חיימאוויטש האט געשריבן:שיעלע וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן די פאקטן צו פארדרייען.
די פאקטן זענען אז לאזן פריי שרייבן העצע אויפן אינטערנעט טוט פארשפרייטן אנטיסעמעטיזעם, ראסיזעם, און העיט קעגן מינאריטעיטן. שייך זיך צו קריגן דערויף?
די פאקטן זענען אז טוויטער'ס בלאקירן אזעלכע שרייבערייען, איז א טובה פאר אונז, און טוט שווערע מאכן פאר העסליכע עלעמענטן צו שרייבן און פארשפרייטן זייערע מיינונגען. גענוג פשוט!
ווילסט טענה'ן אז דאס ברענגט נישט קיין נאצי-דייטשלאנד, ווייל אין דייטשלאנד איז אנדערש געווען? ערלעדיגט. סאו רוף עס עפעס אנדערש, די באנדע'ס אין רוסלאנד פון אויפגעהעצטע קאזאקן וועט דיר בעסער שטימען? אדער אפשר סתם אנטיסטיטישע גרופעס זאלן זיך הייבן די קעפ ווי מ'האט געזען אין שארעסוויל, דאס איז נישט גענוג געפערליך, מוז עס עפעס זיין אויפן זעלבן אופן פון נאצי-דייטשלאנד?
זאל דער רבוש"ע אונז אפהיטן פון אלעם בייזן, און ביזדערווייל לאמיר זיין וואך און אפן צו די אמת'דיגע סכנות קעגן אונז, אפי' ס'שטימט מיט די יעצטיגע פאליטישע זייט'ס אג'ענדע.
דו הייבסט אן מיט די שרעקעדיגע ווערטער: "שיעלע וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן די פאקטן צו פארדרייען"
און נאכדעם זאגסטו אז מיט די עצם פאקטן וואס כהאב געשריבן בין איך גערעכט.. נאר מיט מיין מיינונג בין איך נישט גערעכט...
מיין פריינד איך דיסעגרי מיט דיך איבער מיינונג אויכעט
אנטיסעמיטיזעם און ראסיזעם איז שוין ליידער פון לאנג פארשפרייט און אדרבה די אלע פלאטפארמעס איז א גוטע אויפן ווי די FBI זאל אנהייבן נאכקוקן די חברה
לאמיר נישט פארגעסן אז, א בפירושע רוף צו אטאקירן אדער אוועקנעמען יענעמס א רעכט איז בכלל נישט באשיצט אינטער די "פרייהייט פון אויסדריק" (דאס האט די סופרים קאורט שוין פון לאנג קלארגעשטעלט)
און אזאנס טאר מען סיי נישט זאגן און סיי נישט שרייבן
טראמפ האט גערופן א פראטעסט און נאכדעם געוואלט אז דער עולם זאל גיין צום קעפיטאל אנשרייען די איגנאראנטע פאליטיקאנטן, טענה'ן די דיקטאטורישע דעמאקראטן אז דאס איז געווען א בפירושע רוף פאר ווייאלענס.. כמיין, וואס דען האט ער געטראכט.. זאג איך: נאופ!! נישט אמת!! רופן פאר ווייאלענס דארף זיין בפירוש, אדער עכ"פ מיט א קאוד סלענג וועלכע באדייט "בפירוש" ווייאלענס
---------
דיין הנחה אז די צענזור ראטעוועט האט אסאך ווייניגער בעקינג אין די היסטארישע פאקטן
ווי מיין הנחה אז די צענזור איז די ערשטע סטעפס פאר א דיקטאטורשאפט
אין רוסלאנד איז נישט געווען איבעראל קיין געהעריגע מורא של מלכות און אסאך מאל איז די מלכות אליינס געווען דער אנהעצער אדער די קירכע
די רוסישע פויערן האבן אויסדריקליך נישט געהאט קיין קיין סאושל מידיע אדער קיין פרייהייט פון אויסדריק..
-------
די האלטסט אין איין רעדן ווי לעגאל דאס צענזורירן איז.. איך קאמענטיר ניטאמאל דערויף, איך בין א צוריקגעבליבענע רעפאבליקאנער, איך רעד בלויז פון קאמאן-סענס וואס צונעמען פרי ספיטש באדייט
איך קען נישט דאס "געזעץ" (וועלכע לייגט חרוב יעדע זיק של יוסטיץ)
איך קען נישט קיין "סייענס" (וועלכע איז אויפגעקומען מיט אסאך א גרעסערע קאנספיראציע טעאריע ווי אלע שטותים פון אלעקס דזשאונס צוזאמען, דהיינו: מיר קענען סעיוון די פלאנעט)
איך פרוביר צו אפטייטשן די אינפארמאציע וואס איך הער מיט א אינטערגרונד פון קאמאן סענס