פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 25440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 4:58 pm

טייל פון די וואלט א פאליציאנט אפגעשטעלט בלויז פאר זייער אויסזעהן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:19 pm

דא ליגט א גרויסער שקר פון די מידיע און די דעמאקראטן.
זיי זענען נישט קיין מאב, קיין קאנספיראציעס, און נישט קיין ראיאטן און נישט קיין אויפשטאנד.
קוק זיי אריין אין די אויגן אריין, עסטו זעהן אז זיי זענען האלב-געבאקענע מטורפים. גארנישט געפלאנט גארנישט געוואלט. א חברה מטורפים.
איך לאך ווען איך הער ווי די דעמאקראטן קלאגן איכה ווי קען זיין אז ס'איז געלונגען אריינצוברענגען א קאנפעדערד פאן אין די קאנגרעס הויז, א זאך וואס אפילו אין די סיוויל מלחמה איז נישט געשען. גימי עי ברעיק. א מטורף שלעפט א פאן, מיינט דאס עפעס בכלל?
די בילדער זעהן טאקע זייער נישט גוט אויס. און די פאליציי האט געטוהן א שרעקליכע דזשאב, אבער פון דא ביז עס צושטעלן צו א "אויפשטאנד" איז פאלג מיר א גאנג...
און פארוואס רעד קיינער נישט פון דעם?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך פרישע קוגל » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:32 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:דא ליגט א גרויסער שקר פון די מידיע און די דעמאקראטן.
זיי זענען נישט קיין מאב, קיין קאנספיראציעס, און נישט קיין ראיאטן און נישט קיין אויפשטאנד.
קוק זיי אריין אין די אויגן אריין, עסטו זעהן אז זיי זענען האלב-געבאקענע מטורפים. גארנישט געפלאנט גארנישט געוואלט. א חברה מטורפים.
איך לאך ווען איך הער ווי די דעמאקראטן קלאגן איכה ווי קען זיין אז ס'איז געלונגען אריינצוברענגען א קאנפעדערד פאן אין די קאנגרעס הויז, א זאך וואס אפילו אין די סיוויל מלחמה איז נישט געשען. גימי עי ברעיק. א מטורף שלעפט א פאן, מיינט דאס עפעס בכלל?
די בילדער זעהן טאקע זייער נישט גוט אויס. און די פאליציי האט געטוהן א שרעקליכע דזשאב, אבער פון דא ביז עס צושטעלן צו א "אויפשטאנד" איז פאלג מיר א גאנג...
און פארוואס רעד קיינער נישט פון דעם?

;l;p-
Welcome...
This is what I'm asking from the first day
But no... They love to write "the attack on the hart of our democracy"
And after that a ! it should sound more scary...
מיט אזאנע העיט וואס ס'איז דא אנטקעגן רבנים, דיינים, עסקנים, און אלע וואס ווילן אויפטון פאר יודן, בלייבט נאר איבער צו גיין ארבעטן, מאכן געלט, און טיילן אסאך צדקה.

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך יא איך » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:42 pm

יא איך האט געשריבן:נאכן זעהן דעם ווידאוי וואס @יש ברירה האט געלייגט און א אנדערע אשכול האב איך געטוישט מיין מיינונג,
אז געוויסע וואס האבן זיך אריין געריסן און די קעפעטעל זענען כמעט אזוי געפערליך ווי אנטיפא, נישט אזוי ווי איך האב געמיינט אז זענען נאר וואוילע מענטשען פרא אמעריקע, געוויסע זענען יא געפערליך
https://www.dropbox.com/s/fmnvzh119of2w ... Y.mp4?dl=0

איך וויל מיך קלאר מאכען יעדע נערמאלע מענטש מיט א גראדע שכל פארשטייט אז אנטיפא איז אסאך א גרעסערע פראבלעם און זיי האבן געטון ערגערע זאכען ווי מען האט שוין אויסגעשמועסט דא( און מען דארף נישט אנהייבן א פרישע טענה ריי) האב איך צוגעלייגט אז געוויסע ביי די איבער פאל אויף די קעפעטיל פירן זיך אויף אביסל אזוי געפערליך ווי אנטיפא, אבער נאר ממש איינצעלנע

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 5:58 pm

ס'שטערט מיר אז מ'האט זיך דא גענומען אויף א ניק'ס ביינער. ספעציעל ווען ס'איז איינע פון מיינע פעיוואריט ניקס.

איך טוה נישט עכט אין פאליטיק, אבער כ'גלייך זיין שכל הישר און גראדער טראכט.

הערסט @חיימאוויטש?...

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך פנימחדשות » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:21 pm

מחשב האט געשריבן:ס'שטערט מיר אז מ'האט זיך דא גענומען אויף א ניק'ס ביינער. ספעציעל ווען ס'איז איינע פון מיינע פעיוואריט ניקס.

איך טוה נישט עכט אין פאליטיק, אבער כ'גלייך זיין שכל הישר און גראדער טראכט.

הערסט @חיימאוויטש?...

בדר"כ טאמער זעהט מען א ברודער טאן עפעס נישט ריכטיג, וועט עס מער וויי טאן ווי טאמער מען זעהט א פרעמדער מענטש טאן עפעס נישט ריכטיג, און מען וועט שפירען א גרעסערע דראנג אויפצוקלערען די ברודער ווי איידער די פרעמדער.

איז על דרך זה אויך דא, טאקע ווייל כ'גלייך @חיימאוויטשעס שכל הישר און וועג פון טראכטען און שרייבען, אזויווי איך האב אים געשריבען אין אישי, טאקע דערפאר איז מיר אנגעגאנגען ווען ער האט "לדעתי" אנגעפאנגען פארען אויף עקסטרעמיסטישע פארטייאישע ליניעס, נאר ס'וואלט טאקע געווען ריכטיגער צו שרייבען די קאמפלימענטען אין פאבליק און די קריטיק אין אישי, איך האב זיך אבער נאר ארויפגעכאפט אויפן באן פון א אנדערע ניק...

חיימאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2013 1:45 pm
לאקאציע: וואס א חילוק וואו? כאפט אייך א נפקא מינה? דער עיקר אז כ'האב עקסעס, איא?

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך חיימאוויטש » דאנארשטאג ינואר 14, 2021 6:30 pm

מחשב האט געשריבן:ס'שטערט מיר אז מ'האט זיך דא גענומען אויף א ניק'ס ביינער. ספעציעל ווען ס'איז איינע פון מיינע פעיוואריט ניקס.

איך טוה נישט עכט אין פאליטיק, אבער כ'גלייך זיין שכל הישר און גראדער טראכט.

הערסט @חיימאוויטש?...


שכוח.

פנימחדשות האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'שטערט מיר אז מ'האט זיך דא גענומען אויף א ניק'ס ביינער. ספעציעל ווען ס'איז איינע פון מיינע פעיוואריט ניקס.

איך טוה נישט עכט אין פאליטיק, אבער כ'גלייך זיין שכל הישר און גראדער טראכט.

הערסט @חיימאוויטש?...

בדר"כ טאמער זעהט מען א ברודער טאן עפעס נישט ריכטיג, וועט עס מער וויי טאן ווי טאמער מען זעהט א פרעמדער מענטש טאן עפעס נישט ריכטיג, און מען וועט שפירען א גרעסערע דראנג אויפצוקלערען די ברודער ווי איידער די פרעמדער.

איז על דרך זה אויך דא, טאקע ווייל כ'גלייך @חיימאוויטשעס שכל הישר און וועג פון טראכטען און שרייבען, אזויווי איך האב אים געשריבען אין אישי, טאקע דערפאר איז מיר אנגעגאנגען ווען ער האט "לדעתי" אנגעפאנגען פארען אויף עקסטרעמיסטישע פארטייאישע ליניעס, נאר ס'וואלט טאקע געווען ריכטיגער צו שרייבען די קאמפלימענטען אין פאבליק און די קריטיק אין אישי, איך האב זיך אבער נאר ארויפגעכאפט אויפן באן פון א אנדערע ניק...


א גוטע געפיל. זעה מיין נייע אונטערשריפט...
הנאה געהאט פון מיין תגובה? איך וועל זיך פרייען צו הערן אין אישי - אפי' דיין מיינונג איז אנדערש...

אוועטאר
קאפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך קאפעלע » פרייטאג ינואר 15, 2021 3:15 am

מחשב האט געשריבן:ס'שטערט מיר אז מ'האט זיך דא גענומען אויף א ניק'ס ביינער. ספעציעל ווען ס'איז איינע פון מיינע פעיוואריט ניקס.

איך טוה נישט עכט אין פאליטיק, אבער כ'גלייך זיין שכל הישר און גראדער טראכט.

הערסט @חיימאוויטש?...

כמובן האב איך (און כ'גלייב די אנדערע אויך) נישט געמיינט צו קריטיקירן איהם פרעזענליך נאר אנדערש זיין שטעלונג, אזא בחינה ווי ארור אפם.. איך רעספעקטיר ווייטער הרב חיימאוויטש און אין ביהמ"ד וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם צו רעדן מיט איהם... מ'רעדט דא נאר אלס די חלק הפאליטיק.

און כ'גלייב אז די זעלבע איז מיט רוב ניקס אז אפי' מ'שלאגט זיך דא הענט אין פיס איז עס נאר ווי לאנג מ'טענה'ט זיך איבער טראמפ און ביידען אבער נאכדעם וואלט מען גערן געגאנגען פאר א לחיים און ארומגעלאכט אינאיינעם. (אויסער געוויסע ניקס וואס איך וואלט בשו"א נישט געוואלט קומען אין ווארט מיט זיי, אבער ממש איינצעלנע ואכמ"ל..)
שובו בנים שובבי"ם

משה בן יעקב
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2020 2:18 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך משה בן יעקב » פרייטאג ינואר 15, 2021 3:30 am

מען האט ארעסטירט א אקטיויסט פין יוטא וואס איז באקאנט וואו א לינקער העצער אין מען הערט אים שרייען לאמיר אינטערצינדען דעם בילדינג... דאס מיינט אז זיי האבען אנגעהיצט די רעכטע....

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 - ויכוחים

תגובהדורך shalsheles » זונטאג ינואר 17, 2021 6:55 pm

BA1EB898-1D65-4CF1-A905-094AD54E3CCE.jpeg
נקודה למחשבה
BA1EB898-1D65-4CF1-A905-094AD54E3CCE.jpeg (315.75 KiB) געזעהן 304 מאל

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15094
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרא טראמפ ראיאטן, ינואר 6 2021 אין וואשינגטאן די סי

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 27, 2021 6:01 pm

נשמת השכל האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'איז אמת. כ'ווייס פון דעם רמב"ם. אבער ס'קומט נישט דא אריין

קען זיין אז דער ספעציפישער רמב"ם קומט נישט דא אריין, אבער דאס וואס דער ברענגער מיינט ארויס צוברענגען דערמיט קומט שוין איינמאל דא אריין!

ווען עס איז פארהאן א פאלעטישאן וועלכע עס רעליגיעז און שעצט ריליגיעזע פירונג און פארשרייט די וועלעכע ווילן אויסרייסן רעליגע, און עס קומט איינער און זאגט אז איך שטיץ אים וויבאלד ער איז די בעסטע פאר מיר וויבאלד מיר זענען ביידע אינעם זעלבן שיסל - מיר ביידע זענען גלויביגע און מיר ביידע זענען אין א סכנה פון די ליבעראלן וועלעכע ווילן אויסרייסן רעליגע און מענטשליכקייט, דער גלויביגער פאלעטישן פייט קעגן זיי וואס דאס איז פאר מיר די גרעסטע טובה און צוליב דעם שטיץ איך אים.

און אויף דעם ארויף קומט א צווייטער און זאגט אז דער פאלעטישאן איז אהער און אהין און צוריק... און אז יעדער מיינט זיך - נאר פשוט אז איינער איז פרא רעליגע און דער צווייטער איז אנטי רעלגיע [ממש א קליינטשיגע חילוק...], און צוליב דעם איז בעצם נישט קיין גרויסע נפק"מ פאר דיר צו שטיצן דעם פרא רעליגיע פאלעטישאן איבער דעם אנטי רעליגע פאלעטישאן.

דא קומט שוין איינמאל אריין צו שרייבן אז יא! די קריסטליך גלויביגע און מוסלעמענער גלויביגע פאלעטישאנ'ס וועלעכע מיר האבן אלע פיינט בתכלית זענען כהיום פאר אונז די גרעסטע טובה! זיי וועלן פאר אונז באקעמפן די ליבעראלע סכנה וועלעכע הויערט אויף אונזערע קעפ! און מיר זענען מחוייב אלץ "מצוות קידוש השם" צו שטיצן אזעלעכע קאנדידאטן וועלעכע רופן דעם שם השם! מיר זענען מחוייב מחזק צו זיין אט די וועלעכע באקעמפן די ליבעראלע כופרים בהשם ובבריאה אשר ברא! און נישט שטיין אינאיינעם מיט מענטשן [וועלעכע באלאנגען צו א פארטיי] וועלעכע שטיצן אפעציעל הירוס הבריאה והאמונה בהשם! יא! וויבאלד "זיי זענען למעשה די וואס גלייבן אינעם אחד יחיד" - על אף זיי זענען מאמינים בשיתוף - זענען זיי אבער די וועלעכע וועלן לוחם זיין די ליבעראלע כפירה!

און יא! דער בעש"ט הק' זי"ע האט דייקא גענומען א בעל עגלה וועלכע איז א גלויביגער אין איינע פון די רעליגעס - און נישט גענומען אמיצער וועלעכע גלייבט נישט און קיין איינע פון די גויאיש'ע רעליגעס!

און איינער וועלכע קען קומען זאגן אז דער פאלעטישאן וועלעכע שרייט און שטאלצירט מיט זיין גלויבינג און האלט מלחמה דערפאר איז נישט צופיהל בעסער פונעם ליבעראלן פאלעטישאן [אדער פונעם אזוי גערופענער רעכטער פאלעטישאן וועלכע רעליגיע איז נישט זיין ראול מאדעל] - איז אדער ווייסט ער נישט וואס ליבעראלן מיינט, אדער ווייסט ער נישט וואס רעליגיע מיינט, אדער ווייסט ער יא וואס רעליגיע און ליבעראלן מיינען - אבער עס גייט אים נישט אן!

מחשב האט געשריבן:און ס'ברענגט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ

נעע...

רעד איין פאר דיין באבע אז א מוסלעמענער פאליטיקאנט - וואס איז פשטות נישט ע"ז - קוקסטו אן די זעלבע ווי א קריסטליכער פאליטיקאנט.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט