די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Programming
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 9:39 am

אוודאי, עס וואלט געווען פיל ווייניגער טויטע ווייל קיינער וואלט נישט באריכטעט די עכטע ציפערן, און ווער יא וואלט מען אים געשיקט סטעיט פאליס איבערפאלן דאס הויז אינמיטן די נאכט פארנט פון די קינדער. וואס טוט מען נישט פאר #פרייהייט...

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 1:36 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:איינציגסטע עכטע זאך איז שטערקער מאכן סטעיט ביי סטעיט די עלעקשען סעקיורטי מען קען עס מיט קליג ארבעטען פוילן ביי אלע סטעיטס חוץ די 5 עכטע צודרייטע סטעיטס

דאס רופט זיך: "Wishful Thinking".
קיין איין סטעיט גייט גארנישט טון. יעדער אין גאווערנמענט איז צופרידן מיט די וועג וויאזוי עס איז. דאס איז פאליטיקס.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט דאס טאקע געדארפט זיין די ערשטע זאך וואס מען פאררעכט, אבער די אלע זענען דאך אזוי אריינגעקניפט אינ'ם סיסטעם, אז עס זעהט נישט אויס אז עס זאל זיין עני טשעינדזשעס, עני טיים סאאן.

חזן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 1:54 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך חזן » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:03 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:
חזן האט געשריבן:מ'קען דן זיין לגופו של ענין אז אדרבה - די מלחמה יעצט פון די דעקאקראטן און די מידיע יעצט איז דווקא געוועהן ווייל די רעפובליקאנע קאנדידאט איז געווען דאנאלד טראמפ, משא"כ אהן טראמפ וואלטן די דעמאקראטן/מידיע נישט אזוי מלחמה געהאלטן.

פארשטייט זיך אז זיכער אזוי. פארדעם האבן זיי יעצט געארבעט אויף אלע פראנטען. און שוין אנגעהויבן גלייך וואס די קאוויד איז אפיר געקומען משוגע צו מאכן די מענטשהייט, אלעס כדי זיכער צו מאכן אז די מעיל אין בעללאטס קומט צושטאנד, נאך וואס די פריערדיגע אינשורענס פאליסי האט נישט געארבעט, און זיי פאראורזאכט אסאך קאפ וויי, פארדעם האבן זיי געדארפט מאכן יעצט א בעסערע אינשורענס פאלעסי. ווייל זיי האבן זייער גוט געוואוסט אז אויב דאס מאל געווינט טראמפ נאכאמאל וואלט דאס געווען פאר זיי א בכייה לדורות. ער וואלט יעצט נישט מורא געהאט פון דארפן לויפן נאכאמאל, און ער וואלט אויפגעדעקט אלע אלע מיאוסע שטיק וואס עס גייט פאר אינערהאלב דעם גאווערנמענט, און דאס וואלט געלייגט לטמיון יארן יארן ארבעט פון די דעמאקראטן און זייער אפיליאירטע אין די מידיע. ממילא איז פארשטענדליך אז וויסנ'דיג אז עס איז א לעבן אדער טויט פראגע, דארפן זיי טון אלעס וואס מעגליך דאס נישט צו צולאזן.

אבער עם כל זה, זעהסטו דאך אז זייער פארהייליגטער דזשאן מעקעין איז עפעס סאמהאוי נישט געווען אזוי הייליג ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, און די זעלבע מיט מיט ראמני. סוי גלייב איך אז יעדע אנדערע קאנדידאט וואלט סאך גרינגער געווארן באזיגט, נישט האבנ'דיג די אויפטוהונגען פון טראמפ פאר די דארכשניטליכע אמעריקאנער, וואס ווי א מערהייט פון די אויסגעפרעגטע האבן גע'ענפערט אויף די פראגע צו זיי זענען יעצט בעסער ווי מיט פיר יאר צוריק, אז יא זיי זענען יעצט בעסער. (ווען עס איז לטובת טראמפ קען איך גלייבן די פאוילס).

;l;p- ברענגסט ארויס א גוטע פוינט

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:24 pm

איך מיין אז נאך די נעכטיגע אימפיטשמענט ווי נאר 10 רעפאבליקאנער זענען נאכגעשלעפט געווארן מיט די דעמאקראטן איז עס א גוטע סימן אז די נייע רעפאבליקאנע באוועגונג אונטער טראמפ האט עושה פירות געווען אז כמעט קיינער איז נישט נאכגעשלעפט געווארן פון די דעמאקראטיש געפירטע מידיע, זיי זענען הער טו סטעי און אפילו מעקאנל פארשטייט נישט ארויפצוברענגען א וואויט יעצט, און זיי האבן גרויסע טשענסעס צו געווינען אין 24 מיט א ריכטיגער קאנדידאט, צו טראמפ אדער זיינס גלייכן אדער אפילו קרוז, זיכער נישט מיט פענס.
זיי וועלן פשוט אויפשפילן די הפקירות פון די דעמאקראטן אזוי אויפהייטערן דעם עולם און ארויסברענגען די מערסטע רעפאבליקאנער וואס שייך

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך ר' זעקל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:25 pm

כל טוב האט געשריבן:איך מיין אז נאך די נעכטיגע אימפיטשמענט ווי נאר 10 רעפאבליקאנער זענען נאכגעשלעפט געווארן מיט די דעמאקראטן איז עס א גוטע סימן אז די נייע רעפאבליקאנע באוועגונג אונטער טראמפ האט עושה פירות געווען אז כמעט קיינער איז נישט נאכגעשלעפט געווארן פון די דעמאקראטיש געפירטע מידיע, זיי זענען הער טו סטעי און אפילו מעקאנל פארשטייט נישט ארויפצוברענגען א וואויט יעצט, און זיי האבן גרויסע טשענסעס צו געווינען אין 24 מיט א ריכטיגער קאנדידאט, צו טראמפ אדער זיינס גלייכן אדער אפילו קרוז, זיכער נישט מיט פענס.
זיי וועלן פשוט אויפשפילן די הפקירות פון די דעמאקראטן אזוי אויפהייטערן דעם עולם און ארויסברענגען די מערסטע רעפאבליקאנער וואס שייך

גערעכט, אבער פארוואס שטויסטע אוועק פענס?

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך עפעס אנדערש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:16 pm

ווי וועלן זיי עס אויפשפילן?

כל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך כל טוב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 10:30 pm

ר' זעקל האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איך מיין אז נאך די נעכטיגע אימפיטשמענט ווי נאר 10 רעפאבליקאנער זענען נאכגעשלעפט געווארן מיט די דעמאקראטן איז עס א גוטע סימן אז די נייע רעפאבליקאנע באוועגונג אונטער טראמפ האט עושה פירות געווען אז כמעט קיינער איז נישט נאכגעשלעפט געווארן פון די דעמאקראטיש געפירטע מידיע, זיי זענען הער טו סטעי און אפילו מעקאנל פארשטייט נישט ארויפצוברענגען א וואויט יעצט, און זיי האבן גרויסע טשענסעס צו געווינען אין 24 מיט א ריכטיגער קאנדידאט, צו טראמפ אדער זיינס גלייכן אדער אפילו קרוז, זיכער נישט מיט פענס.
זיי וועלן פשוט אויפשפילן די הפקירות פון די דעמאקראטן אזוי אויפהייטערן דעם עולם און ארויסברענגען די מערסטע רעפאבליקאנער וואס שייך

גערעכט, אבער פארוואס שטויסטע אוועק פענס?

ווייל ער איז פון די אלטע רעפאבליקאנע לעמעלעך און האט נישט קיין טשענס צו געווינען לכאורה אויסער אויב מ'וועט אים שטארק ברענדן, ער האט זיך קיינמאל נישט ארויס געשטעלט פעסט אנקעגען די דעמאקראטן ווי למשל יעצט צו שרייען היתכן מ'באשולדיגט זיין בעה''ב על לא דבר, כאטש זאגן קען ער עס. די נייע סטייל זענען דעמאקראטישע רעפאבליקאנער זיך צו פירן אין א געוויסע זון פונקט ווי זיי, כנלע''ד

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך ר' זעקל » פרייטאג ינואר 15, 2021 11:59 am

כל טוב האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:איך מיין אז נאך די נעכטיגע אימפיטשמענט ווי נאר 10 רעפאבליקאנער זענען נאכגעשלעפט געווארן מיט די דעמאקראטן איז עס א גוטע סימן אז די נייע רעפאבליקאנע באוועגונג אונטער טראמפ האט עושה פירות געווען אז כמעט קיינער איז נישט נאכגעשלעפט געווארן פון די דעמאקראטיש געפירטע מידיע, זיי זענען הער טו סטעי און אפילו מעקאנל פארשטייט נישט ארויפצוברענגען א וואויט יעצט, און זיי האבן גרויסע טשענסעס צו געווינען אין 24 מיט א ריכטיגער קאנדידאט, צו טראמפ אדער זיינס גלייכן אדער אפילו קרוז, זיכער נישט מיט פענס.
זיי וועלן פשוט אויפשפילן די הפקירות פון די דעמאקראטן אזוי אויפהייטערן דעם עולם און ארויסברענגען די מערסטע רעפאבליקאנער וואס שייך

גערעכט, אבער פארוואס שטויסטע אוועק פענס?

ווייל ער איז פון די אלטע רעפאבליקאנע לעמעלעך און האט נישט קיין טשענס צו געווינען לכאורה אויסער אויב מ'וועט אים שטארק ברענדן, ער האט זיך קיינמאל נישט ארויס געשטעלט פעסט אנקעגען די דעמאקראטן ווי למשל יעצט צו שרייען היתכן מ'באשולדיגט זיין בעה''ב על לא דבר, כאטש זאגן קען ער עס. די נייע סטייל זענען דעמאקראטישע רעפאבליקאנער זיך צו פירן אין א געוויסע זון פונקט ווי זיי, כנלע''ד

די אלטע רעפאבליקאנע לעמעלעך האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו טראמפ אזוי שיין ווי ער, ער האט זיך פיין ארויס געשטעלט אנקעגען די דעמאקראטן די לעצטע פיר יאר, זיך אנגענומען פאר טראמפ מיט יעדע איינציגסטע זאך וואס ער האט געטוהן, נאך שענער ווי קרוז אדער עני באדי עלס.

געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:25 pm

די ריפובליקאנער פארטיי האט א טשאנס אויב נאך א כאריזמאטישע מענטש מיט פלעקסיביליטי צי זאגן וואס מענטשען ווילן הערן וועט לויפן.

די רעפאבליקאנער פארטיי נאך טראמפ האט מאסיווע טשאנסן און דשענערעל, נאכדעם וואס טראמפ האט אין 16 ציגענומען די בעיסעק מעסעדשעס פון די דעמאקראטן, ווי מידעל קלעס, סמאל ביזנעסער, און אריבערגעשלעפט צי די רעפאבליקאנער זייט.

די רעפאבליקאנער פארטיי האט א רעפיוטעשאן אז געלונגענע מענטשן האבן א טשענס זיך אריינציכאפן.

.........

די דעמעקראטישע פארטיי איז אויסגעלאפן און ליידיג פון מעסעדשעס, קאוויד און נעווער טראמפ האט שוין עקספייערד.

די דעמאקראטישע פארטיי דארף האבן נאך א קאוויד, און די מעיל אין בעלעטס זאל בלייבן אין קראפט, פלאס גרינגער מאכן נאך טוץ וואוטינג רעגולעישאנס ווילאנג זיי האבן די סענעט, צי האבן א טשענס פאר די פיוטשער.

די דעמאקראטישע פארטיי האט א רעפיוטעשאן די לעצטע צוויי מאל אריינצישטעלן קאנדידאטן וואס די פארטיי עסטעבלישמענט וויל, נישט וואס די וויילער ווילן, און דעיס האט אן עקספערעישאן דעיט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג ינואר 15, 2021 12:56 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:די ריפובליקאנער פארטיי האט א טשאנס אויב נאך א כאריזמאטישע מענטש מיט פלעקסיביליטי צי זאגן וואס מענטשען ווילן הערן וועט לויפן.

די רעפאבליקאנער פארטיי נאך טראמפ האט מאסיווע טשאנסן און דשענערעל, נאכדעם וואס טראמפ האט אין 16 ציגענומען די בעיסעק מעסעדשעס פון די דעמאקראטן, ווי מידעל קלעס, סמאל ביזנעסער, און אריבערגעשלעפט צי די רעפאבליקאנער זייט.

די רעפאבליקאנער פארטיי האט א רעפיוטעשאן אז געלונגענע מענטשן האבן א טשענס זיך אריינציכאפן.

.........

די דעמעקראטישע פארטיי איז אויסגעלאפן און ליידיג פון מעסעדשעס, קאוויד און נעווער טראמפ האט שוין עקספייערד.

די דעמאקראטישע פארטיי דארף האבן נאך א קאוויד, און די מעיל אין בעלעטס זאל בלייבן אין קראפט, פלאס גרינגער מאכן נאך טוץ וואוטינג רעגולעישאנס ווילאנג זיי האבן די סענעט, צי האבן א טשענס פאר די פיוטשער.

די דעמאקראטישע פארטיי האט א רעפיוטעשאן די לעצטע צוויי מאל אריינצישטעלן קאנדידאטן וואס די פארטיי עסטעבלישמענט וויל, נישט וואס די וויילער ווילן, און דעיס האט אן עקספערעישאן דעיט.

איך זעה נישט פאר וואס אין די וועלט די אלע לויזע וואוטינג רעגולעשאנס זאלן נישט בלייבן אין קראפט, און מיט דעם אליינס האבן שוין די דעמס א שטארקע advantage

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:25 pm

פאר אינטערסאנטקייט האב איך דא קאמפעירד די צאל וואוטס cast פון ביידע פארטייען זינט 1996, די רעפאס האבן שוין געהאט עטליכע מאל היבש גרעסערע הייקס צווישן 1 סייקל אונעם צווייטן משא"כ די דעמס האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזא הייק זייט 2000, גאנץ זיכער איז עס צו פארדאנקן די מעיל אינס און אנדערע לויזע רעגולאציעס
צוגעלייגטע
Screenshot 2021-01-15 131929.png
Screenshot 2021-01-15 131929.png (12.08 KiB) געזעהן 889 מאל

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:30 pm

און אגב איז דאס אויך א תירוץ צו @פעיק וואס האט דא געטענהט אז טראמפ האט נישט ריכטיג אפיעלט וועגן דעם האט ער פארלוירן פון זיינע וואוטערס. דאס איז לגמרי נישט ריכטיג, ער האט שיין אינקריעסט זיין בעיס, נאר די דעמס האבן סאך מער און unexpectedly געהכערט זייער בעיס

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג ינואר 15, 2021 1:49 pm

פונקט פארקערט.

ביידן איז בעיקר ארויף ווייל ער האט דעמאלישד טראמפ צווישן מעסיגע און אינדעפענדענטס, טראץ וואס די טוירנאוט אין אסאך דעמאקראטישע געגנטער איז נישט ארויף אזוי שטארק ווי אין רעפאליקאנער געגענטער, און טראמפ איז ארויף ווייל עס איז געווען אפנארמאלע טוירנאוט צווישן רעפאליקאנער, מעגליך די ערשטע מאל אין צענדליגער צענדליגער יארן - אפשר זייט פאר די גרעיט דעפרעשאן, מען דארף עס נאכקוקן - וואס מער רעפאליקאנער האבן געשטימט ווי דעמאקראטן.

בעבר פלעגן רעפאליקאנער געווינען און צובאקומען שטימען פאר פרעזידענט אין ריזיגע ציפערן בעיקר דורך פליפן די מיינונג פון אינדעפענדענטס און דעמאקראטן, אבער קיינמאל נישט ארויסגעברענגט מער פון זייערע וויילער ווי די דעמאקראטן פון זייערע וויילער.

ראנעלד רעיגען מיט ריטשארד ניקסאן האבן נישט געהאט אזאנע לענדסליידס דורך ארויסברענגן אזויפיל רעפאליקאנער, ווייל עס איז פשוט נישט געווען אזויפיל רעפאליקאנער - זיי האבן ניטאמאל געווינען קאנטראל פון קאנגרעס פאר די רעפאבליקאנער - זיי האבן געווינען דורך באקומען אסאך שטיצע פון אינדעפענדענטס און דעמאקראטן.

----------

איך זעה אז @געריבענער סוחר האט אודאי נישט געהערט די נעכטיגע רעדע פון ביידן דער דעמאקראט, ווייל ווען יא וואלט ער געוויסט אז די דעמאקראטן האבן נאך פיין מעסעדזשעס.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

Programming
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Programming » פרייטאג ינואר 15, 2021 2:05 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:פאר אינטערסאנטקייט האב איך דא קאמפעירד די צאל וואוטס cast פון ביידע פארטייען זינט 1996, די רעפאס האבן שוין געהאט עטליכע מאל היבש גרעסערע הייקס צווישן 1 סייקל אונעם צווייטן משא"כ די דעמס האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזא הייק זייט 2000, גאנץ זיכער איז עס צו פארדאנקן די מעיל אינס און אנדערע לויזע רעגולאציעס

ווערי ראנג טעיק

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג ינואר 17, 2021 11:49 am

https://www.theatlantic.com/ideas/archi ... ty/617707/
סענעטאר סעס פון נעבראסקע איז אן עכטער קאנסערוואטיוו, און נאך אלס האט ער נישט געלייגט זיין מח אין א סטארעדזש נאך די 2016 עלעקשאן.
א קוואוט
Similarly, the jolting juxtaposition of a media-addict mayor breaking up Hasidic funerals while marching in Black Lives Matter protests not only deepens the cynicism of many Americans, but it indisputably undermined institutions of public health that should have been cautiously protecting their standing.
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג ינואר 17, 2021 11:52 am

נאך איין
First, Republicans must repudiate the nonsense that has set our party on fire. Putting it out will take courage—and I don’t mean merely political courage. This week, after realizing that some Capitol insurrectionists wanted to capture the vice president, several Republican House members said privately that they believed a vote to impeach the president would put their lives, or the lives of their families, at risk. That is not the “constituent engagement” that elected officials are duty-bound to deal with on a daily basis. That is simply tyranny, just from the bottom up, instead of the top down. When arsonists are inside our house, can we just stand by and hope that they’ll depart quietly?
שויתי ה' לנגדי תמיד

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך קיין נפקמ » מאנטאג ינואר 18, 2021 11:03 am

איך רעד דא פון א רעפאבליקאנער נושא, אינטערסאנט אז קיין איין רעפאבליקאן דא האט זיך נאכנישט אנגערופן. איך גלייב נישט אז די דעמס פארשטייען בעסער די רעפאבליקאנער זייט. איך וועל דעבאטירן דא מיט רעפאבס, ויישר כוח להבנה

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג ינואר 18, 2021 11:05 am

קרייסלער האט געשריבן:דיסאגרי מיט די לעצטע פאר תגובות, דאנאלד טראמפ וואלט געווען א פאקטאר ווען ער פירט זיך אויף א טראפ מער נארמאלער
ס'איז יצא שכרו בהפסדו

אזויפיל יא ער האט אריינגעברענגט אין פלעי א ברייטערע ספעקטרום פון קעקרעקטערס וואס קענען לויפן פאר פרעזידענט און דאס ברייטערט אויס די פעלד פון פאטענציאלע קאנדידאטן וועלכע פארמאגן געוויסע קוואליפיקאציעס וואס אלגעמיינע פארפוילטע פאליטישאנס האבן נישט און דערמיט אפעלירן צום פאלק

די צויבער וועלכע טראמפ האט געכאפט מענטשען איז אז ער האט זיי קאנווינסד אז ער איז א פאלקסישער מענטש און פארשטייט די ארבייטס קלאס געברויכן, איינער וואס האט די זעלביגע צויבערקראפט מיט אביסעלע ווייניגער מידות מושחתות קען שטארק געווינען און עווענטואל זיין די פיר און זעכציגסטע פרעזינדעט

קאמען סענס ;l;p-
בלינצע: עס שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער, יה"ר שמשמחה זו יושפע שפע שמחה ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל אמן נצח סלה ועד.

עפעס אנדערש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:18 pm

קרייסלער האט געשריבן:דיסאגרי מיט די לעצטע פאר תגובות, דאנאלד טראמפ וואלט געווען א פאקטאר ווען ער פירט זיך אויף א טראפ מער נארמאלער
ס'איז יצא שכרו בהפסדו

אזויפיל יא ער האט אריינגעברענגט אין פלעי א ברייטערע ספעקטרום פון קעקרעקטערס וואס קענען לויפן פאר פרעזידענט און דאס ברייטערט אויס די פעלד פון פאטענציאלע קאנדידאטן וועלכע פארמאגן געוויסע קוואליפיקאציעס וואס אלגעמיינע פארפוילטע פאליטישאנס האבן נישט און דערמיט אפעלירן צום פאלק

די צויבער וועלכע טראמפ האט געכאפט מענטשען איז אז ער האט זיי קאנווינסד אז ער איז א פאלקסישער מענטש און פארשטייט די ארבייטס קלאס געברויכן, איינער וואס האט די זעלביגע צויבערקראפט מיט אביסעלע ווייניגער מידות מושחתות קען שטארק געווינען און עווענטואל זיין די פיר און זעכציגסטע פרעזינדעט

יצא שכרו בהפסדו? פארוואס, ווייל אזוי האט די מידיע אפגעמאכט?
ווען טראמפ פירט זיך אויף נארמאלער, וואלטסטו נישט געהערט פון אזא פארשוין, און ער וואלט קיינמאל נישט אנגעקומען צו זיין פרעזידענט. טאקע וויבאלד ער האט זיך אויפגעפירט וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט, האט עס אים געמאכט ארויסשרייען אדער איבערשרייען די מידיע'ס איינזייטיגע דעקונג לטובת די דעמאקראטן, און נאר אזוי איז זיין מעסידזש אנגעקומען צו די וויילער, אז א פרעזידענט ארבעט פאר די לאנד, און דאס איז וואס ער האט אוועראל געטון. מיט אסאך נויז, אבער הא קעירס. ממילא וואלט איך געזאגט יצא הפסדו בשכרו.

לשיטתך, לאמיר דיר פרעגן צוויי פראגעס: איינס. וויאזוי איז מעגליך אז טראמפ האט פארברייטערט זיין באזע מיט מיליאנע שטימען? צווייטענס. אויב די דעמאקראטן זענען געווען זיכער אז טראמפ איז א פראבלעם, פארוואס האבן זיי געדארפט אזוי שווער ארבעטן אויף די מעיל אין טאקטיק?
נאר יעדער ווייסט אז טראמפ איז געווען א פלאס פאר די רעפאבליקען פארטי, ממילא גאואינג פארווארד, עני אנדערע קאנדידאט פון די רעפאבליקאנער טיקעט, וואס וועט פרובירן צו זיין א געפאלישטע פאליטישען, וועט ווערן צוטרויטן דורך די מידיע, און וועט נישט האבן קיין שום טשאנס צו געווינען. אויסער די פאקט, אז טראמפ איז געווען גרייט זיך צו פארשמירן, אבי דער ארבעט זאל ווערן געטון, און פון די אלע פון די ליסטע וועסטו נישט טרעפן איינער וואס וועט זיין גרייט דאס צו טון. און אויב יא, קען יענער טאקע זיין די קומענ'דיגע קאנדידאט.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג ינואר 18, 2021 1:41 pm

אבער למעשה האט טראמפ זיך היבש געדעמעזשט לעיטלי

און וואס @קרייסלער טענהט איז אז נאך טראמפ דארף מען שוין נישט האבן ממש אזא איינער ווי טראמפ למשל אזא איינער ווי קרוז -איך כאפ נאר אן א משל - וועט זיך סאך גרינגער קענען שלאגן מיט די מידיע יעצט נאך טראמפ

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:25 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:און אגב איז דאס אויך א תירוץ צו @פעיק וואס האט דא געטענהט אז טראמפ האט נישט ריכטיג אפיעלט וועגן דעם האט ער פארלוירן פון זיינע וואוטערס. דאס איז לגמרי נישט ריכטיג, ער האט שיין אינקריעסט זיין בעיס, נאר די דעמס האבן סאך מער און unexpectedly געהכערט זייער בעיס

אומריכטיג. טראמפ מיט א ריכטיגן מעסעדזש און א גוטן אפיעל, וואלט געדארפט צוגעווינען אינדעפענדנטס און דעמאקראטן צו זיין בעיס.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

Programming
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך Programming » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:28 pm

ער האט טאקע. הונדערטער טויזנטער דעמאקראטן וועלכע האבן געשטימט פאר אבאמא און ביידן זענען געווארן לאיאלע טראמפ שטיצער. איינע פון זיי, עשלי בעביט, האט נארוואס מקריב געווען איר לעבן פאר זיינעטוועגן אין קעפיטאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די צוקונפט פון די רעפובליקאנער פארטיי

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 18, 2021 2:33 pm

איך ווייס אז ער האט, איך רעד אויף אן אופן אז ער זאל קענען געווינען.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dinrap, אידיש.טייפינג, שאראש-פאטאק און 9 געסט