בלאט 1 פון 1

גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 12:47 pm
דורך צו געזונט
עס איז מיר היינט אנגעקומען אין די פאסט א קאנווערט, האנט אדרעסירט, מיט א בריוול אינווייניג איבער קאוויד 19.
פאר מער אינפארמאציע און פאר הילף זאגען זיי, אז צוליב די ווירוס קאן מען נישט רעדן פנים אל פנים איז דעריבער זאל מען גיין אויף א וועבזייט. דאס איז פון די פארשאלטענע דזשעהאווע וויטנעסעס.
ביטע נישט ארויסווארפען ביי די מיסט קאסטען אין די גאס, נאר צערייסן און אריינווארפען אין א גארבעדזש בעג.
זיי נישט מזכה אומשילדיגע מענטשן מיט ליינען דעם בריוו, פארטיליג עס פאר דו ווארפסט עס ארויס.

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 1:04 pm
דורך ר' יום טוב
ווען די מכשיפה פון הערימאן קלויסטער האט פארטייטיגט די פארשעי שטעכער ימ"ש וואס פלעגט זיך דארט דרייען, האב איך געמאכט א גוגל סוירטש אויף איר נאמען,
דריי טעג שפעטער האב איך באקומען אין פאסט קעסטל א we miss you באגריסונג פון איר מיט קלויסטער פראפאגאנדע ה"י.

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 1:18 pm
דורך צו געזונט
דאס קאנווערט קומט טאקע פון העררימאן

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 4:44 pm
דורך פייערקרעקערס
ר' יום טוב האט געשריבן:ווען די מכשיפה פון הערימאן קלויסטער האט פארטייטיגט די פארשעי שטעכער ימ"ש וואס פלעגט זיך דארט דרייען, האב איך געמאכט א גוגל סוירטש אויף איר נאמען,
דריי טעג שפעטער האב איך באקומען אין פאסט קעסטל א we miss you באגריסונג פון איר מיט קלויסטער פראפאגאנדע ה"י.

וואו איז טאקע מעגליך? איז אזאנס לעגאל?

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 5:07 pm
דורך פערדס מיניסטער
פייערקרעקערס האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ווען די מכשיפה פון הערימאן קלויסטער האט פארטייטיגט די פארשעי שטעכער ימ"ש וואס פלעגט זיך דארט דרייען, האב איך געמאכט א גוגל סוירטש אויף איר נאמען,
דריי טעג שפעטער האב איך באקומען אין פאסט קעסטל א we miss you באגריסונג פון איר מיט קלויסטער פראפאגאנדע ה"י.

וואו איז טאקע מעגליך? איז אזאנס לעגאל?


פארוואס נישט, אז דו לייגסט אריין דיין אינפארמאציע אין איר וועבסייט קענען זיי דיר שיקן וואס זיי ווילן.

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 5:43 pm
דורך פ' לך לך
אויך איז אנגעקומען היינט א בריוו פון יאפעד

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: מאנטאג יוני 29, 2020 6:50 pm
דורך סיפורי צדיקים
פ' לך לך האט געשריבן:אויך איז אנגעקומען היינט א בריוו פון יאפעד

שוין אנגעקומען מוצ"ש און מ'האמיר גלייך מקיים געווען ובערת הרע און עס צוריסן אויף שטיקלעך און אריינגעווארפן אין דאמסטער

Re: גאר שעדליכע פאסט. היינט אין ק"י

געשריבן: דינסטאג יוני 30, 2020 4:05 pm
דורך זבולון ווייס
יאפעדס סחורה זענען עכט גיפטיג ווי די אלטע השכלה ארטיקלען. אין די ווערטער ליגט באהאלטן א סם, וואס איז שווער זיך צו פטר'ן דערפון.

לכאורה אסר עפ"י הלכה צו ליינען אלס ספרי מינות. אפי' נאר צו זעהן וואס ער שרייבט... א ספר תורה וואס ער שרייבט וואלט אויך געווען נידון בשריפה.