רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 01, 2021 1:46 pm

נקדימון האט געשריבן:געזונטהייט מיניסטער אין מאינמאר [געצוואונגען געווארן צו מעלדן אז ער] רעזיגנירט. ער שטיפט זיין אדמינעסטראציע צו ווייטער טון די ארבעט איבער קאוויד און די פראגרעס מיט די וואקסינען.

אויב איינער מיינט אז די מחלוקת איז איבער קאוויד, איז אינטרעסאנט אנצואווייזן אז די סאלדאטן וואס שטייען אין די גאסן גייען מיט מאסקעס געהעריג...
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 2:04 pm

ווייל פירער אין די NLD (ש.פ. נ'אציאנאלער ל'יגע פאר ד'עמאקראטיע) בעטן די עולם זיך צו האלטן רואיג, האט דער אפיציעלע אקאונט פון סטעיט קאנצלערין סאן סו טשי ארויסגעשטעלט היינט אינדערפריה א בריעף זיך צו שטעלן אויף זייערע רעכטן און זיך קעגנגעשטעלן. אונטערגעשריבן מיט א צוקאטשקעטע אינטערשריפט פון יו ווין העטעין א סיניער פירער אין אפיציעלער ווארט זאגער פאר די נל"ד פארטיי.
20210201_134824.jpg
20210201_134824.jpg (684.72 KiB) געזעהן 1680 מאל


עס האט זיך קורצליך דערנאך ארויסגעשטעלט אז דאס איז פאלש. דער מיליטער האט געהעקט די אקאונט און נאך פולע רעגירונג אקאונטס און שרייבן וואס עס גלוסט זיך זיי.

יו ווין האט ארויסגעשטעלט א ווידעא ווי ער זאגט אז זיין אינטערשריפט איז געפעלשט און נישט ער האט עס אינטערגעשריבן. ער זאגט אז דער פאלק זאל ווייזן אומפאלגערשאפט דורך א פיעספולער וועג. יו ווין גלייבט אז ער גייט ווערן ארעסטירט נאך די ווידעא

20210201_135749.jpg
20210201_135749.jpg (104.97 KiB) געזעהן 1680 מאל

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך מצליח » מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:11 pm

פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז אמעריקע וועט באטראכטן מעגליכע סאנקציעס אויף מיינאמאר אויב די ארטיגע מיליטער טוט נישט זאפארט צוריקקערן די פארכאפטע מאכט צום דעמאקראטיש ערוויילטע רעגירונג.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:21 pm

מצליח האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז אמעריקע וועט באטראכטן מעגליכע סאנקציעס אויף מיינאמאר אויב די ארטיגע מיליטער טוט נישט זאפארט צוריקקערן די פארכאפטע מאכט צום דעמאקראטיש ערוויילטע רעגירונג.

לא זו הדרך מצאתם מידי עבירה, נאר עטליעסט ארויפלייגן גרויסע סאנקציעס תיכף ומיד, און סטראשען זאל מען מיט ערגער ווי סאנקציעס.

און אראפנעמען זאל מען די סאנקציעס בלויז ווען מען וועט באקומען נארמאלע פארשפרעכונגן פון די צוריקגעשטעלטע רעגירונג בנוגע די ראהינגא רציחות.

אויב ירום הודו שפירט פאר וויכטיג צו מאכן סדר דארט שטייצעך. (אפשר האלט ער אביסל ווי זיין פארגייער אז לעת עתה זאל מען קודם קעירנעמען פון אמעריקאנער אייגענע געברויכן.)
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:23 pm

מצליח האט געשריבן:פרעזידענט ביידען האט געמאלדן אז אמעריקע וועט באטראכטן מעגליכע סאנקציעס אויף מיינאמאר אויב די ארטיגע מיליטער טוט נישט זאפארט צוריקקערן די פארכאפטע מאכט צום דעמאקראטיש ערוויילטע רעגירונג.

געברענגט אויפן פריערדיגער דף.

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג פאברואר 01, 2021 4:44 pm

גאנצע 3 בלעטער אויפן וועלטל פאר א לענדל וואס באשטייט פון א רעגירונג פון עמיצער סושי, קוקו און יו ווין שוין



טאטע ווי בינעך.....
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:06 pm

נו וואדע האט געשריבן:גאנצע 3 בלעטער אויפן וועלטל פאר א לענדל וואס באשטייט פון א רעגירונג פון עמיצער סושי, קוקו און יו ווין שוין



טאטע ווי בינעך.....

:lol: ;l;p- דאכציך אז אן מיט איל האבן מער בלעטער

אוועטאר
tesla
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך tesla » מאנטאג פאברואר 01, 2021 6:19 pm

ווי געפאלט עס אויס אויפן מאפע?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
tesla
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך tesla » מאנטאג פאברואר 01, 2021 6:25 pm

tesla האט געשריבן:ווי געפאלט עס אויס אויפן מאפע?

וואס פרעיגסטע? גיי אליין אין זיך עס אויף...
צוגעלייגטע
Screenshot 2021-02-01 182218.jpg
Screenshot 2021-02-01 182218.jpg (148.67 KiB) געזעהן 1386 מאל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג פאברואר 01, 2021 7:49 pm

סא פאר;
20210201_194528~2.jpg
20210201_194528~2.jpg (160.62 KiB) געזעהן 1276 מאל

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך לעכטל » מאנטאג פאברואר 01, 2021 10:28 pm

וואס האט ער נישט גוט געטוהן, וואס איז די קאנפליקט דארט?
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך לעכטל » דינסטאג פאברואר 02, 2021 10:08 am

וועלט'ס לענדער זענען כמעט פאראייניגט ארויסגעקומען מיט א שארפע פארדאמונג קעגן דעם פּוטש וואס דאס מיליטער האט דורכגעפירט קעגן דער דעמאקראטיש-ערוויילטער רעגירונג אין מיאנמאר. דאס מיליטער האט זונטאג נאכט דערקלערט אז זיי האבן ארעסטירט די ציווילע פירער אין לאנד און האבן איבערגענומען די מאכט, און זיי האבן דערקלערט א סטעיט אוו עמורדזשענסי וואס וועט זיין אין אפעקט פאר א יאר צייט. וועלט'ס לענדער זאגן אז די רעגירונג איז דעמאקראטיש-ערוויילט געווארן און דער פּוטש איז אומלעגאל.

דער איד - אימעל.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:01 am

קאר פייפערייען און אויער-פארטייבענדע קלאפערייען מיט מעטאלענע טעפ ווערט געהערט איבער גאנץ מאינמאר, אין פראטעסט קעגן די מיליטערישע קאופ.

20210202_105754.jpg
20210202_105754.jpg (56.26 KiB) געזעהן 955 מאל

20210202_105757.jpg
20210202_105757.jpg (70.2 KiB) געזעהן 955 מאל

20210202_105139.jpg
20210202_105139.jpg (178.91 KiB) געזעהן 955 מאל

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:20 am

(נאך חילוקי דעות אין די ביידען אדמינעסטראציע צו מען זאל איינערקענען די סיטואציע אין מאינמאר אלץ א מיליטערישער קאופ) מעלדט יעצט די סטעיט דעפארטמענט אז אמעריקא איינערקענט די מאכט פארכאפונג אלץ א מיליטערישער קאופ אוועקשטעלענדיג די באדן פאר אמעריקאנער סאנקציעס.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 17349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:27 am

יישר כח נקדימון, יש ברירה, און אלע אנדערע נייעס באריכטער אין דעם העכסט אינפארמאטיוון אשכול
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:34 am

מעקאנעל זאגט ער האט גערעדט נעכטן צו ביידען און בלינקען איבער די סיטואציע אין מאינמאר. מעקאנעל זאגט אז זיי "דעזערוון קרעדיט" איבער זייער ביי-פארטיזען באהאנדלונג און זייער קאארדענאציע מיט קאנגרעס.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 7:28 pm

נקדימון האט געשריבן:די מיליטער האט אפגעהאקט די סטעיט מידיע טעלעוויזיע און ראדיאס. לאקאל פאון ליינס אין אינטערנעט ווערט אויסגעשאלטערט אין א סך געגענטער.
א פרישע באריכט ווייזט ווי רוב דיקטאטורישע/רעזשים געפירטע לענדער זענען אויסגעשאלטערט פונעם אינטערנעט - אזוי אויך ווערט עס אויסגעשאלטערט אין פארשידענע לענדערע איידער עס קומען דארט פאר וואלן.
unnamed (6).png
unnamed (6).png (260.47 KiB) געזעהן 729 מאל

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג פאברואר 02, 2021 10:45 pm

ווערט באריכטעט אז די "אינטערנאציאנאלע מאנאטערי פאנד" האט פאריגע וואך אריבערגעשיקט 350 מיליאן דאללער פאר די ארטיגע רעגירונג זאל זיך קענען ספראווענען מיט די וויירוס - יעצט איז דאס געלט ווארשיינליך אריינגעפאלן אין די הענט די פוטש פירער.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:08 am

מאינמאר פאליציי האט אריינגעגעבן קלאגעס קעגן די ארויסגעשטעלטער פירערין סאן סו טשי, צוליב אומלעגאל אימפארטירט קאמיוניקאציע עקוויפמענט. סאן סו טשי וועט ווערן פארהאלטן אין געפענגעניש ביז פעברואר 15 לויט פאליצייאישע דאקומענטן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15289
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 03, 2021 10:19 am

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:די מיליטער האט אפגעהאקט די סטעיט מידיע טעלעוויזיע און ראדיאס. לאקאל פאון ליינס אין אינטערנעט ווערט אויסגעשאלטערט אין א סך געגענטער.
א פרישע באריכט ווייזט ווי רוב דיקטאטורישע/רעזשים געפירטע לענדער זענען אויסגעשאלטערט פונעם אינטערנעט - אזוי אויך ווערט עס אויסגעשאלטערט אין פארשידענע לענדערע איידער עס קומען דארט פאר וואלן.
unnamed (6).png

וואס איז פשט פון די דעמאקראטישע געפירטע לענדער אינדיע און פאקיסטאן?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:03 pm

כינעזער סטעיט מידיע באריכטעט די סיטואציע אין מאינמאר אלץ א "מעידזשער קאבינעט אויפשאקלונג".

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:09 pm

:lol: :roll:
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 01, 2020 10:33 am

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך מצליח » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:18 pm

טשיינע און רוסלאנד האבן ביידע געשטימט קעגן א יו ען רעזאלוציע צו פארדאמען די מיליטערישע פוטש אין מיינאמאר.

אוועטאר
אייגנארטיג
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:28 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך אייגנארטיג » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:21 pm

כ'מיין אז טשיינע און רוסלאנד דארפן אצינד אזא "מעידזשער קאבינעט אויפשאקלונג"...

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 5814
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רעגירונג אין מאינמאר אונטער ארעסט ביי די מיליטער

תגובהדורך נקדימון » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:06 pm

די מיליטערישע גאווערמענט פארארדנט טעלעקאם קאמפעניס צו צייטווייליג בלאקירן פעיסבוק, וויבאלד זיי גלייבן אז די פעיסבוק פלאטפארמע (וואס איז גאר פאפולער אין מאינמאר אין איז זייער קאמיוניקאציע מיטל) שטערט צו "צוריק שטעלן סטאביליטעט" אין די לאנד.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, Google [Bot], א שדכן, אשר מ., גפת, חיים נחום, טשיינע רב, מאירים, נוסח אשכנז, פרוכט בוים, קרייסלער, שכל'דיג און 29 געסט