באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:20 pm

די מארקעטס איז היינט געווען העכער
דאו איז געווען 2.21%+
עס&פי 2.66%+ אין עס איז העכער מיט 18.98% פאר די חודש אויפן וועג צי ענדיגן די חודש אלס די בעסטע זייט OCT 1974

אין די נעסדעק 3.57%+
אנאליסטן זאגן. אז די העכערונגן קומען צוליב אפאר סיבות,
צוליב א געוויסע דראגס Gilead וואס קען מעגליך געניצט ווערן אלס א טריטמענט פאר קאראונע וויירוס,
אין אז די פעדעראל ריזערוו האט געמאלדן אז זיי וועלן נעמען סיי וועלכע שריט צי העלפן די עקאנאמיע,
אין צוליב טרעידערס האלטן אז מען זעהט שוין די ענדע פונעם טונעל,
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך אפריל 29, 2020 11:29 pm

געוויסע אויל קאמפאני סטאקס איז געווען העכער, צוליב די אויל סטארידזש איז געשטיגן מיט 9 מיליאן פעסער. וואס איז ווייניגער פון די 9.8 מיליאן וואס אנאליסטן האבן פאראויס געשאצט!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 3:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך Elmo » דאנארשטאג אפריל 30, 2020 3:05 pm

Elmo האט געשריבן:אייוועלט איז זייער גוט די בענעפיט פון א גרופ איז אביסל אנדערש
באקומען א אימעיל פון איינעם, מען וועט עפענען א גרופ ווער עס וויל זשוינען זאל שוקן א אימעיל מיט זיין פאון נאומבער צו stocksgroupivelt@gmail.com מען וועט עפענען א גרופ און צו לייגן זיין נאמבער

סע דא א שטארקע אינטערעסע און מען האט באקומען א שטארקע ריספאנד ווער עס וויל זשוינען זאל שוקן א אימעיל מיט זיין נאמבער צו stocksgroupivelt@gmail.com
מען וועט צו לייגן זיין נאמבער

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פרוכט בוים » פרייטאג מאי 01, 2020 2:07 pm

Elmo האט געשריבן:אייוועלט איז זייער גוט די בענעפיט פון א גרופ איז אביסל אנדערש
באקומען א אימעיל פון איינעם, מען וועט עפענען א גרופ ווער עס וויל זשוינען זאל שוקן א אימעיל מיט זיין פאון נאומבער צו stocksgroupivelt@gmail.com מען וועט עפענען א גרופ און צו לייגן זיין נאמבער

יישר כח

אוצר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 12:10 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אוצר » מוצ"ש מאי 02, 2020 4:27 pm

פרוכט בוים האט געשריבן:
Elmo האט געשריבן:אייוועלט איז זייער גוט די בענעפיט פון א גרופ איז אביסל אנדערש
באקומען א אימעיל פון איינעם, מען וועט עפענען א גרופ ווער עס וויל זשוינען זאל שוקן א אימעיל מיט זיין פאון נאומבער צו stocksgroupivelt@gmail.com מען וועט עפענען א גרופ און צו לייגן זיין נאמבער

יישר כח

די גרופע איז שוין ארויס געפארן צום וועג, צו מ'רעד נאר/נאך פון דעם?

כל טוב
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך כל טוב » זונטאג מאי 03, 2020 3:12 am

וואס איז פארגעגאנגען מיט טעסלע'ס סטאק פאריגע וואך פרייטאג?

eizer
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:56 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך eizer » זונטאג מאי 03, 2020 3:27 am

כל טוב האט געשריבן:וואס איז פארגעגאנגען מיט טעסלע'ס סטאק פאריגע וואך פרייטאג?


Musk האט געזאגט אז די פרייז פין די סטאק איז צו טייער, האט עס געפאלן

אברמ׳לע מלמד
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 24, 2017 8:30 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אברמ׳לע מלמד » זונטאג מאי 03, 2020 10:25 am

וואס איז די פובליק אפיניון דא אויף עירליין סטאקס?

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מאי 03, 2020 11:16 am

אברמ׳לע מלמד האט געשריבן:וואס איז די פובליק אפיניון דא אויף עירליין סטאקס?


אין די נייעס איז געווען אז דעם פארגאנגענעם שב"ק ביי די יערליכע מיטינג פון Berkshire Hathaway האט ווארען באפעט געמאלדן אז ער האט פארקויפט אלע זייערע סטאקס פון עירליינס וואס זיי האבן פארמאגט.

ס'וואונדערט מיר נאר אויב פאר די long term איז עס נישט אפשר יא א גוטע אינוועסטמענט?
ווייל למעשה זענען זיי יעצט ממש מיט 60 - 70 % נידעריגער ווי געווענטליך, און איה"נ טאקע אז זיי גייען דורך זייער שווערע צייטן, און ס'גייט מסתמא נאך אנהאלטן פאר לאמיר זאגן נאך א יאר צוויי, אבער סוכ"ס גייט דער עולם אנהייבן פארן נאכאמאל און זיי גייען זיך צוריקכאפן צו זייער פריערדיגע פאזישאן.

חוץ מזה, אפילו אויב מ'לייגט יא אריין אין עירליינס, איז מסתמא נאכאלץ בעסער צו לייגן אין א ETF ווי למשל JETS וכדו', וואס אזוי שפרייטסטו אויס דיין ריסק אויף די גאנצע עירליין אינדאסטריע, און ביזסט נישט סטאק מיט אינדיווידועלע עירליינס, אויב ח"ו איינס פון זיי גייט שלאפן.

וואס האלט דער עולם דא?

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך זעהער » זונטאג מאי 03, 2020 1:59 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
אברמ׳לע מלמד האט געשריבן:וואס איז די פובליק אפיניון דא אויף עירליין סטאקס?


אין די נייעס איז געווען אז דעם פארגאנגענעם שב"ק ביי די יערליכע מיטינג פון Berkshire Hathaway האט ווארען באפעט געמאלדן אז ער האט פארקויפט אלע זייערע סטאקס פון עירליינס וואס זיי האבן פארמאגט.

ס'וואונדערט מיר נאר אויב פאר די long term איז עס נישט אפשר יא א גוטע אינוועסטמענט?
ווייל למעשה זענען זיי יעצט ממש מיט 60 - 70 % נידעריגער ווי געווענטליך, און איה"נ טאקע אז זיי גייען דורך זייער שווערע צייטן, און ס'גייט מסתמא נאך אנהאלטן פאר לאמיר זאגן נאך א יאר צוויי, אבער סוכ"ס גייט דער עולם אנהייבן פארן נאכאמאל און זיי גייען זיך צוריקכאפן צו זייער פריערדיגע פאזישאן.

חוץ מזה, אפילו אויב מ'לייגט יא אריין אין עירליינס, איז מסתמא נאכאלץ בעסער צו לייגן אין א ETF ווי למשל JETS וכדו', וואס אזוי שפרייטסטו אויס דיין ריסק אויף די גאנצע עירליין אינדאסטריע, און ביזסט נישט סטאק מיט אינדיווידועלע עירליינס, אויב ח"ו איינס פון זיי גייט שלאפן.

וואס האלט דער עולם דא?

ס'איז זיכער בעסער צו לייגן אין א ETF ווייל ביי יעדע קריזיס איז אייביג דא א עירליין וואס איז פושט רגל און מ'קען נישט וואוסן וועלכע ס'גייט זיין

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » מאנטאג מאי 18, 2020 3:49 pm

די דאו איז אצינד געשפרינגן צו איבער 1,000 פונקטן פאר די טאג- א וואוקס פון 4.3%

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 18, 2020 4:56 pm

געשלאסן ארויף איבער ניין הונדערט וועגן גוטע וואקסין נייעס, און פרישע האפענונג אז עס וועט זעהן א סטעיט בעילאוט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

טראכט גראד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2020 12:20 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך טראכט גראד » דאנארשטאג מאי 21, 2020 9:55 am

דערווייל פאר די יאר, איז:
די 'דא שוינס' נידעריגער %14
די S&P איז נידעריגער %8
און די נעסדעק איז גאר העכער מיט %4

קען איינער מסביר זיין עפעס מער פארוואס דאס אזוי איינגעטיילט?

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 26, 2020 9:51 am

מארקעט קומט אריין שטארק.
דאו זשאנס צוריק ארויפגעשמיסן צו איבער 25k

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 03, 2020 12:08 pm

דאו האלט אן שטארק העכער 26k
נאך אביסול און ס'מער נישטא קיין זכר פון קאראנע

פארשער
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פארשער » מיטוואך יוני 03, 2020 10:43 pm

Donald J. Trump (@realDonaldTrump) · Twitter
I feel more and more confident that our economy is in the early stages of coming back very strong. Not everyone agrees with me, but I have little doubt. Watch for September, October, November. Next year will be one of the best ever, and look at the Stock Market NOW!

פארוואס פיולט ער די גרעסטע סטאק מארקעט באבעל אין היסטאריע? גיי פארשטיי.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אברך » מיטוואך יוני 03, 2020 11:19 pm

טראכט גראד האט געשריבן:דערווייל פאר די יאר, איז:
די 'דא שוינס' נידעריגער %14
די S&P איז נידעריגער %8
און די נעסדעק איז גאר העכער מיט %4

קען איינער מסביר זיין עפעס מער פארוואס דאס אזוי איינגעטיילט?



נישט אלעמאל איז די מארקעט לאגיקעל אבער דאס האט א גרינגען הסבר, די נעסדעק באשטייט פון טעכנאלאגיע פירמעס וואס זענען די בענעפיטירער פון די נייע אנליין עפאכע, די S&P 500 איז א געמיש פון טעכנאלאגיע און אנדערע סעקטארס איז עס אינמיטן, די דאו וואס איז אינדאסטריאל איז די נידעריגסטע.

כאפ א בליק אויף די ראססעל 2000 וואס באשטייט פון קלענערע פירמעס וואס זענען די מערסטע אויסשטעלט צו ליידן פון א רעסעסיע און עס האט אנדערפערפארמד אלע אנדערע אינדעקסעס (עט ליעסט ביז די לעצטע פאר טאג).
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 03, 2020 11:26 pm

פארשער האט געשריבן:Donald J. Trump (@realDonaldTrump) · Twitter
I feel more and more confident that our economy is in the early stages of coming back very strong. Not everyone agrees with me, but I have little doubt. Watch for September, October, November. Next year will be one of the best ever, and look at the Stock Market NOW!

פארוואס פיולט ער די גרעסטע סטאק מארקעט באבעל אין היסטאריע? גיי פארשטיי.

נישט אז איך בין די גרעסטע מבין אבער די קארעקשאן פון די מארקעט האט שוין פאסירט, יעצט זענען דא קאמפעניס וואס מאכען שווערע געלטער ווי למשל אלע אנליין און פוד קאמפעניס סאו די אלע סוקסעספול קאמפעניס זענען טעקניקלי אינטער געשאצט בעיסד אויף זייער עכטע וועליו סאו א סך קאמפעניס גייען יעצט ארויף צו זייער עכטע וועליו.

דאס איז די מיינונג פון איין מאן.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יוני 05, 2020 10:17 am

און די אידעקסעס הייבן זיך ווייטער מיט א שנעלקייט. היינט איז די דאו געשפרינגן מיט מער פון 700 פונקטן, צו אריבער 27,000

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » פרייטאג יוני 05, 2020 10:21 am

פאר א חודש צוריק האט ווארען באפעט געמאלדן אז ער פארקויפט זיינע אלע שעירס אין די עירליין אינדאסטרי. למעשה האט זיך די וועליו געדאפעלט זייט דעמאלטס.
מארעל אוו די סטארי: קיינער ווייסט נישט קיין עתידות

אור
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך אור » פרייטאג יוני 05, 2020 2:14 pm

דאו איז כמעט 900 ארויף
גוטשבת

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג יוני 05, 2020 3:05 pm

דריידל האט געשריבן:פאר א חודש צוריק האט ווארען באפעט געמאלדן אז ער פארקויפט זיינע אלע שעירס אין די עירליין אינדאסטרי. למעשה האט זיך די וועליו געדאפעלט זייט דעמאלטס.
מארעל אוו די סטארי: קיינער ווייסט נישט קיין עתידות

מארעל נומער צוויי: נישט א יעדע סוקסעספולע אינוועסטירער איז אן אינסייד טרעידער.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4165
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יוני 05, 2020 5:02 pm

די דאו האט זיך געשלאסן העכער 27 טויזנט! דאס ערשטע מאל זינט די אנהייב פון די פענדעמיק.

דאס קומט ווארשיינליך צוליב די איבערראשענד גוטע דזשאב נומערן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5506
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך eller » דינסטאג יוני 09, 2020 3:02 pm

די נעסדעק האט היינט געבראכן היסטאריע מיטן אריבער שפרינגען די צען טויזענט נומבער
ווי איך פארשטיי איז דאס צוליב די מאסיווע ראיאטן אדער גאר צוליב די גרויסע געילע ווערטער BLACK LI.... אין דיסי.
זיכער נישט מיט די ערשטע אויף די רייע פון טוויטער ראסיסטן.. דאנעלד טראמפ..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך קארן » דינסטאג יוני 09, 2020 3:40 pm

ווי זוי האט נאר יענער געזאגט? ביז יעצט איז די עקאנאמי גוט געפארן אלעס אדאנק אבאמא, ביי די וויירוס האט עס אנגעהויבן צו קראכן איז עס צוליב טראמפ.... אבער יעצט הייבט עס שוין ווייטער אן צו ראקן , אדאנק אבאמא.....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ozd, police, אינדיאנער, אליהו44, בארג, גיכער, זעליג, יהלום, פיטום, שתיקה און 40 געסט