באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 20, 2016 12:09 pm

Ouch! די סטאק מארקעט בלוטיגט אויס, דאו 543- !!!!

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 20, 2016 12:45 pm

וואס איז?

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מיטוואך ינואר 20, 2016 12:45 pm

וועגן די אויל פרייזן

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 20, 2016 12:47 pm

טראסקעט ווי בליי, 558-!

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 3:38 pm

Wow
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5179
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 20, 2016 3:40 pm

בן נון האט געשריבן:Wow

אמעריקא זאל שוין באאצלן די חובות. אז נישט וועט טשיינע נאך מער אראפרוקן זייער מארקעט... #ראה הזהרנוך..
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:05 pm

Earlier in the day, the Dow plunged as many as 565 points on Wednesday after crude oil plummeted another 7% to below $27 a barrel. However, stocks have bounced off their worst levels and now the Dow is "only" down about 175 points.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:08 pm

בן נון האט געשריבן:Earlier in the day, the Dow plunged as many as 565 points on Wednesday after crude oil plummeted another 7% to below $27 a barrel. However, stocks have bounced off their worst levels and now the Dow is "only" down about 175 points.

יעצט 249-

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 4:15 pm

Is it 2008 all over again? Depends how the people (media) will react
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מיטוואך ינואר 20, 2016 7:56 pm

יעדער זאל וואטשן וואס ער שרייבט ווייל און אפאר חדשים ארום ווען יעדער וועט שוין לאנג האבן פארגעסן וועל איך בל"נ קוואטן יעצטיגע תגובות

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:04 pm

דאס קענסטו שרייבן אין די פריימערי אשכול. ווי קומט עס דא אריין?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:18 pm

מיש צוריק אפאר בלעטער וואס מען האט געשריבן דא 2011 ווער געדענקט ? מארקעטס ארבעטן דעי וועג סגייט רוב מאל ארויף אבער סגייט אויך אראפ , און ווען סגייט אראפ גייט עס אראפ אסאך שנעלער וויא סגייט ארויף ,אזויא האט עס אייביג געארבעט און גארנישט האט זיך געטוישט .

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:18 pm

נישט יעדעס מאל ווען די מארקעט פאלט איז נאכמאל 2008 נישט קיין חילוק וואס די קלאנס אויף די מידיע זאגן, עס לאנג די עקאנעמי איז פיין וועט די מארקעט צוריק ארויפגיין , און טשענסעס זענען אז ביז אפאר חדשים ארום וועט שוין קיינער לאנג נישט געדענקן

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:19 pm

אודאי גייט עס ארויף און אראפ.

די שאלה איז וואס ברענגט עס ארויף אדער אראפ.

---
האקט
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:20 pm

מיין תגובה האט געמיינט צו ארויסברענגען אז די קראך אין 08 איז אין טייל געווען צו פארדאנקן די היסטעריע פון די מידיא
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 9:29 am

און באמת איז עס געווען אימבאגרינדעט??

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 10:02 am

ניין. איך האב געזאגט "אין טייל".

דו קענסט יעצט אויך נעמען די שוואכע פאקטארן אין די עקאנאמי, מאכן א היסטעריע דערפון, די סטאק מארקעט וועט קראכן, מען וועט אפזאגן ארבערטער, בענק וועלן זיך דערשרעקן אאוו
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 10:36 am

אאיז דא ערגעץ ווי איך קען קוקן וועלכע סטאקס ס'זענען היינט נידעריג און לינט זיך צו קויפן?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 10:53 am

יש ברירה האט געשריבן:Ouch! די סטאק מארקעט בלוטיגט אויס, דאו 543- !!!!


בן נון האט געשריבן:Is it 2008 all over again? Depends how the people (media) will react


ענדע צדיק! האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:Wow

אמעריקא זאל שוין באאצלן די חובות. אז נישט וועט טשיינע נאך מער אראפרוקן זייער מארקעט... #ראה הזהרנוך..

:lol:

אינטערסאנטע תגובות פון אנהייב יאר 2016.. די עולם דא האט זיך געוואונטשן ס'זאל אזוי זיין..

נו שוין..
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:18 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:אאיז דא ערגעץ ווי איך קען קוקן וועלכע סטאקס ס'זענען היינט נידעריג און לינט זיך צו קויפן?


מהיכי תיתי אז אז ס'טאק וואס איז נידריג לוינט זיך צו קויפן? געווענטליך פאלט די פרייז פון א סטאק ווייל אנאליסטן האלטן אז ס'איז קרוב להפסד.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג דעצמבער 30, 2016 2:43 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:אאיז דא ערגעץ ווי איך קען קוקן וועלכע סטאקס ס'זענען היינט נידעריג און לינט זיך צו קויפן?


אז דו ביזט גרייט צו קויפן סטאק האסטו דאך זיכער א בראקערעדש אקאונט, יעדע אנליין בראוקער דארף צו האבן אזא פילטער ווי מען קען זיכן וועלכע סארט קרייטעריע מען וויל אריינגערעכנט לאזערס.

אדער קענסטו פשוט מאכן א גוגל סערטש פאר סטאק מארקעט מאווערס.

דער מהלך ווערט אנגערופן buying on the dip, די שאלה איז ווען הייסט א סטאק גענוג ביליג ס'זאל הייסן א מציאה, מען קען נוצן פאנדעמענטל (געווענליך מער לאנג טערם) אדער טעקניקל (שארט טערם) אנאליזן צו באשליסן ווען צו קויפן און פארקויפן.

אויף למעשה ווייס איך נישט פון קיין איינעם און איך קען אויך נישט איינעם וואס קען איינעם וואס האט מצליח געווען מיט סטאק טרעדינג.

ברכה והצלחה.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג ינואר 01, 2017 2:34 pm

למעשה האט די דאו נישט דורכגעבראכן די 20.000 פוינט אין 2016, די לעצטע 2 וואכן האט אויסגעקוקט ווי ס'גייט אט אט פאסירן די היסטארישע דערגרייכונג, למעשה די העכסטע איז עס אנגעקומען dec 20 צו 19.987 בלויז 13 פוינטס אוועק פון 20.000

למעשה האט די דאו געשלאסן די יאר ביי 19.762 געשטיגן פאר די יאר 13.42% א הערליכע געווינס פאר די יאר!

די גרעסטע געינער 2016 איז געווען קערעפילער (CAT) ארויף 36.46%, אויך איז גאלדמאן סאקס (GS) איז געשטיגן גאר שטארק מיט איבער 32%, די ביידע קאמפעניס זענען שטארק געשטיגן נאך טראמפס זיג, קערעפילער מיטן חשבון אז ס'קומט ריזיגע אינפאסטראקטשער און גאלדמאן סאקס ווייל ס'קומט די-רעגולעיט + הייערן זייער געוועזענער CEO פאר א מאכטפולע פאזישען.

אנדערע באקאנטע קאמפעניס: עפעל (AAPL) האט געגעינט איבער 10% פארן יאר, באויאינג (BA) איבער 7% (שוין נאך טראמפס קאמענטארן אויף די קאמפעני..)

די גרעסטע לוזער אויף די דאו 2016 זענען געווען דיזני ווארלד (DIS) אראפ 0.82% און קאוקע קאולע (KO) אראפ 3.49%, און נייקי (NKE) מיט גאנצע 18% אראפ!
1 + 1 = חלה דעקל...

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג ינואר 06, 2017 1:53 pm

די דאו האט היינט דערגרייכט א הויכפונקט פון 19,999.63.
לאמיר זעהן טאמער ס'וועט נאך היינט אריבערשפרייזן די מיילסטאן פון 20,000

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 03, 2018 10:43 am

אומגלויבליך, אבער די מארקעט גאלאפירט מיט א מורא'דיגע שנעלקייט. בשעת'ן שרייבן די שורות האלט היינט די דאו זשאנס ביי א הויך פון 24,909. ס'איז נאך ווייניגער ווי א יאר זינט 1/25/17 ווען ס'האט די ערשטע מאל געבראכן 20,000 אין יעצט האלט מען שוין ביים שוועל פון 25,000.
נישט קיין ספק אז פרעזידענט טראמפ וועט נעמען קרעדיט דערפאר און באמת איז די נייע טעקס קאט ביל טאקע א פאקטאר ווייל אז די גרויסע קארפארעישאנס צאלן ווייניגער טעקס, זענען זייערע שעירס מער ווערד

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 03, 2018 4:06 pm

די דאו זשאנס האט היינט געגרייכט א הייעך פון 24,941 און זיך געשלאסן ביי 24,922, ארויף 98 פונקטן פון נעכטן.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, גראסערי מאן, דריידל, הרב_שלום, וויכטיג מאכער, זזה, שטיל און 56 געסט