פעיק ניוז האט געשריבן:חיימאוויטש האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:@בלינצע: מיינע תגובות צילן נישט כאפצעם. עס צילט די אלע אנדערע אנטי טראמפיסטן וואס זענען געקומען דא אויף קעסט ביי כאפצעמ'ס...
דו ארבעטסט אומזינסט... ווי געשריבן אויבן. קיינער טאנצט נישט מיט האפענונג יעצט אז מ'גייט דעם פרעזידענט אנקלאגן.
די 'קריים שבו' - אדער יא אדער נישט - איז נאר א קאמפאט לתוספות נופך. זיינע ציטאטן זענען איבער גענוג!
איבער גענוג פאר וואס? וואס פונקטליך האט דער סקאנדאל געמאכט אין דיר מער ווי ביז יעצט.
דו האלטסט יעצט מער אז מען דארף אים אנקלאגן? ניין. האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער איז נישט געווען קיין גוטער פרעזידענט? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער איז א ראסיסט? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער איז א מנוול? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער איז א מושחת המידות? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער איז א שוטה? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז זיינע שטיצער זענען שוטים און טיפשים? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
האלטסט יעצט מער אז ער קען הרג'ענען איינעם אויף פיפט עוו. און קיינער וועט אים נישט אפלאזן? ניין, האסט אלעמאל אזוי געהאלטן.
איך מיין נישט נאר דיר.
וואס איך האלט יעצט? אז דאס איז נעקסט-לעוול אין טון ככל העולה על רוחו, אן זיך א טראפ רעכענען מיט אונזערע דעמאקראטיע-ווירדן, קיין טראפ!
איבער אים פערזענליך: גארנישט נתחדש געווארן, א נארסיסט געווען, א נארסיסט וועט ער בלייבן. איבער זיינע שטיצער: כ'ווער פשוט ווידעראמאל נתפעל ווי ווייט ער האט באוויזן צו דערגרייכן דאס וואס מ'האט געשריגן אז ער גייט אנברענגען. ווי אויבן געשריבן.
חיימאוויטש האט געשריבן:זארג נישט האט געשריבן:ליידער, אויף א גוי?
נישט אויפן גוי. אויפן שטאפל, בלינדקייט און נידעריגקייט וואו די מצב האט זיך דערקייקלט. ער קען טון וואס ער וויל, ער געבט נישט קיין 'דעם' (בסגול דגושה) אז ער וועט ווערן אויסגעפראסקעט פאר זיין טיפשות - [און לויט געוויסע עקספערטן: פארברעך], ווייל ער האט דורכאויס די לעצטע פיר באוויזן איינצופעדעמען א דיקטאטורישע נאכפאלגונג, אז סיי וואס ער טוט איז פיין, כשר, ישר, און סיי ווער ס'קריטיקירט אים איז פארפולט, לאזער, אד"ג.
דאס איז א יודזש 'ליידער'.