באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re:

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך מארטש 18, 2020 6:42 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
שלמה מולכו האט געשריבן:כ׳בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין די סטאק מארקעט,
כבין פשוט נייגעריג, לוינט זיך נישט יעצט אריינצולייגן געלט ביי די עירליין׳ס?
יונייטעד סטאק איז געשטאנען ביי אכציג דאלער א חודש צוריק, שטייט יעצט ביי צוואנציג,
די עירליין אונדוסטריע אין דזשענעראל בומט, נייע פלייטס יעדן טאג, מענטשן גייען דארפן פליען,
איז דא א געהעריגע סיבה נישט צו קויפן יעצט?

אפאר ענפערס דערצו. דער ערשטע איז אז אין הכי טאקע אויב דו האסט געלט אריינצולייגן אויף א שיינע וויילע (קענסט דאך נישט וויסן ווילאנג די ריקאווערי גייט דויערן) איז עס א פיינע ביי.

אבער אויב דו קויפסט איין סינגעל קאמפאני וואס איז אזוי שרעקליך אמת'דיג אפעקטירט פון דער וויירוס (גארנישט אלץ פאניק, עס איז עכט ריזענעבעל דעמידזש צו זיי) קענסטו דאך נישט וויסן צו זיין וועלן גיין באנקראט/ווערן ארויסגעבעילט און דו וועסט באקומען גאר ווייניג דערפאר, ווי צל האט געזאגט:
צל עובר האט געשריבן:לכאורה וועט מען נישט לאזן בויאינג אונטערגיין, אבער......

ביי דזשי עם האבן די שעירהאלדערס בלויז באקומען א קלייניגקייט פון די נייע קאמפעני.

נאך א פונקט איז אז אמת עס איז גאר גאר ביליג יעצט, אבער עס קען דאך נאך פאלן ווייטער און דאן וועסטו באדויערן אז האסט נישט געווארט ביז עס איז $15 אדער $10....


כ׳הער,
זייער קלאר.

לגבי די נקודה פון באנקראט/ווערן ארויסגעבעילט, טראכט איך אז ס׳איז היפש רחוק מן המציאות,
ווייל מענטשן מוזן פליען, ס׳איז נישט ממש קיין לאגזשערי אזוי ווי קויפן א קאר אדער א הויז, און ס׳גייט נישט קענען האלטן צו לאנג, די וועלט מוז אנגיין, אין די עירליין'ס וועלן עס דורכשוויצן.

דאס איז מיין השערה, כ׳בין זיכער ס׳דא וואס פארשטייען בעסער פון מיר.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

Re: Re:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מארטש 18, 2020 8:45 pm

שלמה מולכו האט געשריבן:לגבי די נקודה פון באנקראט/ווערן ארויסגעבעילט, טראכט איך אז ס׳איז היפש רחוק מן המציאות,
ווייל מענטשן מוזן פליען, ס׳איז נישט ממש קיין לאגזשערי אזוי ווי קויפן א קאר אדער א הויז, און ס׳גייט נישט קענען האלטן צו לאנג, די וועלט מוז אנגיין, אין די עירליין'ס וועלן עס דורכשוויצן.

דאס איז מיין השערה, כ׳בין זיכער ס׳דא וואס פארשטייען בעסער פון מיר.

מ'האט דאך נישט גערעדט פון ארויסגיין פון ביזנעס (כאטש דאס איז אויך א שאנס, גרעסערע פירמעס פון זיי זענען שוין אונטערגעגאנגען...) נאר פון באנקראט/ווערן ארויסגעבעילט (דאס איז דאך דער משל פון GM) וואס מיינט אז זיי אפערעיטן ווייטער אבער די שותפים (סטאק האלדערס) באקומען אפאר פעניס.

אויב דו רעדסט פון דער גאנצער אינדאסטריע ביסטו טאקע גערעכט, אבער דאס איז נאר אמת ווען דו קויפסט א ETF (איינער האט דערמאנט אויבן XTN, אבער פון דער אנדערע זייט איז עס אויך "נאר" 40% אראפ און נישט 75%...) פון דער גאנצער אינסדאסטריע און דו האסט נישט די אינדעוויואלע ריסק פון איין קאמפאני.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך מארטש 18, 2020 10:15 pm

BREAKING: Philippine stocks drop 24% as trading resumes after two-day halt

https://t.co/9Vz8d5jblu
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 18, 2020 11:51 pm

שוין גערעדט וועגן דעם אפאר מאל.

ווען די גאוו. בעילט ארויס א געוויסע גרויסע פירמע ווייל זיי ווילן נישט אז עס זאל אונטערגיין, קען עס נאכאלץ קומען באגלייט מיט א טשעפטער 11 באנקראט, וואס דאן וועלן אלע סטאקס (שותפים) און באנדס (בעלי חובות) ווערן אפגעווישט למחצה ולשליש ולרביע, אדער נאך ווינציגער!

זייט נישט קלוגער ווי די גרויסע אינוועסטירער וועלכע האלטן אז די סטאק איז איצט נישט מער ווערד ווי כך וכך. וואס מיינסטו, זיי מאכן נישט דעם זעלבן חשבון?! ווי איז דער גאזיליאנער וואָרען בּאפעט, פארוואס קויפט ער נישט אביסל פון די אלע מציאות?! ער ליינט נישט אייוועלט?

אויב עמיצער זיצט מיט א געטראפענע זעקל פאר טאלער וואס ער איז גרייט צו שפעקולירן און אנזעצירן, מעהייחע טייסע. אבער ווארפט נישט אייערע געשפארטע שווער-געהארעוועטע געלטער אין פייער אריין! אויב עפעס, לוינט זיך ענדערש צו אינוועסטירן אין א פארלעסליכע ETF ( ענליך צו א מיוטשעל פאנדס), וועלכע איז געבינדן צו א געוויסע מארקעט סעקטאר מיט א פּאָרטפאָליא פון מערערע קאמפאניעס, וואס דאן איז די ריסק פיל קלענער.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5345
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 12:45 am

פארוואס זאגסטו אז באפעט קויפט נישט? ער האט איינגעקויפט א פרישע פעקל דעלטא סטאקס א וואך-צוויי צוריק.

כ'מיין אז איך האב עס שוין געשריבן אויבן, איך גלייך JETS אי טי עף אויב איינער וויל אינוועסטירן אין די עירליין סעקטאר, אזוי איז דיין ריסק געעוורידזשט צווישן אלע עירליינס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 9:39 am

ענדליך עפעס פיינע נייעס אויף וואל סטריט. די דאו האט זיך געעפנט אראפ מיט בלויז 491 פונקטן...
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 9:49 am

#BREAKING: Bank of America declares that the US is now in a recession https://t.co/hjz4YutKL1 https://t.co/XFqld58Jpg

טראכט גראד
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 15, 2020 12:20 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך טראכט גראד » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 11:10 am

פון די איינציגסטע קאמפעניס וועלכע איז דערווייל העכער פאר די יאר איז "וואלמארט"!!

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:13 pm

טראכט גראד האט געשריבן:פון די איינציגסטע קאמפעניס וועלכע איז דערווייל העכער פאר די יאר איז "וואלמארט"!!

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2135063#p2135063
לא אמרו רבנן בכפיל"א

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 1:14 pm

פארוואס איז די נעסדעק היינט מיט אזויפיל העכער (פראצענטואל) ווי די דאו און עס ענד פי?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 2:30 pm

דער רעפאבליקאנער פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז גרייט אז די רעגירונג זאל ווערן א שותף אין די ארויסגעבעילטע קאמפעניס.

היינו דאמרינן לגבי בויאינג 2020 - דזשי עם 2009.

איך עמפעסייז רעפאבליקאנער, ווייל די דעמאקראטן וועלן נאך שנעלער שטיצן אזא זאך ווי די רעפאבליקאנער.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 3:37 pm

די מארטגעדזש ריפיינענס בּום איז אָואווער!!!!! (עט ליעסט אויף דערווייל)
ראטעס זענען נעכטן/היינט געשפרינגען!

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:21 pm

צל עובר האט געשריבן:דער רעפאבליקאנער פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער איז גרייט אז די רעגירונג זאל ווערן א שותף אין די ארויסגעבעילטע קאמפעניס.

היינו דאמרינן לגבי בויאינג 2020 - דזשי עם 2009.

איך עמפעסייז רעפאבליקאנער, ווייל די דעמאקראטן וועלן נאך שנעלער שטיצן אזא זאך ווי די רעפאבליקאנער.


און דו עקשן דיך אז סאציאליזם איז נאכנישט גענוג פאפולער צו קענען געווינען.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:23 pm

אלס פאליסיס? אדער אלס ברענד?
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:28 pm

אויב סאציאליזם איז פאפולער, קען מען פשוט מסביר זיין פאר מענטשן וואס סאציאליזם איז.

מענטשן האלטן נישט אז דאס וואס זיי האבן ליב און שטיצן איז א בער אפגעזען פון וויאזוי מ'רופט עס.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:31 pm

מען קען נישט, מענטשן ארבעטן נישט אויף דעם אופן.

פונקט ווי טראמפ קען נישט לויפן אויף פאשיזם אדער נאציזם.

אדער ווי קאמוניזם וואלט נישט געקענט געווינען אלס א ברענד, אבער מעגליך יא אויף אסאך פאליסיס.

קענסט פארקויפן וואס דו ווילסט, אבער דו קענסט עס נישט אדווערטייזן מיט פארעקלנדע עדס.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:39 pm

איי וועסטו פרעגן וואס פעלט אויס צו נעמען די מהלך?

און די תירוץ איז אז די מציאות ווייזט אז אמעריקע איז סטאק אין יעדן הינזיכט, און א גרויס טייל פון דעם קומט צוליב די אלע לעבלס.

למשל, שטעל דיך פאר וואספארא ויצעקו ס'וואלט געווארן ווען א דעמאקראט וואלט געטוהן דאס, און מ'דארף זיך נישט פארשטעלן, מ'קען פשוט קוקן אויף די היסטאריע...

אלזא איז נישט קיין ספק אז גאר אסאך זאכן צו וואס אמעריקאנער זענען טאטאל גרייט - ווייל מ'זעט ווי אפילו רעכטע זענען עס גרייט צו טוהן אין פאל פון נויט - ווערט נישט געטוהן ווייל די רעכטע ווילן עס דאך נישט טוהן, אין די צענטריסטן האבן מורא פון די רעכטע אז מ'וועט זיי פארשרייען אלס סאציאליסטן.

אבער מיט'ן זאגן פאר'ן עולם: "שעפעלעך, ענק האבן ליב סאציאליזם, ווייל אלעס וואס איז סאציאליסטיש אין אמעריקע איז פאפולער, ענק דארפן נאר פשוט אינאכט נעמען וואס סאציאליזם מיינט" קען מען בעז"ה אפשטעלן דעם פראבלעם.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 6:47 pm

צל עובר האט געשריבן:מען קען נישט, מענטשן ארבעטן נישט אויף דעם אופן.

פונקט ווי טראמפ קען נישט לויפן אויף פאשיזם אדער נאציזם.

אדער ווי קאמוניזם וואלט נישט געקענט געווינען אלס א ברענד, אבער מעגליך יא אויף אסאך פאליסיס.

קענסט פארקויפן וואס דו ווילסט, אבער דו קענסט עס נישט אדווערטייזן מיט פארעקלנדע עדס.


דו מיינסט טאקע אז א קאנדידאט קען נישט אנציען שיין לויפנדיג אויף פאשיזם אדער נאציזם?

דאס איז א ביטערע טעות וואס מיר אלע ווילן גלייבן.

אודאי ווענד זיך וויפיל ער וואלט אנגעצויגן לויט די מצב ארום (פונקט ווי דאס אז טראמפ האט געקענט געווינען אין 2016 איז נישט קיין כלל אויף אנדערע וואלן), אין יעצט איז גראדע א צייט וואס מענטשן זענען דירעקט גרייט צו שטיצן א קאנדידאט אפגעזען זיין לעבל, און דאס איז טאקע פארוואס ביידען געווינט אזוי שטארק קעגן טראמפ טראצדעם וואס לויט אנקעטעס איז די דעמאקראטישע פארטיי היינט זייער נישט פאפולער (ווייניגער פאפולער ווי סאציאליזם), ווייל ארויסצוזען טראמפ איז מען גרייט אויף אלעם.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 20, 2020 4:20 pm

Screenshot_20200320-161212_Chrome.jpg
Screenshot_20200320-161212_Chrome.jpg (160.77 KiB) געזעהן 1679 מאל


ערגסטע וואך זינט 2008
Screenshot_20200320-163741_Chrome.jpg
Screenshot_20200320-163741_Chrome.jpg (74.63 KiB) געזעהן 1655 מאל

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 22, 2020 6:18 pm

פיוטשערס האבן זיך געעפנט 6:00

קורץ דערנאך האט עס שוין געטראסקעט די לימיט...
צוגעלייגטע
ETvuv7jXgAAdMgF.jpeg
ETvuv7jXgAAdMgF.jpeg (81.31 KiB) געזעהן 1502 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 22, 2020 9:30 pm

חברה די טראסקע האט זיך לכאורה קוים אנגעהויבן, ס'איז דערווייל אלעס געווען געבויעט אויף די שפעקאלאציעס און די מורא, ס'הייבט אן בקרוב ארויסקומען די הארטע נומבערס, די זשאב נומבערס נעקסטע וואך, דאן די מאניופעקטשורינג, די קאנסומער ספענדינג, די זשי די פי, דאן די נאכפאלגענדע חודש אא"וו.

אוי קומט כאאס ה"י.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 22, 2020 9:43 pm

מורא איז צומאל א גרעסערע מורא ווי די מורא אליינס... שוין אסאך מאל געזען אויף די מארקעט.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:25 am

דאו העכער מיט 1349

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך יש בו » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:30 am

הכל הבל האט געשריבן:דאו העכער מיט 1349

1417+
פעיק נוז קאמפיין מענעזשער

פ/מעיק אייוועלט גרעיט אגעין

די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:43 am

1540


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אליעזר ב. און 18 געסט