טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג מארטש 12, 2009 2:20 am

ראבאטישע טיטשערס...
http://www.msnbc.msn.com/id/21134540/vp ... 8#29636474

אכטונג מען זעהט נשים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג מארטש 17, 2009 3:13 pm

פארוואס איז מען נישט ממשיך מיט די טעגליכע נייעס אין קורצן

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג מארטש 17, 2009 4:34 pm

צום באפעל!

די אידישע וועלט האט איבערגעגעבן די שוידערליכע נייעס אז קאנסטראקשן איז ארויף אין פעברואר, כ'האב מורא אז ער איז סתם נוטה צו די ליבעראלן, אבער אונז וועל מיר זיך נישט לאזן, אונז וועל אויף עפעס א פשעטל זאגן אז ס'איז בוש'ס קרעדיט, אדער וועלן מיר זאגן אז ס'איז סתם א סייקל, אבער פאר אבאמא חס מלהזכיר. אונז קען מיר זיך נישט ערלויבן אים צו געבן קרעדיט, ער איז שולדיג אז די עקאנאמיע האט זיך נישט אויפגעכאפט ביז היינט.

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג מארטש 17, 2009 4:37 pm

ערלעדיגט ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, דער אבאמא פארשטייט אזוי גיט צו בויען זאל ער זיך נעמען בויען הייזער און צוריה לאזן די מענטשהייט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 18, 2009 1:53 am

וויאזוי זוכט מען ארבעט היינטיגע צייטן?

א מאן אין וויסקאנסין איז געקומען אויף א בייפאל, ער האט אפגעדינגען א בילבארד אויף א פארנומענע הייוועי און זיך אדווערטייזד דארטן מיט א בילד פון זיך און זיין פאך, ער האט שוין געהאט עטליכע אינטערוויאוס פילייכט וועט עפעס ווערן.

"אזויפיל מענטשן זוכן היינט ארבעט, איך מוז מיט עפעס ארויסשטיין פון אנדערע" זאגט ער.
צוגעלייגטע
billboard.JPG
billboard.JPG (12.82 KiB) געזעהן 1858 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך מארטש 18, 2009 12:17 pm

די בילבאורד האט אים לכאורה אפגעקאסט מער ווי ער פלאנט צו פארדינען אין א האלבע יאר

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

העלישע פייער אויסגעבראכן אין סיטי אויף לאנדאן

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך מארטש 18, 2009 9:39 pm


חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

תגובהדורך חידוש נפלא » מיטוואך מארטש 18, 2009 9:51 pm

די נייעס אז עס גייט אהן בתוקפו נאך א אידישע נייעס סטאנציע איז סאך אינטערסאנטער (א חוץ אויב די בילדינג איז א אידישע בילדינג ה"י)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מארטש 18, 2009 10:43 pm

נאך א לאנגע זוכעניש (אויף סי ען ען, רויטערס, און בי בי סי) האב איך ענדליך געפונען דעם נייעסל:

http://news.bbc.co.uk/1/hi/england/london/7951248.stm

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מארטש 23, 2009 11:44 pm

דזשארדזש וועבער פון עי בי סי ראדיא סטאנציע אין ניו יארק איז געפונען געווארן דערשטאכן צום טויט אין זיין היים, פאליציי פארשן דעם מארד.

די וואס פלעגן הערן קורטיס און קובי צופרי זענען זיכער באקאנט מיט זיין שטימע --- דזשארדזש וועבער, עי בי סי ניוז.

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג מארטש 24, 2009 10:07 am

מה טובו פון דעם וועבער? קעגן וועם פלעגט ער אזוי שימפן אז מען זאל זיין אזוי ברוגז אויף אים?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 24, 2009 4:15 pm

ווער זאגט אז מען איז געווען ברוגז? גראדע זאגען זיי אז עס איז געווען א פריוואטע קאנפליקט און ער האט גאנץ זיכער געקענט דעם מערדער און אריינגעלאזט אין שטוב.

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג אפריל 27, 2009 8:31 am

דשענעראל מאטארס וועט שניידען 23,000 דשאבס - אין די פירמע וועט עלימינירען איר "פאנטיאק" ברענד ביז יאר 2010
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 27, 2009 9:37 am

פרעזידענט, יישר כח פארן מעלדן נייעס. האלט ווייטער אן, מיר האבן הנאה.

און אז מ'רעדט שוין פון GM איז ווערט צו דערמאנען אז ווי געמאלדן וועלן זיי אפשפארן לענגאויס די זומער חדשים אלע זייערע פלענט'ס ווי זיי פאברעצירן אויטא'ס דא אין אמעריקע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2008 9:34 am

תגובהדורך מעכעלע » מאנטאג אפריל 27, 2009 11:36 am

יישכ יעדער איינער, עס איז געשמאק צו ליינען.

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג אפריל 27, 2009 10:36 pm

מענהעטען איז היינט געווען אין שאק ווען אינדערפריה איז א גרעסערע [747] פליגער געפלויגען העכער מענהעטען זייער נידעריג אין באגלייטונג פון נאך פליגער, ברענגענדיג אז מען זאל עוועקיואירען עטליכע געביידעס - וואו עס שטעלט זיך אויס איז עס געווען א פרעזידענטליכע פליגער אין באגלייטונג פון עף-16 מיליטערישע פליגערס, אויף א פראבע-טרעינינג מיסיע.
דאס ווייסע הויז האט זיך שפעטער אנטשולדיגט פאר'ן מאכען אזא אום-געמאלדענע מיסיע ברענגענדיג שרעק אין פאניק צו ניו יארקער אייוואונער.
מעיאר בלומבערג האט אויך נישט געוויסט אז דער טעסט גייט פארקומען, אבער די ניו יארק סיטי פאליציי האט יא געוויסט פון דעם.
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג אפריל 28, 2009 4:26 am

די עראפלאן וועלכע איז באגלייט געווארן פון צוויי קאמפס עראפלאנען אין לאוער מאנהעטן איז געווען טייל פון א "בילדער-כאפן" אקציע און נישט קיין אורזאך פאר פאניק, האבן פעדעראלע אוויאציע באאמטע געזאגט, אבער עטליכע וואלקן-קראצער געביידעס האבן פארט עוואקואירט אלע אנוועזענדע.

צוויי עף-16 קאמפס פליגער האבן באגלייט דעם פרעזידענט'ס 'עיר פארס 1' בעק-אפ פליגער אין די געגענד פון די 'סטעטשו אוו ליבערטי'. לאקאלע באאמטע האבן באקומען א צייטליכע מעלדונג דערוועגן פון די עף-עי-עי, אבער קיינער האט נישט איינגעמאלדן פאר'ן פאבליק דערוועגן.

טייל ביזנעסלייט ביים וואסער-פראנט אין ניו דזשערסי זענען אויך ארויסגעלאפן פון די הויכע געביידעס. איין ביזנעסמאן זאגט אז אלע זענען געלאפן אין פאניק "ווייל עס האט אויסגעזעהן ווי דער עראפלאנען קומט אריינצופארן אין די בילדינג."

דזשאן לייטנער, א פלאר טרעידער ביים נ.י. מערקאנטייל עקסטשעינדזש בילדינג, זאגט אז מען האט נישט איינגעמאלדן פריער פאר די ארבעטער איבער די עראפלאן רייזע. ער זאגט אז אלע האבן געפאניקט ווען זיי האבן געזעהן די נידריג פליענדע פליגערס און האבן אנגעהויבן ארויסצולויפן פון די געביידע, עטליכע בלאקס פון די געוועזענע וואורלד טרעיד צענטער.

--

דעם פרעזידענט'ס רעדע ביים 'נאציאנאלע אקעדעמיע פון סייענסעס', איז אביסל פארהאנקערט געווארן ווען דער פרעזידענט איז געלאפן פאראויס פון זיין 'טעלע-פראמטער'. (אזא טאוול פון גלאז פון וואו דער פרעזידענט לייענט אפ זיין רעדע).
דערציילנדיג וועגן זיינע פלענער איבער א 'פרעזידענט'ס קאנסול פון ראטגעבער אויף סייענס און טעכנאלאגיע' (PCAST), האט אבאמא אנגעהויבן אויסצוליינען נעמען פון די מיטגלידער, אבער דאן באמערקט אז ער האט זיי שוין אויסגערעכנט.

דער פרעזידענט, וועלכע'ר שמ'ט אלס געלונגענער רעדנער, איז קריטיקירט און אפ'געשפאסט געווארן אין די לעצטע וואכן צוליב'ן זיין צופיל אנגעוויזן אויף דעם מאשין וועלכע באגלייט אים איבעראל.

"אין צוגאב צו דזשאן – אנטשולדיגט, די – איך בין דא פאראויסגעלאפן," האט אבאמא געזאגט, ווארטנדיג פאר עטליכע סעקונדעס ווען ער קוקט אויפ'ן פראמטער. "נו, גיי שוין, ריר זיך שוין. איך האב שוין אויסגערעכנט די אלע לייט," האט דער פרעזידענט וויצלענדיג זיך געבייזערט אויפ'ן טעלע-פראמטער ווען דער עולם לאכט זיך אונטער...

--

פאמפאנאו ביעטש, פלארידע – א 70 יעריגער מאן איז דערטרונגען געווארן ל"ע אינעם ים פארגאנגענעם שב"ק, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעראטעוועט צוויי קינדער פארכאפט אין א שטראם.

טשארלס שולץ האט געשלעפט די 9 און 12 יעריגע קינדער כמעט ביזן ברעג, פון וואו צוקוקער האבן זיי איבערגענומען פון אים און זיכער געמאכט אז זיי זענען אין ארדענונג.

די קינדער זענען געווען אין א גוטע צושטאנד, אבער ווען מען האט זיך אויסגעדרייט זעהן וואס עס טוט זייער רעטער, האט מען אים געטראפן ליגן אין די וואסער. טראץ די סי-פי-אר פרואוון פון עטליכע לייט, איז שוין נישט געלונגען צו ראטעווען דעם אלטן העלד.

--

א שטארקע ערד ציטערניש האט געטראפן צענטראל מעקסיקאו מאנטאג, אויפטרייסלענדיג הויכע געביידעס און פאראורזאכנדיג פאניק צווישן די באפעלקערונג.
די צענטער פונעם 6.0-מאס ערד ציטערניש איז געווען נעבן טשילפאנקינגאו, בערך 130 מייל פון מעקסיקאו סיטי, לויט די יו.עס גיאלאגישע באריכט.

מעקסיקאו סיטי באאמטע האבן געזאגט אז זיי האבן נישט באקומען קיין באריכט פון שאדן אדער פארוואונדעטע.

--

סעקרעטערי אוו סטעיט הילערי קלינטאן האט גערופן אויף די ענוויירענמענט מיניסטארן פון די וועלט'ס 17 גרעסטע עקאנאמיעס צו צוימען די גרינהויז גאז אבפלוס, און צוגעזאגט אז אמעריקע וועט "ווייזן דעם וועג".

אין איר רעדע האט קלינטאן געזאגט אז קלימאט ענדערונג איז א "קלארע און באלדיגע געפאר פאר אונזער וועלט" און געזאגט פאר די ענוויירענמענט מיניסטארן אז די אבאמא אדמיניסטראציע איז "פולשטענדיג אנגאזשירט אין פארהאנדלונגען פאר א גלאבאלע אבפלוס אפמאך."

--

אן איזראעילי נייעס אגענטור ציטירט פון איראנע און שפיאנאזש קוועלער, אז מאסקווע האט געווארנט טעהראן פרייטאג אפריל 17 אז מדינת ישראל פלאנט צו פארניכטן אלע 140 קאמפס עראפלאנען אנגעגרייט ביים מעהר-אבאד עיר פארס באזע פאר אן 'עיר-שאו' העכער טעהראן. די גאנצע פלאטע איז דערפאר אוועגעפירט געווארן צו אנדערע באזעס און די פארשטעלונג איז אנולירט געווארן.

אין די ערשטע וואך פון אפריל האט טעהראן געמאלדן אז זיי וועלן פארשטעלן א פרעצעדענטלאזע עיר שאו, צו דראמאטיזירן א צערעמאניאלע מיליטערישע פאראדע וועלכע וועט פארקומען אינעם הויפט שטאט אפריל 18. איראן האט געזאלט דערמיט ווייזן פאר די וועלט אז זי קען אפקעמפן אן איזראעילי אטאקע אויף אירע נוקלאערע באזעס. אבער למעשה זענען בלויז 4 עראפלאנען ערשינען ביים פארשטעלונג. איראנע פרעסע האט ערקלערט אז דאס איז צוליב די "שלעכטע וועטער און שוואכע זעה-מעגליכקייט", אבער פאקטיש איז אין איראן געווען א שיינע זוניגע וועטער.

לויט די איזראעילי פרעסע באריכט האט מאסקווע געמאלדן פאר די איראנער, אז די רוסישע שפיאנאזש סאטעלייט'ס און שפיאנאזש קוועלער האבן אויפגעכאפט פארברייטערונגען ביי איזראעילי עיר פארס באזעס צו באמבאדירן די 140 קאמפס פליגער, די גרעסערע טייל פון די איראנע לופט קרעפטן, אויפ'ן ערד די נאכט איידער די פארשטעלונג. אזוי ארום וועלן די נוקלאערע באזעס בלייבן אן קיין באשיצונג פון די איראנער לופט קרעפטן. אַן ענליכע אטאקע האט אפגעווישט די גאנצע עגיפטישע לופט פלאטע אין די ערשטע שטונדן פון די זעקס טאגיקע קריג.

--

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דינסטאג אפריל 28, 2009 7:26 am

יישר כח ר' יודעלע!

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג אפריל 28, 2009 11:22 am

יישר כח ר' יודל, אפשר ברענגסטו יעדן טאג אהער דיינע באריכטן אינעם לוח?


וואסי פשט אז רוסלאנד פרובירט צוהעלפן איראן אויף טריט און שריט?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 28, 2009 12:05 pm

ער' יודל, מיר ליינען און האבן הנאה.

קרעמער, באלד דארפן מיר שוין נישט צוקומען צו דיר. (איינער געדענק נאך ווען קרעמער פלעגטעס טון טעגליך?)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 28, 2009 12:12 pm

זייער שיין ר' יודל.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג אפריל 28, 2009 12:14 pm

שכוח יודל, מיר האבן הנאה געהאט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:38 pm

יישר כח ר' יודל.

איך-הער; קענסט פארדאנקן אבאמא'ן, זינט זיין געווינס בין איך ווינציגער איינגעטונקן אין די נייעס.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:50 pm

פרעזידענט אבאמא ווערט פארלוירן ווען די 'טעלעפראמטער' פארט צו שטייט, עס קאסט די אנוועסענדע א לאך.

http://xrl.us/beqpxk
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך אפריל 29, 2009 5:14 pm

קענסעס גאווערנאר קעטעלין סעבעליוס האט באקומען סענאט באשטעטיגונג צו דינען אלס די נייע העלט און יומען סערוויסעס סעקרעטאר'שע.

זי האט שוין א פאבליק העלט עמערדזשענסי אויפ'ן טיש, ווען די נייע מעקסיקאנע פלוּ פיגורירט אויפ'ן אויבן אן און האט שוין אנגעשטעקט צענדליגע אמעריקאנער.

מערערע רעפובליקאנע האבן זיך קעגנגעשטעלט איר באשטימונג אויפ'ן פאסטן, צוליב אירע ליבעראלע מיינונגען און שטייער פראבלעמען. (א נויטיגע קוואליפיקאציע אין די אבאמא קאבינעט)

--

ווען אבאמא האט צוגעזאגט אנצוקניפן ווארימע באציאונגען מיט איראן, האט ער זיך ווארשיינליך נישט גערישט אז אחמאדעניזשאד זאל אויך אדאפטירן זיינע קאמפיין טאקטיקן. אבאמא'ס באקאנטע קאמפיין סלאגאן "יא מיר קענען" (Yes We Can), ווערט איצט באנוצט דורך דעם איראנעם פרעזידענט אין א קאמפיין ווידיאו פאר איראן'ס פרעזידענטליכע וואלן יוני 12, ווען אחמאדעניזשאד לויפט פאר ווידערערוויילונג.

די ווידיאו ווייזט אחמאדעניזשאד מיט זיין באקאנטע ווייסע דזשאקעט צייגנדיג אויף א בלעקבאורד וואו עס איז אויפגעשריבן אויף פארסיש "מא מיטאוואנים" – יא מיר קענען. די פילם איז געצילט אויף סטודענטן וועלכע זענען געווענליך לינק געשטימט, און קאפיטאליזירט אויף זיין פריערדיגע סטאטוס אלס לערער אין א אוניווערסיטעט.

געוויסע ווייזן אן אז אחמאדעניזשאד האט עס שוין גענוצט איידער אבאמא, ווען אין זיין 2005 קאמפיין סלאגאן איז געווען די זאץ:"עס איז אויספירבאר, און מיר קענען עס באווייזן". אבער פאקטיש האט אבאמא שוין אין 2004 גענוצט דעם סלאגאן אין זיין סענאט קאמפיין.

--

א נייע באריכט צייגט אז היים פרייזן איבער'ן לאנד זענען ווייטער געפאלן אין פעברואר, און פינעקס אריזאנע איז געווען די הויפט דערלייגער.

היים פרייזן אין פינעקס זענען געפאלן מיט 35 פראצענט פון פאראיאר, לויט די נייע עס-ענד-פי\קעיס-שילער 20-שטאַט היים פרייז אינדעקס. דאס איז די ערגסטע קלאפ פון סיי וועלכע פון די 20 שטאטן אין אמעריקע. די הייזער אין פינעקס זענען מיט 51 פראצענט נידריגער פון זייער העכסטע שטאפל נישט לאנג צוריק.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 25 געסט