טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:09 pm

טוצעך דאס לאנד רידערט מיטן פרישן טראמפ זשארזשיעגעיט סקאנדאל ווי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פרעשורד און סטראשעט סטעיט באאמטע צו איבערדרייען אן עלעקשאן לטובתו.

די פאון געשפרעך פון אנהויב ביזן סוף איז פובליצירט געווארן נעכטן מיטאג און געשיקט שאק כוואליעס איבער אמעריקא און די גאנצע וועלט ווען מענטשן האבן זיך געציפט נישט גלויבענדיג די אייגענע אויערן הערנדיג ווי דער פירער פון די פרייע וועלט בעט לאקאלע וואלן באאמטע צו "איבעררעכענען" די נומערן און "טרעפן" נאך טראמפ שטימעס צו קענען איבערקומען זיין פארלוסט. און סטראשעט באאמטע פון זיין אייגענע פארטיי מיט קרימינאלע קאנסעקווענצן אויב זיי קומען נישט נאך זיינע פארלאנגען.

נאכפאלגענדיג די שאקרינדע פאון קאלל פובליקאציע האט מען געהערט פארדאמונגען פון דורכאויס אלע פאליטישע ספעקטרומען און די לאקאלע געזעץ אינפארסירונג באאמטע האבן שוין געמאלדן אן אויספארשונג מיט די מעגליכקייט אנצוקלאגן דעם (אט צו זיין) געוועזענער פרעזידענט מיט אפענע עלעקשאון פראוד.

היות סדאך ערווארטעט אסאך אנטוויקלונגען און נייעס ארום דעם איז לכאורה כדאי א באזונדער אשכול. קומטס אריין מיט די אפדעיטס דא. שכח

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:10 pm

דיסטריקט אטורני אנאנסירט רעוויו פאר אן אפיציעלער אינוועסטיגעישאן
צוגעלייגטע
IMG-20210104-WA0015.jpg
IMG-20210104-WA0015.jpg (83.12 KiB) געזעהן 2000 מאל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:11 pm

אההה
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3231
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:19 pm

איך האב עס געהערט און געליינט, איך זעה נישט דארט מער ווי א גרויסע בעבי, און א ערנסטע נאר "איך האב געהאט מער מענטשן ביי מיינע ראליס, ווי אזוי קען זיין אז יענער האט געווינען?" ועוד דורכאויס די גאנצע געשפרעך. באמת א בעבעלע. אבער א סקאנדאל זעה איך נישט דא, חוץ אויב דער געיט סקאנדאל איז אז אז ער איז מענטאל גערירט געווארן נאך זיין פארשעמענדע פארלוסט, דאס קען איך הערן, אבער נישט מער פון דעם.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:26 pm

ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז ביי א טרייעל וועלן די לויערס דאס טענהן, ענליך צו וואס דו זאגסט, אז ער איז פשוט נישט פולקאם מיט אלעמען. א פארטיידיגונגס מיטל וואס ווערט געניצט ביי אסאך מענטעלי דיסטורבד פערזאנען קריימס.

אבער די קריים איז דא, און דיין באהויפטונג איז בכלל נישט מוכרך. עס קען זיין ער איז א שטאקיגער טיפוש אבער אין די זעלבע צייט פולי באוויסטזיניג אז פעלטשן און איבערדרייען אן עלעקשאן איז קרימינאל, א זאך וואס יעדע כיתה א' יונגל ווייסט. אשע"כ איז זיין פרואוו דאס צו אקאמפלישן ענדערש קרימינאל ווערד ווי איידער מענטל אינסטיטוציע ווערד.

עניוועי, סייוואס סאיז די ריכטיגע שורש, דארף דאס געהעריג ווערן אינוועסטיגעיטעט און אנגעקלאגט און זאלן די לויערס זיינע זיך פארטיידיגן אויפן טרייעל סטעידזש.

איישישאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך איישישאק » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:26 pm

די גאנצע שמועס אפגעשריבן
https://www.rev.com/blog/transcripts/do ... -recording
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:31 pm

וויאזוי זאגט נאר דער מלך חדש אשר לא ידע, דער מיטלויפער פון פרעזידענט עלעקט העריס: קאמאן מען!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 16762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:37 pm

דער סקאנדאל דארף הייסן "מרפסין" (איגרא"), על שם מר. ראפסענ-בערגער

דעם טעיפ דארף מען שטעלן אין די סמיטסאניען מוזעאום נעבן די טעיפס פון ניקסאן - צוויי פרעזידענטן וואס זענען געווען ערנסט 'דילוזשינעל'
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:40 pm

אפאר ליגעל עקספערטס פון נייעס סטאנציעס זאגן די זעלבע, אז זיי ערווארטן נישט אז ער זאל ווערן אנגעקלאגט אויף עניטינג.
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:42 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך האב עס געהערט און געליינט, איך זעה נישט דארט מער ווי א גרויסע בעבי, און א ערנסטע נאר "איך האב געהאט מער מענטשן ביי מיינע ראליס, ווי אזוי קען זיין אז יענער האט געווינען?" ועוד דורכאויס די גאנצע געשפרעך. באמת א בעבעלע. אבער א סקאנדאל זעה איך נישט דא, חוץ אויב דער געיט סקאנדאל איז אז אז ער איז מענטאל גערירט געווארן נאך זיין פארשעמענדע פארלוסט, דאס קען איך הערן, אבער נישט מער פון דעם.

;l;p- :lol:
ראיאטירן און שטערן קאנגרעס אינמיטן דורכפירן זייער קאנסטעציאנאלע פליכט איז א שאנדע און א גרויל

אבער אויב דו האסט נישט געהאט קיין פראבלעם ווען ביזנעסער זענען ארויף אין פלאמען און קליינע קינדער זענען געשאסן געווארן צום טויט, דאן האלט דיר פארמאכט דאס מויל

אוועטאר
שטומפיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך שטומפיג » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:43 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איך האב עס געהערט און געליינט, איך זעה נישט דארט מער ווי א גרויסע בעבי, און א ערנסטע נאר "איך האב געהאט מער מענטשן ביי מיינע ראליס, ווי אזוי קען זיין אז יענער האט געווינען?" ועוד דורכאויס די גאנצע געשפרעך. באמת א בעבעלע. אבער א סקאנדאל זעה איך נישט דא, חוץ אויב דער געיט סקאנדאל איז אז אז ער איז מענטאל גערירט געווארן נאך זיין פארשעמענדע פארלוסט, דאס קען איך הערן, אבער נישט מער פון דעם.

;l;p-
טויזנט פראצענט, אין כאן לא פאלעצונג ולא סקאנדאל אבל יש כאן ילדות טיפשות וחסר דעת, וכשם שנתמאס בבי"ד של מטה כך נתמאס בבי"ד של מעלה.
מה שלא יעשה השכל יעשה השמייכל!

בלינצע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:43 pm

לכאורה האט געשריבן:דער סקאנדאל דארף הייסן "מרפסין" (איגרא"), על שם מר. ראפסענ-בערגער

דעם טעיפ דארף מען שטעלן אין די סמיטסאניען מוזעאום נעבן די טעיפס פון ניקסאן - צוויי פרעזידענטן וואס זענען געווען ערנסט 'דילוזשינעל'


איך וואלט אנדערש געגאנגען מיט'ן נאמען "עוקר הרים", ע"ש עס וועט זיך אויסלאזן מיט א הויקער, הרי"ם ר"ת מ'ולער, ר'אשע ה'אוקס, י'וקרעין, ר'אפסענ-בערגער.

פונקט ווי אלע ברעכענדע סקאנדאלן געבראכן געווארן דורך אונזער כאפצעם זז"ג.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:48 pm

ס'דא אסאך אינטערסאנטע סחורה בנשך די שעה צייט לאמיר טרייען צו ברענגן אפאר מערקוועדיגע פונקטן.

במשך די ערשטע דרייפערטל שמועס איז טראמפ אויפן דעפענסיוו, ער ברענגט סאושעל מידיע קלעימס און די באאמטע מאכן אים סתם אוועק כלאחר יד איינמאל און נאכאמאל. טראמפ זיכט א שוואכע געלעגענהייט צו כאפן די חברה און ביי מינוט 0:46 שפירט ער ווי ס'איז אים געלונגען.

הערטס אויס דארט, טראמפ ווארפט זיי פאר איבער די ווידיא פון פולטאן קאונטי ביינאכט ציילונג. טראמפ זאגט מ'האט געסקענט יעדע ביידן בעלאט 3 מאל, ראפענסבערגער ענטפערט אים שטארק, מר. פרעזידענט ס'געווען א האנט רעקאונט, ס'עקזעסטירט נישט קיין 3 מאל.

דאן זאגט טראמפ אז דירכאויס די נאכט האט מען געסקענט בלויז ביידן בעלאטס. %100 ביידן. ראפענסבערגער ענטפערט אזא זשענעראל ענטפער אז מ'האט אריינגעקוקט אין די סיטואציע דארט און גארנישט געטראפן. טראמפ פרעגט איבער, דו ווייסט וויפיל % ביידן ס'געווען? ראפענסבערגער בלייבט שטיל, און דא שמעקט טראמפ זיין שוואכע סעקונדע און טאנצט ארויף דערויף פול פאורס...

"וואס איז ראונג מיט דיר?!", "פארוואס קוקסטו עס נישט נאך?!" און דא הייבט ער אים אן בוליען.. אקעי דו האסט דאס נישט געוויסט, יעצט אז דו ווייסט שוין זיי מוחל לייג צו 18,000 בעלאטס ×3 און אונז געווינען אין א לענדסלייד!

און ער גייט ווייטער מיט דעם נוסח. מינוט 0:48, "ברעד איז געווען גאר זיכער מיט זיך און כ'מיין ער איז שוין ווייניג זיכער מיט זיך יעצט".. דאס אליין געווינט אונז די עלעקשאן. לאמיך הערן ברעד וואס גייסטו טוהן יעצט דערצו?!...

א ליכטיגע איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 3:56 am

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך א ליכטיגע איד » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:48 pm

לכאורה האט געשריבן:דער סקאנדאל דארף הייסן "מרפסין" (איגרא"), על שם מר. ראפסענ-בערגער

דעם טעיפ דארף מען שטעלן אין די סמיטסאניען מוזעאום נעבן די טעיפס פון ניקסאן - צוויי פרעזידענטן וואס זענען געווען ערנסט 'דילוזשינעל'

צוזאמען מיט די דיליטעד אימעילס פון קלינטאן, און די שפיאנען אויף טראמפ קאמפיין פון אבאמא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןביז Dec. 30 באקומט מען 4 https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/ ... 445_A_push

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 12:53 pm

מינוט 10:42;

טראמפ: "אין דעטרויט זענען געווען דאכצעך %139 פון רעגעסטרירטע מענטשן וואוטן, דאס איז נישט צו גוט".

דאס איז די באקאנטע קלעים פון "אינסיידער דאמיניען טעקנישאן" ארבייטער דער אנגעטרינקענער 'מעליסע קאראונע' וואס האטזעך ארויסגעשטעלט איר אינסייד זשאב איז געווען קלינען די ווינדאוס.

אוועטאר
פנימחדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:33 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך פנימחדשות » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:05 pm

נאר פונעם זעין די קעפל האב איך זיך דערמאנט פון חודש אדר. ווייסיך נישט פארוואס.

א דאנק @כאפצעם פארן משמח זיין די עולם.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:11 pm

ביי מינוט 17:12;

טראמפ: אונז דארפן נאר 11,797 וואוטס, נישט קיין נפק"מ צו איך געווין מיט 2 וואוטס אדער מיט א האלב מיליאן וואוטס. און "איך האלט איך האב ווארשיינליך געווינען מיט א האלב מיליאן וואוטס".

אינטערסאנט פאר קאנטעקסט; אין 16' האט טראמפ געווינען זשארזשיע מיט 120,000 וואוטס. אין 12' ראמני עס געווינען מיט 290,000 וואוטס. אין 08' מעקעין עס געווינען מיט 205,000 וואוטס.

אוועטאר
בעסער אזוי
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'דא אסאך אינטערסאנטע סחורה בנשך די שעה צייט לאמיר טרייען צו ברענגן אפאר מערקוועדיגע פונקטן.

במשך די ערשטע דרייפערטל שמועס איז טראמפ אויפן דעפענסיוו, ער ברענגט סאושעל מידיע קלעימס און די באאמטע מאכן אים סתם אוועק כלאחר יד איינמאל און נאכאמאל. טראמפ זיכט א שוואכע געלעגענהייט צו כאפן די חברה און ביי מינוט 0:46 שפירט ער ווי ס'איז אים געלונגען.

הערטס אויס דארט, טראמפ ווארפט זיי פאר איבער די ווידיא פון פולטאן קאונטי ביינאכט ציילונג. טראמפ זאגט מ'האט געסקענט יעדע ביידן בעלאט 3 מאל, ראפענסבערגער ענטפערט אים שטארק, מר. פרעזידענט ס'געווען א האנט רעקאונט, ס'עקזעסטירט נישט קיין 3 מאל.

דאן זאגט טראמפ אז דירכאויס די נאכט האט מען געסקענט בלויז ביידן בעלאטס. %100 ביידן. ראפענסבערגער ענטפערט אזא זשענעראל ענטפער אז מ'האט אריינגעקוקט אין די סיטואציע דארט און גארנישט געטראפן. טראמפ פרעגט איבער, דו ווייסט וויפיל % ביידן ס'געווען? ראפענסבערגער בלייבט שטיל, און דא שמעקט טראמפ זיין שוואכע סעקונדע און טאנצט ארויף דערויף פול פאורס...

"וואס איז ראונג מיט דיר?!", "פארוואס קוקסטו עס נישט נאך?!" און דא הייבט ער אים אן בוליען.. אקעי דו האסט דאס נישט געוויסט, יעצט אז דו ווייסט שוין זיי מוחל לייג צו 18,000 בעלאטס ×3 און אונז געווינען אין א לענדסלייד!

און ער גייט ווייטער מיט דעם נוסח. מינוט 0:48, "ברעד איז געווען גאר זיכער מיט זיך און כ'מיין ער איז שוין ווייניג זיכער מיט זיך יעצט".. דאס אליין געווינט אונז די עלעקשאן. לאמיך הערן ברעד וואס גייסטו טוהן יעצט דערצו?!...

wow דו קענסט עס ישר והפך
ראיאטירן און שטערן קאנגרעס אינמיטן דורכפירן זייער קאנסטעציאנאלע פליכט איז א שאנדע און א גרויל

אבער אויב דו האסט נישט געהאט קיין פראבלעם ווען ביזנעסער זענען ארויף אין פלאמען און קליינע קינדער זענען געשאסן געווארן צום טויט, דאן האלט דיר פארמאכט דאס מויל

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 12646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:13 pm

איי לאוו דעט אשכול
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:15 pm

מינוט 17:40;

טראמפ: "מיר האבן אצינד מענטשן פון סאוט קאראליינע, אלאבאמא, און אנדערע סטעיטס און זיי זאגן אונז: ס'נישט מעגליך דו האסט פארלוירן דעם עלעקשאן!".

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:16 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'דא אסאך אינטערסאנטע סחורה בנשך די שעה צייט לאמיר טרייען צו ברענגן אפאר מערקוועדיגע פונקטן.

במשך די ערשטע דרייפערטל שמועס איז טראמפ אויפן דעפענסיוו, ער ברענגט סאושעל מידיע קלעימס און די באאמטע מאכן אים סתם אוועק כלאחר יד איינמאל און נאכאמאל. טראמפ זיכט א שוואכע געלעגענהייט צו כאפן די חברה און ביי מינוט 0:46 שפירט ער ווי ס'איז אים געלונגען.

הערטס אויס דארט, טראמפ ווארפט זיי פאר איבער די ווידיא פון פולטאן קאונטי ביינאכט ציילונג. טראמפ זאגט מ'האט געסקענט יעדע ביידן בעלאט 3 מאל, ראפענסבערגער ענטפערט אים שטארק, מר. פרעזידענט ס'געווען א האנט רעקאונט, ס'עקזעסטירט נישט קיין 3 מאל.

דאן זאגט טראמפ אז דירכאויס די נאכט האט מען געסקענט בלויז ביידן בעלאטס. %100 ביידן. ראפענסבערגער ענטפערט אזא זשענעראל ענטפער אז מ'האט אריינגעקוקט אין די סיטואציע דארט און גארנישט געטראפן. טראמפ פרעגט איבער, דו ווייסט וויפיל % ביידן ס'געווען? ראפענסבערגער בלייבט שטיל, און דא שמעקט טראמפ זיין שוואכע סעקונדע און טאנצט ארויף דערויף פול פאורס...

"וואס איז ראונג מיט דיר?!", "פארוואס קוקסטו עס נישט נאך?!" און דא הייבט ער אים אן בוליען.. אקעי דו האסט דאס נישט געוויסט, יעצט אז דו ווייסט שוין זיי מוחל לייג צו 18,000 בעלאטס ×3 און אונז געווינען אין א לענדסלייד!

און ער גייט ווייטער מיט דעם נוסח. מינוט 0:48, "ברעד איז געווען גאר זיכער מיט זיך און כ'מיין ער איז שוין ווייניג זיכער מיט זיך יעצט".. דאס אליין געווינט אונז די עלעקשאן. לאמיך הערן ברעד וואס גייסטו טוהן יעצט דערצו?!...

פאר די וואס טרעפן נישט קיין שום פארלעצונגען, היער יו גאו
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:18 pm

מינוט 17:50;

טראמפ: "מ'זאגט מיר ס'נישט מעגליך כאב פארלוירן זשארזשיע, און איך קען דיר זאגן לויט מיינע ראליס, איך גיי מאכן א ראלי מאנטאג נאכט און זיי האבן שוין ליניעס פון מענטשן שטיין אינדרויסן".

"ס'איז פשוט אוממעגליך אז איך זאל האבן פארלוירן זשארזשיע".

אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:20 pm

יש"כ כאפצעם.

____

אויב גייען די אויספארשער גארנישט געפינען ראנג אין דעם געשפרעך, איז עס נאר ווייל די חברה האבן נישט די גאטס זיך ארויסצושטעלן.

נעע, דא וועלן זיי יא זיין זייער פעיר און אויפריכטיג!

יצחק קלאר מיט די שארפע ציינער... א ביטער געלעכטער...
בלינצע: עס שרייט זיך ארויס פון אלעמענס מיילער, יה"ר שמשמחה זו יושפע שפע שמחה ברכה והצלחה לנו ולכל ישראל אמן נצח סלה ועד.

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש.. זי טאר נישט וויסן

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:26 pm

פארוואס ווען די דעמאקראטן "טרעפן" שטימען איז עס בכלל נישט קיין סקאנדאל, אבער ווען טראמפ "בעט" צו טרעפן איז עס אן ערענסטע סקאנדאל?
איך האב נארוואס געכאפט "א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט"

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: טראמפ זשארזשיע-געיט סקאנדאל

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 04, 2021 1:28 pm

מינוט 18:43;

טראמפ: "ס'גארנישט צו פאררעכטן 'ברעד', די מענטשן אין זשארזשיע זענען אין כעס, און די נומבערס גייען ווערן איבערגעחזרט [דורך מיר] מאנטאג נאכט [ביים טראמפ ראלי] צוזאמען מיט נאך אנדערע נומבערס, נאך פיל ארגערע וואס מיר גייען שוין האבן צו יענע צייט. און די מענטשן אין זשארזשיע זענען אין כעס".

אין אנדערע ווערטער טראמפ לייגט דא פרעשור אויף ברעד, א רעפובליקאנער, אז חוץ אויב ער פאררעכט, אום מאנטאג נאכט גרייט ער זיך צו אויפהעצן די טראמפ מאסן איבער זשארזשיע קעגן דעם אפגעראכטענעם עלעקשאן.


צוריק צו “נייעס קאך לעפל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט