די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 7:43 pm

חסד השם האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 7:47 pm

איך האב עס געזען די ערשטע מאל, ס'דארף נישט רט'עט ווערן דורך יעדן פרא טראמפער
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
קומט אריין קלאר
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קומט אריין קלאר » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 8:28 pm

טראמפ וועט בלייבן און מיין מיינונג דער קעניג פון דער פארטיי...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 8:43 pm

טראמפ איז נישט א מענטש
טראמפ איז א מהלך המחשבה
עס איז א movement פון שטיפען פאליסי אן זיין פאליטקלי קארעקט
America First וכדומה
טראמפ איז בנוסף געווען א ברי׳ה משונה
פון איין זייט א געפיפינער בר מזל , ער האט גענומען ריסקעס פון אלע זייטן און האט געהאט מזל וואו טראמפ וואו אלעס איז געגאנגען לטובתו
מצד שני האט ער זיך אויפגעפירט און גערעדט צומאל זייער נישט מענטשליך

אזעלכע ניקים וואו @לכאורה האבן נישט געקענט מוותר זיין אויף זיין פערסענעליטי און ווילן בעסער א פרעזידענט מיט א שיינע נעק טיי
מיך פערזענליך גייט עס בכלל נישט אן , איך קוק נאר אויף פאליסי און בה אז כהאב זייער הנאה געהאט פון אים אויסער געציילטע פעלער

עכ״פ
עס העט נאך אפירקומען א נייע טראמפ וואס העט ווייטער פירן די זאך און ווייטער שלאגן די פאלטשע מידיע אבער לדעתי האבן אזוינע פארשוינען וואו רוביו/גרעהם פארלוירן זייער שאנס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/375894

אידיאט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך אידיאט » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:19 pm

די פראבלעם וואס די ריפובליקענס האבן איז אז סאיז זייער שווער פאר זיי צו געווינען א נאציאנילע עלעקשאן, כמעט אלע גרויסע סטעיטס גייען מער און מער לינק, קוק אויף אריזאנע און טעקסעס און יעצט ג׳ורג׳יע. סאיז כמעט נישט מעגליך. די יוגענט איז זייער ליבעראל מיט חוקי סדום ועמורה און רציחת עוברים, אימיגרעשען איז זייער פאפולער. סא וואס קענען די ריפובליקענס שרייען? אויב טוישען זיי אלע פאלעסיס איז דאך נישטא קיין חילוק צווישען דעמס און ריפובליקענס. זיי האבן זיך נישט גענוג באווארענט מיט די יוגענט און יעצט ליידען זיי.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג ינואר 07, 2021 11:37 pm

איך בין זייער אימפרעסט מיט פענס די לעצטע פאר טעג און אין א געוואוסען זין נאך מער ווי די לעצטע פיר יאר, קודם כל איז די היינטיגע שטארק באקאנטע און סוקסעספוהלע פראזשעקט ווארספיעד געווארען געפירט דורעך פענס און פאליטיש האט ער דורעך געשוויצט יעדע פאליטישע שוועריקייט א פאליטישען קען אלס דורעכגיין זייענדיג טראמפס וויצע - אפילו מיטען פליג אויפען קאפ איז ער א דורעך געשווימען די רוישיגע צייטען.

ער האט אין די לעצטע פאר טעג געטוהן אלעס ריכטיג און צום זאך מיט די מינדעסטע דראמא מעגליך צווישען אים און טראמפ, איך מיין אז ער איז העיר טו סטעי און האט שטארקע שאנסען פאר סוקסעס, איך וואלט געוועהן זייער עקסייטעד אים צו זעהן לויפען פארען ווייסען הויז.

עס פעהלט אים עטוואס כאריזמע אבער אויב לויפט ער מיט א העילי, פאמפעיא אדער א עקסייטינג מעט געיץ דאן איז דא די מעגליכקייט פון פענס צו זיין דער מענטש וואס די רעפובליקאנע זיכען אזוי שטארק זאל זיי לידען.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:15 am

איך געדענק נאך פיר יאר צוריק ווען מ'האט דן געווען איבער די צוקונפט פון די דעמאקראטישע פארטיי...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פונדערנאנט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פונדערנאנט » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:29 am

חסד השם האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....

גוט געזאגט...

די פערזענליכע אטאקעס אויף ניקים וואס האבן אנדערע מיינונגען זענען די לעצטע צוויי טעג אריבער אלע גבולים

מ׳דארף קענען פארנעמען א צווייטן׳ס מיינונג

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6367
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:30 am

די רעפובליקאנער פארטיי גייט נישט אין ערגעץ..
דעטס פארשאר..
און כ'גלייב אז אין 2024 גייט די פארטיי זיין היבש צוטיילט..
ס'העט זיין א קאנדידאט וואס האט געשטיצט טראמפ, אבער ער איז נישט מיטגעשטאנען מיט אים די לעצטע פאר וואכן.
איינער וואס איז געגאנגען אויף מעקענאל'ס סטייל.
און פון די אנדערע זייט העט זיין אן עכטע שטארק פארברענטע טראמפ שטיצער קאנדידאט, א שטייגער ווי מעעט געטס אדער האולי, וואס איז געגאנגען מיט אים אלל די וועי. די פארטיי העט זיין צוטיילט, און מ'העט דארפן זעען וועלכע חלק איז שטערקער.
אחוץ אז ס'העט זין א שטארקע קאנדידאט וואס וועט קענען צאמברענגען וואטערס פון ביידע חלקים פונעם פארטיי, און אזוי אנקומען צום נאמינאציע. אבער כ'גלייב שווער ס'גייט זיין אזא קאנדידאט, אפילו אויב פענס אליין לויפט, גייט זיין א האולי סטייל הייסע טראמפ שטיצער קאנדידאט וואס וועט לויפן קעגן אים, און וועט שטארק אנציען, טראמפ'ס עולם גלייכט אים שוין נישט.
סאו כ'קען נישט זעען איינער וואס זאל עס קענען צאמברענגען, אפשר פאמפעיא.
ותיק וחסיד האט געשריבן:סע צייט זיך צו גיין היילן. די זעלבע דאקטוירים וואס נעמען קעיר פון צוגערעטליך און אלקאהאל עדיקשאן, קענען פון דעם אויך.
טראמפ האט ארויסגענומען 3 אידן פון תפיסה, אבער איינגעשפארט די שכל פון שווערע טויזענטע אידן.

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פוילער » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:39 am

וואט אבאוט טאקער? ער איז א שטארקער קאסערוועטיוו טינקער, אין האט א אייזענע שפראך, גוטע דעבאטירער, האט גוט ארויס די פראבלעמען וואס באדערט קאנסערוואטיוון. מסתם נישט גוט פאר א זשענערעל אלעקשען.

אפשר בען שפירא.

איך שפעקוליר נאר.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:41 am

וואס עפעס? האט געשריבן:טראמפ איז נישט א מענטש
טראמפ איז א מהלך המחשבה
עס איז א movement פון שטיפען פאליסי אן זיין פאליטקלי קארעקט
America First וכדומה
טראמפ איז בנוסף געווען א ברי׳ה משונה
פון איין זייט א געפיפינער בר מזל , ער האט גענומען ריסקעס פון אלע זייטן און האט געהאט מזל וואו טראמפ וואו אלעס איז געגאנגען לטובתו
מצד שני האט ער זיך אויפגעפירט און גערעדט צומאל זייער נישט מענטשליך

אזעלכע ניקים וואו @לכאורה האבן נישט געקענט מוותר זיין אויף זיין פערסענעליטי און ווילן בעסער א פרעזידענט מיט א שיינע נעק טיי
מיך פערזענליך גייט עס בכלל נישט אן , איך קוק נאר אויף פאליסי און בה אז כהאב זייער הנאה געהאט פון אים אויסער געציילטע פעלער

עכ״פ
עס העט נאך אפירקומען א נייע טראמפ וואס העט ווייטער פירן די זאך און ווייטער שלאגן די פאלטשע מידיע אבער לדעתי האבן אזוינע פארשוינען וואו רוביו/גרעהם פארלוירן זייער שאנס

WOW
די ערשטע מאל איך קען צושטימען צו א שורה פון "וואס עפעס?"
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג ינואר 08, 2021 12:42 am

פונדערנאנט האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....

גוט געזאגט...

די פערזענליכע אטאקעס אויף ניקים וואס האבן אנדערע מיינונגען זענען די לעצטע צוויי טעג אריבער אלע גבולים

מ׳דארף קענען פארנעמען א צווייטן׳ס מיינונג

איז נאך דא א פרא טראמפ ניק - א שר העשר פארגעצויגן - וואס האט נאכנישט ציטירט דעם תגובה?
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

פוילער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פוילער » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:00 am

לכאורה האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....

גוט געזאגט...

די פערזענליכע אטאקעס אויף ניקים וואס האבן אנדערע מיינונגען זענען די לעצטע צוויי טעג אריבער אלע גבולים

מ׳דארף קענען פארנעמען א צווייטן׳ס מיינונג

איז נאך דא א פרא טראמפ ניק - א שר העשר פארגעצויגן - וואס האט נאכנישט ציטירט דעם תגובה?

האסט א ברירה, טוה וואס זשעק דורסי טוט נעם דעם מעקער און די האנט אין טוה צום זאך......

זשאסט קידינג.....

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:05 am

מטעמים האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט מיט פענס די לעצטע פאר טעג און אין א געוואוסען זין נאך מער ווי די לעצטע פיר יאר, קודם כל איז די היינטיגע שטארק באקאנטע און סוקסעספוהלע פראזשעקט ווארספיעד געווארען געפירט דורעך פענס און פאליטיש האט ער דורעך געשוויצט יעדע פאליטישע שוועריקייט א פאליטישען קען אלס דורעכגיין זייענדיג טראמפס וויצע - אפילו מיטען פליג אויפען קאפ איז ער א דורעך געשווימען די רוישיגע צייטען.

ער האט אין די לעצטע פאר טעג געטוהן אלעס ריכטיג און צום זאך מיט די מינדעסטע דראמא מעגליך צווישען אים און טראמפ, איך מיין אז ער איז העיר טו סטעי און האט שטארקע שאנסען פאר סוקסעס, איך וואלט געוועהן זייער עקסייטעד אים צו זעהן לויפען פארען ווייסען הויז.

עס פעהלט אים עטוואס כאריזמע אבער אויב לויפט ער מיט א העילי, פאמפעיא אדער א עקסייטינג מעט געיץ דאן איז דא די מעגליכקייט פון פענס צו זיין דער מענטש וואס די רעפובליקאנע זיכען אזוי שטארק זאל זיי לידען.

;l;p-
בלינצע: עס שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער, יה"ר שמשמחה זו יושפע שפע שמחה ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל אמן נצח סלה ועד.

פונדערנאנט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פונדערנאנט » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:15 am

לכאורה האט געשריבן:
פונדערנאנט האט געשריבן:
חסד השם האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפאבליקען פארטיי איז פערטיג, און עס וועלען זיין נייע קאנדידאטען וואס וועלן פראבירען נאך טוהן דער זעלבע מאדעל וואס האט געמאכט טראמפ געווינען אזוי פיל וואוטס. זיי גייען שטודירען יעדן טריט זיינס וואס האט אים געברענגט אין אפיס און געהאלטען אין אפיס.

א רעפינירטע אבער נארמאלע רעפאבליקאנער וואס קען דאס באווייזען האט א גוטע שאנס, דער שאלה איז נאר צו מען קען אים נאך טוהן.

דיינע ווערטער מיט מיין טוויסט:

איך וואלט געזאגט אז די אמאליגע רעפובליקאנער פארטיי איז פערטיג, און אזוי דארף טאקע זיין, מענטשן וואס האבן זיך צוגעשטעלט צו אזא פארשוין דארפן פארשעמט ווערן לחרפה ולדראון עולם. עס וועלן זיין נייע קאנדידאטן וואס וועלן נאכקוקן יעדן ריר פון טראמפ און דאס שטודירן כדי צו וויסן וואס נישט צו טון, כדי נישט אויסקוקן ווי אים אין די לאנגע געלויף.

פארשעמט לדראון עולם דארפן די מענטשען וואס ממש קענען נישט פארנעמען א צווייטע צד. און זענען נאר פארנומען אראפרייסן איינער וואס פארשטייט אנדערש....

גוט געזאגט...

די פערזענליכע אטאקעס אויף ניקים וואס האבן אנדערע מיינונגען זענען די לעצטע צוויי טעג אריבער אלע גבולים

מ׳דארף קענען פארנעמען א צווייטן׳ס מיינונג

איז נאך דא א פרא טראמפ ניק - א שר העשר פארגעצויגן - וואס האט נאכנישט ציטירט דעם תגובה?

ישר כח פארן צושטעלן פראף פאר מיין תגובה....

אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך כתמר יפרח » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:18 am

איך האב אזוי ליב צו הערן דא די מוסר אז מ'דארף אנעמען א צוויטן מיינונג.
פרעג נאר יעדער וואס האט געהאלטן קעגן טראמפ וואס פארא רדיפות דער האט געהאט, וויפיל האט מען אים באשריגן אין בית המדרש אדער דא, פליצלונג מיז איך יעצט פארשטיין א צווייטן מיינונג..
יא, דאס וואס איך איך מיינע חברים דא האבן געשריגן די לעצטע זעקס יאר, האבן אסאך מענטשען איינגעזעהן ערשט נעכטן.
פארגין אונז אביסל יעצט זיך אויסגעבן.

פונדערנאנט
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פונדערנאנט » פרייטאג ינואר 08, 2021 1:28 am

כתמר יפרח האט געשריבן:איך האב אזוי ליב צו הערן דא די מוסר אז מ'דארף אנעמען א צוויטן מיינונג.
פרעג נאר יעדער וואס האט געהאלטן קעגן טראמפ וואס פארא רדיפות דער האט געהאט, וויפיל האט מען אים באשריגן אין בית המדרש אדער דא, פליצלונג מיז איך יעצט פארשטיין א צווייטן מיינונג..
יא, דאס וואס איך איך מיינע חברים דא האבן געשריגן די לעצטע זעקס יאר, האבן אסאך מענטשען איינגעזעהן ערשט נעכטן.
פארגין אונז אביסל יעצט זיך אויסגעבן.

איך ווייס נישט וואס איז געווען אמאל אבער די לעצטע פאר טעג איז אנגעגאנגען שארפע טענה׳רייען וואס רוב האבן זיך געהאלטן צום תוכן פין די דעבאטעס אבער געוויסע זענען פאר סאם ריזען געגאנגען זייער פערזענדליך (מילד גערעדט)....

בליץ
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך בליץ » פרייטאג ינואר 08, 2021 2:55 am

איז אזוי

לינדזי גרעהעם און מיטש און מייק פענס וואס בשעת די פארטיי איז איינגעשטאנען ביי טראמפ האבן זיי אום געשטיפט און זיך אנגענומען און געשטיפט די רעפובליקאנע אגענדע

די מינוט וואס ער האט פארלוירן האבן זיי געשלאגען כפרות מיט אום און געגאנגען ווייטער

דאס מיינט פאליטשען בתפארתו איך בין נאך אלס באגייסטערט פון זייער טורן די לעצטע פאר טאג..

אבער די רעפובליקאנע וואס האבען געשפיגען די לעצטע פאר יאר אין זייער אייגענע קאשע, רייען נישט קענען ג’יין און ערגעץ , זיי זענען פארפיינדעט און מען גייט עס קיינמאל נישט פארגעסן..
ראמני באלטאן קעילי גייען בלייבן פארהאסט

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2467
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 08, 2021 9:35 am

די רעפאבליקאנער פארטיי האט גאר א שטארקע פאטענציאלע צוקונפט, אויב בויען זיי א ברייטע קאליציע.

במציאות איז דא א מאיאריטעט אמעריקאנער וואס זענען בכלל נישט אנציקט פון די דעמאקראטן, ובפרט וויאזוי די פארטיי האט געמאכט א שארפן לינקס די לעצטע פאר יאר.
רוב לאנד - אדער אמווייניגסטנס א פעסטע האלב פאפולעישאן
איז פאר law & order.
איז פאר א שטארקע מיליטער.
איז פרא-לייף.
איז קעגן רעגירונג'ס פינאנצירן די אומווירדיגע בודזשעטן.
איז פרא ביזנעס און נידריגע שטייערן, קעגן אומנויטיג העכערן טאלס און רעגירונג'ס אפצאלן.
איז קעגן בעפארצוגן עמיצן באזירט אויף זיין ראסע, פארטיי, גענדער, אדער רעליגיע.
איז קעגן גאווערמענט געפירטע העלט-קעיר.
ווילן פאראנטווארטליכע גאווערמענט און באלאנסירטע בודזשעטן.
איז פאטריאטיש פארן לאנד און שעצט איר קאנסטיטוציע און היסטאריע.
האלט אז די מידיא איז איינזייטיג.
איז אומאיינשטימיג מיט ראדיקאלע ענווייראמענט רעגולאציעס.
שטיצט ברייטע רעכטן צו פראקטיצירן רעליגיע אומגעשטערט.
איז קעגן גלאבאליזאציע.
איז קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן און פאר שטארקע גרעניצן.
איז קעגן די מאכטפולע גרויסע יוניאן'ס.
איז פרא נארמאלע פאמיליע לעבן.
איז פאר סקול טשויס.
און נאך..


די פראבלעם איז אבער אז די רעפאבליקאנער האבן נישט געמאכט די לינקס וואס די דעמאקראטן האבן געמאכט בכדי אריינצוברענגען די וואס זענען אין די לעצטע יארן ארויסגעפאלן פון די דעמאקראטישע פארטיי. זיי האבן זיך קיינמאל נישט עכט באמיעט אריינצונעמען די אלגעמיינע ארבעט'ס אמעריקאנער וואס זענען נישט קיין ליבעראלן. און דאס נישט ווילן אויפברענגען די $2000 סטימוליס איז די גרעסטע באווייז. יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט ערלויבן דעפיציטן, און קיינער האלט נישט אז די גאווערמענט דארף זיך נעמען טיילן געלטער וואס זי האט נישט. אבער וויאזוי אין די וועלט פארט יערליך ארויס טריליאנען אין באשטעטיגטע געלטער פאר זאכן וואס איז נישט עכט נוגע דעם דורכשניטליכן אמעריקאנער?

וואס האלט צוריק די אלע מענטשן פון פון זיך פילן באקוועם מיט די רעפאבליקען פארטיי?

זיי דארפן א נארמאלע העלט-קעיר פלאן,
זיי ווילן איבערזיכט אויף ריזיגע בענק און ביזנעס גענוי ווי אויף די ריזיגע סאשעל מידיא אינדעסטריע.
זיי ווילן מער שטיצע פאר גרויסע פאמיליעס, פינאנציעל און גייסטיש.
זיי ווילן מער פיסקעל ריספאנסיביליטי.
זיי ווילן מער הערן רעדן אין קעפיטאל פונעם פשוט'ן מענטש.
זיי ווילן נישט א פארטיי וואס איז פארקויפט פאר סיי וועלכע זייטיגע פאליטישע גרופע, אפילו א גוטע.

אויב די רעפאבליקאנער פארטיי וועט זיך מאדיפיצירן אלס פאלקס פארטיי און נענטער ווערן צום ארבייטער קלאס וועלכע שטייט מיט 80 פראצענט מיט יעצטיגע פארטיי פלאטפארמע, דאן שטייט זי אויס איבערצושטייגן די דעמאקראטן, און ווערן די גרעסטע פארטיי.

נאר אז די פארטיי זאל ווערן א פארטיי וואס איז דא פארן פשוט'ן מענטש, נישט פאר א געוויסע ראסע, ספעציעלע אינטערעסע, צ.ב.ש די גאן לאבי, נאר אזוי וועט מען קענען אקטיוו באקעמפן די ליבעראלע אגענדע.

יעצט, ס'דארף זיין א פירער. און א שטארקער פירער מוז נישט זיין איינער וואס שרייט הויעך ווי טראמפ. דאס איז געווען א נחיצות אין די מיטל-אלטער. היינט אין די מאדערנע עפאכע איז מען אויפגעקומען מיט אן איידיע, אז מען האט אזא פארטיי עהרן פארזיצער, אזויווי ביידען..., וואס זאל מענעדזשן די פארטיי מיט די הילף פון א ווירקזאמע שטאב. ס'קען זיין פענס אדער רוביא. אבער א נארמאלער פערזאן וואס זאלן צומאל קענען האבן א שמועס און צוזאמענארבייט מיט די געציילטע מעסיגע דעמאקראטן געבליבן, ווייל מיט די ליבעראלע דעמאקראטן און מידיא אינטערעסן וועט מען זיך סייווי נישט קענען דורכקומען אויף גארנישט.

Programming
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 08, 2021 10:44 am

You might wanna fact check your assumptions

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג ינואר 08, 2021 10:51 am

מ'פארגעסט דא פון די רע-דיסטריקטן וואס גייט פארקומען בקרוב.
ווי אויך די סטעיט-הוד פון פארטא-ריקא.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך איפכא מיסתבר » פרייטאג ינואר 08, 2021 10:56 am

כתמר יפרח האט געשריבן:איך האב אזוי ליב צו הערן דא די מוסר אז מ'דארף אנעמען א צוויטן מיינונג.
פרעג נאר יעדער וואס האט געהאלטן קעגן טראמפ וואס פארא רדיפות דער האט געהאט, וויפיל האט מען אים באשריגן אין בית המדרש אדער דא, פליצלונג מיז איך יעצט פארשטיין א צווייטן מיינונג..
יא, דאס וואס איך איך מיינע חברים דא האבן געשריגן די לעצטע זעקס יאר, האבן אסאך מענטשען איינגעזעהן ערשט נעכטן.
פארגין אונז אביסל יעצט זיך אויסגעבן.

איך ווייס איין זאך אז ווען ס'געווען דא א "פרא טראמפ אשכול" זענען די מיט דיינע חבירים דארט געווען יעדן טאג אפצו'חוזק'ן פון די טראמפ שטיצער, און פלוצלונג זענט עטץ גאר די נרדפים....
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג ינואר 08, 2021 11:27 am

מיינע צוויי צענט.

די ראפאליקאנער זיך יעצט גענצליך אפשאקלן פון טראמפ איז א ריזן טעות, זיי שפילן אריין אין די הענט פון די דעמעקראטן און זיי גייען נישט קענען ניצן אלע טראמפס אויפטוהן אינעם עתיד ווייל זיי גייען זיך ווייטער פרובירן אפצושאקלן גענצליך א שטייגער ווי זיי האבן געטאהן אין 2008 ווען די דעמס האבן געריטן אויף בוש און די רעפאבס זענען אוועק געלאפן פון דעם נאמען. דאס געשעהט יעדעס מאל ווען א רעפאב איז אינטער הייס וואסער איז עס פון בייגע פארטייען משאכ ווען עס איז א דעמעקראט איז עס נאר פון די ראפאליקאנער זייט.

דא אליינס אויפן וועלטל קענט איר זעהן די רעפאבס שוואכקייט, ווי גלייך האבן דא רוב רעפאבס אראפגעריסן טראמפ מיטן גאנצן קנאק, וואס איז ווייט די מציאות ווען די מעשה איז פארקערט, א שטייגער ווי די BLM פראטעסטן.

ביי די BLM פראטעסטן זענען די פאליס שולדיג פארן הרגענען א שווארצן, און דא איז טראמפ שולדיג פארן רופן א פראטעסט, שטוינענדע הלכות היפיקראטיע בתפארתו.

איך וועל זיין זייער סורפרייזט אויב אין צוויי יאר ארום זאלן די רעפאבס האבן א wave און וכו' אויף 2024

אויב זאל נישט אויסוואקסן א מחוצף דא א שטייגער ווי טראמפ (אין א רואיגערע טאון וואלט בעסער געווען) האב איך מורא אז די רעפאבס וועלן שוין בלייבן אין די מענאריטי.

דאס איז חוץ פון דעם וואס די מעיל אין'ס און ענדליכע שריט וועלן בלייבן שוין לכאורה, און דאס גיבט נאר פאר די דעמעקראטן אן advantage. העטן ווען די רעפאבס געהאט שכל וואלטן זיי כאטש פרובירט צו גיין מיטן לעגאלע פייט אויפן עתיד צו מער פארזיכערן וואוטס עס זאל זיין די ווייניגסטע אויסגעשטעלט פאר שווינדלערייען, אבער דאס האט דאך יעדער מורא צו זאגן, נאר דער דעמעקראט מעג זיך שטעלן אין די לענג און אין די ברייט קעגן Id's. שוין עניוועיס...

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » פרייטאג ינואר 08, 2021 11:42 am

איך מיין די בעסטע וועג פאראויס פאר די רופבליקאנער, אימפיטש טראמפ, מאך פענס אלס פרעזידענט פענס פאר אפאר טעג, ער גייט בלייבען מיטן טיטעל 46 פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען, און נעקסטע פאר יאר האבען זיי א נערמאלע פירער וואס זיי קענען קוואטען, פרעזידענט פענס ווען זיין זייער פאנטרעגער און פנים, א שטייגער ווי אבאמא איז געווען נאך ווייטער נאך 16.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג ינואר 08, 2021 11:47 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:איך מיין די בעסטע וועג פאראויס פאר די רופבליקאנער, אימפיטש טראמפ, מאך פענס אלס פרעזידענט פענס פאר אפאר טעג, ער גייט בלייבען מיטן טיטעל 46 פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטען, און נעקסטע פאר יאר האבען זיי א נערמאלע פירער וואס זיי קענען קוואטען, פרעזידענט פענס ווען זיין זייער פאנטרעגער און פנים, א שטייגער ווי אבאמא איז געווען נאך ווייטער נאך 16.


רעד דיך איין. די דעמס וועלן דעם טראמפ פלעק נישט אראפלאזן פון די רעפאבס, אדער שטאלצירסטו מיט טראמפס גוטע חלקים על אפם פון די דעמס, אדער פאלסטו אריין אין זייער פאסטקע, ו2008 פירושא זיל גמור


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, גלות איד, מענה רך און 5 געסט