א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

געמבלער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך געמבלער » דינסטאג נובעמבער 17, 2020 10:12 pm

היינט איז דא א אינטערוויו מיטן פאסטער היים פונעם קאץ, נעקסט קומט א שמועס מיט רב כץ זעלבסט..

אינטערוויו: און וואס מאכט די קעציל? א שמועס מיטן יונגערמאן וועלכער האדעוועט ביי זיך דעם יונגען שווארצן קעצל וואס מען האט געפונען פארלאפענע וואך ביים ווישניצער בית החיים:הרב שלום אלי' פעלבערבוים
https://www.yiddish24.com/interviews/12/29096

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך נובעמבער 18, 2020 1:19 pm

הרב שלום אלי' פעלבערבוים דער בעל מכניס אורח נעמט נאר אריין קעץ אדער אויכט אנדערע בעלי חיים וואס האבן נישט ווי צי גיין?
ווייל עס איז דא א פרישע נשמה גאר הויעך דאס מאל איז עס א מייזל וואס זיכט אויכט א אינטערוויא מיט הרב דרעזנער
https://ahblicklive.com/post.php?id=11908&archive=1
https://ahblicklive.com/post.php?id=4391&archive=0
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

א איד פון אמאל
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך א איד פון אמאל » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:10 am

איינס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איך זע דא אין דעם אשכול:

אפאר אידן כאפן א התעוררות פון א קאץ.

אפאר אידן ווילן אז אנדערע זאלן אויך כאפן א התעוררות פון דעם זעלבן קאץ.

אנדערע זעען נישט עפעס אויפפאלנד מיט דעם קאץ.

א פערטע כת זוכט דייקא חוזק צו מאכן פון די קאץ.

נאך א גרופע האלט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון דעם קאץ.

געוויסע האלטן אז מ'טאר ניטאמאל שפעטן פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

און די לעצטע גרופע מאכט חוזק פון ווער ס'מאכט חוזק פון די וואס שעפן התעוררות פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

חד גדיא חד גדיא.

:wink:

דו האסט נאר פארגעסן צו אריין לייגן אין דיין סיכום אז אין סאטמאר סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמען....


באספקלריה של רבינו הקדוש זיע"א (לפי קוצר שכלי וקוצר דעתי)
די מעשה מיט די קאץ מוז נישט זיין ריכטיג, עס קען זיין א גילגול, איז עס קען זיין סתם א קאץ איז אריינגעפאלן דארטן בטעות.
אבער מ'דארף גלייבן אלעס וואס עס שטייט אין די פריערדיגע ספרים, אין זוה"ק, קבלה ספרים, אז עס איז דא אזא זאך, אין אזא מציאות, מ'מעג חייש זיין אז דאס איז א גילגול, קוקטס אין דברי יואל פרשת במדבר וואו ער רעדט ארום פון סוד הגילגול,

מצד אחד דארף מען נישט מאכן פון יעדן חשש גילגול א עסק

מצד שני דארף גלייבן אין שכר ועונש אין סוד הגילגול אלעס וואס שטייט אין ספרים הקדושים, אבער נישט יעדע מעשה מדמה זיין צו דעם.
מיר זענען בהסתר שבתוך ההסתר, אבער א ערליכער איד דארף האבן אמונה אין התעוררות אפילו אן קיין גילויים מן השמים, אן חלומות, נאר גלייבן באמונה פשוטה כמאמינים בני מאמינים אן קיין פשרות.

(למשל ביי חלומות האט רבינו הקדוש געזאגט אז איינער וואס קען אכטונג געבן אויף זיינע מחשבות א גאנצן טאג איז חלומות שוא ידברו)
לעצט פאראכטן דורך א איד פון אמאל אום דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 10:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3064
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:10 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
(למשל ביי חלומות האט רבינו הקדוש געזאגט אז איינער וואס קען אכטונג געבן אויף זיינע מחשבות א גאנצן טאג איז חלומות שוא ידברו)


פונקט פארקערט!

ער האט געזאגט אז 'נאר' איינער וואס היט זיך זיינע מחשבות אגאנצן טאג דארף פותר חלום זיין און פאסטן א תענית חלום, משא"כ איינער וואס איז נישט אפגעהיטן איז חלומות שוא ידברו.

געהערט פון איינעם פון זיינע גאר נאנטע תלמידים.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

great
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך great » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:19 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
א איד פון אמאל האט געשריבן:
(למשל ביי חלומות האט רבינו הקדוש געזאגט אז איינער וואס קען אכטונג געבן אויף זיינע מחשבות א גאנצן טאג איז חלומות שוא ידברו)


פונקט פארקערט!

ער האט געזאגט אז 'נאר' איינער וואס היט זיך זיינע מחשבות אגאנצן טאג דארף פותר חלום זיין און פאסטן א תענית חלום, משא"כ איינער וואס איז נישט אפגעהיטן איז חלומות שוא ידברו.

געהערט פון איינעם פון זיינע גאר נאנטע תלמידים.

פשוט כפשוטו ווייל איינער וואס טראכט שטותים איז חלומות וואס ער טראכט אינמיטן טאג משא'כ איינער וואס איז מיטן השם מחשבות 24.7 איז אויב האט ער א חלום איז עס אמת

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24849
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:19 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
א איד פון אמאל האט געשריבן:
(למשל ביי חלומות האט רבינו הקדוש געזאגט אז איינער וואס קען אכטונג געבן אויף זיינע מחשבות א גאנצן טאג איז חלומות שוא ידברו)


פונקט פארקערט!

ער האט געזאגט אז 'נאר' איינער וואס היט זיך זיינע מחשבות אגאנצן טאג דארף פותר חלום זיין און פאסטן א תענית חלום, משא"כ איינער וואס איז נישט אפגעהיטן איז חלומות שוא ידברו.

געהערט פון איינעם פון זיינע גאר נאנטע תלמידים.

אין די ווערטער אליין איז א פתרון חלום לטובה, והבן.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:26 pm

farshlufen האט געשריבן:אין די ווערטער אליין איז א פתרון חלום לטובה, והבן.


יאך האב אויך אמאל געטראכט אזא ביאור, יתכן ס'איז ביידע.

great
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך great » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 2:34 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וואס איך זע דא אין דעם אשכול:

אפאר אידן כאפן א התעוררות פון א קאץ.

אפאר אידן ווילן אז אנדערע זאלן אויך כאפן א התעוררות פון דעם זעלבן קאץ.

אנדערע זעען נישט עפעס אויפפאלנד מיט דעם קאץ.

א פערטע כת זוכט דייקא חוזק צו מאכן פון די קאץ.

נאך א גרופע האלט אז מ'טאר נישט חוזק מאכן פון דעם קאץ.

געוויסע האלטן אז מ'טאר ניטאמאל שפעטן פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

און די לעצטע גרופע מאכט חוזק פון ווער ס'מאכט חוזק פון די וואס שעפן התעוררות פון די אינטערוויוס איבער דעם קאץ.

חד גדיא חד גדיא.

:wink:

דו האסט נאר פארגעסן צו אריין לייגן אין דיין סיכום אז אין סאטמאר סתם ווייל עס איז מאדנע, איז ביי די עם קשה עורף תלמידים פון רבין אוממעגליך אנצונעמען....


באספקלריה של רבינו הקדוש זיע"א (לפי קוצר שכלי וקוצר דעתי)
די מעשה מיט די קאץ מוז נישט זיין ריכטיג, עס קען זיין א גילגול, איז עס קען זיין סתם א קאץ איז אריינגעפאלן דארטן בטעות.
אבער מ'דארף גלייבן אלעס וואס עס שטייט אין די פריערדיגע ספרים, אין זוה"ק, קבלה ספרים, אז עס איז דא אזא זאך, אין אזא מציאות, מ'מעג חייש זיין אז דאס איז א גילגול, קוקטס אין דברי יואל פרשת במדבר וואו ער רעדט ארום פון סוד הגילגול,

מצד אחד דארף מען נישט מאכן פון יעדן חשש גילגול א עסק

מצד שני דארף גלייבן אין שכר ועונש אין סוד הגילגול אלעס וואס שטייט אין ספרים הקדושים, אבער נישט יעדע מעשה מדמה זיין צו דעם.
מיר זענען בהסתר שבתוך ההסתר, אבער א ערליכער איד דארף האבן אמונה אין התעוררות אפילו אן קיין גילויים מן השמים, אן חלומות, נאר גלייבן באמונה פשוטה כמאמינים בני מאמינים אן קיין פשרות.

(למשל ביי חלומות האט רבינו הקדוש געזאגט אז איינער וואס קען אכטונג געבן אויף זיינע מחשבות א גאנצן טאג איז חלומות שוא ידברו)

וואס האט דעיס מיטן רבין זיע רבותי לאז אים מנוחה. זייט ווען האט די רבי א שיטה מיט גלגולים סך הכל האט ער פארארבעט אזוי ווי די ארי הקדוש בינו לבין עצמו??

לגבי די מעשה וואס איז א נפקא מינא צו סאיז א גלגל ? עס איז פשוט א ספק נאר א צדיק קען וויסן. אבער די עצם מעשה איז א פאקט אז עס איז געווען מאדנע זייט ווען לייקענט די רבי פאקטן?
לגבי נתעורר ווערן פון אזא מעשה איז לשיטת די רבינו אוודאי אז יא דעיס איז דאך שיטת בעש"ט ללמוד מכל מעשה בראשית ליראת שמים ואמונה און פאר צו זיך לערנען פון דעים איז גענוג אז עס איז א ספק

ממילא אויב איר קענט מסביר זיין אייערע ווערטער יהא תבוא ברכה

אברהם אלבוים
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2018 10:45 am

Re: א קאץ ביים ציון ריבניץ וסקוליען

תגובהדורך אברהם אלבוים » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2020 6:54 pm

מתפילת הושע"ר:
תִּתְּנֵנוּ לְשֵׁם וְלִתְהִלָּה. תְּשִׁיבֵנוּ אֶל הַחֶבֶל וְאֶל הַנַּחֲלָה. תְּרוֹמְמֵנוּ לְמַעְלָה לְמָעְלָה. תְּקַבְּצֵנוּ לְבֵית הַתְּפִלָּה. תַּצִּיבֵנוּ כְּעֵץ עַל פַּלְגֵי מַיִם שְׁתוּלָה. תִּפְדֵּנוּ מִכָּל נֶגַע וּמַחֲלָה. תְּעַטְּרֵנוּ בְּאַהֲבָה כְלוּלָה. תְּשַׂמְּחֵנוּ בְּבֵית הַתְּפִלָּה. תְּנַהֲלֵנוּ עַל מֵי מְנוּחוֹת סֶלָה. תְּמַלְאֵנוּ חָכְמָה וְשִׂכְלָה. תַּלְבִּישֵׁנוּ עוֹז וּגְדֻלָּה. תַּכְתִּירֵנוּ בְּכֶתֶר כְּלוּלָה. תְּיַשְּׁרֵנוּ בְאֹרַח סְלוּלָה. תִּטָּעֵנוּ בְּיוֹשֶׁר מְסִלָּה. תְּחָנֵּנוּ בְּרַחֲמִים וּבְחֶמְלָה. תַּזְכִּירֵנוּ בְּמִי זֹאת עוֹלָה. תּוֹשִׁיעֵנוּ לְקֵץ הַגְּאֻלָּה. תְּהַדְּרֵנוּ בְּזִיו הֲמוּלָה. תַּדְבִּיקֵנוּ כְּאֵזוֹר חֲתוּלָה. תְּגַדְּלֵנוּ בְּיָד הַגְּדוֹלָה. תְּבִיאֵנוּ לְבֵיתְךָ בְּרִנָּה וְצָהֳלָה. תְּאַדְּרֵנוּ בְּיֶשַׁע וְגִילָה. תְּאַמְּצֵנוּ בְּרֶוַח וְהַצָּלָה. תְּלַבְּבֵנוּ בְּבִנְיַן עִירְךָ כְּבַתְּחִלָּה. תְּעוֹרְרֵנוּ לְצִיּוֹן בְשִׁכְלוּלָהּ. תְּזַכֵּנוּ בְּנִבְנְתָה הָעִיר עַל תִּלָּהּ. תַּרְבִּיצֵנוּ בְּשָׂשׂוֹן וְגִילָה. הוֹשַׁע נָא: תְּחַזְקֵנוּ אֱלֹהֵי יַעֲקֹב סֶלָה. הוֹשַׁע נָא:

ס'האט עפעס מיט - א דיבוק, א גארטל, א קאץ.

ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא!

אפשר די מבינים קענען פותר חלום זיין.
א גוטן כבוד המבין...
הצלחה וברכה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Mezofzef, no way, PetalBot, א חסיד, אבן יקרה, בעריש'ל, הולך בדרכי אבות, יישר כח, מצה טאש און 42 געסט