חסד השם האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:חסד השם האט געשריבן:דער בדחן האט געשריבן:כאפצעם האט געשריבן:ס'דא א ציבור, יא. פראבלעם איז אז ביי זיי איז 150,000 פאררעכענט פארמעגליך, בעת פאר א חרדישע משפחה מיט 7 קינדערלעך איז עס ווייט דערפון.
מ'דארף מאכן א קאמפיין זיי אויפקלערן דערויף, זיי זענען נישט געוואינט צו דעם איקוועיזשאן. מ'דארף מיר א לאבאאירונג אין קאנגרעס פאר אונזער קאמיונעטי. זיי דארפן ס"ה צולייגן א קאמבינאציע פון אינקאם + משפחה גרויסקייט אלס חלק פונעם פעיזאוט קאנסידיראציע.
ווי זענען די עסקנים?
אה, סאיז נישט קיין געלט פאר די מוסדות נאר פאר יחידים!
און ער האט שוין טענות אויף די עסקנים.....
דאס איז די בעסטע וואס קענסט ענטפערן?
יא!! פאר איינער וואס קומט מיט טענות ווען בו בזמן זענען געטרייע עסקנים פארנומען שתדלען איבער דעים.....
ר' משה דוד ניעדערמאן איז און אקטיווע געשפרעכן מיט סענאט פירער שומערס אפיס איבער די נושא, אז ווען סגייט אראפ זאל מען רעכענען מיט וויפעל קינדער מהאט, פונקט ווי ביי אאלע אנדערע סאושעל פראגראמעס, ווי פוד סטעמפס, מעדיקעיד וכו'
*יו. דזשעי. או. שתדל'ט ביי סענאט פירער צו שיקן געפלאנטע "טשיילד קעיר" פעימענטס לויט גרויסקייט פון משפחה*
*מאמענטום וואקסט צו באקומען יערליכע טשיילד קעיר הילף פון $3,600 פער קליין קינד און $3,000 פער גרויס קינד איינגעטיילט אין 12 חדשים פון קומענדיגן זומער הבעל"ט - אבער יעצטיגע פלאן וועט רעדוצירן פעימענטס לויט פארדינסטן אן באטראכטן משפחה מיטגלידער*
אין וואשינגטאן וואקסט קלאר די מאמענטום פאר'ן פלאן פון קאנגרעס און פרעזידענט ביידען צו שיקן וויכטיגע טשיילד קעיר הילף פאר פאמיליעס, אבער דער יעצטיגער פלאן איז צו שרינקען און אפשטעלן די בענעפיטן לויט א געוויסע שטאפל פארדינסטן אן נעמען אין חשבון וויפיל קינדער די משפחה פארמאגט.
אויב און ווען דער יעצטיגער פלאן ווערט באשטעטיגט, וואס ווי געשמועסט זעהט אויס ווארשיינליך, וועט די פעדעראלע רעגירונג שיקן דריי טויזנט דאלאר פאר יעדן קינד אין עלטער פון 6 ביז 17 יאר, און 3,600 דאלאר פאר יעדן קינד אין עלטער פון 6 יאר אדער יונגער.
אבער אז עלטערן פארדינען 150 טויזנט דאלאר א יאר אדער מער, וועלן די הילף געלטער ווערן ווייניגער פאראלעל מיט די פארדינסטן ביז מען באקומט שוין גארנישט. די דאזיגע מאקסימום פארדינסטן זענען די זעלבע ביי יעדן איינעם, אפגעזען וויפיל קינדער מען האט אין שטוב.
אין געשפרעכן מיט'ן אפיס פון סענאט פירער אין וואשינגטאן, ניו יארק סענאטאר שומער, האט הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, פרעזידענט פון יו. דזשעי. או., אונטערגענומען וויכטיגע שתדלנות צו טוישן די פארמולא, אז די בענעפיטן אפשטעל זאל זיך יא ווענדן אין משפחה גרויסקייט. ביי רוב אנדערע הילף פראגראמען, ווי
מעדיקעיד, פוד סטעמפס, סעקשאן 8, אא"וו, זענען דא מאקסימום פארדינסטן ווען די בענעפיטן שטעלן זיך אפ, און די שטאפלען זענען געוואנדן לויט די "סייז אוו האוזהאלד." למשל, א משפחה פון פיר מעג פארדינען ביז א געוויסע סומע צו באקומען מעדיקעיד, אבער ביי א משפחה פון אכט איז די ערלויבטע סומע פיל העכער. אט דאס, זאגט יו. דזשעי. או., איז שטענדיג די ריכטיגע פארמולע צו מעסטן בארעכטיגונג פאר פעדעראלע הילף, און דאס דארף אויך יעצט זיין די באראמעטער צו מעסטן די געברויך פון קינדער-געבענטשטע פאמיליעס, אז זיי זאלן אויך באקומען די בארעכטיגטע טשיילד קעיר הילף געלטער. די אויפריכטיגע ווערטער זענען געווארן אויפגענומען מיט פארשטענדעניש און אריין אין די סענאט פארהאנדלונגען.
לויט'ן פלאן וועט די געלט געשיקט ווערן אין חודש'ליכע פעימענטס במשך 12 מאנאטן, אנגעהויבן פון קומענדיגן יולי למספרם. אפיציעל איז דער פלאן אן איינמאליגע זאך צוליב די קאוויד קריזיס וואס פלאגט אזויפיל משפחות, אבער מען רעדט אין וואשינגטאן איינצופירן די טשיילד קעיר הילף אויף פערמאנענט.