פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:27 pm

ס'איז נישט ערגער, ס'איז נישט שלעכט. ס'איז גוט און ריכטיג און way past due.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

lazy
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך lazy » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:30 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ס'איז נישט ערגער, ס'איז נישט שלעכט. ס'איז גוט און ריכטיג און way past due.

;l;p-
ווייל אזוי איז ״מיר היינט״ גוט.
העבר אין והעתיד עדיין, דאגה מנין...

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:30 pm

נע, איך בין נישט קיין טראמפיסט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:40 pm

א צווייטער קשיא. דער מוסלעמענער פרעדיגער אבו טשאני באני מוסטאווי וואוינט אין נו דזשערזי. ער רעדט חלילה קיינמאל פון טעראר. ער העצט סתם געפערליך אויף זיינע אנהענגער אז אמעריקע איז פארדארבן, די לאנד איז די זינדיגע וואס די קאראן מיינט, און אויסער דעם זייערע שרעקליכע עוולות אנטקעגן מוסלעמענער. לעצטנס טוויט ער יעדן טאג, מיר קענען נישט זיצן שטיל, מער ווערן באעוולט, עס איז צייט צוריקצוקעמפן. אינטערעסאנט אז לעצטנס האבן צוויי יוגענטליכע וואס האבן געווארן פארקויפן פאר אים דורך סאשעל מידיע פונקט באשלאסן צו אריינפארן אין א גרופע מענטשן אין דאונטאון לאז אנדזשעלעס.

דורכאויס מוסטאווי׳ס העצערייען, נעמען זיך די סקוואד קאנגערעספרויען אן פאר אים אז כאטש ער דארף נישט רעדן אזוי שארף, זענען זיינע טענות אנטקעגן אמעריקאנער בארעכטיגט און ער דארף האבן פרייהייט פון ספיעטש. איינע פון זיי האט אפילו אויפגעטרעטן אין זיין מעטשעט.

נאך די טעראר אטאקע דורך זיינע נאכפאלגער, פארדאמט ער וויאלענס, כאטש ער זאגט אז מען דארף פארשטיין די טענות וואס האבן געברענגט דערצו.

איז טוויטער בארעכטיגט אים צו אפשפארן? ער האט בפועל קיינמאל גערעדט פון ווייאלענס.
איז אקעי פאר רעפובליקאנער און מעסיגע דעמאקראטן צו דערקלערן די קאנגרעסלייט וואס האבן אים אונטערגעשטיצט אלס אנטי אמעריקאנער?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יא איך » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:45 pm

עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך חיימאוויטש » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:46 pm

גוד-מארנינג, דו קומסט אריין קלאר.
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:52 pm

יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:55 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לאמיר האפן אז די עקסטרעים-שטרענגע טאן פון די באהערדע איז נאר לאור המצב איינצישטילן די פייער, אבער וועט עווענטועל נישט ווערן אויסגעפירט.
די באנדיטן זאלן ווערן באהאנדלט און באשטראפט יושר'דיג לויטן געזעץ און נישט לויט הייפער עמאושענס.

גערעכט פאר ספאנטאנע צולאזטקייט. נישט פאר די וואס האבן געפלאנט געוואלדטאטן. דאס הייסט טעראר.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7061
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:00 pm

Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לאמיר האפן אז די עקסטרעים-שטרענגע טאן פון די באהערדע איז נאר לאור המצב איינצישטילן די פייער, אבער וועט עווענטועל נישט ווערן אויסגעפירט.
די באנדיטן זאלן ווערן באהאנדלט און באשטראפט יושר'דיג לויטן געזעץ און נישט לויט הייפער עמאושענס.

גערעכט פאר ספאנטאנע צולאזטקייט. נישט פאר די וואס האבן געפלאנט געוואלדטאטן. דאס הייסט טעראר.

פאר זיי איז נישט דא קיין געזעץ?

(איך פארשטיי דיין רייץ אנציהויבן נאך א ויכוח פאר 10 בלעטער האט דיר נישט ערלויבט צי ליינען מיין תגובה ניכטער, ובזה סיימתי)

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:02 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:לאמיר האפן אז די עקסטרעים-שטרענגע טאן פון די באהערדע איז נאר לאור המצב איינצישטילן די פייער, אבער וועט עווענטועל נישט ווערן אויסגעפירט.
די באנדיטן זאלן ווערן באהאנדלט און באשטראפט יושר'דיג לויטן געזעץ און נישט לויט הייפער עמאושענס.

גערעכט פאר ספאנטאנע צולאזטקייט. נישט פאר די וואס האבן געפלאנט געוואלדטאטן. דאס הייסט טעראר.

פאר זיי איז נישט דא קיין געזעץ?

(איך פארשטיי דיין רייץ אנציהויבן נאך א ויכוח פאר 10 בלעטער האט דיר נישט ערלויבט צי ליינען מיין תגובה ניכטער, ובזה סיימתי)

האלסט די שטרענגע טאן איז נישט געזעצליך? קענען זיי דען גיין אנטקעגן געזעץ? דו מיינסט צו זאגן נישט ווארפן די בוק, זאג איך אז פאר רוב טאקע נישט, אבער פלאנירער פון טעראר זאלן ווערן באהאנדעלט ווי טעראריסטן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:06 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
ווער האט צובראכן די סטאטוסקווא? ווער האט געקלעימט וויסטע ליגענט צו העצן זיינע נאכפאלגער און זיך בארואיגן זיין עגא?


א דיבור איז נישט א מעשה

ער מעג זאגן וואס ער וויל, דאס איז זיין רעכט, אויב דו האסט א פראבלעם הער אים נישט אויס

צוברעכן מיינט צוברעכן..

נישט צו פארגלייכן, אבער דער ימח שמו'ניק פון דייטשלאנד האט איינעם פערזענליך גע'הרג'עט? כ'מיין ער האט אויך נאר גע'דיבור'ט

ער האט "בפירוש" גערופן פאר מארד און אינטערדריקונג

שיעלע וואלט געשריבן: "א דיבור איז נישט א מעשה"
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:08 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איינער האט שוין געענטפערט מיין פראגע?

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p2574031

viewtopic.php?p=2574185#p2574185
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:08 pm

חיימאוויטש האט געשריבן:גוד-מארנינג, דו קומסט אריין קלאר.

קיינער וויל מיר נישט ענטפערן. איך בין עכט נייגעריג וואס מען האלט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יא איך » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:11 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען

קודם דאס וואס זיי האבן געטוען מאכט זיך נישט און יעדע דעמעקראטישע לאנד דערמאן דיר אביסל וואס זיי האבן געטון.

אזוי צו אזוי בפרט אויב דאס איז קארדענירט איז עס א גרויסע פראבלעם (איך גיי נישט אריין אויב עס איז דא ערגערע פראבלעמען) פארוואס דעמעלטס האט מען גארנישט געהערט פון די FBI איך פרעג נישט ווייל איך שריי אז זיי זענען איינזייטיג נאר איך וויל פשוט פארשטיין איינער קען דאס מסביר זיין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25381
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:13 pm

לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:14 pm

יא איך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען

קודם דאס וואס זיי האבן געטוען מאכט זיך נישט און יעדע דעמעקראטישע לאנד דערמאן דיר אביסל וואס זיי האבן געטון.

אזוי צו אזוי בפרט אויב דאס איז קארדענירט איז עס א גרויסע פראבלעם (איך גיי נישט אריין אויב עס איז דא ערגערע פראבלעמען) פארוואס דעמעלטס האט מען גארנישט געהערט פון די FBI איך פרעג נישט ווייל איך שריי אז זיי זענען איינזייטיג נאר איך וויל פשוט פארשטיין איינער קען דאס מסביר זיין?

קוק אביסל וועלט נייעס, איין יאר אין אייראפע, איין יאר אין ענגלאנד אוודאי געשעט עס, האט עס נישט ווייניגער געפערליך
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יא איך » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:17 pm

Goodmorning האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען

איך האב נישט געוואלט אריין גיין און די חיליקום צווישן די קעפעטיל איבערפאל און די BLM פראטעסטען ווייל מען האט שוין גענוג גערעדט
אבער אז די האסט עס אנגעכאפט וועל איך דיר ענטפערן די געדענקסט ווען דיBLM חברה האבן איבער גענומען א שטיקל לאנד און אמעריקע (איך געדענק נישט די נאמען ווי )און דערקלערט אז עס איז פאליס פריי, יעצט וואס געשעט אויב מארגען נעמען זיי אינטער זיך נאך א גאס, און נאכדעם נאך, ביז א שטאט, און נאכדעם גייען זיי נאך ווייטער? איי וועסטו מיר ענטפערן זיי האבן אבער נישט געקענט ווייל מען וואלט זיי קיינמאל נישט געלאזט. און דא אויכט זיי וואלטען קיינמאל נישט געבליבן קעפעטיל צו לאנג ווייל מען וואלט זיי אלע ארעסטירט און נאכמער זיי וואלטען נישט אנגעקומען אינעווייניג בכלל ווען מען לאזט נישט אריין

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:18 pm

farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

און אויפן וועג צשלאגן דער בעה"ב פונעם סטאר וואס פראבירט צו מאכן א ווידערשטאנד.

אגב, איך האלט גראדע אז ס'איז טאקע הארבער, אבער ביידע זענען פארלעצונגען פונעם געזעץ און דו קענסט נישט איינמאל גארנישט טון און איינמאל עפענען מאסיווע אקציעס.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

פארשער
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין די סי

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:21 pm

לכאורה האט געשריבן:
שיעלע בהמה האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:איינער האט שוין געענטפערט מיין פראגע?

viewtopic.php?p=2574031#p2574031

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2574185

@לכאורה ידנ, ביסט לכאורה נדנ אריינגעקומען אינמיטן דעם שמועס, שיעלע האט זייער קלאר אראפגעשטעלט זיין מייינונג אנפאנג אז ס'איז א חילוק ווען איינער רופט "בפירוש" פאר געוואלדטאטן וואס דאס דארף מען צענזורירן צו ווען איינער זאגט רייד וואס מען טייטשט אויס אז דאס פירט צו געוואלדטאטן וואס דאס זאל מען נישט צענזורירן ווייל ווער זאל באשלוסן ווען ווערטער זענען שעדליך און ווען נישט, ס'איז סך הכל א ווארט קעגן א ווארט און דער סוף דבר וועט זיין אז כל דאלים גבר און דער שטארקער וועט פארשטומען דעם שוואכן וואס דאס איז סאך א גרעסערע סכנה.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:26 pm

נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

און אויפן וועג צשלאגן דער בעה"ב פונעם סטאר וואס פראבירט צו מאכן א ווידערשטאנד.

אגב, איך האלט גראדע אז ס'איז טאקע הארבער, אבער ביידע זענען פארלעצונגען פונעם געזעץ און דו קענסט נישט איינמאל גארנישט טון און איינמאל עפענען מאסיווע אקציעס.

קאם אן, פאליציי קרעפטן איבערן לאנד האבן רעגלמעסיג ארעסטירט הונדערטער אין בלמ פראטעסטן וואס זענען ארויס פון קאנטראל אדער סתם מענגעס יוגנטליכע וואס זענען ארומגעגאנגען פלינדערן און באראבעווען געשעפטן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren
נערוון פיל פאר דעמאקראטן
געלעקסי עס20 אנקעטעס
פאלם פיילעט אנקעטעס

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:27 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

און אויפן וועג צשלאגן דער בעה"ב פונעם סטאר וואס פראבירט צו מאכן א ווידערשטאנד.

אגב, איך האלט גראדע אז ס'איז טאקע הארבער, אבער ביידע זענען פארלעצונגען פונעם געזעץ און דו קענסט נישט איינמאל גארנישט טון און איינמאל עפענען מאסיווע אקציעס.

קאם אן, פאליציי קרעפטן איבערן לאנד האבן רעגלמעסיג ארעסטירט הונדערטער אין בלמ פראטעסטן וואס זענען ארויס פון קאנטראל אדער סתם מענגעס יוגנטליכע וואס זענען ארומגעגאנגען פלינדערן און באראבעווען געשעפטן.

אינטערעסאנט די בלמ האלט אז דא איז מען זיך באגאנגען צו די ראיאטירער פיל מער פריינטליך,הסיע געלאזט אהיימגיין אן ארעסטירן ווי ביי בלמ ווי מען האט נישט געווארט פאר טיפס...
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יא איך » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:28 pm

farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

איך ווייס נישט אויב די מיינסט מיר און אוודאי איז עס ערגער, אבער זיי האבן זיך נישט אריין געבראכען און מעסיס און שוין, נאכט נאך נאכט שטעט נאך שטעט איבער גאנץ אמעריקע גאס נאך גאס אויסגעראכען שויבען בארויבט געשעפטען געווען גרייט צו שעדיגן יעדער וואס שטייט זיי און וועג, און געדענק נאך אזאך די פרא טראמפערס זענען פרא אמעריקע זיי האבן נישט געוואלט שעדיגען סתם פאליס (איך וועל דיר באלד ברענגען ראוית פארדעם אבער 1 זאך 2 חברה האבן געהארגעט א פאליס פארטרעט עס נישט די מיינונג פון יעדן) משא"כ די BLM זיי האבן געוואלט אז אמעריקע זאל אינטער גיין פאברענט אמעריקאנע פענער זיי האבן געוואלט אז יעדע פאליס זאל שטארבען

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:29 pm

Goodmorning האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

און אויפן וועג צשלאגן דער בעה"ב פונעם סטאר וואס פראבירט צו מאכן א ווידערשטאנד.

אגב, איך האלט גראדע אז ס'איז טאקע הארבער, אבער ביידע זענען פארלעצונגען פונעם געזעץ און דו קענסט נישט איינמאל גארנישט טון און איינמאל עפענען מאסיווע אקציעס.

קאם אן, פאליציי קרעפטן איבערן לאנד האבן רעגלמעסיג ארעסטירט הונדערטער אין בלמ פראטעסטן וואס זענען ארויס פון קאנטראל אדער סתם מענגעס יוגנטליכע וואס זענען ארומגעגאנגען פלינדערן און באראבעווען געשעפטן.

אינטערעסאנט די בלמ האלט אז דא איז מען זיך באגאנגען צו די ראיאטירער פיל מער פריינטליך,הסיע געלאזט אהיימגיין אן ארעסטירן ווי ביי בלמ ווי מען האט נישט געווארט פאר טיפס...

מ'האט נישט געקענט. נישט געווען מעגליך.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

אוועטאר
נקודהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך נקודהלע » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:30 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמיר טראכטן גראד.

אריינגיין און חרוב מאכן וויכטיגע רעגירונג בנינים איז געוויס הארבער געזעצליך ווי צו אריינקריכן אין מעיסיס פון אן אויפגעראכענע פענסטער צו שאפן אין After hours.

און אויפן וועג צשלאגן דער בעה"ב פונעם סטאר וואס פראבירט צו מאכן א ווידערשטאנד.

אגב, איך האלט גראדע אז ס'איז טאקע הארבער, אבער ביידע זענען פארלעצונגען פונעם געזעץ און דו קענסט נישט איינמאל גארנישט טון און איינמאל עפענען מאסיווע אקציעס.

קאם אן, פאליציי קרעפטן איבערן לאנד האבן רעגלמעסיג ארעסטירט הונדערטער אין בלמ פראטעסטן וואס זענען ארויס פון קאנטראל אדער סתם מענגעס יוגנטליכע וואס זענען ארומגעגאנגען פלינדערן און באראבעווען געשעפטן.

נישט געווען ארויסגעשטלעט ריזוגע אויספארשונגען צו זוכן מיט די אלע בילדער די אלע חברה וואס מ'האט נישט איינגעזעצט אויפן פלאץ. מ'האט פון קיינעם געבעטן טיפס.
קיינער האט נישט געסטראשעט מיט די יארן טורמע וואס מ'רעדט יעצט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

זארג נישט
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג ינואר 12, 2021 4:37 pm

יא איך האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די FBI מאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן קעיר נעמען פון די חברה וואס האבן זיך אריין געבראכען און די קעפיטעל

אבער איך וויל פארשטיין פארוואס ווען BLM האט גערצחט אז אמעריקע האט אויסגעקוקט ווי דריטע וועלט לאנד (סיריע?) און מען האט כסדר געהערט אז עס קוקט אויס צוזיין געוויסע מענטשען אדער לענדער וואס זיכען אנצוזייען כאאס און אמעריקע איז פארוואס דעמעלטס האט נישט די FBI געמאכט פרעסע קאנפערענצן און פארוואס האט זיך נישט ארום געדרייט בילדער פון אלע פארעכער וועם מען האט געכאפט מיט די פונקטליכע יחוס זייערע?

ראיאטן ווי בלמ איז שוידערליך, אבער מאכט זיך אין יעדע דעמאקראטישע לאנד פון צייט צו צייט.

איבערנעמען קאנטראל פון די הויפט רעגירונג געביידע צו שטערן דאס באשטימען א לאנד פירער, נאר ביי רעוואלוציעס אין דריטע וועלט לענדער.

ווען א לאנד אינוואדירט איר שונא, איז די מלחמה פאראיבער ווען מען פארכאפט איר קעפיטאל אדער פארליאמענט. נישט ווען צענדליגער שטעט ברענען

קודם דאס וואס זיי האבן געטוען מאכט זיך נישט און יעדע דעמעקראטישע לאנד דערמאן דיר אביסל וואס זיי האבן געטון.

אזוי צו אזוי בפרט אויב דאס איז קארדענירט איז עס א גרויסע פראבלעם (איך גיי נישט אריין אויב עס איז דא ערגערע פראבלעמען) פארוואס דעמעלטס האט מען גארנישט געהערט פון די FBI איך פרעג נישט ווייל איך שריי אז זיי זענען איינזייטיג נאר איך וויל פשוט פארשטיין איינער קען דאס מסביר זיין?

עס איז שווער מסביר צו זיין ווען יעדער איינער האט א אנדערע סעט פון פאקטען.

ביי איינעם איז געווען אינסייטמענט פון דער פרעזידענט און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען א אניסורעקשן און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען טריזען און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם זענען די וואלען געווען געפעלשט און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם האט מען געלאזט אויף וויזען די פעלשונגען און ביי א צווייטען נישט.

ביי איינעם איז עס געווען א פוטש און ביי א צוויטען נישט

ביי איינעם איז עס געווען א קא-די-טא או ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם האט דער פרעזידענט א רעכט צו טשעלענדזן די וואלען אין יאנואר 6 און ביי א צווייטען נישט

בי איינעם זענען די רייאטערס געווען סידישעניסטס (seditionists) און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם זענען די רייאטירער טעראריסטן און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם זענען "אלע" פראטעסטירער געקומען זיך שלאגען און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז אנטיפא אויך געווען דארטען און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם טוהט דער פרעזידענט גלאריפייען ווייאלענס און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז פארמאכען די מויל פון די רעכטע א גוטע זאך און ביי א צווייטען נישט

ביי איינעם איז שטעלען א פאלשע נאראטיוו א גוטע זאך און ביי א צווייטען נישט

אין מיינע אויגען (אויב איך האב נאך די רעכט צו זאגען) זענען רוב געקומען פראטעסטירען און נישט רייאטען, און די וואס האבען אנטייל גענומען אין די רייעטס הייסען א "מאב" וואס האט רייאטירט. געווען אויך געוויסע רעכטע (א מיעוט שבמיעוט) וואס מען קען רופען טעראריסטען און זענען געקומען מלחמה האלטען, און אויך איז געוווען פראוואקיוטערס פון אנטיפע וואס זענען אויך טעראריסטען. פון איין אנטיפא טעראריסט ווייסט מען שוין זיכער אןו דער שכל זאגט אז עס זענען געווען מערערע. אבער אפילו מיט די איבערקערעניש וואס זיי האבען צוגעהאלפען איז דער רייאט געווען פון די רעכטע (נאכמאל א מיעוט רעכטע).

די אלע משלים וואס איך גיב איז נישט מיין שטעלונג אדער פארקערט (קען זיין דא און דארט ערגעץ אין צווישען) אבער דאס איז די מציאות אז אמעריקע איז צוטיילט און יעדער רעדט פון זיין פערספעקטיוו און גלייבט וואס ער וויל.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג ינואר 12, 2021 4:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”