען דעמאלס אפשר 1 אדער 2.

אזוי ארום
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:51 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אזוי ארום » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:13 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אינטערסאנט... פאריגע וואך ווען ס'איז געווען 10 ביז 20 גראד העכער די נארמאלע טעמפראטור פאר די צייט פון יאר
זענען געווען געוויסע וואס האבן געקלערט אז ס'האט זיכער מיט גלאובל ווארמינג

היינט ווען ס'איז געווען מיט כמעט 15 גראד נידריגער ווי די עוורידזש פאר די צייט פאר יאר
איז נישטא אף אחד וואס קלערט אז ס'האט עפעס מיט גלאובל קאלינג

די תירוץ איז פשוט. נידריגער פון די עווערידזש מיינט אינקלודינג די ווארימע וועטערס פון די לעצטערע יארן וואס זענען שוין אין די עווערידזשעס.

ווארימער ווי געווענליך - מיט די ווארימע וועטערס פון די לעצטע יארן, דאס איז שוין א חידוש.

און בעצם, נאך אזא ווארימע ווינטער ווי לעצטע יאר, און בכלליות די לעצטע 5 יאר, און אויך די שרעקליכע האריקעינס די לעצטע פאר יאר, האט שוין קיינער נישט קיין ספק איבער קלימאט טויש. די שאלה איז נאר אויב מיר זענען שולדיג אדער מען קען עפעס טון דערצו וואס די תירוץ איז ניין.

עס ארבעט נישט אזוי.

ערשטנס, אַן עוורעדזש ווערט גערעכנט וואס איז געווען די עוורעדזש די לעצטע 30 יאר, אבער נישט ווי מען זאגט אז היינט איז 2020 גייט מען צוריק פון 1990, די היצטיגע עוורעדזש איז פון 1981 ביז 2010, וואס פאר זיך אליין איז נישט מער ווי א געלעכטער.

בכלל, ווי הרב קנא האט שוין ארויסגעברענגט, לויט די גוים שטייט די וועלט מילי מיליאנען יארן (חס מלהזכיר) און אויב איז היינט ווארימער ווי די לעצטיגע 30 יאר עוורעדזש איז ממש נישטא קיין בעסערע ראי' אז די וועלט איז פאקטיש אויף די מהלך אונטערצוגיין.

ווען איר באזוכט די באקאנטע זייטל פון NOAA וואס דארט האבן זיי פאקטישע הארטע באווייזן אז די וועלטס קלימאט טוישט זיך, הייבט זיך עס אָן מיט א איליסטרוציע פון די טעמפרעאטור פון די לעצטע 800,000 יאר (נישטא ווער זאל לאכן) און זינט זיי האבן אנגעהויבן צוזאמנעמען דאטא פון ארום די וועלט פונקט יענע יארן האט די וועלט זיך אנגעהויבן אָנצווארימען (אינטערסאנט, האַ? האַרטע באווייזן!)

ווען אני הקטן האט באזוכט איינע פון די NOAA הויפטקווארטירן און די טעמע פון גלאבאלע ווארעמונג איז ארויפגעקומען אויפן טיש, האבן אונז באטוינט די פאקט אז די וועג וויאזוי מ'מאכט א עוורעדזש פון די טעגליכע וועלט'ס טעמפרעאטורן איז דורך די סאטעלייט. פרעגן אונז זיי, וויאזוי קען זיין אז געגנטער וואס די סאטעליטן האבן שוואכע קאווערעדזש ווערט די אבזערוואציעס געפארבט רויט (כאילו עס איז געווען אסאך העכער ווי נארמאל) וואלט נישט בעסער געווען צו פארבן ווייס, ווי כאילו עס איז געווען עוורעדזש?
פיין, זיי גייען צוריקקומען צו מיר, איך האף משיח וועט זיין פארדעם.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 9:28 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:Iota איז ווארשיינליך נאכנישט די לעצטע שטורעם פונעם יעצטיגן סיזען.

א עריע אין די קאראביען ים, הארט אונטער די יעצטיגע שטורעם, האט די פאטענטשל צו פראדוצירן די 31'סיגסטע שטורעם פונעם 2020 היסטארישן סיזאן (זינט מ'האלט חשבון).

נאך איינער , איז דא צוויי קליינע טורעמס וואס קאן ווערן עפעס
צוגעלייגטע
dc.png
dc.png (56.88 KiB) געזעהן 1712 מאל

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:00 pm

די ווינט האט געכאפט קאראנע?
וואס איז די צולאזטקייט?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 3:30 pm

בסד האט געשריבן:די ווינט האט געכאפט קאראנע?
וואס איז די צולאזטקייט?

די קאראביען סיסטעם האט שוין א 0% שאנס
און די אטלאנטיק סיסטעם האט א קליינע 20% שאנס

קיין ערענסטע שטורעם וועט עס סיי ווי נישט ווערן
און מאוסט לייקלי וועט עס האבן די זעלבע סוף ווי די קאראביען סיסטעם, דהיינו די שאנסן וועלן אראפגיין ביז נול
באט מ'קען נאך נישט זאגן אז ס'איז אינגאנצן אויווער
ווי זאגט נאר טורנהיים? "זה לא נגמר עד שיוגמר".
צוגעלייגטע
two_atl_5d1.png
two_atl_5d1.png (56.62 KiB) געזעהן 1581 מאל
two_atl_5d2.png
two_atl_5d2.png (57.99 KiB) געזעהן 1581 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 8:17 pm

בא שבת בא מנוחה
עטליעסט די נעקסטע 48 שעה ביז מוצאי שבת וועט די אטלאנטיק זיך אפרוען
צוגעלייגטע
two_atl_0d0 (1).png
two_atl_0d0 (1).png (51.76 KiB) געזעהן 1467 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 1:42 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:די ווינט האט געכאפט קאראנע?
וואס איז די צולאזטקייט?

די קאראביען סיסטעם האט שוין א 0% שאנס
און די אטלאנטיק סיסטעם האט א קליינע 20% שאנס

קיין ערענסטע שטורעם וועט עס סיי ווי נישט ווערן
און מאוסט לייקלי וועט עס האבן די זעלבע סוף ווי די קאראביען סיסטעם, דהיינו די שאנסן וועלן אראפגיין ביז נול
באט מ'קען נאך נישט זאגן אז ס'איז אינגאנצן אויווער
ווי זאגט נאר טורנהיים? "זה לא נגמר עד שיוגמר".

די אטלאנטיק סיסטעם איז שוין געפאלן צו 10%
צוגעלייגטע
two_atl_5d1 (2).png
two_atl_5d1 (2).png (57.78 KiB) געזעהן 1310 מאל

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 2:51 pm

ס'מיינט גארנישט, טראמפ האט געהאט ווייניגער שאנסן און קוק ווי ער האלט...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:42 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'מיינט גארנישט, טראמפ האט געהאט ווייניגער שאנסן און קוק ווי ער האלט...

נו פאר דעם האב איך געשריבן אויבן: ווי זאגט נאר טורנהיים? "זה לא נגמר עד שיוגמר".

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:45 pm

גייט שבת אויך זיין אזא שיינע וועטער?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

Haklal
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Haklal » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 3:54 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:גייט שבת אויך זיין אזא שיינע וועטער?

יא, אזוי מיין איך

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:02 pm

אויך איך מיין אזוי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2997
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:04 pm

ישר כוח. גיי מיר פארלעשן דעם סטיעם
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך sheetrock » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:10 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אויך איך מיין אזוי

אז קנא מיינט אזוי, ווייס איך אזוי.
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך sheetrock » פרייטאג נובעמבער 20, 2020 4:10 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:ישר כוח. גיי מיר פארלעשן דעם סטיעם

מיין עיר קאנדישנס זענען שוין אנגעשטעלט לכבוד שבת קודש
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » זונטאג נובעמבער 22, 2020 1:49 pm

צוריק צו 20%
צוגעלייגטע
two_atl_5d1 (3).png
two_atl_5d1 (3).png (57.94 KiB) געזעהן 1012 מאל

קליינע טאטע
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך קליינע טאטע » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 11:19 am

וואס גייט זיין די וועטער די וואך?

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 1:02 pm

קליינע טאטע האט געשריבן:וואס גייט זיין די וועטער די וואך?

  • היינט ווינטיג, טעמפראטור וועט פאלן צו די פערציגער דורכאויס די טאג (איבעראל)
  • מארגן זוניג, קיל, נידריגע פערציגער אפסטעיט, מיטעלע הויכע פערציגער סיטי
  • מיטוואך געמיש פון זון און וואלקענעס, הויכע פערציגער ארום 50 אפסטעיט, נידריגע פופציגער סיטי
  • דאנערשטאג פארוואלקענט רעגענדיג, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי.
  • פרייטאג געמיש פון זון און וואלקענעס, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי.
  • שבת מער וואלקענעס ווי זון, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך א גולם » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 3:13 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:וואס גייט זיין די וועטער די וואך?

  • היינט ווינטיג, טעמפראטור וועט פאלן צו די פערציגער דורכאויס די טאג (איבעראל)
  • מארגן זוניג, קיל, נידריגע פערציגער אפסטעיט, מיטעלע הויכע פערציגער סיטי
  • מיטוואך געמיש פון זון און וואלקענעס, הויכע פערציגער ארום 50 אפסטעיט, נידריגע פופציגער סיטי
  • דאנערשטאג פארוואלקענט רעגענדיג, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי.
  • פרייטאג געמיש פון זון און וואלקענעס, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי.
  • שבת מער וואלקענעס ווי זון, נידריגע מיטעלע פופציגער אפסטעיט, הויכע פופציגער ארום 60 סיטי


Thanks

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג נובעמבער 24, 2020 9:14 am

ארויף צו 30%
צוגעלייגטע
two_atl_5d1.png
two_atl_5d1.png (57.41 KiB) געזעהן 412 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 2:35 pm

נו ווען קומט שוין עפעס שניי? וואונדערן זיך די שניי ליב האבער

האבן מיר ארויסגענומען די שפאקטיוון, און זיך גוט איינגעקוקט אינעם ווייטן האריזאנט...

מיר האבן געקוקט און געקוקט אבער נישט געפינען קיין ווייסע ברעקלעך...
ביז מיר האבן נעכטן נאכט גענומען אין האנט די קאנאדישע שפאקטיוו וואס זעהט יא קומען א קאראוואן פון שניי
(אבער עכט קען מען זיך נישט פארלאזן אויף דעם, ווייל כידוע איז די קאנאדישע פרא-שניי, און איז זייער איינזייטיג)

געסקעדזשולד פאר ארום פרייטאג-שבת וישלח
צוגעלייגטע
gem_asnow_neus_40.png
gem_asnow_neus_40.png (185.55 KiB) געזעהן 253 מאל
לעצט פאראכטן דורך ק.נ.א. וועטער אום מיטוואך נובעמבער 25, 2020 4:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלג כצמר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שלג כצמר » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 3:00 pm

הער איך אבער עפעס פון א שטורעם קומענדיגע מאנטאג דינסטאג וואס וועט פאר אונז זיין טאקע נאר רעגן, אבער אונזערע שכנים אין צפון-מערב ניו יארק קענען יא קריגן א באדייטענדע שניי פארציע דערפון.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 4:00 pm

שלג כצמר האט געשריבן:הער איך אבער עפעס פון א שטורעם קומענדיגע מאנטאג דינסטאג וואס וועט פאר אונז זיין טאקע נאר רעגן, אבער אונזערע שכנים אין צפון-מערב ניו יארק קענען יא קריגן א באדייטענדע שניי פארציע דערפון.

נישט "נאר" רעגן פאר אונז... שטארקע ווינטן אויך.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 25, 2020 4:03 pm

גלאובעל קאלינג

די דזשעט סטרים וועט קומענדיגע וואך דינסטאג אראפגיין ביז דרום פלארידא
די טעמפראטור אין די דרום מזרח שטאטן איז ערווארטעט צו זיין ביז 20 גראד קילער ווי געווענדליך
צוגעלייגטע
hd27-2.jpg
hd27-2.jpg (68.34 KiB) געזעהן 106 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”