א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך Amazing » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 8:11 am

ווי ר' זושא שמעלצער גיט איבער עקסקלוסיוו צו שמעלצער/דרעזנער אז דאס קאצל איז געקומען למקום המנוחה ווערנדיג אדאפטירט דורך א חסידישע פאמיליע ווי מען גיטס זיך אפ מיט איר/עם מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ווי אויך עסט דאס שוין געהעריג נאכדעם וואס ביים בית החיים האט דאס נישט געוואלט עסן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

ברוכאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

תגובהדורך ברוכאוויטש » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 8:25 am

איך האב נישט דורך געליינט דאס גאנצע אשכול נאר געבליקט אביסל אויבן אויף

איך בין נישט משיג וויאזוי געוויסע שרייבער דא ארבעטן אזוי שווער חוזק צו מאכן פון די גאנצע געשיכטע

ס'זעהט אויס ווי זיי ציטערן אז אפשר וועלן זיי באקומען עפעס א שטיקל התעוררות פון דעם און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט

איך זאג נישט אז דו מוזט טאקע האלטן אויף זיכער אז דער קעצל איז א נשמה וואס זוכט א תיקון, אבער למיחש מיהא בעי.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבערס דא זענען אידן וואס גלייבן אין אזא סארט מציאות אז נשמות קענען מגולגל ווערן אין בעלי חיים (אויב ח"ו נישט וויל איך מיט זיי בכלל נישט שטיין אין ווארט), אויב אזוי פארוואס חוזק מאכן?!

איך ציטער צו דער קעצל פלעגט נישט אמאל זיצן אויף אייוועלט און חוזק מאכן פון יעדע געשיכטעלע וואס קען מעגליך ברענגען א שטיקל התעוררות פון "והחי יתן אל לבו"

והוא רחום יכפר עון

בעקעלע.הפוכה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 10:21 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך בעקעלע.הפוכה » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 8:32 am

אוי ביסטו גערעכט...
אונז וויסן גארנישט, אבער טיפיקעל בלאג סטייל, חוזק מאכן פון יעדע דבר רוחני, - ב"ה דאס איז זיכער המיעוט שאינה מצוי - ישראל קדושים הן
אפילו איין יוד זאל האבן איין הרהור תשובה זאל עס זיין א תיקון לרוח נפש ונשמה פאר די נשמות האבודות

שאראש-פאטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך שאראש-פאטאק » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 9:42 am

נחזור לענינינו האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:פאלט קיינעם נישט ביי אז די צוויי ציונים זענען די איינציגסטע קברים אויפן גאנצן בית החיים וועלכע זענען ארומגענומען מיט ווענט אבער זענען אפן נעבן די מציבה אז אונזער הרב כ"ץ זאל זיך קענען אריינשלייכן דארט?

די נאטור פון קעץ איז אז זיי האבן ליב פארמאכטע ערטער, די איינציגסטע תמיה אויף די געשיכטע איז אז דער קעצל האט זיך נישט דערשראקן פון די אנוועזנדע מענטשן, וואס די הסבר אויף דעם קען זיין אז דער איז אנגעשטעקט מיט די שעדליכע רעיביס ווי פערפלוואל האט פריער ערווענט וועלכע איז גורם מאדנע אויפפירונג ביי קעץ.

מוז מודה זיין אז ס'מאכט אסאך סענס וואס דו זאגסט.

לויט דיינע ווערטער פארוואס איז ער נישט געגאנגען צו די ציון פון בעל נועם אליעזר ?

קאלט
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2020 12:48 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך קאלט » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 10:27 am

Amazing האט געשריבן:ווי ר' זושא שמעלצער גיט איבער עקסקלוסיוו צו שמעלצער/דרעזנער אז דאס קאצל איז געקומען למקום המנוחה ווערנדיג אדאפטירט דורך א חסידישע פאמיליע ווי מען גיטס זיך אפ מיט איר/עם מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, ווי אויך עסט דאס שוין געהעריג נאכדעם וואס ביים בית החיים האט דאס נישט געוואלט עסן.

איך האף אז די משפחה ווייסט וואס זיי טוען!

עס קען זיין אז עס איז א גלגול (כ'בין נישט זיכער אויב עס איז א טובה פאר די נשמה אויב מ'נעמט עס אריין אינדערהיים, ענדערש א פרק משניות און טבילה במקוה לע"נ), אבער אסאך ערווענען דא ריעביס.

רעיביס איז א געפעלריכע מחלה ה"י, וואס איז נישטא קיין געהעריגע רפואה דערויף.

איך האף אז זיי האבן געטעסט דעם קאץ פארדעם.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re:

תגובהדורך האלצשטיין » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 10:30 am

ברוכאוויטש האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט דאס גאנצע אשכול נאר געבליקט אביסל אויבן אויף

איך בין נישט משיג וויאזוי געוויסע שרייבער דא ארבעטן אזוי שווער חוזק צו מאכן פון די גאנצע געשיכטע

ס'זעהט אויס ווי זיי ציטערן אז אפשר וועלן זיי באקומען עפעס א שטיקל התעוררות פון דעם און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט

איך זאג נישט אז דו מוזט טאקע האלטן אויף זיכער אז דער קעצל איז א נשמה וואס זוכט א תיקון, אבער למיחש מיהא בעי.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבערס דא זענען אידן וואס גלייבן אין אזא סארט מציאות אז נשמות קענען מגולגל ווערן אין בעלי חיים (אויב ח"ו נישט וויל איך מיט זיי בכלל נישט שטיין אין ווארט), אויב אזוי פארוואס חוזק מאכן?!

איך ציטער צו דער קעצל פלעגט נישט אמאל זיצן אויף אייוועלט און חוזק מאכן פון יעדע געשיכטעלע וואס קען מעגליך ברענגען א שטיקל התעוררות פון "והחי יתן אל לבו"

והוא רחום יכפר עון

שטארק גענאגעלט

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 10:37 am

ברוכאוויטש האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט דאס גאנצע אשכול נאר געבליקט אביסל אויבן אויף

איך בין נישט משיג וויאזוי געוויסע שרייבער דא ארבעטן אזוי שווער חוזק צו מאכן פון די גאנצע געשיכטע

ס'זעהט אויס ווי זיי ציטערן אז אפשר וועלן זיי באקומען עפעס א שטיקל התעוררות פון דעם און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט

איך זאג נישט אז דו מוזט טאקע האלטן אויף זיכער אז דער קעצל איז א נשמה וואס זוכט א תיקון, אבער למיחש מיהא בעי.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבערס דא זענען אידן וואס גלייבן אין אזא סארט מציאות אז נשמות קענען מגולגל ווערן אין בעלי חיים (אויב ח"ו נישט וויל איך מיט זיי בכלל נישט שטיין אין ווארט), אויב אזוי פארוואס חוזק מאכן?!

איך ציטער צו דער קעצל פלעגט נישט אמאל זיצן אויף אייוועלט און חוזק מאכן פון יעדע געשיכטעלע וואס קען מעגליך ברענגען א שטיקל התעוררות פון "והחי יתן אל לבו"

והוא רחום יכפר עון

;l;p-

געוויסע האבן ליב צו ווייזן אויפגעקלערט'קייט, דורכן חוזק מאכן פון אזאלכע זאכן..

קינער קען נישט וויסן, ווייל קיינער פון אונז זענען נישט אין הימל, אבער ס'איז זיכער דא אזא זאך, און ס'איז זיכער מעגליך אז דא רעדט מען טאקע פון א נשמה וואס איז מגולגל געווארן אין א קאץ, און חוזק מאכן פון גלייבן אין דיע מעשה, איז סתם טיפשות.
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

יומא טבא
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:35 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך יומא טבא » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 10:49 am

שאשא האט געשריבן:ג'הערט דערציילן בשם ר' אברהם יצחק מערמעלשטיין [מנהל בת"ת וויזניץ ב"פ ]
אז עס איז געווען זיין טאטעס יאר צייט , איז ער ארויף צום ציון פון זיין טאטע ,אינעם בית החיים אין וויזניץ מאנסי,
האט אים זיין עדים וואס איז מנהל אין רובניץ , אים געזאכט אז ער זאל גיין קוקן א אינטערעסאנטע זאך ,עס איז דא א קאץ וואס וויל נישט אוועק גיין פונעם ריווניצער ציון
איז ער צוגעגאנגען ,אין טאקע באמערקט די קאץ.
בערך 60 פיס אוועק ,איז זיין טאטעס ציון די אנדערע זייט פון ווי די קאץ איז געזיצן , ער איז געגאנגען צום ציון פון זיין טאטע ,געזאגט 4 קאפיטלעך תהלים אין , די קאץ איז נעבן זיי, ווען מען איז אנגעקומען ביי קדיש ,האט זיך דער קאץ ארום געדרייט צו זיי נענטער. אין שטילע הייט געקוקט אויף זיי.
נאך קדיש איז דער קאץ אוועקגעגאנגען, ר' אברהם יצחק איז געגאנגען אפאר מניט שפעטער קוקן ווי די קאץ איז , האט ער אים געטראפן צוריק ביים ציון פונעם רבניצער צדיק ז"ל

קוקט אויס ווי ס׳וויל הערן קדיש און דברים שבקדושה

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1850
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re:

תגובהדורך שאשא » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 1:52 pm

ברוכאוויטש האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט דאס גאנצע אשכול נאר געבליקט אביסל אויבן אויף

איך בין נישט משיג וויאזוי געוויסע שרייבער דא ארבעטן אזוי שווער חוזק צו מאכן פון די גאנצע געשיכטע

ס'זעהט אויס ווי זיי ציטערן אז אפשר וועלן זיי באקומען עפעס א שטיקל התעוררות פון דעם און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט

איך זאג נישט אז דו מוזט טאקע האלטן אויף זיכער אז דער קעצל איז א נשמה וואס זוכט א תיקון, אבער למיחש מיהא בעי.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבערס דא זענען אידן וואס גלייבן אין אזא סארט מציאות אז נשמות קענען מגולגל ווערן אין בעלי חיים (אויב ח"ו נישט וויל איך מיט זיי בכלל נישט שטיין אין ווארט), אויב אזוי פארוואס חוזק מאכן?!

איך ציטער צו דער קעצל פלעגט נישט אמאל זיצן אויף אייוועלט און חוזק מאכן פון יעדע געשיכטעלע וואס קען מעגליך ברענגען א שטיקל התעוררות פון "והחי יתן אל לבו"

והוא רחום יכפר עון

100%
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:07 pm

איך האב שוין געשריבן אז די הייליגע רימניצער רבי האט שטארק עוסק געווען אין תיקון נשמות. איך וועל פראבירן די שבת מברר זיין א פאר מעשיות. פון ר' עמרם אבערלאנדער קען מען איצט נישט פרעגן, ווייל ער איז אין שפיטאל אין די איי סי יו אויף א רעספירעיטער. זאל ער האבן א רפואה שלימה. אבער ער האט קלארא "ערשטע האנטיגע" מעשיות וויאזוי זיי פלעגן קומען מוטשענען דעם רבי'ן פאר תיקונים. איעדער ווערט געבעטן צו דאווענען פאר:
עמרם בן אסתר לרפו"ש
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

איישישאק
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך איישישאק » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 2:47 pm

עס איז מיר א פלא והפלא ווי סאטמאר אפשטאמיגע לאזן אזוי רעדן קעגן די וואס ווילן נישט אננעמן א התעוררות וואס איז פון עפעס שלא ראו אצל רבותיהם. יא, מיר שפעטן אין רוחניות'דיגע זאכן וואס האבן נישט קיין בית אב! כך לימדו אותנו רבותינו! א געוואלדיגע זיג קעגן די שונאי ישראל איז ביי אונז נישט קיין ארטיקל, ווי אויך א מאדנע אויפפערינדיגע קאטץ!

טאמער איינער ברענגט א מקור ביי אונזער רביס אז די זאכן זענען וויכטיג פאר אונז צו האנדלן, איז עפעס אנדערש. אבער סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמן. אונז האט מען אויסגעלערנט צו שפעטן אין אמונות טפלות. דאס האט נישט מיט אויפגעקלערטיקייט, דאס איז די אור-אלטע מהלך. אויפגעקלערט איז דער וואס גייט ארויס פון דרכי אבותינו ורבותינו אין פרעמדע פעלדער פון קעטץ מיט ווער ווייסט וואס.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber

שאראש-פאטאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך שאראש-פאטאק » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 3:04 pm

איישישאק האט געשריבן:עס איז מיר א פלא והפלא ווי סאטמאר אפשטאמיגע לאזן אזוי רעדן קעגן די וואס ווילן נישט אננעמן א התעוררות וואס איז פון עפעס שלא ראו אצל רבותיהם. יא, מיר שפעטן אין רוחניות'דיגע זאכן וואס האבן נישט קיין בית אב! כך לימדו אותנו רבותינו! א געוואלדיגע זיג קעגן די שונאי ישראל איז ביי אונז נישט קיין ארטיקל, ווי אויך א מאדנע אויפפערינדיגע קאטץ!

טאמער איינער ברענגט א מקור ביי אונזער רביס אז די זאכן זענען וויכטיג פאר אונז צו האנדלן, איז עפעס אנדערש. אבער סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמן. אונז האט מען אויסגעלערנט צו שפעטן אין אמונות טפלות. דאס האט נישט מיט אויפגעקלערטיקייט, דאס איז די אור-אלטע מהלך. אויפגעקלערט איז דער וואס גייט ארויס פון דרכי אבותינו ורבותינו אין פרעמדע פעלדער פון קעטץ מיט ווער ווייסט וואס.

איך געדענק נישט ווי איך האב עס געליינט אז מרן הקדוש מסאקמער זללה״ה פלעגט קיקען מיט א פחד׳דיגע צורה ווען ער האט געזען א קאץ

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג נובעמבער 13, 2020 3:12 pm

איישישאק האט געשריבן:עס איז מיר א פלא והפלא ווי סאטמאר אפשטאמיגע לאזן אזוי רעדן קעגן די וואס ווילן נישט אננעמן א התעוררות וואס איז פון עפעס שלא ראו אצל רבותיהם. יא, מיר שפעטן אין רוחניות'דיגע זאכן וואס האבן נישט קיין בית אב! כך לימדו אותנו רבותינו! א געוואלדיגע זיג קעגן די שונאי ישראל איז ביי אונז נישט קיין ארטיקל, ווי אויך א מאדנע אויפפערינדיגע קאטץ!

טאמער איינער ברענגט א מקור ביי אונזער רביס אז די זאכן זענען וויכטיג פאר אונז צו האנדלן, איז עפעס אנדערש. אבער סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמן. אונז האט מען אויסגעלערנט צו שפעטן אין אמונות טפלות. דאס האט נישט מיט אויפגעקלערטיקייט, דאס איז די אור-אלטע מהלך. אויפגעקלערט איז דער וואס גייט ארויס פון דרכי אבותינו ורבותינו אין פרעמדע פעלדער פון קעטץ מיט ווער ווייסט וואס.

קודם כל מאי חזית אז דו רעדסט דא דייקא צו 'סאטמאר אפשטאמיגע' כלשונך?

און חוץ מזה, גענומען אזא חלק ניכר פון כלל ישראל און זיי אלע געגעבן אזא פעינט אן מיט איין גרויסן שווארצן בראש, אלעס ווייל ... מקלקלת השורה? אין וועלכע קרייזן טוט מען אזוי? נישט אין די וואס מ'איז מקפיד גאר שטארק אויף לה"ר וכבוד הבריות..
---

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך שיעלע בהמה » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:35 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
איישישאק האט געשריבן:עס איז מיר א פלא והפלא ווי סאטמאר אפשטאמיגע לאזן אזוי רעדן קעגן די וואס ווילן נישט אננעמן א התעוררות וואס איז פון עפעס שלא ראו אצל רבותיהם. יא, מיר שפעטן אין רוחניות'דיגע זאכן וואס האבן נישט קיין בית אב! כך לימדו אותנו רבותינו! א געוואלדיגע זיג קעגן די שונאי ישראל איז ביי אונז נישט קיין ארטיקל, ווי אויך א מאדנע אויפפערינדיגע קאטץ!

טאמער איינער ברענגט א מקור ביי אונזער רביס אז די זאכן זענען וויכטיג פאר אונז צו האנדלן, איז עפעס אנדערש. אבער סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמן. אונז האט מען אויסגעלערנט צו שפעטן אין אמונות טפלות. דאס האט נישט מיט אויפגעקלערטיקייט, דאס איז די אור-אלטע מהלך. אויפגעקלערט איז דער וואס גייט ארויס פון דרכי אבותינו ורבותינו אין פרעמדע פעלדער פון קעטץ מיט ווער ווייסט וואס.

קודם כל מאי חזית אז דו רעדסט דא דייקא צו 'סאטמאר אפשטאמיגע' כלשונך?

און חוץ מזה, גענומען אזא חלק ניכר פון כלל ישראל און זיי אלע געגעבן אזא פעינט אן מיט איין גרויסן שווארצן בראש, אלעס ווייל ... מקלקלת השורה? אין וועלכע קרייזן טוט מען אזוי? נישט אין די וואס מ'איז מקפיד גאר שטארק אויף לה"ר וכבוד הבריות..

רט

כהאב נישט קיין מושג ווי סאטמאר קומט דא אריין


אבער אז מרעדט שוין, די וואך פרשת חי שרה אויב האסטו געזעהן די לשון קדשו פונעם רבין זי"ע רעדט די רבי דארט ארום פון די מידה פון עזות און ער פארטייטשט די משנה הפוך בה והפוך בה דכולו בה, אז א מענטש מוז האבן אין יעדע מידה ביידע הפכיים, מיט דעם פארענטפערט ער די סתירה אז איינמאל זאגט ר' יהודה בן תימה הוה עז כנמר און א צווייטע מאל זאגט ער עז פנים לגיהנם און אויף דעם שטייט די לשון שאין לך מידה טובה הימנו.
אויב ביסטו בכלל נייגעריג, סאיז דא וואו צו קוקן און פארשטיין, אלעס האט א געהעריגע מהלך ווען און וויאזוי

און יא, אבסאלוטע פערדעריי האט אבסאלוטלי נישט מיט אידישקייט און פון קעלבערנע התפעלות (אפגעזעהן די אמתיות שבו) דארף מען אנטלויפן,

כהאב בעצם סתם געבטל'ט צייט מיטן שרייבן דעם תגובה ווייל די שנאה צו סאטמאר און צו זייער מסורה רינט דא איבער מכל גדותיו און נאך שלא במקומו

געוואלטיג
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re:

תגובהדורך געוואלטיג » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:48 pm

ברוכאוויטש האט געשריבן:איך האב נישט דורך געליינט דאס גאנצע אשכול נאר געבליקט אביסל אויבן אויף

איך בין נישט משיג וויאזוי געוויסע שרייבער דא ארבעטן אזוי שווער חוזק צו מאכן פון די גאנצע געשיכטע

ס'זעהט אויס ווי זיי ציטערן אז אפשר וועלן זיי באקומען עפעס א שטיקל התעוררות פון דעם און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז דאס פאסירט נישט

איך זאג נישט אז דו מוזט טאקע האלטן אויף זיכער אז דער קעצל איז א נשמה וואס זוכט א תיקון, אבער למיחש מיהא בעי.

איך שטעל זיך פאר אז די שרייבערס דא זענען אידן וואס גלייבן אין אזא סארט מציאות אז נשמות קענען מגולגל ווערן אין בעלי חיים (אויב ח"ו נישט וויל איך מיט זיי בכלל נישט שטיין אין ווארט), אויב אזוי פארוואס חוזק מאכן?!

איך ציטער צו דער קעצל פלעגט נישט אמאל זיצן אויף אייוועלט און חוזק מאכן פון יעדע געשיכטעלע וואס קען מעגליך ברענגען א שטיקל התעוררות פון "והחי יתן אל לבו"

והוא רחום יכפר עון

;l;p-

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:50 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:כ'זע דא צוויי צדדים, פלאס מענטשן וואס שטייען אינדערמיט, בבחינת מאמין ואינו מאמין. כ'פארשטיי אבער נישט פארוואס מ'דארף דא חוזק מאכן, לאכן, שפעטן, איינער פון אנדערן.

השי"ת האט אונז געגעבן א הערליכע אידישקייט, וואס פארמאגט אסאך טויערן, מהלכים, טיילן און אפילו שיכטן פון שאלעכץ וואס זענען א שומר לפרי. ס'איז צוגעשטעלט פאר יעדן איש כפי מהללו. יעדער טרעפט זיך זיין דביקות / התעוררות / חלק-התורה לויט זיין שורש נשמה.

איינעם ציעט צו לומדות, איינער צו דרוש, איינער הלכה למעשה, איינער רמזים, איינער קבלה, איינער רבי'שע נייעס, איינער חסידות, איינער ליטאות, איינער היסטאריע, איינער ליל-שישי'ס און קומזיצן, און איינער פארוואגלטע נשמות און קעץ.

ביטע לאז יעדן טרעפן זיין תענוג רוחני באשר הוא שם. דיין לאכן העלפט נישט, דיין שפעטן קלערט נישט אויף. און... די אלע זאכן ווייזן קיינעם נישט אויף אז דו ביזט גערעכט אדער קלוגער.

שיקן? יא, שיק!

הערליכע רייד. מען וואלט דעס געדארפט אריין לייגן אין די תקנות דא.
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12213
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 7:56 pm

shimon7323 האט געשריבן:איך פארשטיי אז עס איז דא וואס האבן נישט ליב צי גלייבן און אזלעכע מעשיות.

אבער איך זעה נישט פארוואס דער מעשה זאל נישט קענען זיין אמת, פאר א פאקט דרייט זיך דארט און ביה"ח קיינמאל קיין קעץ .

אויך געדענק איך נאך ווי היינט א מעשה מיט א קאץ וואס האט זיך געדרייט נעבען די וויזשניצער ביהמ"ד אויף פיליס און פלעגט ארויף און אראפגיין די טרעפ וואס פירט צום רבי'נס הויז, אזוי איז געווען פאר א שטיק צייט. ביז איינער האט אבאכט געגעבן אז ווען דער רבי איז און ביהמ"ד איז דער קאץ אונטען און ווען נישט איז אויבן, איז ער געגאנגען אזוי שמייכעלדיג האלב נישט גלייבעדיג זאגן פארן רבין אז א קאץ דרייט זיך דא און ס'קוקט איהם אויס ווי עס גייט דארט ווי דער רבי איז, האט זיך דער רבי אנגערופן ערענסטע הייט ווילאנג איז דאס שוין דא? האט יענע געענטפערט שוין א שטיק צייט. האט זיך דער רבי אנגערופן, הלמאי מע'האט מיר נישט געזאגט. אפאר טאג שפעטער איז עס שוין מער נישט געווען דארט.

שיינע מעשה! די גאנצע סומעטאכע האט זיך שוין געלוינט...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:39 pm

וואס איך זע דא אין דעם אשכול:

אפאר אידן כאפן א התעוררות פון א קאץ.

אפאר אידן ווילן אז אנדערע זאלן אויך כאפן א התעוררות פון דעם זעלבן קאץ.

אנדערע זעען נישט עפעס אויפפאלנד מיט דעם קאץ.

א פערטע כת זוכט דייקא חוזק צו מאכן פון די קאץ.

נאך א גרופע האלט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון דעם קאץ.

געוויסע האלטן אז מ'טאר ניטאמאל שפעטן פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

און די לעצטע גרופע מאכט חוזק פון ווער ס'מאכט חוזק פון די וואס שעפן התעוררות פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

חד גדיא חד גדיא.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 8:47 pm

חסדי אבות האט געשריבן:הערט אויס ליבע אידן... איך בין ווייט פון א גלויביגער אין די סארט זאכן, ווער עס וויל, קען נאכקוקן מיינע מיינונגען אין די חלומות אשכול פון הבחור דייטש, וואס איך האב געשריבן דערויף און אלע אנדערע ענליכע סארט זאכן.

קענענדיג דעם בית-החיים, און גייענדיג אהין אפט, קען איך זאגן אז קיין קעץ דרייען זיך נישט דארט, דוכט זיך אז איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאץ דארט. א קאץ וואס האט נישט געטראפן קיין פלאץ, נאר ממש ביים ריבניצער און ממש ביים סקולענער, זאגט עפעס, ס'איז נישט סתם. ס'איז דא נאך וואונקלען דארט וואו ער וואלט זיך געקענט דרייען. ס'איז זיכער עפעס א העכערע זאך.

גא"מ, איך גיי אפט אין קיינמאל נישט געטראפן א קאץ אין ביה"ח

ראש לימבא
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך ראש לימבא » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:07 pm

וואס מיר איז זייער אומפארשטענדליך דא מיט גאנצע מעשה, איז פארוואס סקולען איז אזוי שרעקליך מיסספעללעד אונעם קעפל.
זיי ביטע מתפלל לרפואתי

אוועטאר
הערשקא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך הערשקא » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:10 pm

ראש לימבא האט געשריבן:וואס מיר איז זייער אומפארשטענדליך דא מיט גאנצע מעשה, איז פארוואס סקולען איז אזוי שרעקליך מיסספעללעד אונעם קעפל.

אזוי שטייט אויפן מצבה
לעצט פאראכטן דורך הערשקא אום מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:15 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
הייליגע באשעפער, איך האב דיר ליב
איך דאנק און דאנק און דאנק, ס‘גייט א רויעך.
נעם צוזאם די מלאכים און פול אן דעם שטוב
ש'כח, ש'כח, טאטע - יישר כח.

קרעדיט, מאטי אילאוויטש

ורחץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך ורחץ » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:11 pm

ראש לימבא האט געשריבן:וואס מיר איז זייער אומפארשטענדליך דא מיט גאנצע מעשה, איז פארוואס סקולען איז אזוי שרעקליך מיסספעללעד אונעם קעפל.

קוק אויפן בילד פון די מציבה און דיין אומפארשטענדליכע פראגע וועט זייער גרינג פארעטנפערט ווערן

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:11 pm

ראש לימבא האט געשריבן:וואס מיר איז זייער אומפארשטענדליך דא מיט גאנצע מעשה, איז פארוואס סקולען איז אזוי שרעקליך מיסספעללעד אונעם קעפל.

פונקט דאס איז די גרעסטע פלא?!
צוגעלייגטע
IMG-20190512-WA0001.jpg
IMG-20190512-WA0001.jpg (110.05 KiB) געזעהן 757 מאל

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך איינס » מוצ"ש נובעמבער 14, 2020 9:15 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איך זע דא אין דעם אשכול:

אפאר אידן כאפן א התעוררות פון א קאץ.

אפאר אידן ווילן אז אנדערע זאלן אויך כאפן א התעוררות פון דעם זעלבן קאץ.

אנדערע זעען נישט עפעס אויפפאלנד מיט דעם קאץ.

א פערטע כת זוכט דייקא חוזק צו מאכן פון די קאץ.

נאך א גרופע האלט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון דעם קאץ.

געוויסע האלטן אז מ'טאר ניטאמאל שפעטן פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

און די לעצטע גרופע מאכט חוזק פון ווער ס'מאכט חוזק פון די וואס שעפן התעוררות פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

חד גדיא חד גדיא.

:wink:

דו האסט נאר פארגעסן צו אריין לייגן אין דיין סיכום אז אין סאטמאר סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמען....
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24877
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 15, 2020 10:15 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:חד גדיא חד גדיא.

ואתא שונרא.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Mezofzef, police, אליעזר ב., בעקעלע.הפוכה, וואל טאג, חנוך, מענל׳ס, מצה טאש, סעלפאן, פּינטער, פארדעם, פארצייטיש, פיטום, שפיצער און 93 געסט