תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 09, 2021 7:26 pm
ווער האט זיך געגלייבט די טראמפ ערא[ר] וועט אזוי מאסיוו עקספלאדירן. לאמיר מאכן א שנעלע ס"ה אויף די טראמפיזעם נידערלאגעס זינט נאוועמבער 3.
1) טראמפ פארלוירן די פרעזידענסי א לענדסלייד, 306-232. 7 מיליאן שטימען.
2) פארלוירן 60 עלעקשאן קאורט קעיסעס, דערינטער דער יונייטעד סטעיט סופריעם קאורט, דערינטער 3 אייגן געשטעלטע ריכטער.
3) דורכגעפאלן מיטן סעקשאן 230 שטיפ.
4) דורכגעפאלן מיטן איבערדרייען די נעמען פון מיליטערישע באזעס.
5) ערענסטע בזיונות מיטן קאנגרעס/סענאט איבערוויגענד איבערדרייען זיין וועטא אויפן דעפענס בודזשעט.
6) שטארקע בושות מיטן דורכפאלן מיטן $2,000 פארלאנג/סטראשע, און געצווינגען אונטערשרייבן במחתרת דעם קאוויד ביל מיט 0 טוישונגען.
7) פארלוירן דעם יונייטעט סטעיט סענאט, נאכפאלגענדיג א טראמפ ראלי א נאכט בעפאר.
8) צעשלאגן מיטן אייגענעם וויצע פרעזידענט אוו די יונייטעד סטעיטס.
9) וואקסין דיסטריביושען דורכגעפאלן, אזוויגעריפענער "אפאראציע ווארפ-ספיעד" שטעלט זיך ארויס אלס "אפאראציע טורטל-ספיעד". 3 מיליאן וואקסינירטע אויף יאנואר 1 איז מיילן אפגעריקט פונעם צוגעזאגטע 20 מיליאן וואקסינירטע.
10) דורכגעפאלענער פוטש פארזוך מיטן איבערדרייען דעם יונייטעד סטעיטס קעפיטעל, אנזייענדיג מאסיווע כאאס, דערינטער א צעשאסענע קאנגרעס בנין, פילע טויטע און בזיונות בעפאר די אינטערנאציאנאלע וועלט.
11) היסטארישער אימפיעטשמענט 2.0 אונטערוועגענס, מיטן מעגליכקייט פון רעמאוול.
12) סוספענדירט פון אלע סאשעל מידיע פלאטפארמעס. דערינטער טוויטער, פעיסבוק, און אינסטעגרעם.
כאב א פילינג אז די נעקסטע 10 טעג קען די ליסטע זיך נאך היבש הייבן... מ'וועט שטייצעך צולייגן לפי המצב.