ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:33 am

** אויב איז שוין דא אן אפענער אשכול דערוועגן, ביטע אהינפירן. אנטשולדיגט פאר די טירחא. **

קודם, וואס איך האב געטראפן אינעם ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021 אשכול:

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

אפשר נישט פאר דעם אשכול, אבער נאך נישט געטראפן א מער פאסיגע.

דיבלאזיא קען נישט נאכאמאל לויפן פאר מעיאר.

גאווערנאר קאומא זאגט ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג 2 יאר ארום. למעשה האט ער שטילערהייט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, אבער נישט קעגן ביידען. יעצט אויב ביידען פארלירט צו טראמפ, איז קאומא 99 פראצענט זיכער צו לויפן 4 יאר ארום, וואס מיינט אז אין אזא פאל וועט ער לכאורה נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין אלבאני (הגם טעכניש קען ער עס באווייזן, אבער שווער צו זאגן אז ער לויפט מיט'ן חשבון אנצוהויבן פרעזידענט קאמפיין גלייך נאך די איינשווערונגס צערעמאניע).

ממילא, אויב טראמפ געווינט האב איך א שמעק אז דיבלאזיא לויפט פאר גאווערנאר. ער האט נישט די בעסטע שאנסן, ווייל די סטעיט גייט נישט אזוי לינק ווי די סיטי, אבער אין די יעצטיגע אומשטענדן קען מען נישט וויסן, און קען זיין אז וועגן דעם איז ער לעצטנס מער און מער אויף יענע מיני פאליטיק וכו' ווייל ער וויל זיי האבן פאר א סופער-סאליד 90 פראצענט בלאק-וואוט ביים מעגליכן גאווערנאר קאמפיין, גענוג עס זאל איבערוועגן די קאנסערוואטיווען פון אפסטעיט.



אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז זייער מעגליך אז דאס איז זיין פלאן.

אבער סוף כל סוף גייט ער נישט קענען געווינען קיין פריימערי אין די סטעיט אפי' מיט 100 פראצענט עי-או-סי שטיצער, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארמאגט לכאורה.

איך רעד שוין נישט פון די סיטי וואס ער פארלירט מיט 70 פראצענט, און די סיטי איז די מערסטע סאציאליסטיש פון די גאנצע סטעיט. ממילא געב איך אים נול שאנסן פאר די 2022 רעיס. אפשר פאר 2027, ווען מ'וועט שוין האבן פארגעסן, און מ'וועט מיינען אז די אנדערע קאנדידאטן זענען שוין ערגער פון אים...

@בס"ד



בבקשה האט געשריבן:איך גלייב אז קאומאו גייט סייווי נאכאמאל לויפן פאר גאווערנער, ווי זאגט מען אין ענגליש a bird in the hand is worth two in the bush.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:35 am

אום דינסטאג וירא, י"ד חשון תשפ"ג גייען פארקומען די קומענדיגע וואלן אין ניו יארק פארן גאווערנאר אמט.

אגב, יענעם פארטאגס, ממש איידער די שטים-בודקעס וועלן זיך עפענען, גייט געזעהן ווערן א טאטאלער ליקוי לבנה אין ניו יארק. דער ליקוי לבנה יענעם פארטאגס גייט זיך אנהייבן אום 5:16, עטליכע מינוט בעפאר דעם עלות און דער מאקסימום ליקוי גייט זיין אום 5:59 - 37 מינוט צום נץ און 1 מינוט צום עפענען די שטים-בודקעס. (די פראבלעם איז נאר אז ביים מאקסימום ליקוי גייט שוין זיין היבש לעכטיג און די לבנה גייט שוין זיין זייער נידריג. ס'וועט שוין לכאורה זיין זייער שווער צו זעהן).

דער גרעסטער אוהב ושונא ישראל אין היסטאריע, ענדרו קואמא גייט לויפן פאר א פערטן טערמין. "ווילאנג די ניו יארקער ווילן מיך, וועל איך זיין גאווערנאר". מיט דעם סלאגאן האט קואמא פארשפראכן אין 2018 נישט צו לויפן פאר פרעזידענט אין 2020; אין אפריל 2020 נישט צו לויפן אלס ביידענ'ס וויצע; און אום אקטאבער 2020 נישט אנצונעמען ביידענ'ס אטוירני דזשענעראל אנבאט.

קואמא געניסט לכאורה פון גאר שטארקע שטיצע צווישן ניו יארקער, ובעיקר אז דערווייל איז נאכנישט אפירגעקומען אן ערנסטער שטארקער פאפולערער קאנדידאט אין ניו יארק וואס קען אים באזיגן.

אויף די רעפובליקאנער פריימעריס וועט ווארשיינליך נאכאמאל לויפן מארק מאלינארא, דער דאטשעס קאונטי עקזעקוטיוו - וועלכער איז געלאפן קעגן קואמא אין 2018. איך זעה אויך אויף וויקיפידיע צווישן די ווארשיינליכע קאנדידאטן דעם נאמען פונעם דריי-טערמיניגן ניו יארקער גאווערנאר פאטאקי, און דאנאלד טראמפ'ס זון, דאן דזשוניאר.

אויב וועט קואמא זיך יא ברעכן, און אננעמען א פאסטן אין א ביידען אדמיניסטראציע, דאן וועט די לוטענאנט גאווערנארקע קעטי האקול אויסדינען די פארבליבענע צוויי יאר אינעם טערמין. מרת. האקול וועט ווארשיינליך אויך לויפן פאר גאווערנאר אין פאל קואמא באשליסט נישט צו לויפן פאר א פערטין טערמין.
לעצט פאראכטן דורך מיין שטעלונג אום מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:53 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:50 am

מזל מידיע האט געשריבן:גאווערנאר קאומא זאגט ער וועט לויפן פאר ווידערוויילונג 2 יאר ארום. למעשה האט ער שטילערהייט געוואלט לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ, אבער נישט קעגן ביידען. יעצט אויב ביידען פארלירט צו טראמפ, איז קאומא 99 פראצענט זיכער צו לויפן 4 יאר ארום, וואס מיינט אז אין אזא פאל וועט ער לכאורה נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין אלבאני (הגם טעכניש קען ער עס באווייזן, אבער שווער צו זאגן אז ער לויפט מיט'ן חשבון אנצוהויבן פרעזידענט קאמפיין גלייך נאך די איינשווערונגס צערעמאניע)


דאס איז וואס ער האט געזאגט פאר אנדערהאלבן יאר צוריק:

גאווערנאר קואמא האט געשריבן:
"I have been in the federal government. I was a cabinet secretary...I was in Washington for eight years," he said, indicating he was finished with his work in the federal government. "I believe I'm making a difference in the state of New York. I believe that in my heart," Cuomo said.


אויב ביידען בלייבט טאקע מיטן ווייסן הויז, דאן לויפט קואמא זיכער נישט קעגן אים אין 2024 - הגם, ווי איך האב געשריבן, איז נישט אויסגעשלאסן ער זאל אננעמען אן אמט אין ביידענ'ס אדמיניסטראציע, אמווייניגסטנס ביים ענדע פון זיין גאווערנאר טערמין.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:54 am

קאומא גייט פארלירן.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:55 am

... די היימישע שטימען.

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 11:57 am

זיין טאטע איז אויך געווען פאפולער און פארלוירען זיין פערדטע עלעקשען צו פעטאקי

מען קען זעהן א מעסיגע רופבליקאנער געווינען, נאכדעצו און א ביידען מידטורם.
keep your words tasteful, you may have to eat them later

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 12:02 pm

ער גייט ווארשיינליך באקומען א הויכע פאזיציע אין די ביידען אדמיניסטראציע לענ"ד
ער איז א מעסיגער (אזוי צו זאגן) וואס די ליבעראלן האסן נישט און האט א גוטע פראפייל. איך זעה נישט קיין אפהאלט פאר ביידען אים צו נעמען (און איך זעה נישט קיין אפהאלט פארוואס ער זאל עס נישט אקצעפטירן)

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 12:03 pm

ער גייט פארלירן.

ניו יארק האט הונדערטער טויזנטער אזויגערפענע "באהאלטענע בלענק וויילער" מיינסטנס אין די סובורבס, זיי זענען נישט אפיליארט מיט פארטייען, געווענליך זענען זיי שטיל, זיי קומען נאר ארויס ווען מ'דארף מאכן סדר.

גיט א טיפערן בליק אויף די יעצטיגע טוירנאויט אין סטעטן איילענד, לאנג איילענד און ראקלענד-וועסטשעסטער-דאטשעס-אראנדש, פאר א דוגמא.

קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 12:09 pm

די עכטע שאלה איז ווער דער רעפובליקאנער וועט זיין

בכל אופן איז ער "גייט" פארלירן א ריסקי שאצונג..

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 1:27 pm

בס"ד

די "יעצטיגע" זיג פון ביידען מיינט אז בדרך הטבע קען קאומא נישט לויפן פאר אכט יאר.

לויפן נאכאמאל פאר גאווערנאר שטייט אים גוט, אבער נישט קיין גאראנטיס, ספעציעל ווי ר' יום טוב זאגט אז די סווינג געגנטער פון ניו יארק סטעיט זענען געווען גאר שטארק פרא-טראמפ און פרא-רעפובליקן ביי די יעצטיגע וואלן, און זיין ביטערע פויסט-און-ציין מלחמה קעגן טראמפ קען ברענגען נאך אזא רעאקציע. ווענדט זיך נאך אסאך זאכן.

ממילא, אויב טראמפ קראצט ארויס א זיג אין קאורט אדער קאנגרעס, איז קאומא אין די רגע די שטארקסטע דעמאקראטישער קאנדידאט. אויב ביידען נעמט ס'בענקל, וועט קאומא לכאורה קענען באשטיין צו נעמען א קאבינעט פאזיציע, אבער נאר פון סאמע העכסטע שטייסל, נישט קיין האד אפיס... ווארשיינליך האט ביידען א לאנגע ליסטע פון מוז-גיין-הויך קאנדידאטן, און יעדער מיינט זעך, ממילא איז גארנישט זיכער אז ביידען דארף קאומא, און ניו יארק איז דאך פארט א בלוי שבבלוי סטעיט ממילא.

אלזא, ווי מען שטייט יעצט, קאומא'ס צוקונפט נאך אביסל פארנעפלט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:01 pm

די פראבלעם איז נאר אז די רעפובליקאנער פארטיי אין ניו יארק איז גאנץ א שוואכע מאשין, כנראה. דאס הייסט, אפילו אויב דער פשוט'ער אויבערשטאטישער איינוואוינער האסט די דעמאקראטן און האט ליב טראמפ, דארף נאך דער עווענטועלער רעפובליקאנער קאנדידאט באקומען שטארקע שטיצע אין די "גאנצע" סטעיט. נישט נאר אין די הייסע טראמפ-סווינג קאונטיס. און פארדעם פעלט זיך אויס א פעסטע רעפובליקאנער פארטיי, נישט א פארטיי וואס ווערט שוואכער פון איין גאווערנאר פארמעסט צו די צווייטע און צו די דריטע.

בכלל קוקט אויס ניו יארקער פאליטיק זייער פארשלאפן. אויסער די אומציוויליזירטע קארטעז (וואס האט שוין, אומ'גאט'ס הילף, געמאלדן איר אפטריט פון פאליטיק) ווער זענען די ניו יארקער פאליטישע אויפגייענדע "שטערנס"? ווער איז דער ניו יארקער ארורקע? דיסענטיס? אסאף? און אפילו אויף א קלענערן לעוול - ווער איז דער היינצייטיגער פאלאדינא?

--
ואגב, דאכציך איר האט דא געגרייזט. ריכטיג קומט ווי איך פאררעכט אייערע ווערטער.

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
אלזא, וואו מען שטייט יעצט, קאומא'ס צוקונפט נאך אביסל פארנעפלט.

בשבילי נברא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:14 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:אויסער די אומציוויליזירטע קארטעז (וואס האט שוין, אומ'גאט'ס הילף, געמאלדן איר אפטריט פון פאליטיק)

וואו איז דאס געמאלדן געווארן און ווען? נישט געהערט דערפון נאך
---

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:20 pm


הרב_שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:20 pm

ווילאנג עס קומט נישט ארויפ קיין ערענסטע קאנדידאט, גייט ער זיין גאווערנאר, די היימישע עסקנים וועלן איהם אינדארסירען א בחינה ווי James Skoufis
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

ראש לימבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:48 am

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך ראש לימבא » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:24 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:דער גרעסטער אוהב ושונא ישראל אין היסטאריע, ענדרו קואמא

לייק!
שנהיה לראש ולא לזנב

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:41 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די "יעצטיגע" זיג פון ביידען מיינט אז בדרך הטבע קען קאומא נישט לויפן פאר אכט יאר.

לויפן נאכאמאל פאר גאווערנאר שטייט אים גוט, אבער נישט קיין גאראנטיס, ספעציעל ווי ר' יום טוב זאגט אז די סווינג געגנטער פון ניו יארק סטעיט זענען געווען גאר שטארק פרא-טראמפ און פרא-רעפובליקן ביי די יעצטיגע וואלן, און זיין ביטערע פויסט-און-ציין מלחמה קעגן טראמפ קען ברענגען נאך אזא רעאקציע. ווענדט זיך נאך אסאך זאכן.

ממילא, אויב טראמפ קראצט ארויס א זיג אין קאורט אדער קאנגרעס, איז קאומא אין די רגע די שטארקסטע דעמאקראטישער קאנדידאט. אויב ביידען נעמט ס'בענקל, וועט קאומא לכאורה קענען באשטיין צו נעמען א קאבינעט פאזיציע, אבער נאר פון סאמע העכסטע שטייסל, נישט קיין האד אפיס... ווארשיינליך האט ביידען א לאנגע ליסטע פון מוז-גיין-הויך קאנדידאטן, און יעדער מיינט זעך, ממילא איז גארנישט זיכער אז ביידען דארף קאומא, און ניו יארק איז דאך פארט א בלוי שבבלוי סטעיט ממילא.

אלזא, ווי מען שטייט יעצט, קאומא'ס צוקונפט נאך אביסל פארנעפלט.

קואמא האט געזאגט אז ער וויל נישט די פרעזידענט זיץ 'ווייל ער ווייסט וויאזוי ס'ארבעט אין וואשינגטאן'.
ווערטער פון א פאליטישאן טוישן זיך אוואו די זאקן, אבער אויב וויל מען יא אננעמען אז ער האט דאס געמיינט ערנסט, קען זיין ער וועט גיין אין זיין טאטנ'ס פיסטריט, און וועט נישט נעמען קיין שום העכערע פאזיציע נאכן אפדאנקען פון גאווערנארשאפט.
דאכצעך נאך דריי טערמינען אלץ א ניו יארקער גובערנאטאר זאגט די מענטשהייט אז 'גענוג איז גענוג'. ביי זיין טאטן איז געווען דאס די לאזונג, מען האט געזאגט מען וועט שטימען פאר 'יעדן חוץ קאומא', און דער כיטערער ניו יארקער סענאטאר דיארמאטא האט אריינגערוקט פאטאקי, און די רעסט איז היסטארי, מען האט געהאט דעם בעסטן גאווערנער אין אונזער 70 יעריגער היסטאריע על אדמת אמעריקא.

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:46 pm

ווען איך האב געזעהן די אשכול האב איך מיר געכאפט פארוואס עס קען זיין אז הונט און קעץ קענען ווערן מעיארען אין געוואוסע שטעטלעך אין אמעריקע.
די עיקר פראבלעם פון א ביידען געוואונס ליגט אין די נאכפאלגענדע עקסייטמענט און מאכט פארשפרייטונג פון די פעיק ניוז מעינסטריעם מידיע.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:47 pm

מ'דארף אויך נישט פארגעסן אז די קומענדיגע וואלן גייען שוין זיין נאך א רידיסטריקטינג פון א פולקאם-דעמאקראטיש געפירטע ניו יארקער רעגירונג. דאס גייט אפשר נישט אויסמאכן אינעם גאווערנאר פארמעסט, אבער יא אינעם סטעיט סענאט קאנטראל וואס די רעפובליקאנער וועלן זוכן צו פארכאפן.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 3:50 pm

פאליטיק האט אסאך סורפרייזעס. מיט יארן צוריק איז שוין געווען פעלער וואס מ'האט געזאגט קדיש פאר די רעפאבליקאנער אין ניו יארק, און דערנאך איז געקומען א כוואליע און בדרך לא דרך זענען זיי אריינגעקומען, מאפע אנאליסטן האבן זיך נאכדעם געבראכן קאפ וויאזוי ס'האט געקענט פאסירן.
וויאזוי קען דאס טאקע זיין? די דעמאקראטן האבן דאך א מאסיווע אויבערהאנט אין רעגיסטראציע?
די תירוץ דערויף איז ווי געזאגט די שטילע מאכטפולע אומאפיליאירטע וואוטינג בלאק.  אין ניו יארק זענען דא מער בלענק/קאנסערוואטיוו/אינדעפענדענס פארטיי מיטגלידער ווי רעפאבליקען.
און אסאך פון די זענען לאו דוקא טראמפ שטיצער. זיי זענען ווייסע מיטל-קלאס דעמאקראט גענויגט. אבער ווען זיי באשליסן גענוג איז גענוג, קענען זיי שאקירן מיט א סורפרייז טוירנאויט ווערסעס א לוילעכע טוירנאויט אין די סלאמ'ס.

עס דארף נישט זיין א "שטארקע קאנדידאט", געווענליך מיט די שטארקע נעמען ארבעט זיך עס עפעס נישט אויס (ע"ע דזשוליאני סענאט 00'). עס דארף זיין א פריש פנים וואס זאל געניסן פון די ריכטיגע ווינט אין די פאסיגע צייט.  פאטאקי האט געהאט נול נעים רעקאגנישן און מ'האט געלאכט פון אים. ער האט געהאט אלע אדס קעגן אים: דזשוליאני האט אינדארסד קאומא.. אלע אנקעטעס האבן דאן געוויזן אז ער פארלירט, ער האט געהאט טאם גאליסאנא וואס האט אראפגעציפט פון אים 4%

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 4:03 pm

זייער א שטארקער אנאליז און היסטאריע-פארגלייך, @ר' יום טוב, הגם ס'בלייבט נאך אפן די פראגע, וואס עס זאל אונטערצינדן די "בלענק/קאנסערוואטיוו/אינדעפענדענס פארטיי מיטגלידער" קעגן קואמא מער ווי 2 אדער 6 יאר צוריק. @אהער און אהין'ס 'יעדן חוץ קואמא' פאקטאר קען מעגליך זיין אמת, אבער פארבלייבט א סברא.

אלזא, די זיכערקייט אין אייערע ווערטער "ער גייט פארלירן." דארף נאך שטיצע. צו אייער מעגליכע אומ'מזל קען קואמא געווינען א פערטן טערמין און ס'וועט נישט שווער זיין אפירצוזוכן אייערע ווערטער אויפן ערשטן בלאט פונעם אשכול.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 4:06 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:זייער א שטארקער אנאליז און היסטאריע-פארגלייך, @ר' יום טוב, הגם ס'בלייבט נאך אפן די פראגע, וואס עס זאל אונטערצינדן די "בלענק/קאנסערוואטיוו/אינדעפענדענס פארטיי מיטגלידער" קעגן קואמא מער ווי 2 אדער 6 יאר צוריק. @אהער און אהין'ס 'יעדן חוץ קואמא' פאקטאר קען מעגליך זיין אמת, אבער פארבלייבט א סברא.

אלזא, די זיכערקייט אין אייערע ווערטער "ער גייט פארלירן." דארף נאך שטיצע. צו אייער מעגליכע אומ'מזל קען קואמא געווינען א פערטן טערמין און ס'וועט נישט שווער זיין אפירצוזוכן אייערע ווערטער אויפן ערשטן בלאט פונעם אשכול.

די ניורסינג היימען.

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 5:01 pm

זיין עפפראוועל רעיטיגנ איז שוין טאקע היבש געפאלן זינט די גלאנציגע קאראנא הויכפונקטן, אבער ער איז נאך אלץ העכער ווי בעפאר קאראנא. אין פאברואר איז זיין עפפראוועל געווען ביי 44% און אום סעפטעמבער איז עס געווען ביי 59%.

אבער בעיקר, ווען מ'קוקט אויף די עפפראוועל אויף זיין קאראנאוויירוס דזשאב, איז עס געווען אין די אכציגערס דורכאויס מערץ און אפריל, דאן געפאלן צו די מיטעלע זיבעציגער - אבער געבליבן אומגערירט זינט דאן, טראץ דעם "נוירסינג האום" סקאנדאל וואס איז ארויסגערינען דוכאויס די צייט.

(די דאטא וואס איך ברענג דא אויף יולי און אוגוסט איז נישט ריכטיג. סיענא האט נישט ארויסגעגעבן קיין אנקעטע פון די צוויי חדשים [עכ"פ איך טרעף עס נישט]. איך האב געלייגט די זעלבע נומערן פון יוני, פשוט ווייל ס'האט זיך נישט צופיל געטוישט אום סעפטעמבער).

Cuomo Approbal Numbers.png
Cuomo Approbal Numbers.png (3.58 KiB) געזעהן 720 מאל


Approbal Chart.JPG
Approbal Chart.JPG (50.67 KiB) געזעהן 720 מאל

sky
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:42 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך sky » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 7:55 pm

הרב_שלום האט געשריבן:ווילאנג עס קומט נישט ארויפ קיין ערענסטע קאנדידאט, גייט ער זיין גאווערנאר, די היימישע עסקנים וועלן איהם אינדארסירען א בחינה ווי James Skoufis

whats the story with skoufis?

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15009
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 8:02 pm

פארוואס קען קואמא נישט לויפן פאר פרעזידענט אין 2024?

לויט ווי איך פארשטיי רישט מען זיך נישט אז ביידן וועט לויפן פאר ריעלעקשן. (איך וואלט געוואלט אז ער זאל יא, אבער דערווייל הייסט ווייטער אז נישט.)


איך וואלט יא געקענט זעהן א רעפאליקאנער ארויסווארפן קואמא, אזוי ווי זיין טאטע, וועלכער איז אויך געווען היפש פאפולער צוויי יאר פאר פאטאקי האט אים ארויסגעווארפן נאך 12 יאר הנהגה.

פארשטייט זיך אז די רעפאבליקאנער דארפן האבן דעם ריכטיגן קאנדידאט, נישט דאנעלד דזשוניאר וכדו', און אזוי אויך מוז עס זיין א מער רואיגע לאו טוירנאוט ענווייראמענט מיט די דעמאקראטישע/אנטי טראמפ באזע אינדערהיים.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
רעים
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm

Re: ניו יארק סטעיט גאווערנאר וואלן 2022

תגובהדורך רעים » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 8:52 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:זיין עפפראוועל רעיטיגנ איז שוין טאקע היבש געפאלן זינט די גלאנציגע קאראנא הויכפונקטן, אבער ער איז נאך אלץ העכער ווי בעפאר קאראנא. אין פאברואר איז זיין עפפראוועל געווען ביי 44% און אום סעפטעמבער איז עס געווען ביי 59%.

אבער בעיקר, ווען מ'קוקט אויף די עפפראוועל אויף זיין קאראנאוויירוס דזשאב, איז עס געווען אין די אכציגערס דורכאויס מערץ און אפריל, דאן געפאלן צו די מיטעלע זיבעציגער - אבער געבליבן אומגערירט זינט דאן, טראץ דעם "נוירסינג האום" סקאנדאל וואס איז ארויסגערינען דוכאויס די צייט.

(די דאטא וואס איך ברענג דא אויף יולי און אוגוסט איז נישט ריכטיג. סיענא האט נישט ארויסגעגעבן קיין אנקעטע פון די צוויי חדשים [עכ"פ איך טרעף עס נישט]. איך האב געלייגט די זעלבע נומערן פון יוני, פשוט ווייל ס'האט זיך נישט צופיל געטוישט אום סעפטעמבער).

Cuomo Approbal Numbers.png


Approbal Chart.JPG

ווער מאכט די עפפראוועל רעיטיגנ נישט די זעלבע וואס מאכען די וואלען אנקעטעס????
אז די ווילסט איינער זאל ענפערען ווען די פרעגט'ס - ענפער ווען א אנדערע פרעגט
ביטע נישט לאכן פון די געספעלעכצער, ס'איז נישט שיין איינעם אויסצולאכן credit: sheetrock


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”