וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ישעילע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך ישעילע » פרייטאג יולי 10, 2020 3:54 pm

לעבנסוויכטיגע טעבלעטס דורך "וועל-טעב" פאר ווירטואלע קאמיוניקאציע מיט נאנטע איז פארהאן צובאקומען גלאבאל, נאך וואס די גאר שטארקע צוימונגען פאר באזוכער אין שפיטעלער זעצן פאר

עסקנים און שתדלנים לייגן אריין איבערמידליכע כוחות צו אפשאפן די 'לימיטעשאנס' פון די שפיטעלער פאר 'וויזיטארס' \\\ "וועל-טעב" טאבלעטס איז דא צו באקומען גלאבאל פאר יעדע פאציענט וואס ווערט אריינגעפירט אין שפיטאל פאר סיי וועלכער אורזאך על כל צרה שלא תבוא \\\ טעבלעטס ווערן מיטגעשיקט מיט פאציענטן איבער די ניו יארקע אפסטעיט ראיאן ווי טויזענטער היימישע אידן וויילן איבער'ן זומער \\\ ווערט געזוכט נאך וואלונטירן פאר "וועל-טעב" צו העלפן אפערירן מיט די טעבלעטס איבער די גארער וועלט למען אחב"י

אלוועלטליך - זינט תקופת קאראנע - וואס האט צווישן אנדערע גאר שטארק אפעקטירט די מעגליכקייט צו האלטן ביים לעבן אסאך חולי ישראל דורך פיזישע באזוכן און מיטשטיין ביים שפיטאל בעט פונעם חולה -, איז "וועל-טעב" אריינגעשפרינגען אינעם לעבנסוויכטיגער פראיעקט פון מיטשיקן געצייג, א 'טעבלעט', מיט א יעדע חולה וואס ווערט אריינגעפירט אין שפיטאל, צו קענען קאמיוניקירן מיט משפחה און נאנטע – און זיך דערהאלטן ביין לעבן מיט די ווירטואלע באזוכן פון קרובים.

"וועל-טעב" איז ווייטער אין אפעראציע אין די יעצטיגע טעג, נאך וואס די שפיטעלער האלטן אן ווייטער די גאר שטארקע צוימונגען פאר די רעכטן פון באזוכער, טראץ איבערמידליכע כוחות וואס די עסקנים לייגן אריין אין דעים קעיס – און שוין געזען עטוואס ערפאלג.

עס איז לעבנסוויכטיג פאר א פאציענט וואס ווערט אריינגעפירט אין שפיטאל צו האבן מיט זיך אזא כשר'ע כלי, צו קענען האבן קשר מיט די נאנטע, וואס שטעלט זיך ארויס אלס א לעבנס-רעטער אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט, נאך וואס פילע חולי ישראל וואס קומען אהיים בחסדי ה' פון די שפיטעלער זענען מעיד אז דאס האט זיי דערהאלטן ביים גייסטישן - און אזוי אויך פיזישן - געזונט.

ווי אויך ווערן די 'טעבלעטס' פארטיילט פאר פאציענטען וואס ווערן אריינגעפירט אין די אפסטעיט ראיאן שפיטעלער, נאך וואס די רעגולאציעס אין די קעטסקילס שפיטעלער זענען אויפדערווייל גאר איינגעצוימט לטובת חולי ישראל.

די טאבלעטן זענען ערמעגליכט צו באקומען דורך יעדע הצלה מאן וואס פירט אריין א פאציענט אין שפיטאל, און איז שטארק ראטזאם צו פארלאנגן אויב האט מען עס נישט אנגעטראגן.

אין אנדערע נייעס טוט "וועל-טעב" אפעלירן פאר נאך וואלונטירן וואס זענען גרייט צו מיטהעלפן מיט איעדע חלק פונעם דבר שמקדש, אין נאך חלקים פון איבער די וועלט און העלפן ראטעווען חולי ישראל.

מען קען קאנטאקטן "וועל-טעב" – לעבנסוויכטיגע ארגאנעזאציע אויף 917.999.0102

8534F7A6-3988-4812-95E2-3EF642637152.jpeg
8534F7A6-3988-4812-95E2-3EF642637152.jpeg (220.89 KiB) געזעהן 4137 מאל


כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא - ולה' הישועה!
Search by location to find the nearest WellTab distribution center on our Website https://welltab.org/locations/
לעצט פאראכטן דורך ישעילע אום פרייטאג יולי 10, 2020 4:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: וועל-טעב ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך בלא בלא בלא » פרייטאג יולי 10, 2020 4:04 pm

צדיקים!

קלאצער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 6:16 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך קלאצער » זונטאג יולי 12, 2020 12:31 am

מ'קען באקומען די טעבלעט סעט פאר א איד אין א ריהעיב סענטער אדער זייער פאלעסי איז דווקא נאר פאר אידן אין שפיטאל?

ישעילע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך ישעילע » זונטאג יולי 12, 2020 1:12 am

קלאצער האט געשריבן:מ'קען באקומען די טעבלעט סעט פאר א איד אין א ריהעיב סענטער אדער זייער פאלעסי איז דווקא נאר פאר אידן אין שפיטאל?


יא, וועלטעב איז אוועליבעל פאר ריהעיב׳ס און שפיטלער.

קלאצער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 6:16 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך קלאצער » מיטוואך יולי 15, 2020 8:58 pm

דאס באקומען פון א חבר מיינער, הארצרייסנד....!!!

א היימישע אינגע מאמע זייענדיג אין שפיטאל נאכן געבארן א נייע אינגעלע בעבי למז"ט, האט זיך זייענדיג דארט נישט גוט געשפריט און נאכן דורכגיין די טעסטינג איז צוריקגעקומען אז זי איז פאזעטיוו אויפ קאוויד 19...די מצב איז געווארן ארגער פון טאג צו טאג ביז זי איז ליידער געווארן צוגעטשעפעט צו א רעיספארעטאר ה"י... און זינט דאן ליגט זי אין שפיטאל פארבינדן מיט מאשינען,
אינדערהיים זיצן די טאטע מיט זיינע קליינע זיסע שעפעלעך און ווארטן שוין קוים אז מאמי זאל אהיימקומען מיט די נייע בעבי אז די שמחה זאל זיין בשלימות, און קענען שוין ווארטן אויף די מאמעס ליבליכע שמייכל און ווארעמע מאמי'שע קוש, אבער.... דערווייל ליידער איז מען אפגעהאקט.. מיילן אפגערוקט... אן קיין שום פארבינדונג צווישן מאמי און די זיסע נשמה'ליך,

דא קומט אריין די געטרייע הארציגע עסקנים פון "וועל טעב"!

מיט איבערגעגעבענקייט האבן די עסקנים אהערגעשטעלט די "באקאנטע" טעבלעט'ס וואס האט אריינגעברענגט א שטארקע שיין און די טונקעלע מצב, וואס ווי די געטרייע טאטע פארציילט אז ווי נאר די מאמע האט אנגעהויבן האבן פארבינדונגן מיט איר משפחה איז זי ממש געווארן א נייע מענטש ב"ה, זי איז מער וואך, און קאמיונעקירט מיט די ארומיגע אויף א לייכטע פארנעם, חסדי השם,

און די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט...

דעם שבת ביינאכט האט די וועל טעב שטאב באקומען א קאל פון די משפחה אז די טעבלעט מאכט פראבלעמען און האקט זיך אפ פון צייט צו צייט פון די מאמע,

א געטרייע וואלענטיר האט שבת צופרי און די פריע שעה'ן, נאכן נישט זיין סוקסעספול צווריקצוברענגן די קאנעקשין דורך די פאן, פארזענדליך ארויפגעגאנגן אין שטוב פון די משפחה ווען אריינקומענדיג אין שטוב האט זיך אים אנטפלעקט א הארצרייסנד בילד וואס רעדט מער ווי ים פון ווערטער...
די צוויי קליינע מיידליך אינגע שעפעלעך שלא טעמו טעם חטא שטייען נעבן די טעבלעט מיט זייערע סידורים אין די הענט און לייגן אראפ א ברכות התורה וועלענדיג דערמיט אויפלעבן די מאמע וואס ליגט אין שפיטאל...
דער חשובער וואלענטיר פארציילט, ''א שוידער איז דורך מיינע ביינער זעענדיג די צענע... א פלייס פון טרערן האט זיך אומקאנטרעלירבאר ארויסגעגליטשט פון מיינע אויגן... פארשטייט זיך פרובירענדיג אז די מיידליך זאלן עס נישט באמערקן...שבת צופרי די ערשטע זאך די קינעדערלעך שטייען אויף, לויפן זיי גלייך צו צו די מאמע (טעבלעט) און דעמינטערן איר דארט מיילן אוועק אויפן שפיטאל בעט....

פארשטייט זיך דער וואלענטיר האט פארראכטן דעם פראבלעם איינס צוויי בסייעתא דשמיא,

בנוסף לזה, זייענדיג דארט האט דער וואלענטיר שוין פארשטאנען פארוואס הקב"ה האט אזוי געפירט אז ער זאל ברויכן אנקומען צו דעם שטוב, ווען ער האט באמערקט אז איינע פון די משפחה מיטגלידער איז עפעס נישט אומבעסטן און די משפחה האט פון פחד און פארלוירנקייט נישט געוואלט אלערעמירן די חברה הצלה, ער האט פארשטייט זיך תיכף גערופן הילף און דערביי בארוהגט די משפחה אז אלעס וועט זיין אומבעסטן ארדענונג סאיז נישטא וואס צו זארגן בעז"ה....
הקב"ה ישלם שכרם!

ישעילע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך ישעילע » דאנארשטאג יולי 30, 2020 7:28 pm

העסקן ר' יואל פריעדמאן פון די בארימטע הצלת-נפשות WellTab ארגאניזאציע : אן אפהאנדלונג איבער די ביטערע צרות וואס אידן האבן געליטן אין די שפיטעלער אין די קאראנא טעג, און ווי אזוי "וועל-טעב" איז געווען א ליכט-שטראל דורכאויס דעם חשכות, - דאס השתשלות פון רצון ביז דעם ריזן פארנעם וואוהין דער פראיעקט איז דערגאנגען :
https://www.yiddish24.com/live/143/23209

אוועטאר
שאשא
שר האלפיים
תגובות: 2922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך שאשא » פרייטאג יולי 31, 2020 12:39 pm

קאסט געלט צו באקומען די טעב ?
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג יולי 31, 2020 12:46 pm

ניין!

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג יולי 31, 2020 1:20 pm

מי כעמך ישראל!!
איך קען נישט מיט מיין שוואכע פעדער און ארימע ווערטער באשרייבן וואספארא געוואלדיגע ישועה דאס איז!

גענומען ביקור חולים אויף די נעקסטע לעוועל, נישט נאר אין קאראנא צייטן, יעדער וואס איז נאר אמאל געווען אין שפיטאל אדער געהאט א קרוב משפחה אין שפיטאל ווייסט ווי וויכטיג דאס איז, סיי אן עלטערע איד וואס קען צומאל זיין אויף וואכן לאנג און עס איז אוממעגליך פאר די קרובים צו זיין מיט אים, סיי א אינגע מאן אדער ווייבל וואס בענקט זיך אהיים, און דאס גיבט א שטיק געזונט!

אשריכם גבורי כח עושי דברו! אלע וואס האבן צוגעלייגט א האנט דערצו.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

ישעילע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך ישעילע » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:08 pm

Look up a beautiful interview with our Founder and Coordinator Yoel Friedman and WellTab Hospital Relations Executive Levy Kaufman in the @themishpacha this week. #TabletToTablet

https://twitter.com/Well_Tab/status/1291125925980119047

ישעילע
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 10, 2020 3:23 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך ישעילע » מיטוואך אוגוסט 05, 2020 8:09 pm

דעי וואך משפחה אינטערוויא מיט ר׳ יואל פריעדמאן גרינדער פון וועלטעב, אוועליבעל אויף די משפחה זייטעל.

https://mishpacha.com/tablet-to-tablet/

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 11:17 pm

איך בין גרייט צו וואלענטירן, איך האב געשיקט אן אימעיל אויפן סייט צוויי וואכן צוריק און גארנישט צוריק געהערט.

איז דאס ווייל זיי דארפן מער נישט קיין הילף?

אוועטאר
שמואל בארג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:18 pm

א משפחה מיטגליד פון א חולה מסוכן אין שפיטאל האט מיר געזאגט אז דאס איז ממש תחיית המתים פאר די חולה!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 3:07 pm

קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 9:35 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם

פארוואס ווא איז די תירוץ? הצלה טראגט נאך דארטן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 1:17 pm

זיי טענהען אז זיי האבן געהאט א קאנטראקט מיט וועל טעב אויף נאר ביז מען עפענט צוריק אויף פאר באזוכער
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך קליינטשיגער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:18 pm

געזען באריכטן אז מען האט אוועק גענומען די טעבלעטס, איז דאס אמת?

פוילער
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 4:21 pm

אויך געזעהן

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2020 11:16 pm

געהערט פון א חבר אז זיין זיידע איז געווען אין מט סיני צוויי וואכן צוריק און זיי האבן אים נישט געלאזט נוצן די טעבלעטס זאגענדיג אז עס איז א פייער העזערד

אוועטאר
רעים
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: By the corner

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך רעים » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 6:06 am

פאטאקי08 האט געשריבן:קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם

להד''ם איך האב א זיידע דארט לרפ''ש און ב''ה זיי לאזען עס געהעריג האבען... און נישט נאר דאס פאר און נאך יעדע פראצאדאר זענען די דאקטורים מסביר דורך די וואל-טעב פינקליך וואס זיי וועלען מאכען און ווי אזוי ס'איז ארובער.... אשריך פאר די עסקנים נאר די באשעפער קען זיי צאלען
~ואהבת לרעך כמוך... כמוך??? כמוך כמוך!!!~

ביטע נישט לאכן פון די געספעלעכצער, ס'איז נישט שיין איינעם אויסצולאכן credit: sheetrock

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 12053
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג אוקטובער 09, 2020 10:55 am

רעים האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם

להד''ם איך האב א זיידע דארט לרפ''ש און ב''ה זיי לאזען עס געהעריג האבען... און נישט נאר דאס פאר און נאך יעדע פראצאדאר זענען די דאקטורים מסביר דורך די וואל-טעב פינקליך וואס זיי וועלען מאכען און ווי אזוי ס'איז ארובער.... אשריך פאר די עסקנים נאר די באשעפער קען זיי צאלען

אינטערסאנט איך פייט מיך שוין מיט זיי איבער א חודש
העמיר רעדן אין אישי
אידישע לוח
גמטריא קאלקולעיטאר
send any zip code to 845-209-2361 and get the ZMANIM for today

אוועטאר
רעים
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: By the corner

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך רעים » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 2:20 am

פאטאקי08 האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם

להד''ם איך האב א זיידע דארט לרפ''ש און ב''ה זיי לאזען עס געהעריג האבען... און נישט נאר דאס פאר און נאך יעדע פראצאדאר זענען די דאקטורים מסביר דורך די וואל-טעב פינקליך וואס זיי וועלען מאכען און ווי אזוי ס'איז ארובער.... אשריך פאר די עסקנים נאר די באשעפער קען זיי צאלען

אינטערסאנט איך פייט מיך שוין מיט זיי איבער א חודש
העמיר רעדן אין אישי

ביסט גערעכט די ערשטע פאר טעג האבען זיי עס געלאזט האבען... יעצט האבען זיי געזאגט אז און Icu קען מען עס נישט האבען... זיי זאגען אבער אז ווען ער גייט ארוס פון די icu אי''ה בקרוב קען מען עס יא האבען...
האפ איך אז ס'אמת...

בדרך אגב ווען איך בין געווען דארט און א חסד שטוב און די געגענט האב איך געזען דארט די משפחה פון איינער פון די באקאנטע רעדנערס אויף קול מבשר וואס איז דארט און שפיטאל מיט די וויירעס און זיי האבען יא געהאט די וועל-טעב... זיי האבען געזאגט אז און די קורנה אפטיילונג לאזט מען עס זיכער האבען (דארט לאזט מען נישט אריין קיין שום באזוכער)
~ואהבת לרעך כמוך... כמוך??? כמוך כמוך!!!~

ביטע נישט לאכן פון די געספעלעכצער, ס'איז נישט שיין איינעם אויסצולאכן credit: sheetrock

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך שיעלע בהמה » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 8:44 am

רעים האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:קאלאמביע האספיטאל האטעס אוועקגענומען נאך תשעה באב פון יעדעם

להד''ם איך האב א זיידע דארט לרפ''ש און ב''ה זיי לאזען עס געהעריג האבען... און נישט נאר דאס פאר און נאך יעדע פראצאדאר זענען די דאקטורים מסביר דורך די וואל-טעב פינקליך וואס זיי וועלען מאכען און ווי אזוי ס'איז ארובער.... אשריך פאר די עסקנים נאר די באשעפער קען זיי צאלען

אינטערסאנט איך פייט מיך שוין מיט זיי איבער א חודש
העמיר רעדן אין אישי

ביסט גערעכט די ערשטע פאר טעג האבען זיי עס געלאזט האבען... יעצט האבען זיי געזאגט אז און Icu קען מען עס נישט האבען... זיי זאגען אבער אז ווען ער גייט ארוס פון די icu אי''ה בקרוב קען מען עס יא האבען...
האפ איך אז ס'אמת...

בדרך אגב ווען איך בין געווען דארט און א חסד שטוב און די געגענט האב איך געזען דארט די משפחה פון איינער פון די באקאנטע רעדנערס אויף קול מבשר וואס איז דארט און שפיטאל מיט די וויירעס און זיי האבען יא געהאט די וועל-טעב... זיי האבען געזאגט אז און די קורנה אפטיילונג לאזט מען עס זיכער האבען (דארט לאזט מען נישט אריין קיין שום באזוכער)

מיט וועלכע רעכט דיקטירט מען א חולה?
ער האט נישט קיין רעכטן אויף זיינע אייגענע חפצים? סיריעסלי??

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 11:36 am

איך הער אז אין לענעקס האט מען אויסגעלאשען אלע דיווייסעס נאך די ערשטע טעג. איינער מיט מער אינפא?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: וועל-טעב סקרינס | ווירטואלע קאמיוניקאציע

תגובהדורך זיכער יא » מאנטאג נובעמבער 16, 2020 12:35 am

Maybe it was here already, but because I saw the discussion here, and nobody mentioned it, i want to bring it up

I was told, that the hospitals started to make issues, just because ppl {who didn't mean any bad, but didn't think} were confronting nurses and doctors "Y did you do this, I saw it on the tablet and more such stuff"

This is the first thing the dr. and nurses don't want to feel like being observed, this could very possible be goirem that we will lose all connections to our choilim

but the office of WellTab will always try to help you out

disc: i'm not involved in the org


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט