אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יולי 22, 2020 5:57 pm

ווייס איך נישט צו דער עןלם שלאפט דא, אבער עס קומט פאר ערענסטע דעוועלאפמענטס אויף די וועלט מאפע צווישן אמעריקא און כינע, און דער מצב ווערט כסדר מער אנגעצויגן.

היינט האט אמעריקא פארארדענט די כינעזער קאנסולאט אין טעקסאס זיך צו פארשליסן...

און א שטיקל חזרה פון וואס איז פארגעקומען נאר די לעצטע עטליכע וואכן,.... אמעריקא האט ארויפגעלייגט נאך סאנקציעס אויף כינע וועגן מענטשען רעכט פארלעצונגען.... אמעריקא דערקלערט כינעזער שטעלונג אינעם דרום כינעזער ים אפיציעל אומלעגאל...אמעריקא פארבאט סיי וועלעכע פראדוקט וואס ווערט געמאכט דורך אמעריקאנער קאמפאניס סיי ווי אין דער וועלט צוו ווערן פארקויפט פאר וואוועי....ענגלאנד דרייט צוריק אירע 5G צוזאמענארבעט מיט וואוועי, וואס איז א טויטליכער קלאפ פאר וואוועי (כינע) 5G אמביציעס.... כינעזער סאלדאטן רוקן זיך אריין אביסל ביים אינדיע זייט פונעם גרעניץ, 20 אינדיע סאלדאדטן געהרגט, אמעריקא קומט ארויס די שארפסטע פון אלע וועלט פירער אנטקעגן כינעס "בולי"נג...

דאס איז בנוסף צום טרעיד מלחמה, כינעזער וויירוס, האנג קאנג, וואהאן לעב וכולי וכולי.

ווי עס זעט אויס (איך האף) אז אמעריקא זעט שוין איין אז כינע אלס א גרויסמאכט שטעלט פאר גאר אן ערענסטער געפאר פאר אמעריקא און די וועלט, עקאנאמיש, פאליטיש, און געזונט. "איי עם עפרעיד איטס טו לעיט" נאך 20-30 יאר וואס אמעריקא קוקט "די אנדערע זייט" פון כינע'ס פארברעכנס און טריקס כדי...צו קענען מאכן טרעיד מיט זיי...כדי זיי זאלן קענען באגראבן אונזערע פעקטאריס...

אויף די צינישע זייט וועמיר זאגן אז עס איז אלס גארנישט, נאר פשוט נאך א כיטרער מיטל מיט וואס טראמפ האפט צו קענען באזיגן ביידען אין נאוועמבער.

בכל אופן טועט זיך דא צווישן גרויסמאכטן אויף א פארנעם, וואס די וועלט האט נאכנישט געזען זייט די קאלטע קריג אין די אכטציגער יארן.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 14767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך יולי 22, 2020 6:03 pm

דערווייל האט טשיינע געווינען ליידער. מיט א בלאו פאר אמעריקא טו בי רימעמבערד פאר די עידזשעס, דערמיט טראמפס עלעקשאן זיינער.

צו אמעריקא קען צוריק דערלאנגען בלייבט איבער צו זעהן. דערווייל חוץ שטרענגע ווארענונגען זעהט נישט אויס זיי האבן עפעס ערענסט אין זאפאס.

אגב, וועלקאם בעק היימישער, דו פלעגסט אסאך צוגעבן צום סייט אין די העווי צייטן.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יולי 22, 2020 6:05 pm

געווען א מילטערישע דריל אין די טשייניזע וואסערן דורך אמעריקע מיט אינדיע די לעצטע פאר טעג

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 6:06 pm

כאפצעם האט געשריבן:דערווייל האט טשיינע געווינען ליידער. מיט א בלאו פאר אמעריקא טו בי רימעמבערד פאר די עידזשעס, דערמיט טראמפס עלעקשאן זיינער.

צו אמעריקא קען צוריק דערלאנגען בלייבט איבער צו זעהן. דערווייל חוץ שטרענגע ווארענונגען זעהט נישט אויס זיי האבן עפעס ערענסט אין זאפאס.

אגב, וועלקאם בעק היימישער, דו פלעגסט אסאך צוגעבן צום סייט אין די העווי צייטן.


געוואונען האבן זיי אלע יארן ביז טראמפ, אונטער טראמפ זענען אלץ געווען אויפ'ן וועג צו פארלירן. צו זיי האבן שוין פארלוירן, ניין. אבער דאס אמאל זיכער, טראמפ געבט זיי נישט קיין רואיגע נעכט שלאף.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 22, 2020 6:09 pm

אין א באזונדערע אנטוויקלונג ארום טשיינע איז דורכאויס די לעצטע פאר טאג ארומגעפארן א ווידיאו, ווי מ׳זעהט הונדערטער כינעזע ארעסטאנטן, אנגעבליך פון א לאקאלע מוסלאמענישע שבט, אויסגעשטעלט אין גרופעס אויף א גרויסע באן סטאנציע. יעדער פון זיי מיט פארבינדענע אויגן און הענט געקייטלט פון הינטן, אלע זייערע קעפ גענצליך אפגעשוירן, און ווערן ארויפגעלודענט אויף באנען. און ווי קוועלער געבן איבער (זעלבס פארשטענדליך איז גארנישט באשטעטיגט) ווערן זיי אפגעשיקט צו זייער טויט.

איז אזוי. דאס אז טשיינע ניצן זייערע ארעסטאנטן פאר ביזנעס איז נישט קיין סוד, זיי פארקויפן מענטשליכע האר אויף די שווארצע מארקעט, וכן אויב נויטיגט זיך א שפיטאל אין א וויכטיגע גלידער פאר א טרענספלעט, האט מען גרינגע ציטריט דערצו מיטן שחט׳ן אן ארעסטאנט. וכו׳ וכו׳ האר אויפשטעלנדע מענטשן רעכט פארלעצונגען דורך די קאמאניסטישע רעזשים. אבער סיסטאמאטישע הריגות, אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין ריכטיג, וועט דאס ווארשיידליך אנצינדן אן אלארעם ביי די אלגעמיינע וועלט, אז ג-ט זאל אפהיטן.

מ׳האקט.
סטעי טונד!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך יולי 22, 2020 6:17 pm

סא איך פארשטיי נישט, כינע מערדערט אויס זייערע מוסלמענער, אין די מוסלמענע איראן מאכט א יד אחת מיט זיי ?

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך נארמאליזעם » מיטוואך יולי 22, 2020 6:23 pm

צווייפעל האט געשריבן:סא איך פארשטיי נישט, כינע מערדערט אויס זייערע מוסלמענער, אין די מוסלמענע איראן מאכט א יד אחת מיט זיי ?




סאיז דא אפאר מינע מוסלמענער סוניס-שאיטישע-איך מיין אז דעי זענען א דריטע מינע

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יולי 22, 2020 6:26 pm

WELCOME BACK
היימישער מיט צווייפעל
@היימישער אויב ביידען געוואונט דארפען מיר דיר האבען דא
אזוי ווי ביי אבאמא
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 6:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אין א באזונדערע אנטוויקלונג ארום טשיינע איז דורכאויס די לעצטע פאר טאג ארומגעפארן א ווידיאו, ווי מ׳זעהט הונדערטער כינעזע ארעסטאנטן, אנגעבליך פון א לאקאלע מוסלאמענישע שבט, אויסגעשטעלט אין גרופעס אויף א גרויסע באן סטאנציע. יעדער פון זיי מיט פארבינדענע אויגן און הענט געקייטלט פון הינטן, אלע זייערע קעפ גענצליך אפגעשוירן, און ווערן ארויפגעלודענט אויף באנען. און ווי קוועלער געבן איבער (זעלבס פארשטענדליך איז גארנישט באשטעטיגט) ווערן זיי אפגעשיקט צו זייער טויט.

איז אזוי. דאס אז טשיינע ניצן זייערע ארעסטאנטן פאר ביזנעס איז נישט קיין סוד, זיי פארקויפן מענטשליכע האר אויף די שווארצע מארקעט, וכן אויב נויטיגט זיך א שפיטאל אין א וויכטיגע גלידער פאר א טרענספלעט, האט מען גרינגע ציטריט דערצו מיטן שחט׳ן אן ארעסטאנט. וכו׳ וכו׳ האר אויפשטעלנדע מענטשן רעכט פארלעצונגען דורך די קאמאניסטישע רעזשים. אבער סיסטאמאטישע הריגות, אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין ריכטיג, וועט דאס ווארשיידליך אנצינדן אן אלארעם ביי די אלגעמיינע וועלט, אז ג-ט זאל אפהיטן.

מ׳האקט.

דו רעדסט פון א נייע וידיאו?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך יולי 22, 2020 7:03 pm

מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יולי 22, 2020 7:04 pm

כאפצעם האט געשריבן:דערווייל האט טשיינע געווינען ליידער. מיט א בלאו פאר אמעריקא טו בי רימעמבערד פאר די עידזשעס, דערמיט טראמפס עלעקשאן זיינער.

צו אמעריקא קען צוריק דערלאנגען בלייבט איבער צו זעהן. דערווייל חוץ שטרענגע ווארענונגען זעהט נישט אויס זיי האבן עפעס ערענסט אין זאפאס.

אגב, וועלקאם בעק היימישער, דו פלעגסט אסאך צוגעבן צום סייט אין די העווי צייטן.

די איראנער נוקלער דיעל איז דאך שוין לאנג אין די גניזה קעסטלעך... טא ווטס האב איך צו קאמענטירן מער..(נאר א וויץ).
ב.דוו. דא האט איר איינע פון מיינע אלטע תגובות וועגן כינע, משנים קדמוניות.. נאך פאר טראמפ איז געווארן פרעזידענט. איך מיין אז היינט אנערקענען עס שוין מער מענטשען.
תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג יוני 03, 2016 10:24 am

לולי דמסתפינא וואלט איך ווען געזאגט אז עפענען טרעיד מיט כינע איז גווען די גרעסטע "אויסערן פאליטיק מיסטעיק" אין די לעצטע 70 יאר.

אמעריקא האט מיט די אייגענע האנט אויפגעבויעט א ברענד נוי קאמעניסטישע סופער פאוער נאכן ענדליך פטור ווערן פון סאוויעט רוסלאנד קאמעניזום נאך 70 יאר.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 15897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יולי 22, 2020 7:06 pm

נישט נאכדעם, פארדעם.

און טאקע מיטן ציל צו שטויסן רוסלאנד.

פרעזידענט ניקסאן האט עס געטון.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 7:19 pm

די קליפ איז נישט קיין נייע זאך.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך יולי 22, 2020 8:51 pm

ברענגט ארויף ערנסטע קאשמארן די קליפ. מיר האלאקאסט איבערלעבער אייניקלעך ווערן דערציטערט דערפון.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 8:54 pm

יאפ
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יולי 22, 2020 9:15 pm

ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך יולי 22, 2020 9:20 pm

טראמפ האט נאך אסאך בעסער איינגעקעשט מיט ‘טשיינאַ’ ווי די אבאמא ביידן טיעם! כאילו ביידן וועט זיין שטרענגער צו טשיינע.. גיוו מי ע ברעיק
דיד יו סעי סמאַרט?

אסדר לסעודתא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 22, 2020 9:21 pm

שמואל בארג האט געשריבן:ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

כינע איז א רעזשים וואו מענטשליכע לעבנס זענען גארנישט ווערד, פונקט ווי אין רוסלאנד בימי סטאלין. אויב איז מענטשליך בלוט הפקר אים ביי אים, קען מען אים נישט געטרויען מיט גארנישט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 9:30 pm

שמואל בארג האט געשריבן:ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

איך כאפ נישט דיין שאלה, דו פרעגסט צו מען זאל אויפלעזן אמעריקע און איבער געבן די וועלט קאנטראל פאר כינע?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

קאנטרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך קאנטרי » מיטוואך יולי 22, 2020 9:34 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:די קליפ איז נישט קיין נייע זאך.

ס'איז געווען אין די נייעס די ענגלישע האבן עס געוויזן פארן כינעזער אבעסאדער

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יולי 22, 2020 9:40 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

איך כאפ נישט דיין שאלה, דו פרעגסט צו מען זאל אויפלעזן אמעריקע און איבער געבן די וועלט קאנטראל פאר כינע?


ניין, מיר זאלן בלייבן אין אמעריקע מיט דיבלאזיא, און כינע וועט האבן אווערסייט, וואס איז שלעכט? דער פראבלעם איז כינע אדער קאמוניזם?

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך שאשא » מיטוואך יולי 22, 2020 9:42 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

איך כאפ נישט דיין שאלה, דו פרעגסט צו מען זאל אויפלעזן אמעריקע און איבער געבן די וועלט קאנטראל פאר כינע?


ניין, מיר זאלן בלייבן אין אמעריקע מיט דיבלאזיא, און כינע וועט האבן אווערסייט, וואס איז שלעכט? דער פראבלעם איז כינע אדער קאמוניזם?

די פראבלעם איז די אמעריקאנע איגו
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 10:14 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:ערנסט גערעדט, וואס איז שלעכט אז כינע קאנטראלירט די וועלט?

איך כאפ נישט דיין שאלה, דו פרעגסט צו מען זאל אויפלעזן אמעריקע און איבער געבן די וועלט קאנטראל פאר כינע?


ניין, מיר זאלן בלייבן אין אמעריקע מיט דיבלאזיא, און כינע וועט האבן אווערסייט, וואס איז שלעכט? דער פראבלעם איז כינע אדער קאמוניזם?

כינע וועט האבן אווערסייט אויף אמעריקע, אדער אמעריקע אויף כינע? קום אריין קלאר מיט דיין פלאן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יולי 22, 2020 10:15 pm

אויב זיי קאנטראלירן די וועלט האבן זיי אווערסייט, ניין?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנגעצויגענקייט צווישן כינע און אמעריקא (און אנדערע).

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יולי 22, 2020 10:16 pm

איך הער, הייסט דו ווילסט א כינעזער אימפעריע...

זאג דו מיר, פארוואס מופסטו נישט קיין כינע? וואס איז שלעכט?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אזוי וויל איך, מצה טאש, משהלע און 82 געסט