נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2323
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
פונקט יעצט געטראפן אויף טוויטער.
נאך נאר צען מינוט אלט, לאמיר זעהן ווילאנג עס וועט דארט בלייבן.
נאך נאר צען מינוט אלט, לאמיר זעהן ווילאנג עס וועט דארט בלייבן.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2268
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
ווער איז די קאמפעני עפיק?
קענען זיי צושטעלן א אייגענע עפפ סטאר?
איינער מיט אן אנאליז וואלט איך פערזענליך עפרישיעיטעד
קענען זיי צושטעלן א אייגענע עפפ סטאר?
איינער מיט אן אנאליז וואלט איך פערזענליך עפרישיעיטעד
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
שיעלע בהמה האט געשריבן:ווער איז די קאמפעני עפיק?
קענען זיי צושטעלן א אייגענע עפפ סטאר?
איינער מיט אן אנאליז וואלט איך פערזענליך עפרישיעיטעד
פון אומגלויבליך

- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
נעקסט נעקסט נעקסט לעוועל
NEW YORK: Signature Bank says it's cutting ties with Trump and closing two personal accounts that held $5.3 million as the establishment seeks to isolate GOP.

עולם ומלואו האט געשריבן:נעקסט נעקסט נעקסט לעוועל
NEW YORK: Signature Bank says it's cutting ties with Trump and closing two personal accounts that held $5.3 million as the establishment seeks to isolate GOP.
פרי מארקעט גייט ביידע וועגן. האט איר אן אקאונט ביי סיגנעטשור? לאזט זיי וויסן אז איר "קאט טייס" מיט זיי.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2268
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
צו די אלע וואס מיינען אז דורך'ן צישטעלן א פרייע פלאטפארמע פון פרייע אויסדריק ערמעגליכט מען דורכדעם א נאצי דייטשלאנד האלאקאוסט..
וויל איך זאגן: ניין!!
נאצי דייטשלאנד האט אקטיוו צענזורירט און אפגעשטילט די וועלכע זענען נישט מיטגעגאנגען מיטן היטלער שפאן
א מעינסטרים מידיע וועלכע שטעלט אוועק די טאן לויט זייער אגענדע און געשמאק, שמעקט נאצי'דיג/קאמוניסטיש
א צענזור וואס קיינער האט קיינמאל נישט אויפגענומען און האט זעראו ווארט אויף דעם שמעקט נאצי'דיג/קאמוניסטיש
פון פרייע אויסדריק פאסירט נישט קיין נאצי דייטשלאנד!!

- תגובות: 901
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
- לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
שיעלע וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן די פאקטן צו פארדרייען.
די פאקטן זענען אז לאזן פריי שרייבן העצע אויפן אינטערנעט טוט פארשפרייטן אנטיסעמעטיזעם, ראסיזעם, און העיט קעגן מינאריטעיטן. שייך זיך צו קריגן דערויף?
די פאקטן זענען אז טוויטער'ס בלאקירן אזעלכע שרייבערייען, איז א טובה פאר אונז, און טוט שווערע מאכן פאר העסליכע עלעמענטן צו שרייבן און פארשפרייטן זייערע מיינונגען. גענוג פשוט!
ווילסט טענה'ן אז דאס ברענגט נישט קיין נאצי-דייטשלאנד, ווייל אין דייטשלאנד איז אנדערש געווען? ערלעדיגט. סאו רוף עס עפעס אנדערש, די באנדע'ס אין רוסלאנד פון אויפגעהעצטע קאזאקן וועט דיר בעסער שטימען? אדער אפשר סתם אנטיסטיטישע גרופעס זאלן זיך הייבן די קעפ ווי מ'האט געזען אין שארעסוויל, דאס איז נישט גענוג געפערליך, מוז עס עפעס זיין אויפן זעלבן אופן פון נאצי-דייטשלאנד?
זאל דער רבוש"ע אונז אפהיטן פון אלעם בייזן, און ביזדערווייל לאמיר זיין וואך און אפן צו די אמת'דיגע סכנות קעגן אונז, אפי' ס'שטימט מיט די יעצטיגע פאליטישע זייט'ס אג'ענדע.

הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
הרב חיימאוויטש ס'איז קלאר שייך זיך צו קריגן דערויף, ס'איז זייער פשוט אז ווען גרויסע קאמפעניס מיט די הילף פון די גאווערמענט פארשטילן מענטשן פירט דאס צו ראדיקאליזאציע. ס'פעלט אפילו נישט אויס קיין עווידענס דערצו כאטש וואס ס'איז דא גענוג (כוועל פרובירן צוזאמנעמען מארגן) ס'איז איינס פלאס איינס אז דאס ברענגט מיס-טראסט וואס איז א שארטקאט צו ראדיקאליזאציע.
חוץ מזה איז נישט במציאות צו אינגאנצן איינשטילן א מענטש סייווי. בייזוויליגע פארשוינען וועלן אייביג פארמאגן א פלאץ זיך צו לופטערן אויפן אינטערנעט. סך הכל שיסטו אראפ נארמאלע מענטשן פון טוויטער און דו רייצט זיי אויף צו גיין זוכן מער ראדיקאלע גרופעס.
חוץ מזה איז נישט במציאות צו אינגאנצן איינשטילן א מענטש סייווי. בייזוויליגע פארשוינען וועלן אייביג פארמאגן א פלאץ זיך צו לופטערן אויפן אינטערנעט. סך הכל שיסטו אראפ נארמאלע מענטשן פון טוויטער און דו רייצט זיי אויף צו גיין זוכן מער ראדיקאלע גרופעס.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 901
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
- לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
איך האב שוין געשריבן אין די פריער'דיגע תגובות, אז פון וואס זיי טוען יעצט, ביזן ציטערן פאר א סאוועיעטישע קאמוניסט'ישע סארט צענזור, איז א דבר רחוק עד למאוד. משא"כ די פאקטישע געווינסן וואס מיר האבן טאג טעגליך פון די טוויטער-צענזור איז קאי וקיימא. דאס וויל שיעלע פארדרייען.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4293
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
איז דען דא א צענזור אויף איינעם וואס העצט נישט? אלע קאנסערוואטיוון?
שויתי ה' לנגדי תמיד
- הערינג מיט ברוינפען
- שר חמש מאות
- תגובות: 645
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
חיימאוויטש האט געשריבן:שיעלע וועסט דארפן זייער שווער ארבעטן די פאקטן צו פארדרייען.
די פאקטן זענען אז לאזן פריי שרייבן העצע אויפן אינטערנעט טוט פארשפרייטן אנטיסעמעטיזעם, ראסיזעם, און העיט קעגן מינאריטעיטן. שייך זיך צו קריגן דערויף?
די פאקטן זענען אז טוויטער'ס בלאקירן אזעלכע שרייבערייען, איז א טובה פאר אונז, און טוט שווערע מאכן פאר העסליכע עלעמענטן צו שרייבן און פארשפרייטן זייערע מיינונגען. גענוג פשוט!
ווילסט טענה'ן אז דאס ברענגט נישט קיין נאצי-דייטשלאנד, ווייל אין דייטשלאנד איז אנדערש געווען? ערלעדיגט. סאו רוף עס עפעס אנדערש, די באנדע'ס אין רוסלאנד פון אויפגעהעצטע קאזאקן וועט דיר בעסער שטימען? אדער אפשר סתם אנטיסטיטישע גרופעס זאלן זיך הייבן די קעפ ווי מ'האט געזען אין שארעסוויל, דאס איז נישט גענוג געפערליך, מוז עס עפעס זיין אויפן זעלבן אופן פון נאצי-דייטשלאנד?
זאל דער רבוש"ע אונז אפהיטן פון אלעם בייזן, און ביזדערווייל לאמיר זיין וואך און אפן צו די אמת'דיגע סכנות קעגן אונז, אפי' ס'שטימט מיט די יעצטיגע פאליטישע זייט'ס אג'ענדע.
ער שרייבט נישט נאר אז פרי ספיטש ברענגט נישט קיין נאצי דייטשלאנד ער שרייבט אויך אז דאס פארקערטע - דהיינו אפרעסען פרי ספיטש ברענגט "יא" צו נאצי דייטשלאנד, אויף דעם ענטפערסטו נישט, בכוונה??
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
אגב,
- צוגעלייגטע
-
- ErfCkzVWMAAtiwg.jpeg (104.03 KiB) געזעהן 417 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 901
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
- לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
גראדע שרייבט ער דאס נישט... ער שרייבט אז אין נאצי-דייטשלאנד האט מען צענזורירט דער וואס זאגט אנדערש, און דאס איז די קאמוניסטיש-סארט אויף וואס איך האב יא רעאגירט, אז ס'איז בכלל נישט עפעס וואס האט א שייכות מיט די יעצטיגע טוויטער-צענזור.
די איבעריגע - וואס איז אין פאקט אונזער "ישועה" אין די היינטיגע מציאות - שמעקט ביי אים נאצי-דייטשלאנד, איז שייך עפעס צו ענטפערן דערויף? אים שמעקט עס אזוי און איך זעה עס אלס פאקט פארקערט.
די איבעריגע - וואס איז אין פאקט אונזער "ישועה" אין די היינטיגע מציאות - שמעקט ביי אים נאצי-דייטשלאנד, איז שייך עפעס צו ענטפערן דערויף? אים שמעקט עס אזוי און איך זעה עס אלס פאקט פארקערט.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
-
- שר האלף
- תגובות: 1553
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
נאצי דייטשלאנד - וואס לויט מאנכע דא אינעם אשכול קען זיך דוכטן אז זייער פראבלעם איז געווען אז זיי האבן פארשטאפט די מיילער פון די אפאזיציע - האט זיך געשאפן א דאנק די ברייטע פרייהייט וואס היטלער און זיינע נאכשלעפער האבן געהאט צו אויסדריקן זייערע העצערישע גיפטיגע מיינונגען. געס וואט, איינמאל זיי זענען געקומען צו דער מאכט זענען זיי מער נישט געווען אזוי אפן צו הערן איידיעס פון אנדערע פארטייען. דאס איז בעצם די פראבלעם מיט פרי ספיטש (און פרייהייט בכלליות), אז די בעד גיי'ס נוצן אויס די פרייהייט צו אונטערדרוקן די סאמע פרייהייט וועלכע האט זיי געגעבן די מעגליכקייט אנצוקומען צו עפעס אין ערשטן פלאץ.
פאן פעקט: נאצי דייטשלאנד איז לאו דוקא א סימבאל פון פארמאכן מיילער. כינע איז מסתמא פיל ערגער אין דעם הינזיכט.
פאן פעקט: נאצי דייטשלאנד איז לאו דוקא א סימבאל פון פארמאכן מיילער. כינע איז מסתמא פיל ערגער אין דעם הינזיכט.
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
Goodmorning האט געשריבן:איז דען דא א צענזור אויף איינעם וואס העצט נישט? אלע קאנסערוואטיוון?
נישט אויף אלע, אבער אויף זייער אסאך, אויך אזאנע וואס זענען בכלל נישט שעדליך
און ניין, האבן טענות אויף א עלעקשן זעלבסט איז נישט שעדליך און טאר נישט ווערן גע'בענט, אפילו אויב רוב אמעריקע זאל האלטן אנדערש.
אפילו פארברעכער האבן רעכט פאר א לאיער אויך אויב יעדער האלט אז ער איז שולדיג. וועט סיימען שוסטער קענסלען ביכער פון יעדן לויער וואס פארטיידיגט אזא קליענט?
און וואו קומט סיגנעטשור אריין אין בילד דא? איז טראמפ'ס האבן געלט ליגן אין סיגנעטשור שעדליך פאר דעמאקראטיע? אויב וויל רעדן פון נאציס, די נאציס וואלטן זיך באלעקט מיט אזא שטיקל ארבעט, זיי האבן שווער געארבעט אויסצוטריקענען זייערע קעגנער פון געלט, רודפ'ן קאמפאניס נישט צו האבן קיין מגע ומשא מיט זיי, און זיי דערביטערן דאס לעבן אויף יעדן טריט למען ישמעו ויראו. כ'בין אבער נישט באקאנט אויב ס'איז זיי געלונגען עס צו טון צו א פרעזידענט, און אין 5 טעג.
פאר די קאמפאוט, האט איר א טוויט פון באבע פעלאוסי פון 2017. ס'איז נאך יעצט אויף טוויטער.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4293
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
אויב דו גלייבסט צו אויפגעוויזענע אטאקעס פון א פיינטליכע מאכט, אן קיין שום ספיקות, אז רוסלאנד האט געארבעט אנטקעגן קלינטאן, צו דמיונות פון פראוד וואס האט זערא באווייזן, און האלסט אז מאכן אן אויספארשונג איבער א שונא וואס האט געארבעט אנטקעגן דאס לאנד׳ס דעמאקראטיע, מיט איינרעדן דומע שטיצער אז מען באגנבעט זיי ווען עס איז נישטא קיין שמץ אמת דערין, וואס קען איך דיר זאגן?
יעצט איז נאכט.
יעצט איז נאכט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 568
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
די נאצי פארטיי האט זיך געגרינדעט מיט פרי ספיטש, און געהרגעט מענטשן דורך אינטערדרוקן פרי ספיטש....
אונז האלט מער יעצט שוין ביי סטעפ צוויי.
די דעמס האלטן שוין יעצט אז ס'איז אסור צו זיין א נארמאלע מענטש און יעצט מיט אינטערדריקן פרי ספיטש העט מען קענען זיכער מאכן אז קיינער טוט נישט פארקערט!
א חלק פון די לעצטע אגענדע פון די ליבערעלס:
פארבאטן פלעסטיג בעגס/לעגאלעזירן דראגס
מאכן בייק לעינס / לאורען די ספיד לימיט
פארשפארן געשעפטן און שולן /שטיצן BLM פראטעסטן
טענענטס דארפן נישט צאלן רענט / לענדארס דארפן אבער יא באצאלן טעקסעס
מאכן א מאנדאט פאר וואקסין אבער נישט ניצן די וואקסינען וואס מ'האט שוין (און עס נאך אוועקנעמען פון א מעדיקל סענטער וואס געט עס יא...)
גרין ניו דיעל
בעבר...
קאליר סאדע
ברית מילה

נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
Goodmorning האט געשריבן:אויב דו גלייבסט צו אויפגעוויזענע אטאקעס פון א פיינטליכע מאכט, אן קיין שום ספיקות, אז רוסלאנד האט געארבעט אנטקעגן קלינטאן, צו דמיונות פון פראוד וואס האט זערא באווייזן, און האלסט אז מאכן אן אויספארשונג איבער א שונא וואס האט געארבעט אנטקעגן דאס לאנד׳ס דעמאקראטיע, מיט איינרעדן דומע שטיצער אז מען באגנבעט זיי ווען עס איז נישטא קיין שמץ אמת דערין, וואס קען איך דיר זאגן?
יעצט איז נאכט.
זאג דו רעדסט אפשר פון מדינת ישראל? ווייל דא איז באמת נאכט יעצט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
אין קורץ: יעדער איז מודה אז ס'יא דא באווייזן אויף א געוויסע לעוול פראוד, מ'קען זיך טענה'נען ווי גרויס, מ'קען זאגן אז ס'אייביג געווען, מ'קען זאגן אז ס'איז אויף ביידע זייטן - אבער ס'געווען.
ס'נישט דא קיין שום באווייז אז רוסלאנד האט געטון שריט אין '16 וואס האט איבערגעדרייט מענטשן'ס מיינונג, סאוי וואס מיינט געהיידזעקט די אלעקשאנס? פארדריי נישט די קאפ מיט רוסלאנד'ס פיינטליכקייט צו אמעריקא און זייער האסע צו קלינטאן, זאג מיר ווי מ'האט געהיידזעקט די אלעקשאנס? אויב זאג איך טשיינע האט דאס יאר געהיידזעקט די אלעקשאנס ווייל זיי האבן דאך זיכער אויך פראבירט צו האקן אויף טראמפ, און זיי האבן אויך אביסל סאושעל מידיע אקאונטס וואלסטו מיר געגעבן רעכט?
כ'וואונדער מיר טאקע אויפן צעזאמשטעל.
אויב זוכסטו נישט צו שטומען מיט פאקטן, ווייס איך דיר נישט צו זאגן.
ס'נישט דא קיין שום באווייז אז רוסלאנד האט געטון שריט אין '16 וואס האט איבערגעדרייט מענטשן'ס מיינונג, סאוי וואס מיינט געהיידזעקט די אלעקשאנס? פארדריי נישט די קאפ מיט רוסלאנד'ס פיינטליכקייט צו אמעריקא און זייער האסע צו קלינטאן, זאג מיר ווי מ'האט געהיידזעקט די אלעקשאנס? אויב זאג איך טשיינע האט דאס יאר געהיידזעקט די אלעקשאנס ווייל זיי האבן דאך זיכער אויך פראבירט צו האקן אויף טראמפ, און זיי האבן אויך אביסל סאושעל מידיע אקאונטס וואלסטו מיר געגעבן רעכט?
כ'וואונדער מיר טאקע אויפן צעזאמשטעל.
אויב זוכסטו נישט צו שטומען מיט פאקטן, ווייס איך דיר נישט צו זאגן.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
Goodmorning האט געשריבן:אויב דו גלייבסט צו אויפגעוויזענע אטאקעס פון א פיינטליכע מאכט, אן קיין שום ספיקות, אז רוסלאנד האט געארבעט אנטקעגן קלינטאן, צו דמיונות פון פראוד וואס האט זערא באווייזן, און האלסט אז מאכן אן אויספארשונג איבער א שונא וואס האט געארבעט אנטקעגן דאס לאנד׳ס דעמאקראטיע, מיט איינרעדן דומע שטיצער אז מען באגנבעט זיי ווען עס איז נישטא קיין שמץ אמת דערין, וואס קען איך דיר זאגן?
יעצט איז נאכט.
אויש...
אקעי, אינטערמינעווען א פרעזידענט כשלעצמו איז נישט קיין פראבלעם. נאר ווען איך בין קאנווינסד אז ער האט עס געוואונען לעגיטים דעמאלט טארסטו נישט זאגן אז ער איז אומלעגיטים.
יעצט וואס טוט מען אויב בין איך קאנווינסד אז ס'איז געווען פונקט קאפויער?
וועט קומען די גרויסע ברודער און דעסיידען. אויב האלט ער ווי דיר, וועט ער מיך איינשטילן, מיך אויספראקן און צונעמען מיין פרנסה. און אויב איז ער מיט מיר וועט דיר זיין אך און וויי.
שיין דערלעבט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 901
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
- לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
א מזל דערמאנסט מיר. ווי פעלאוסי איז אין 2016 געשטאנען און פארפירט אז מ'האט גע'גנב'ט די עלעקשאן'ס, פרעזידענט טראמפ האט בכלל נישט געוואונען. ס'איז א פאלשע מעשה אונטערגעשטעלט דורך פוטין.
זי האט גערופן א האלבע וועלט אינטעווענירן אז זיי זאלן נישט באשטעטיגן די עלעקשאן'ס ווייל רוסלאנד האט עס גע'גנב'ט, זי האט עפנטליך געסטראשעט דזשאו-ביידן אז ער זאל נישט באשטעטיגן די עלעקטארעלס וואס רוסלאנד האט פאר טראמפ'ן אהינגעגעבן, ווייל עס קומט אים נישט.
בשעת'ן באשטימען די עלעקטארס אין קעפיטאל האט זיך געשריגן מיט באנומענע קולות אז דא טוט זיך א גניבה לעיני השמש, און יעדער וואס שטימט דערפאר איז א פאררעעטער פאר דעמאקראטיע.
- - -
סארקאזים אין א זייט געלייגט: אין 2000 און אין 2016 איז געווען פונקט פארקערט, און דאס טוט קלאר מסביר זיין די חילוק [פאר דער וואס וויל פארשטיין, שטייצעך]:
ביי ביידע פון זיי זענען געווען ערנסטע באשולדיגונגען, און ערנסטע סיבות פארוואס די דעמאקראטן זאלן זיין שטארק אפסעט און אויפגערעגט אויף די רעזולטאטן, און דאך האבן זיי געעקט געזעצליך, זיך רעכנענדיג און זיך אונטערגעבנדיג פאר די אמעריקאנע דעמאקראטישע סיסטעם. און דא איז געווען פונקט פונקט קאפויער.
ווען ער האט געזאגט אז ער גייט אין געריכט אויפווייזן זיינע באשולדיגונגען, האבן די רעכטדענקיגע מענטשן געזאגט אז ער האט רעכט דערפאר פונקט ווי פעלאוסי האט געהאט רעכט צו שטעלן א קאנסול מברר זיין די ראלע וואס א דרויסענדיגע מאכט האט געהאט אין די וואל-השפעה [באשטעטיגט דורך אלע אמעריקאנע אגענטורן - ווי גוד-מארנינג שרייבט]. פון דארט ביזן אראפשטעלן די פאלשע פארפירנדע העצע'רישע סטעיטמענטס אז "איך האב געוואונען מיט א לענדסלייד" - "זיי האבן פון מיר גע'גנב'ט די וואלן" - ווען למעשה האבן אלע געריכטן געשריגן: ניין! האסט אויף דעם נישט קיין שום באווייז, דיינע טענות זענען נישט עפעס וואס מ'דארף זיך רעכנען מיט איבער די עלעקשאן רעזולטאטן. וואס באדייט אין אנדערע ווערטער אז ביידן איז פאקטיש דער קלארער געווינער (מיט א לענד-סלייד), דאס איז עפעס וואס ווערט אין די אמעריקע אנגערופן "א באגריף אויף אונזער דעמאקראטיע".
ואם אין - - - הבדלה מנין. מ'ווארפט פאר יעדע נארישע אינצידענט פון די לעצטע-יאר הונדערט, ווי כאילו די גאנצע שטורעם יעצט איז אויסגעזויגן פון פינגער.

שוין געווען דא?
טראמפ האט אנגעהויבן צו נוצן קאומא'ס אקאונט.
טראמפ האט אנגעהויבן צו נוצן קאומא'ס אקאונט.

Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
@חיימאוויטש וויפל מעג מען יא און וויפל נישט?
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 901
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
- לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
וויפיל? דו ביזט די זעלבע מאן-דאמר ווי מיר... מיין מוח זאגט איין זאך קלאר: ארויסקומען קעגן די באשטעטיגטע רעזולטאטן, ווי כאילו זיי עקזיסטירן נישט, געבויעט אויף וואס? אויף ראמערס / עדות'שאפטן וואס געריכטן האבן אפגעווארפן, דאס טאר מען נישט!
אויב מעג מען דאס יא, דאן קומט מארגן שארפטן ארויס מיט א דעקלאראציע פאר אלע שווארצע פונעם גאנצן לאנד, היות "ס'דא קלארע באווייז" אז די פאליציי טארגעטן שנעלער שווארצע ווי ווייסע, זאל זיך קיינער נישט לאזן אונטערגעבן ביי אן ארעסט, נאר אנטלויפן, זיך צוריקשלאגן, מיט אלע כוחות, ווייל "ס'איז קלאר אז דו ווערסט ארעסטירט אומזינסט".
אדרבה, זאג דו מיר, אין דיינע אויגן: וואס איז די גדר, וועלכע זאך האט די תוקף 'צו נוצן קעגן' א באשטעטיגטע וואל-אויסגאנג? נוצן קעגן באדייט: זיך שפירן דערמיט בארעכטיגט איבערצודרייען די רעזולטאטן, טראץ וואס די רעזולטאטן לעיני בשר ודם זענען פונקט קאפויער. (שטעלן א קאמיטע צו פארשן וויפיל רוסלאנד האט זיך געמישט אין די וואלן האט נישט קיין שייכות מיט 'גענוצט קעגן', פונקט פארקערט, יענץ איז געקומען נאכן אננעמען די אויסגאנג - למרות רצונם).
ס'וואונדערט מיר באמת ווי מענטשן מוטשענען זיך פארשטיין דאס פשוט'סטע. גלייבט מיר: איך הער נישט, איך ליין נישט, קיין שום לינקע מידיא. איך נעם די אינפארמאציע פון קול מבשר און פון אייוועלט, און איך פראביר צו נוצן מיין דזשעלי לדמות מילתא למילתא, און ס'קומען ארויס דברים וחילוקים פשוטים עד למאוד.

לעצט פאראכטן דורך חיימאוויטש אום דינסטאג ינואר 12, 2021 1:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 681
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 9:15 am
Re: נעקסט לעוועל צענזור: טוויטער און פעיסבוק פארמאכן טראמפ'ס אקאונטס
נקודהלע האט געשריבן:@חיימאוויטש וויפל מעג מען יא און וויפל נישט?
טוויטער וועט דעסיידען.
צום ענין, 2020 קומט שוין נאך א 2016, אימפיטשמענט, מולער, און וואס נישט. יעדעס ביסל נארמאלקייט וואס איז נאך פארבליבן אין פאליטיק האט מען דערשטיקט. טראמפ'ס אויפפירונג איז טאקע איבערגעטריבן אבער ער האט געהאט פון ווי זיך צו לערנען.
לו יצוייר, דיינע טענות זאלן יא זיין גערעכט. נניח טראמפ, אבער ווי קומט דזשאש האולי און טעד קרוז אריין אין בילד? גיין אין קאורט און אבדזשעקטן עלעקטארעלס איז אין די ראמען פון געזעץ און האט שוין כמ"פ פאסירט אין אמעריקע.
לעצט פאראכטן דורך עולם ומלואו אום דינסטאג ינואר 12, 2021 1:37 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: great, Majestic-12 [Bot], maybeeynot, חיימאוויטש, לפנות בוקר, צהלתו בפניו, קאפ און אקסל און 58 געסט