באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:09 am

סאודי אראביע'ס "פובליק אינוועסטמענט פאנד" האלט אינמיטן פירן געשפרעכן מיט דער אמעריקאנער טעסלא פירמע, צו פארגרעסערן זייער אינוועסטמענט אין דער פירמע, און העלפן דעם גרינדער עלאן מאסק מיט זיין פלאן צו פריוואטיזירן די פירמע און עס אראפנעמען פונעם סטאק מארקעט. דאס איז לויט א באריכט אין "בלומבערג", אבער א באריכט אין "רויטערס" האט קלאר געברענגט פון קוועלער פון די סאודיער אינוועסטמענט פאנד, אז עס איז נישטא קיין שום אינטערעסע אין אויסברייטערן די אינוועסטמענט אין טעסלא. דערווייל איז נישט זיכער וועלכע פון די באריכטן עס זענען גערעכט, און מ'ערווארט פינאנציעלע כאאס ארום טעסלא אין די קומענדיגע טעג.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 11:30 am

די כאאס גייט שוין אן א שטיק צייט, נאכדעם וואס ער האט געמאלדן אויף טוויטער אז ער האט די געלט צו פריוואטיזירן די פירמע און די סטאק איז שטארק ארויף, און צוריק אראפ.

אינוועסטערס האבן שוין אריין געגעבען א לאו סוט.

בקיצור ס'איז חאגע דארט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:12 pm

זייער א גוטע מאוו פאר עלען מאסק, יעדעס מאל א טעסלע קראכט קראכט די מארקעט מיט, וכן דארף ער פארענטפערן, און עס שטערט די וואוקס פונעם קאר, על אף אין דעם צייט האבן שוין פאסירט טויזענטער עקסידענטן דורך אנדערע פירמעס.

אז ער איז פריוואט איז עס רואיגער.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:53 am

די גלאבאלע מארקעטס האבן זיך נעכטן געשלאסן מיט גרויסע פארלוסטן, ווען אינוועסטירער האבן ווייטער רעאגירט מיט נערוועזע געמיטער איבער דעם וואס די טערקישע לירא וואלוטע טראסקעט ווייטער אין ווערד. א פארשפרעכונג נעכטן פון דער טערקישער צענטראלער באנק, אז זיי גייען נעמען עמורדזשענסי שריט צו סטאביליזירן די לירא, וועלכע האט שוין פארלוירן פערציג פראצענט קעגן דעם אמעריקאנער דאלאר היי יאר, האט פארפעלט צו בארואיגן די מארקעטס, און אלע גרויסע אינדעקסעס אויף וואל סטריט האבן זיך געשלאסן מיט פארלוסטן. אינדיווידועלע טעכנאלאגיע פירמעס, א שטייגער ווי עמעזאן און עפל, האבן יא געהאט א גוטן טאג, צוליב גוטע נייעס מיט זייערע פארדינסטן.

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 1:41 pm

די מארקעט שפרינגט גאר שטארק ארויף היינט, וועל מיר זעהן וויאזוי עס וועט זיך שליסן פארן טאג. יעצט איז די Dow ארויף מיט 425 פארן טאג.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג אוגוסט 16, 2018 6:44 pm

מארקעטס זיך געשלאסן מיט שטארקע פארדינסטן פון איבער אנדערהאלבן פראצענט (נאך א שווערע טאג נעכטן) נאך וואס וואל-מארט האט ארויסגעשטעלט זייערע באריכטן פארן קווארטל, וועלכע איז געווען פיל בעסער ווי ערווארטעט און אויף רעקארד שטאפלען, סעילס אין א צען יעריגע הייעך, אנליין סעילס געוואקסן איבער 40% (!) א.א.וו.
אן אנדייטונג אז די טראדיציאנאלע בריק ענד מארטאר געשעפטן דערלערנען זיך וויאזוי מיטצוכאפן מיט די דיגיטאלע עפאכע, ווי אויך א שטארקע אינקריס אין קאנסומער ספענדונג וועלכע איז שוין געווארן באהויפטעט אין די פעד׳ס GDP באריכט.

ווי אויך האט מיטגעשפילט די אנדייטונגען פון ווייסן הויז אז א טרעיד דיעל מיט מעקסיקא קען צושטאנד קומען אונעם נאנטן צוקונפט, און איבער פרישע פארהאנדלונגען מיט טשיינע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:15 pm

וואל סטריט שטייט געשפאנט און ערווארט אז די S&P זאל ברעכן א פרישע רעקארד אריבערגייענדיג די אלל טיים היי פון 2,872.87.
עס ווי ספיק האלט עס ביי 2870.97 און פריער אינעם טאג האט עס שוין געגרייכט 2,871.23

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:52 pm

500 S&P רעקארד געבראכן! מזל טוב פרעזידענט טראמפ

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:03 pm

דריידל האט געשריבן:500 S&P רעקארד געבראכן! מזל טוב פרעזידענט טראמפ

עס איז נאר געווען 2,872.81

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:26 pm

משה11 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:500 S&P רעקארד געבראכן! מזל טוב פרעזידענט טראמפ

עס איז נאר געווען 2,872.81

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 1:27 pm

משה11 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:500 S&P רעקארד געבראכן! מזל טוב פרעזידענט טראמפ

עס איז נאר געווען 2,872.81
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-08-21-13-25-47-1.png
Screenshot_2018-08-21-13-25-47-1.png (131 KiB) געזעהן 970 מאל

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:42 pm

אויב מארגן שליסט זיך עס מיט פארדינסטן וועט ווערן א פרישע רעקארד פון די מערסטע טעג אין איין צו מיט פארדינסטן
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:08 pm

די נעססדעק האט היינט באוויזן די לענגסטע וואוקס אין היסטאריע, גענצליך איגנארירנדיג די לעגאלע פראבלעמען פון טראמפס ארומיגע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:28 am

גייענדיג אין די פיסטריט פון די s&p, רישט מען זיך אז די נעסדעק וועט ברעכן א פרישע הויכע רעקארד. יעצט האלט עס ביי א קנאפע 10 פונקטן אינטער די אלל טיים היי פון 7,933.31

אין אנדערע נייעס האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אז טאמער גייט מען אים אימפיטשען וועט די מארקעט קראכן.
אין זיינע אייגענע ווערטער:
If I ever got impeached, I think the market would crash,
I think everybody would be very poor. Because without this thinking you would see, you would see numbers that you wouldn’t believe in reverse.

Growth hacker
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:08 am

Mazel tov Barack Obama
You've done a great job

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:13 am

די מארקעט איז באאמינג. די דאו איז העכער 26,000 די נעסדעק און s&p האבן היינט געבראכן פרישע רעקארדס נאכדעם וואס די פרעזידענט האט געטוויט:
A big deal looking good with Mexico

טראמפ ראקט

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2841
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:18 am

דריידל האט געשריבן:די מארקעט איז באאמינג. די דאו איז העכער 26,000 די נעסדעק און s&p האבן היינט געבראכן פרישע רעקארדס נאכדעם וואס די פרעזידענט האט געטוויט:
A big deal looking good with Mexico

טראמפ ראקט

נע, ער מאכט טרעיד ווארס.

טענקס אבאמע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:24 am

אוי וויי די פותח האשכול איז אוועק??
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:29 am

)
לעצט פאראכטן דורך משה כספי אום מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 10:55 am

26,000.06
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 4:30 pm

עס פארט ארויף ווייל טראמפ קומט אראפ פון בוים אויף טרעיד און דאס אז עס גייט אים שלעכט און מען רעדט פון אימפיעטשטמענט שאדט גארנישט פאר די מארקעט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:09 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:אוי וויי די פותח האשכול איז אוועק??

אה יעצט כאפ איך וואס די מיינסט
;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:10 pm

WOW די S&P האט זיך היינט געשלאסען העכער 20 פונקטען ווי די טאפ היי ביי 2896.74
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:15 pm

צל עובר האט געשריבן:עס פארט ארויף ווייל טראמפ קומט אראפ פון בוים אויף טרעיד און דאס אז עס גייט אים שלעכט און מען רעדט פון אימפיעטשטמענט שאדט גארנישט פאר די מארקעט.

ריעלי, ער קומט אראפ פון בוים?

מיין כלל איז: אויב די טרעיד דעפיציט ווערט קלענער אפילו מיט איין דאלער האט עס זיך שוין געלוינט איין סיבה איז ווייל זיינע קעגנער האבען געזאגט אז ער קען דאס אויך נישט און צווייטענס ווייל אינטער הילערי און אנדערע רעפובליקאנע וואלט דעס אויך נישט געוועהן.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 7:10 pm

בעיקר ברענג איך ארויס אז די מארקעט דערשרעקט זיך בכלל נישט פון זיינע פראבלעמען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Jeff, Of course, איש האשכולות, בעריש'ל, גאלדגרוב, געהאפט, זייער קלוג, כאפצעם, נו שוין, צד תמות און 62 געסט