יואל שרייבער האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:יואל שרייבער האט געשריבן:יש ברירה האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויב די פארטעמפטע קעפ וואלטן באטראכט די מצב אנדערש אויב איין פארטיי זאל ווען אינוואדירן דעם ווייסן הויז.
עס איז נישט אזוי שווער צו שפעקולירן, מען האט דאך שוין אמאל פרובירט צו אינוואדירן דעם ווייסן הויז, נישט אזוי לאנג צוריק, וואס האבן זיי דעמאלטס געזאגט?
אנטשולדיגט פארן זיך אנרופן אין דעם אשכול, איך האב פשוט געוואלט ארויסהעלפן @יש.
https://www.cnn.com/us/live-news/george ... a77801a791
פרובירט אינוואדירן דעם ווייסן הויז? זיי האבן פראטעסטירט אויף די פעלד פארנט פונעם פעלד... גלייב מיר אז ווען בלויז איינער גייט אריבער דעם צוים איז דא טויטע, ווער רעדט נאך אויב זיי פרובירן אריינגיין אין ווייסן הויז זעלבסט.
מען דארף דאס געבן א נאמען, לאמיר עס אנרופן די צען פראצענט רולל... ווייל די אזויגערופענע פרינציפנדע מענטשן נוצן דאס אפט. יעדעס מאל זיי ווען ווען די אײגענע פארטיי טוט עפעס שלעכט דארף מען אויפזוכן עפעס א משל אין היסטאריע ווען די אנדערע זייט איז באגאנגען א פרעקשין פון די עוולה און עס ווארפן אין פנים. דאס איז אויך הגם וואס ווען די אנדערע פארטיי האט געטון יענע עוולה האט די יעצטיגע פארטיי דאס אראפגעריסן מיט די ערגסטע ווערטער.
עס איז ניטאמאל וואטעבאוטאיזעם, ענדערש לייט-וואטעבאוטאיזעם באפעפערט מיט א דיקע שיכט פון היפאקריטיע.