צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 20, 2020 6:02 pm

וועלכע פארטיי פארדינט מער פון די אנארכיסט און ראיאטען וואס הערשט אין די דעמאקראטישע פארטיי?
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך באקסער בוים » מאנטאג יולי 20, 2020 6:05 pm

מטעמים האט געשריבן:איך גלייב אז נאך אזא קעראונע דיזעסטער וואלט יעדע פרעזידענט געהאט א שווערע צייט צו געוואונען ריעלעקשאן, טראמפ שטייט אין א געוואוסע זין בעסער ווי געראכטען.

כ׳וויל נישט אריין גיין אין קיין דעבאטעס, ספעשל נישט דא אין דעם פרא טראמפ אשכול, זשאסט איין שאלה, געב א קוק קאומא׳ס פאול נאמבערס (כ׳ווייס וואס איך און דו האלטן פון אים)דער עולם גולם איז טויט צופרידן ווי גוט ער האט געהענדעלט די קריזיס, א פרעזידענט מיט א ביסל שכל און געפיל וואלט געקענט פול מער ארויסקעשן פון אזא קריזיס און זיינע פאול נאמבערס זאלן זיין אין די הימלען.

אני לעצמי קוק איך ארויס פאר א טראמפ זיג פשוט ווייל ס׳וועט זיין 4 יאר מער פאן און נייעס.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 8:42 pm

להגדיל שמו האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:2. אויב איז אמת אז מען וואוט בעיסד אן די עקאנאמיע דאן איז טראמפ איין פראצענט א חילוק פון ביידען און דאס דארף באזארגען די דעמאקראטען גאר שטארק.

די סיבה פארוואס מען וואוט בעיסד אויף די אקאנעמי איז ווייל מענטשן קוקן וואס עס טוט זיך ביי זיך, און אויב דאס איז די קעיס קען קאראנע זיין א גרויסע פראבלעים.


כ'מיין אז די שיטה אז מ'שטימט לויט די עקאנאמי איז אן איינרעדעניש וואס ס'איז שוין געלונגען פאר די מידיע יאאאארן
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 8:46 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך גלייב אז נאך אזא קעראונע דיזעסטער וואלט יעדע פרעזידענט געהאט א שווערע צייט צו געוואונען ריעלעקשאן, טראמפ שטייט אין א געוואוסע זין בעסער ווי געראכטען.

כ׳וויל נישט אריין גיין אין קיין דעבאטעס, ספעשל נישט דא אין דעם פרא טראמפ אשכול, זשאסט איין שאלה, געב א קוק קאומא׳ס פאול נאמבערס (כ׳ווייס וואס איך און דו האלטן פון אים)דער עולם גולם איז טויט צופרידן ווי גוט ער האט געהענדעלט די קריזיס, א פרעזידענט מיט א ביסל שכל און געפיל וואלט געקענט פול מער ארויסקעשן פון אזא קריזיס און זיינע פאול נאמבערס זאלן זיין אין די הימלען.

אני לעצמי קוק איך ארויס פאר א טראמפ זיג פשוט ווייל ס׳וועט זיין 4 יאר מער פאן און נייעס.



קאמא+ און טראמפ_ איז א דירעקטע תוצאה פון די זעלבע זאך

מידיע קאווערידזש
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 8:49 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
גענעראל האט געשריבן:..Biden Says its 100 million degrees today

:lol: :lol:
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 8:53 pm

ליבלעך האט געשריבן:
538 האט געשריבן: The @FiveThirtyEight nat'l polling average with 106 days until E-Day:

2020: Biden+8.8
2016: Trump+3.0
2012: Obama+0.4
2008: Obama+4.2
2004: Kerry+2.6
2000: Bush+7.1
1996: Clinton+15.2
1992: Clinton+21.9
1988: Dukakis+15.3
1984: Reagan+1.3
1980: Reagan+22.2





דוקאקיס איז א שטיקל חיזוק פאר היי יאר
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 8:59 pm

אן אינטערעסאנטע זאך איז אז פיל מאל ווען מען וויל רעכענען באגלויבטקייט פון אנקעטעס אין ספעציפישע קאטעגאריעס, איז עס געפלאגט פון די זעלבע פראבלעמען ווי די אנקעטעס

פשוט ווייל דאס איז אויך געבויט אויף עקזיט פאולס, ממילא אויב וועט א שווארצער אדער היספאנישער ציטערן מודה צו זיין פאר א פאלסטער אז ער שטיצט טראמפ'ן, וועט ער עס פונקט אזוי לייקענען אין די עקזיט פאולס
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שאשא » מאנטאג יולי 20, 2020 9:19 pm

א פרא טראמפ שיף פאראדע אינעם האדסן ריווער
0TjkL9_wide_m.jpeg
0TjkL9_wide_m.jpeg (50.34 KiB) געזעהן 949 מאל
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 11:09 pm

ווי עס זעט אויס פון די וואלעס אינטערוויו און אויך פון טראמפס רייד היינט אין אוועל אפיס אז עס קומען מעגליך טעגליכע בריפינגס,
פארשטייט די קאמפיין אז ער דארף מער קאנעקטן צום עולם

אזויווי ער האט געטון אנפאנג פון 16 קאמפיין
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צוקער וואסער » מאנטאג יולי 20, 2020 11:12 pm

די מיינסט צו זאגן די זונטאג שאוס, ווי ער פלעגט זיין א יעדן וואך

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יולי 20, 2020 11:17 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:די מיינסט צו זאגן די זונטאג שאוס, ווי ער פלעגט זיין א יעדן וואך


יא און אויך נאך יעדע דעבאטע און איווענט פלעג ער זיצן שעות לענגער ווי די אנדערע קאנדידאטן מיט ריפארטער
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג יולי 20, 2020 11:45 pm

אין טראמפ לאגער ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד אז דער פרעזידענט וועט ווידער אנהייבן מיט זיינע טעגליכע פרעסע בריעפינגס, וואס דאס וועט האפנטליך געבן דעם אזוי נויטיגן שטופ און אריינבלאזן עטוואס חיות אינעם פארשלאפענעם קאמפיין, וועלכע וויל זיך עפעס נישט ארויסדערזעהן פון איר פארשלאפנקייט (ווארשיינליך די השפעה פונעם פארשלאפענעם ביידען...)
עס איז צום האפן אז טראמפ וועט זיך גארנישט איינהאלטן, נאר צושטעלן יעדן טאג פרישע ווארע, און אריינדרייען די פעיק ניוז מידיא אין זיין פאסטקע, ווי אין די אלטע גוטע טעג

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג יולי 21, 2020 1:04 am

עבאוט טיים..

Joel
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2015 11:20 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך Joel » דינסטאג יולי 21, 2020 2:01 am

פון איין זייט איז עס גוט ווייל אזוי קענער זייער גוט אראפ קלאפן ביידען און הייבן זיינע שטיצער אבער פון דע צווייטע זייט גייט דע מדי'ה זיך ארויף הענגען אויף יעדע ווארט און ווייטער פאמפען דעם ביידען און ווייטער פאמפען זיינע הויכע אנקעטעס

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3761
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג יולי 21, 2020 2:06 am

Joel האט געשריבן:פון איין זייט איז עס גוט ווייל אזוי קענער זייער גוט אראפ קלאפן ביידען און הייבן זיינע שטיצער אבער פון דע צווייטע זייט גייט דע מדי'ה זיך ארויף הענגען אויף יעדע ווארט און ווייטער פאמפען דעם ביידען און ווייטער פאמפען זיינע הויכע אנקעטעס


טראמפ שטיצער גייען נישט אן וואס די מידיע זאגט ביז ווי לאנג טראמפ פיטערט שטאף!
און וועגן דעם געווינט ער

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 21, 2020 7:38 am

קענטאקי האט געשריבן:אין טראמפ לאגער ווערט אויפגענומען מיט גרויס פרייד אז דער פרעזידענט וועט ווידער אנהייבן מיט זיינע טעגליכע פרעסע בריעפינגס, וואס דאס וועט האפנטליך געבן דעם אזוי נויטיגן שטופ און אריינבלאזן עטוואס חיות אינעם פארשלאפענעם קאמפיין, וועלכע וויל זיך עפעס נישט ארויסדערזעהן פון איר פארשלאפנקייט (ווארשיינליך די השפעה פונעם פארשלאפענעם ביידען...)
עס איז צום האפן אז טראמפ וועט זיך גארנישט איינהאלטן, נאר צושטעלן יעדן טאג פרישע ווארע, און אריינדרייען די פעיק ניוז מידיא אין זיין פאסטקע, ווי אין די אלטע גוטע טעג


מצד שני גייט ער רעדן פון קאראנע, דאס איז נישט גוט פאר אים.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג יולי 21, 2020 10:21 am

לאמיר דא אריינווארפן עטליכע ווערטער.

עס איז זייער נאריש צו רעדן צי טראמפ גייט יא געווינען, צי נישט. ווייל דער עצם פאקט אז די צוויי ווערטער "פרעזידענט" מיט "טראמפ" גייט אינאיינעם איז שויןו דער גרעסטער געווינס וואס קען זיין.

דערמאנט אייך נאר מיט 5 יאר צוריק ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט, די מידיע האט אים אראפגעלייגט ווי ממש א משוגענער "א קלאון לויפט פאר פרעזידענט" האט זיך געליינט דער פראנט פעידזש פון דער גרעסטער מאגאזין אין לאנד "טיים". און אין דער שטערן איז ער גאר צוגעגלעכנט געווארן צו ווערמין סופרים מיטן שטיוול. די מידיע האט שווער געארבעט אז מען זאל באקומען א בליק אז דער וואס לויפט לויפט פאר א וויץ.

ווען עס איז זיי נישט געלונגען אין די פריימערי האט מען שווער געארבעט אין די דזשענערל עלעקשן, מענטשן אין אמעריקע האבן אנגעקוקט ווי על מנת שתעלה לרקיע אז דער זאל ווערן פרעזידענט, אבער פאקט איז פאקט, דער מענטש איז דער פאקטישער פרעזידענט, קאמענדער אין טשיף, פון די פאראייניגטע שטאטן אין אמעריקע, און ער בלייבט אלעמאל דער פינעף און פערציגסטער פרעזידענט פון אמעריקע, אפגעזען די רעזולטאטן אין נאוועמבער, און מיט דעם איז ער א געווינער.

זיין לאנג-יעריגע חלום איז געווארן א פאקט, ער איז פרעזידענט טראמפ.

קיינער רעספעקטירט היינט נישט מער אדער ווייניגער קארטער, בוש הראשון, קלינטאן, בוש השני, אין די היסטאריע ביכער ווערט נישט א פרעזידענט ווייניגער חשוב אויב ער פארלירן ריעלעקשן, עס איז סך הכול א בזיון פאר דער מינוט, אבער אין היסטאריע בלייבט עס "פרעזידענט טראמפ".

דאס מיינט אז טראמפ האט שוין געווינען, זיין געווינס איז געווען אין 2016, דאן האט ער געווינען אויף אייביג, "פרעזידענט טראמפ" די פראגע אויפן בעלאט אין 2020 איז נישט צי טראמפ זאל געווינען, ווייל דער פערזענליכער מענטש איז שוין א געווינער אפגעזען די רעזולטאטן, די פראגע איז נאר צי מיר וועלן געווינען, we the people וואס פרעזידענט טראמפ איז אונזער שטימע אין ווייסן הויז, וואס שרייבט איבער די מידיע און די אלע אנדערע קארופטירטע פליטיקאנטן פון ביידע פארטייען.

נישט דער פרעזידענט איז אויפן בעלאט, ווייל ער האט שוין געווינען. מיר זענען אויפן בעלאט!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:33 am

האסט א גוטע פוינט.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יולי 21, 2020 11:03 am

א גוטע געלעגענהייט







וואס ער גייט גוט פארפאטשקען.......

זיין פרעס סעקערטערי מעג אים גיבן אביסל לעסאנס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 21, 2020 11:18 am

@עכט זאגסט גוט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

חיים יענקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 4:17 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך חיים יענקל » דינסטאג יולי 21, 2020 11:24 am

עכט היימיש האט געשריבן:
דאס מיינט אז טראמפ האט שוין געווינען, זיין געווינס איז געווען אין 2016, דאן האט ער געווינען אויף אייביג, "פרעזידענט טראמפ" די פראגע אויפן בעלאט אין 2020 איז נישט צי טראמפ זאל געווינען, ווייל דער פערזענליכער מענטש איז שוין א געווינער אפגעזען די רעזולטאטן, די פראגע איז נאר צי מיר וועלן געווינען, we the people וואס פרעזידענט טראמפ איז אונזער שטימע אין ווייסן הויז, וואס שרייבט איבער די מידיע און די אלע אנדערע קארופטירטע פליטיקאנטן פון ביידע פארטייען.

נישט דער פרעזידענט איז אויפן בעלאט, ווייל ער האט שוין געווינען. מיר זענען אויפן בעלאט!


עכט היימיש האט געשריבן:ביידען

---
ער איז נישט היינט געבוירן געווארן, ער איז א לאנג-יעריגער קעמפער פאר אמעריקאנע בירגער, א אויפריכטיגער מענטש, סקאנדאל פריי, גייט אנהאלטן די אבאמא פאליסי פון דעפאטירן שעדליכע אימיגראנטן, אבער נישט פייניגן אומשילדיגע מענטשן וועלכע זייער לעגאלער סטאטוס איז נישט מסודר, א מענטש מיט הארץ און געפיל העכער ווי זיין עגאו, א מענטש מיט א לאנג-יעריגע נאנטקייט צו אידן אין זיין סטעיט דעלוועיר און א שטארקע קעמפער פאר רעגליעזע פרייהייט אין לאנד, א מאן וועלכע האט די מעגליכקייט צו צוריק שטעלן די לאנד אויף די רעלסן און פאראייניגן נאך צוויי פרעזידענטן וועלכע האבן עס צוטיילט, א מאן וועלכע האט זיך אפן ארויסגעשטעלט אקעגן די ליבעראלע פליגל אין די פארטיי אן קיין פחד און מורא איינמאל און נאכאמאל דורכאויס די פריימערי און ביז לעצטענס מיט זיין שארפע שטעלונג איבער דיפאנדן די פאליציי און אראפווארפן אמעריקאנע העלדן סטאטוען. און נאך.



האיך יתקיים שניהם?

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג יולי 21, 2020 11:30 am

עכט איז גערעכט

ב.ד.וו.
איך מיין אז אויב איז דא א שטיקל אומצופרידנהייט אין דעם טראמפ באזע, איז עס אויף 1 נושא, און דאס איז די דרעין דע סוואמפ נושא, ווען למעשה האט ער נישט גענוג אנגעהאקט די קעפ פון די אלטגעזעסענע פאליטישאנס/ביוראקראטן/אינטעליזדענס דעפארטמענט

ס'קען זיין מ'קען נישט, אבער פאר אזא תירוץ איז געווען גוט ראמני/מעקעין אויך

טראמפ האט טאקע געטון א מיליאן מאל מער ווי זיי וואלטן ווען, אבער נישט וויפיל איך - און אנדערע טראמפ סופארטערס וואלטן ווען געוואלט [און ביי מיר -און מסתמא פיל אנדערע- איז דאס געווען איינס פון די וויכטיגסטע סיבות פאר מיין שטיצן אים]




איך מיין אויך אז פילע פון זיינע שטיצער זענען -מעגליך- אומצופרידן פון זיין מיטגיין מיט די מידיע מערעטיוו אויף קאראנע -אלל עלאנג- און אויך יעצט בנוגע מאסקעס, און ציטערן צו קריטיקירן פאוטשי
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יולי 21, 2020 11:34 am

@בוחר: עס איז סיי אז ער איז נישט פטור געווארן פון די סוואמפ, און סיי אז ער איז געווארן טייל פון די סוואמפ.

גראדע בין איך אויך פרוסטרירט איבער די אוט אף קאנטראל ספענדונגען וואס גייט פאר מצד די גאווערמענט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג יולי 21, 2020 11:48 am

געקלארט די זעלבע נאר פארגעסן,
אבער די וואס זענען עכט ברוגז אויף ספענדינג זענען בעיקר אין שטארק טראדיציאנאלע קאנסערוואטיווע באזעס/סטעיטס, ווי עס וועט ממילא נישט אויסמאכן, ער וועט סייווי דארט געווינען
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ 2020 אשכול

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג יולי 21, 2020 11:55 am

דאס וואס ער פאלט פאר די מידיע פון צייט צו צייט איז וועגן די אייגענע פארפוילטע פון די אייגענע באזע

קריטיקירט נישט פאוטשי וועגן ס'איז א עלעקשאן יאר ופשוט הוא

אין מיינע אויגן האט ער געדרעינט די סוואמפ די מעקס וויפיל מ'קען טון אין פיר יאר


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot און 5 געסט