טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5365
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 21, 2019 6:44 pm

א שעריף'ס דעפוטי אין טעקסעס איז פארוואנדערט געווארן ווען א פראכט באן האט אריינגעקראכט אין זיין קאר זייענדיג אינטערוועגענס צו א הילפס רוף.

פאסירט האט עס אין מידלאנד קאונטי טעקסעס קורצליך ביפאר מיטאג היינט דינסטאג, ווען דער דעפוטי איז געווען אינטערוועגענס צו אן עמערדזשענסי איבער קליין קינד וואס האט זיך געשטיקט ל"ע, דער אפעציר איז אבער שטעקן געבליבן ביי די ארטיגע סאוט קאונטי רואד רעילראוד קראסינג, ווי די לעקטער'ס האבן זיך צובליטשקעט ווארענענדיג איבער א אנקומענדע באן.

דער אפעציר האט שטייצעך אויסגעווארט דער יוקל זאל זיך באקראצן, ווען עס איז שוין געווען פאריבער למחצה ולשליש, ווינאר ער האט געזעהן דעם אינטערשטן חלק פונעם שטייט-פארענדע באן האט ער ערלויבט זיך צו איילן אריבערצופארן די שינעס און פארזעצן מיט זיין געלויף.

וואס האט אבער פאסירט איז, אין די זעלבע צייט איז געקומען א צווייט באן פונעם אנדערן ריכטונג, און האט מיט א שטארקן אימפעקט א שנעלקע געגעבן דעם SUV פונעם דעפוטי, וואס האט געפלויגן און זיך איבערגעקערט ווי א שפילצייג.

צו מזל איז דער אפעציר נישט ערענסט פארוואנדערט געווארן, ער איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר אינטערזיכונגען, אזוי אויך האט דער קליין קינד באקומען זיין באהאנדלונג באצייטענס דורך א צווייטע רעטער.

דער ספעסיפישע רעילראוד קראסינג האט נישט קיין בעריער'ס וואס מאכן זיך אראפ צו פארשטעקן דעם וועג, און ווי ס'ווערט באריכטעט פאסירט דארט כסדר אינצעדענטן, אריינגערעכענט נאר דעם פארגאנגע וואך מאנטאג, א באן צוזאמשטויס מיט א טראק.

קליפיטש;

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6086
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג מאי 21, 2019 6:54 pm

Wow

מחנך
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דינסטאג מאי 21, 2019 7:24 pm

מורא'דיגע מעשה, וואו אהין איז ער "פארוואנדערט" געווארן צו? האט ער געפינען דעם וועג צוריק?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג מאי 21, 2019 7:42 pm

D7HWY5DWkAEQr87.jpg
D7HWY5DWkAEQr87.jpg (136.04 KiB) געזעהן 1015 מאל

@KollelNiyes: WOW!! A Billboard in #Manhattan in Times Square by @YossiGestetner's @OJPAC: "96% Hasidim Vaccinate, Do You?". #Great https://t.co/tQtoiNAOfN
...

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5551
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

וואלמארט ווען אויספאקען אייער גראסערי ארדער

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג יוני 11, 2019 10:53 pm

איר קענט ביים איינקויפען וועלן אינדערהיים דעליווערי, אן אנגעשטעלטע וועט האבן אויפ זיך א קעמארע וואס די קאסטומער וועט האבן צוטריט, און אזור וועט ער אוועק פאקען אייער ארדער ווי עס באלאנגט
(די מאמע וועט נישט זיין פארנומען קעיר צו נעמען ווער עס האט אוועק געפענט מער זאכן)
פאר מער זעהט דא
https://news.walmart.com/2019/06/07/tak ... ep-further
Free gift card when buying Pampers
viewtopic.php?f=26&t=25048&p=1929993#p1929993

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך יוני 12, 2019 5:29 am

הרב_שלום האט געשריבן:איר קענט ביים איינקויפען וועלן אינדערהיים דעליווערי, אן אנגעשטעלטע וועט האבן אויפ זיך א קעמארע וואס די קאסטומער וועט האבן צוטריט, און אזור וועט ער אוועק פאקען אייער ארדער ווי עס באלאנגט
(די מאמע וועט נישט זיין פארנומען קעיר צו נעמען ווער עס האט אוועק געפענט מער זאכן)
פאר מער זעהט דא
https://news.walmart.com/2019/06/07/tak ... ep-further

יא יא. אין אפאר יאר ארום וועלן זיי אהיים שיקן א ניורס פון שפיטאל ווען א קינד ווערט געבוירן און זו וועט מחנך זיין דאס קינד ביז די 6-7 משהיגיע לחינוך....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21210
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 12, 2019 9:51 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א שעריף'ס דעפוטי אין טעקסעס איז פארוואנדערט געווארן ווען א פראכט באן האט אריינגעקראכט אין זיין קאר זייענדיג אינטערוועגענס צו א הילפס רוף.


שרעקעדיג, ה' ישמור צאתנו ובואנו לשלום.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zwe, א. טראכטער, איך און איך, בעריש'ל, ירוושלמי22, מה שמו, קהל עדתינו און 65 געסט