חסד השם האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:אימפיטשמענט איז פאר טראמפ א געווינס.
יעדע פון זיינע נאנטע וואס האבן רעזיינט איז פאר אים א געווינס.
יעדע מאל וואס דעמאקראטן האבן אים פארדאמט שארף איז געווען זיין געווינס.
אז די ביג-טעק האט ענדליך פארשטומט די פליסנדע שקרים זיינע - איז אויך זיכער זיין געווינס.
ווען אכציג מיליאן מענטשן זענען ארויסגעקומען וואויטן קעגן אים, האט ער דאך אויך קלאר און גראד געווינען.
פיינעלי פארשטיי איך די קאנסעפט 'מיד ווערן פון געווינען'...
אלע שטותים און א זייט געלייגט. פארשטייסט עכט נישט די מציאות אז זייער אסאך מענטשען זענען געווען אויפגערעגט אויף אים זייט די קעפיטעל פראטעסט און האט צוריק באקומען שטיצע נאר צוליב די ביג טעקס און אימפיעטשמענט?!
ביג טעקס האבן אים אבער לע"ע גוט צוגעפיקסט. אבער די אימפיעטשמענט האט מיינעך גארנישט אים אדער סיי ווער פון זיינע שטיצער עפעקטעד....
און פארוואס מיינסטו האבן זיי עס געטוהן? זיי האבן נישט בעסער וואס צו טוהן ווי צו טוהן סאכן וואס איז זיי נישט גוט פאליטיש? האלטסטו דען אז די דעמאקראטן מיינען עס ממש הייליג און זיי זענען גרייט מקריב צו זיי זייער פאליטישע צוקונפט לכבוד דעם?
עטליכע האבן געשריבן אז "השנאה מקלקלת את השורה" און וועגן טראכטן זיי נישט גראד. אקעי. און פארוואס האבן א מנין רעפובליקאנער זיך צוגעשטעלט דערצו? וועסטו וועלן זאגן אז זיי האבן אים אויך פיינט געהאט, נו פארוואס האבן זיי נישט געשטימט פאר אימפיטשמענט פאריגעס מאל? ווייל פאריגע מאל האבן זיי מורא געהאט אז ס'וועט זיי קאסטן פאליטיש? דו טענה'סט דאך אז יעצט גייט זיי עס אויך קאסטן פאליטיש נאר זיי טראכטן נישט, איז הקשיא במקומה עומדת פארוואס דעמאלס האבן זיי יא געטראכט...
פארשטייט זיך אז די אלע קשיות וואלטן דיר נישט געווען שוווער ווען דו וואלסט ארויסגעקוקט פון דיין באבל און געזען ווי פאפולער דאס איז צווישן אמעריקאנער, און דעמאלס וואלסטו פארשטאנען פארוואס דעמאקראטן פארשטייען אז זיי דארפן ענדערש מורא האבן פון די פאליטישע קאנסעקווענצן פון אויב זיי וואלטן עס נישט געטוהן. יא, סוף כל סוף קענען נישט נאר אייוועלט באנוצער שטימען אין אמעריקע...