באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 30, 2020 9:27 am

שמאטע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:זייער זיס שמאטעלע אבער פארוואס שרייט טראמפ אז מ'האט אים נישט געבריעפט?

ווייל ער האט נישט קיין קאמיוניקעשאנס דירעקטאר. פינטל.

ווען ער האט ווען יא, וואלט ער קודם כל נישט ריספאנדעט אזוי שנעל, און צווייטענס נישט אזוי צומישט, און דריטענס ער וואלט געמאכט מטעמים מיט די "סאו קאולד" מוראקדיגע אויפדעקונג און געטריבן ליצנות פון די "שרעעעעעקליכע באמב שעל"...

ער האט גראדע געווארט זייער לאנג בעפאר'ן ענטפערן.
די סיבה דערונטער איז ווארשיינליך געווען ווייל די בעסטע דעפענס וואס ער האט געקענט אויפקומען איז געװען אז ער האט נישט געוואוסט דערוועגן, און דאס מאלט אים אפ מיט גאר א שלעכטע ליכט. אבער למעשה האט ער געדארפט נעמען דעם וועג ווייל אויב ער האט געוואוסט און זיך ווייטער אזוי אויפגעפירט כלפי רוסלאנד איז נאך ערגער.

די טשעלענדש פא די וואס פארפירן אז דא איז פארגעקומען עפעס שוידערליך איז צו איבערצייגן אז די "זיך ווייטער אזוי אויפגעפירט צו רוסלאנד" איז א פראבלעם.

דהיינו, דאס איז זיכער אז דערווייל ווייסט מען בכלל נישט וואס ס'איז פארגעקומען אויב/נאך מען האט געבריפט טראמפ איבער די אינטעלידשענס. און בכלל ווייסט מען נישט וואס די אינטעלידשענטס איז געווען, און וויאזוי די IC האט עסעסט די אישו, און וואס זייערע אפשענס זענען געווען, אויב בכלל.

סאו וואס איז שייך צו שרייען אז מען האט גארנישט געטון איידערן בכלל וויסן אויב עפעס האט הכלל געמוזט געטוען ווערן, און אויב עס איז געטוען געווארן?!

דערווייל וויפיל מען ווייסט איבער "וואס" די ריפארט זאל האבן געווען, איז דאס: אז 'אנגעבליך' איז 'געווען'/איז 'פארהאן' עפעס א 'באריכט' אין די אגענטורן איבער די 'מעגליכקייט' אז 'רוסלאנד 'האט/טוט' מעגליך אינטערשטיצען די טעראריסטען מיט קעש מיטן דירעקטן ציל צו אומברענגן מערב וועלט, און 'מעגליך' אויך 'ספעציפיש' אמעריקאנע זעלנער אין אפגעניסטאן.

יעצט וואס פונקטליך איז די וויי געשריי איבער "וויאזוי האט מען באהאנדעלט פוטין"?....
כ'מיין... האלאו... מען "באהאנדעלט" נישט אזוי שנעל א לאנד צוליב שפיאנאזש באריכטען! נעווער עווער!! (כ'רעד אזא 'באהאנדלונג' וואס די מידיע וועט זיין צופרידן אז "אה! מען האט אים באהאנדעלט").

אזא שפיאנאזש באריכט - אויב שטעלט זיך עס ארויס אלס אמת - ווערט די באהאנדלונג געפירט שטילערהייט צווישן די קעגענזייטיגע דיפלאמאטישע טשענעלס. א דוגמה ווי א אפישעל פארלאנג פון אמעריקא צו רוסלאנד אז אונז ווייס מיר דו טוסט דאס און דאס, און אויב הערט זיך עס נישט אויף וועלן מיר נעמען די און די שריט. - אבער אלעס ווערט געטוען שטיל אויף די דיפלאמאטישע שטענעלס. קיינמאל גייט מען נישט בעטן ביי די ניו יארק טיימס פאר הילף מיטן קאמיוניקעטען צום צד שכנגד. און קיינמאל שיסט מען נישט גראד קיין באמבעס. און קיינמאל לייגט מען נישט גראד קיין סאנקציעס. מען וועט אייביג קודם קאנטאקטען יענעם און אים אינפארמירן און ווארענען צו אויפהערן טון כך וכך ווייל אז נישט....

סאו. לסיכום הענין.
דערווייל ווייסט מען נישט בכלל "וואס" די עווידענס אינעם באריכט זאל האבן געווען. און ווי באגלייבט און קראנט. און אויב יא, וואס זענען אלס געווען די מהלכים אויפן טיש. און וואס האט מען יא אדער נישט געטוען.... און דאס איז זאכן וואס קומט נישט - נארמאלערהייט - אז די פאבליק זאל אריינרעדן דערין, אדער בכלל וויסן אז עפעס קומט פאר, גענוי ווי אונז ווייסן נישט הונדערטער אנדערע באריכטן און קאנטאקטען וועלכע קומען און גייען טאג-טעגליך אין די דיפלאמאישע האלוועיס.

גענוג שטותים געשריבן?! - אקעי. שלח לך. שיק פאר דיינעט וועגן....

דו האסט אלע רעכטן נישט צו גלייבן די מידיא, אבער לאמיר זיין קלאר איבער וואס זיי באריכטן. זיי זאגן נישט אפשר "איז אנגעבליך' איז 'געווען'/איז 'פארהאן' עפעס א 'באריכט' וכו'"

עי-פי
WASHINGTON (AP) — President Donald Trump on Sunday denied that he was made aware of U.S. intelligence officials’ conclusions that Russia secretly offered bounties to Taliban-linked militants for killing American troops in Afghanistan. The Trump administration was set to brief select members of Congress on the matter on Monday


וואל סטריט דזשורנאל
WASHINGTON—A Russian spy unit paid members of Afghanistan’s Taliban movement to conduct lethal attacks on U.S. troops in that country, according to a classified American intelligence assessment, people familiar with the report said.


ניו יארק טיימס
WASHINGTON — American intelligence officials have concluded that a Russian military intelligence unit secretly offered bounties to Taliban-linked militants for killing coalition forces in Afghanistan — including targeting American troops — amid the peace talks to end the long-running war there, according to officials briefed on the matter.


דאס איז געווען וואס מען האט באריכטעט.

יעצט צו דיין צווייטע פונקט. עס הערט זיך אפשר זייער גוט (און ערוואקסן) אז מען דארף זיך האלטן רואיג, אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט עפעס וואס מען קען זאגן אזוי פארעווערהייט... ווען א צווייטע לאנד צאלט געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען דיינע סאלדאטן איז מען נישט רואיג, און די ריספאנס איז זיכער נישט קיין דיפלאמאישע נאנא. דאס איז א סיריעס סיריעס באשולדיגונג. יא, עס איז שאקירנד. דאס אז רוסלאנד שטיצט די טאליבאן איז גענוג א פארברעך פאר זיך, זיי זענען בעיסקלי א סטעיט ספאנסער פון טעראריזעם! אבער גיין דירעקט צאלן געלט פאר טויטע אמעריקאנער פערסענעל איז די נעקסטע שטאפל. אויב וויל מען דאס אוועקמאכן דאן קען מען מאכן די קעיס אז ווען די רוסן זאלן ווען אליינס הארגענען די סאלדאטן איז אויך נישט עק וועלט. קוק אהער, זיי צאלן געלט פאר די טאליבאן צו אויפהאלטן זייערע אפעראציעס, זיי צאלן געלט פאר די טאליבאן פאר יעדע סאלדאט פון די קאאליציע וועלכע זיי הרגנען איז אזוי אנדערש ווען זיי אליינס ציען דעם טריגער?! איך האלט נישט אזוי, אבער דאס ברענגט ארויס וואס די רעדע דא איז.

אבער לאמיר שוין זאגן אז דאס איז יא די ריכטיגע רעספאנס - מען גייט דיפלאמאטיש און מען ווארנט אז זיי זאלן אויפהערן באצאלן פאר די טויט פון אונזערע סאלאדטן. די פובליק וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין! דאס איז פאליטישע זעלבסטמארד... מען פרעגט די אדמינעסטראציע וואס זיי האבן געטון וועגן די באשולדיגונג (מען רעדט אויך נישט פון קיין פרישע אנטוויקלונג, די באריכטן גייען צוריק חדשים) און די ענטפער וועט זיין אז מען האט געשיקט א דיפלאמאטישע ווארענונג?! דאס איז ווארשיינליך נישט געווען קיין אפציע און א גוטע קאמיוניקעשענס דירעקטער וואלט דאס פארגעזען...

די ענטפער אז די שפיאנאזש באריכטן זענען נישט זיכער, עס זענען געווען וואס האבן אזוי באריכטעט, וואלט געווען גוט אין א וואקיום. אבער אין די צייט וואס דאס איז אנגעגאנגען, אין די צייט וואס אמעריקע האט מקסימום געהאט שפיאנאזש באריכטן אז רוסלאנד באצאלט קאפ געלט פאר די טאליבען, איז טראמפ ארומגעגאנגען און באשיצט פוטין. ער האט געארבעט אויף קעסל און כלים אז מען זאל זיי צוריקאריינעמען פוטין אין די דזשי-7, אין די צייט וואס אנדערע לענדער זענען געווען שארף דערקעגן. ער איז זיך געווען גרייט צו קריגן מיט די אלאירטע דאס צו באווייזן. דאס פון א לאנד וועלכע די אינטעלעדזשענטס געמיינדע זאגן אז זיי האלטן מינימום אינמיטן פעסטשטעלן אויב דער לאנד באצאלט געלט פאר די טאליבאן צו הרגענען אונזערע סאלדאטן...

עס איז קלאר אין מיינע אויגן, און ווארשיינליך אין די אויגן פון א גרויסע מערהייט מענטשן, אז טראמפ האט א שוואכקייט צו פוטין. פון וואס דאס נעמט זיך ווייס איך נישט. די מער ראדיקאלע וועלן זאגן אז רוסלאנד האט עפעס בלעקמעיל אינפארמאציע אויף אים. אין מיינע אויגן איז אבער טראמפ נישט אזוי קאמפליקעיטעד און עס איז נעמט זיך לכו' פונעם פאקט אז פוטין איז א חברה'מאן און ער ווערט משוגע פאר אזעלכע סארט מענטשן. די איינציגטסע סארט ענטפער וועלכע מען קען דא געבן, און די אמעריקאנער זאלן אפשר זיין צופרידן איז אז טראמפ האט נישט געוואוסט!... ער האט פשוט נישט געוואוסט דערוועגן. דערפאר איז רעטקליף געווען גרייט זיך ארויסצושטעקן דעם קאפ פאר זיין באס, און זאגן עפעס וואס ווערט יעצט באריכטעט צו זיין א ליגענט.

די אפציע קען נאך אבער זיין אמת... אבער יעצט דארף מען גיין צו נעקסטן שטאפל, און זאגן, אז אמת די באריכט איז געווען אין די דעילי בריעפינג פונעם פרעזידענט, אבער דער פרעזידענט האט דאס נישט געלייענט... מען דארף נישט מסביר זיין אז דער מהלך איז נישט קיין געווינער... ער האט צייט צו בעיסקלי ארויסשיקן טראנסקריפטס יעדן טאג פון אלע סארט פאקס ניוס שאוס, אבער ער האט נישט די האלבע שעה צו לייענען די עטליכע בלעטער וואס מען שטעלט אים אהער צו קענען מאכן באשלוסן איבער די אינטערעסן פון אמעריקע? זאל קענען זיין א פאל וואס אין די בריעפינג זאלן שטיין אז יענע און יענע לאנד צאלט געלט פאר אונזערע טויטע און טראמפ זאל זיך ארומדרייען אומוויסנד דערוועגן ווייל ער האט נישט די געדולד צו לייענען די טעגליכע באריכט?

נ.ב. העלא שמאטע!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 9:32 am

די בעסטע זאך וואס טראמפ האט געקענט טהון מיט די אינפא,
איז פשוט מאכען א דיעל מיט די טאליבאן,
אהיימברענגען די טרופען,

און יעצט דרייען זיך רוסען מיט קעש אין אפגאניסטאן און זיכען וואס צו טהון דערמיט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 9:35 am

אבער נישט פארגעסען,
די איראנער האבען געטהון די זעלבע און פיל ערגער אין איראק, דהיינו אליינס געווען פארמישט,

און וואס איז געווען די ענטפער?
א נוקלעארע גאנץ שוואכע דיעל מיט פליגערס קעש,

אן בכלל אדרעסירען די אישו,

און פארקערט גאר, ווען מען האט געהארגעט סוליימאנו, איז די מידיא געווען געפערליך אויפגעברויזט

ממילא פארשטיי איך נישט די אוטרעדזש
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 9:37 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אמעריקע ווס רוסלאנד איז זייער א קאמפליצירטע קאנעקשאן, זייער ווייניג מענטשען האבען עס עכט ארויס.

מיט טראמפ איז די מעשה אזוי אדער האט ער עס שטארק ארויס און שפיעלט שאך מיט פוטין אדער שווימט ער עס דורעך און זיין גאול איז אז נאך א שטילע טאג פון מאסקעווע מיינט נאך א סוקסעספול טאג.

אמעריקאנע אין אלגעמיין האבען זייער פיינט די רוסען, שטרענג קעגן ראושע איז א גוטע סעלינג פוינט אבער קיינער וויל נישט זיין ביי די פוינט פון א מלחמה מיט זיי.

ס'דא א חילוק צווישן גייען אין מלחמה מיט רוסלאנד, און זיך ענדערש אננעמען פאר די מערב אייראפע פריינטליכע לענדער, ווי דעם שונא פוטין, און כ'האף דו פארשטייסט עס.

מ'דארף נישט גייען מלחמה מיט רוסלאנד, אבער ווען ס'קומט צו דיפלאמאטישע געשפרעכן, זאל מען נעמען די זייט פון אונזער לאנג יעריגע פריינט, און נישט פון דער כיטרער פיינט פוטין.


אגב, ווען פונקטליך שפילט טראמפ שאך מיט פוטין?

קענסט די מעשה מיט די דייטשע אויל פייפליין?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 30, 2020 9:48 am

פרוביר אויך האט געשריבן:אבער נישט פארגעסען,
די איראנער האבען געטהון די זעלבע און פיל ערגער אין איראק, דהיינו אליינס געווען פארמישט,

און וואס איז געווען די ענטפער?
א נוקלעארע גאנץ שוואכע דיעל מיט פליגערס קעש,

אן בכלל אדרעסירען די אישו,

און פארקערט גאר, ווען מען האט געהארגעט סוליימאנו, איז די מידיא געווען געפערליך אויפגעברויזט

ממילא פארשטיי איך נישט די אוטרעדזש

אן אריינגיין אין די נושא פון איראן, דו כאפסט אז דיין טענה איז בעיסיקלי אז דו ביסט די זעלבע היפעקריט ווי מיר, יא?

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יוני 30, 2020 9:55 am

פאלאסיידס די האסט געשריבן א מאסיווע תגובה!!!
פיין אראפ געלייגט די מצב דא.

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג יוני 30, 2020 10:03 am

יש ברירה האט געשריבן:
WASHINGTON (AP) — President Donald Trump on Sunday denied that he was made aware of U.S. intelligence officials’ conclusions that Russia secretly offered bounties to Taliban-linked militants for killing American troops in Afghanistan. The Trump administration was set to brief select members of Congress on the matter on Monday


וואל סטריט דזשורנאל
WASHINGTON—A Russian spy unit paid members of Afghanistan’s Taliban movement to conduct lethal attacks on U.S. troops in that country, according to a classified American intelligence assessment, people familiar with the report said.


ניו יארק טיימס
WASHINGTON — American intelligence officials have concluded that a Russian military intelligence unit secretly offered bounties to Taliban-linked militants for killing coalition forces in Afghanistan — including targeting American troops — amid the peace talks to end the long-running war there, according to officials briefed on the matter.


דאס איז געווען וואס מען האט באריכטעט.

יעצט צו דיין צווייטע פונקט. עס הערט זיך אפשר זייער גוט (און ערוואקסן) אז מען דארף זיך האלטן רואיג, אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט עפעס וואס מען קען זאגן אזוי פארעווערהייט... ווען א צווייטע לאנד צאלט געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען דיינע סאלדאטן איז מען נישט רואיג, און די ריספאנס איז זיכער נישט קיין דיפלאמאישע נאנא. דאס איז א סיריעס סיריעס באשולדיגונג. יא, עס איז שאקירנד. דאס אז רוסלאנד שטיצט די טאליבאן איז גענוג א פארברעך פאר זיך וכו'

אבער לאמיר שוין זאגן אז דאס איז יא די ריכטיגע רעספאנס - מען גייט דיפלאמאטיש און מען ווארנט אז זיי זאלן אויפהערן באצאלן פאר די טויט פון אונזערע סאלאדטן. די פובליק וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין! דאס איז פאליטישע זעלבסטמארד... וכו'

די ענטפער אז די שפיאנאזש באריכטן זענען נישט זיכער, עס זענען געווען וואס האבן אזוי באריכטעט, וואלט געווען גוט אין א וואקיום וכו'

עס איז קלאר אין מיינע אויגן, און ווארשיינליך אין די אויגן פון א גרויסע מערהייט מענטשן, אז טראמפ האט א שוואכקייט צו פוטין. פון וואס דאס נעמט זיך ווייס איך נישט, וכו'

די אפציע קען נאך אבער זיין אמת... אבער יעצט דארף מען גיין צו נעקסטן שטאפל, און זאגן, אז אמת די באריכט איז געווען אין די דעילי בריעפינג פונעם פרעזידענט, אבער דער פרעזידענט האט דאס נישט געלייענט... וכו'

נ.ב. העלא שמאטע!


זייער שיין און קלאר צולייגט!
ליינט גיך דעם תגובה, עס וועט לכאורה פארמעקט ווערן, עס איז נישט גענוג פראו טראמפ.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 10:05 am

יש ברירה האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:אבער נישט פארגעסען,
די איראנער האבען געטהון די זעלבע און פיל ערגער אין איראק, דהיינו אליינס געווען פארמישט,

און וואס איז געווען די ענטפער?
א נוקלעארע גאנץ שוואכע דיעל מיט פליגערס קעש,

אן בכלל אדרעסירען די אישו,

און פארקערט גאר, ווען מען האט געהארגעט סוליימאנו, איז די מידיא געווען געפערליך אויפגעברויזט

ממילא פארשטיי איך נישט די אוטרעדזש

אן אריינגיין אין די נושא פון איראן, דו כאפסט אז דיין טענה איז בעיסיקלי אז דו ביסט די זעלבע היפעקריט ווי מיר, יא?

ניין נאר מען ווייסט שוין זייט בוש אז איראן איז אקטיוו דערין, אסאך מער ווי די טאליבאן,
און עס איז קיינמאל קיין רעדע געווען וואס טהוט דער פרעזידענט מיט די אינפארמאציע,

דאס איבערצייגט אז די סקאנדאל איז אז טראמפ האט געוואונען 3 יאר צירוק,
און גארנישט רוסלאנד/טאליבאן
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג יוני 30, 2020 11:25 am

IMG_20200630_112456_931.jpg
IMG_20200630_112456_931.jpg (128.36 KiB) געזעהן 359 מאל
געשריבן דורך: נעכטן

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 30, 2020 12:23 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:די בעסטע זאך וואס טראמפ האט געקענט טהון מיט די אינפא,
איז פשוט מאכען א דיעל מיט די טאליבאן,
אהיימברענגען די טרופען,

און יעצט דרייען זיך רוסען מיט קעש אין אפגאניסטאן און זיכען וואס צו טהון דערמיט

כ'/קלער אז דו וואלסט לכאורה געצה'ט פרעזידענט רוזוועלט אין 1941 מ'האט אטאקירט דיינע סאלדאטן אין פוירל הארבער?
נעם זיי אהיים!!!
כ'מיין... כ'האף דו כאפסט אז ס'מאכט נישט קיין סענס,
דאס איז נישט די רעאקציע וואס ס'ברויך זיין,
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג יוני 30, 2020 12:50 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:אבער נישט פארגעסען,
די איראנער האבען געטהון די זעלבע און פיל ערגער אין איראק, דהיינו אליינס געווען פארמישט,

און וואס איז געווען די ענטפער?
א נוקלעארע גאנץ שוואכע דיעל מיט פליגערס קעש,

אן בכלל אדרעסירען די אישו,

און פארקערט גאר, ווען מען האט געהארגעט סוליימאנו, איז די מידיא געווען געפערליך אויפגעברויזט

ממילא פארשטיי איך נישט די אוטרעדזש

אן אריינגיין אין די נושא פון איראן, דו כאפסט אז דיין טענה איז בעיסיקלי אז דו ביסט די זעלבע היפעקריט ווי מיר, יא?

ניין נאר מען ווייסט שוין זייט בוש אז איראן איז אקטיוו דערין, אסאך מער ווי די טאליבאן,
און עס איז קיינמאל קיין רעדע געווען וואס טהוט דער פרעזידענט מיט די אינפארמאציע,

דאס איבערצייגט אז די סקאנדאל איז אז טראמפ האט געוואונען 3 יאר צירוק,
און גארנישט רוסלאנד/טאליבאן

עס איז שטענדיג געווען א רעדע, און קיינער האט עס נישט פרובירט צו באהאלטן. אויסער גיין אין אפיציעלע קריג מיט איראן האט מען שטענדיג געשלאגן איראן פאר זייער אויפירונג, איראן איז געווארן ארויפגעשטעלט אויף די ליסטע פון סטעיט ספאנסערד טעראריזם, און צווישן אנדערע זאכן האט מען ארויפגעלייגט א גאנצע טוץ מיט סאנקציעס פאר זייער שטיצע פון טעראר (אויסער איבער די נוקלעארע סאנקציעס).

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 30, 2020 12:58 pm

ס'איז אסאף טיפער פון פלעין דאס אז פוטין זוכט צו קיצלען אמעריקא,
ער זוכט איבערצונעמען קאנטראל אויף דער וועלט, ער האט געמאכט א קנוניא מיט טשיינע און איראן און יעדער טוט א חלק פון די ארבעט, טשיינע פרובירט טעכנאלאגיש איבערצושטייגן אמעריקא און ס'גייט זיי גאנץ גוט, זיי רוקן זיך אריין אין israel זיי שפרייטן אויס זייער 5G נעטווארק אין גאנץ אייראפע און אמעריקא קעו גארנישט טוהן ווייל אמעריקא איז נאך ווייט הינטערשטעליג פון כינע אין דעם געביט,
זיי זייען אן צרות מיט זייערע שכנים, גראדע אין דעם האנדלט טראמפ גאנץ גוט אבער עמער זעהן ווי ווייט ער וועט זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר אפאר לענדעלעך אין אזיע דערנאך ווען ער האט שוין סאך גרעסערע וויכטיגערע פריינט געווארפן איבערן דראנג, למשל די קורדן,
איראן און רוסלאנד האבן אינאיינעם זיך גענומען אינעם מיטל מזרח קעגן אמעריקא, איראן צוהט אמעריקא'ס וויידל אין איראק, זיי גראדע ציען עס גאנץ שטארק,
און זיי האלטן פארנומען סאודי אראביע אויכעט,
רוסלאנד טוט די דזשאב אין סיריע און זיי האבן לעצטענס ערדואן אויך זייער זייט אויכעט, ער קויפט רוסלאנדס מיסיל באשיצונג סיסטעם, און דערנאך ווען ערדואן בעט טראמפ צו גיין פון סיריע און טראמפ האט געקניט ביז דער ערד אן גארנישט באקומען דערפאר, ס'האט אים יא גיקאסט א געלונגענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר וועם טראמפ האט מורא'דיג אויסגערימט ווען ער האט אים גענומען, און פוטין האט עס נאר געקאסט א לאך,
לאמיר שנעל מאכן א חשבון וואס גייט דא פאר, אמעריקא גייט ארויסגיין פון סיריע, איראק, אפגאניסטאן, דייטשלאנד, און באלד וועט ער נאך גיין פון טערקיי, און פון נאט''א, פשוט ווייל מ'דארף עס שוין נישט פוטין איז מיי בעסט פרענד,
יעצט ווער גייט אנפילן דעם חלל?
רוסלאנד, כינע, איראן,
איך זעה נאך נישט דעי מורא'דיגע מאוו אויפן שאך ברעטל,
אה.... סארי... פייפליין.. דייטשלאנד.. נישטא ווער ס'זאל לאכן,
מיט א אייראפע געפירט דורך כינעזע נעטווארק קען דייטשלאנד קויפן פון אמעריקא וויפול זיי ווילן ס'וועט העלפן א מכה...
דאונט געט מי ראנג איך האלט אויך אז אייראפע מעג אביסל צוצאלן און ס'נישט נאר אונזער ביל,
באט איטס נאט אלל אבאוט מאני היער,
פאר דו טראגסט דיך אפ פון סיריע שטעל אריין א פריינד פאק אריין ענגלאנד שיק אריין נאט''א קיין אפגאניסטאן, טאמער זיי ווילן נישט איז עס א גרויסע פראבלעם אבער איבערלאזן דאס מקום פאר רוסלאנד כינע און איראן איז נישט קיין אפשען,
משא''כ ביידען...........
עקספיריענס האט ער זיכער מער ווי טראמפ
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:18 pm

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם איז דא אריין אין טיפע אויסערן פאליסי אנאליזן. עס איז בכלל נישט די נושא דא. מען האלט נאך פאר אל"ף מען ווייסט נאך נישט אמאל וואס איז פארגעקומען 'אין אמעריקע', ווער האט האט וואס יא אדער נישט געוואוסט? און ווער האט וואס יא אדער נישט געטון?

די נושא איז נאך א דאמעסטיק אישו, ווען דאס וועט קלאר ווערן ווען מען קענען גיין צו די פארעין פאליסי חלק, ווי אזוי די וועלטס שאך ברעטל ווערט אויסגעשפילט.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 30, 2020 1:31 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם איז דא אריין אין טיפע אויסערן פאליסי אנאליזן. עס איז בכלל נישט די נושא דא. מען האלט נאך פאר אל"ף מען ווייסט נאך נישט אמאל וואס איז פארגעקומען 'אין אמעריקע', ווער האט האט וואס יא אדער נישט געוואוסט? און ווער האט וואס יא אדער נישט געטון?

די נושא איז נאך א דאמעסטיק אישו, ווען דאס וועט קלאר ווערן ווען מען קענען גיין צו די פארעין פאליסי חלק, ווי אזוי די וועלטס שאך ברעטל ווערט אויסגעשפילט.

דאס איז דיין טעות מר.
די זארג איז א גלאבאלע, ס'איז א מאכט געראנגעל אין וואס אמעריקא איז אין נעגעטיוו פאזישאן,
ס'איז נישט נאר וועגן הארגענען סאלדאטן אין אפגאניסטאן, עס איז א פרישע רינגעלע אין דעם לאנגן גרויסן קייט, ס'איז א המשך פון די אטאקע אין איראק פון די אטאקע אויף סאודי אראביע, עס איז א אינטערנאציאנאלע אישו מיט א פרישן קנייטש,
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 30, 2020 1:33 pm

איך בין נישט משוגע, ס'איז קלאר על בוריו אז אפילו סאיז נאר א %10 ספק האט מען געזאגט פארן פרעזידענט,
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:40 pm

נקדימון האט געשריבן:AP: טראמפ איז געווארן געבריעפט איבער די סיטואציע דורך דזשאן באלטאן שוין אזוי פרי ווי אנהייב 2019

דזשאן באלטאן ארבעט אין די אינטעלידזשענס קאמיוניטי?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:41 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:א צופארענע אדמיניסטרציע, יא געבריפט/נישט געבריפט, קיינער ווייסט נישט וואס גייט פאר אחוץ אז מ'דארף מאכן גרויסע ראלליס, און ביזדערווייל ווערן אמעריקאנער סאלדאטן סאבאטאזשירט.

#צייט פאר סדר אין די ווייסע הויז.

די צעפארעניש שיינט צו זיין בלויז אין די מעסעדזשינג.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:43 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אפאר נקודות.

א) איך וואלט נישט געזאגט אין פראנט פון מיליאנען אמעריקאנער פאר די פירער פון יענע לאנד, אז איך גלייב דיך מער ווי מיינע אינטעל קאמיוניטי.
ב) איך וואלט בכלל זיך נישט אויפגעפירט אזוי פריינטליך מיט אים.
ג) איך וואלט זיכער געמאכט ס'דא א סדר, און נישט 20 אנדערע מענטשן זאלן זאגן 20 אנדערע זאכן.

א' און ב' קומען נישט דא אריין, ג' ביזסטו גערעכט.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:47 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:@פעיק ווי געווענליך רעדסטו דורעכגעטראכט, איך בין אבער אומאיינשטימיג מיט דיין ערשטע פארראגראף, אויב די איטעליזשענס געמיינדע האט אפגעמאכט אז מען זאל נישט בריפן דעם פרעזידענט זאגט עס צוויי זאכן, איינס אז די אינטעליזשענס געמיינדע טוט נישט זייער זשאב בנאמנות, און צווייטענס אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן נישט פארלעסליך צו פירן אמעריקע.

אויב דו פארשטייסט אז די אינטעלידזשענס געמיינדע טוט נישט זייער דזשאב בנאמנות, מוזסטו שוין נישט צוקומען צו די הנחה אדער דער פרעזידענט איז נישט פארלעסליך.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

איפכא מיסתבר
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך איפכא מיסתבר » דינסטאג יוני 30, 2020 1:49 pm

יש לו מנה האט געשריבן:ס'איז אסאף טיפער פון פלעין דאס אז פוטין זוכט צו קיצלען אמעריקא,
ער זוכט איבערצונעמען קאנטראל אויף דער וועלט, ער האט געמאכט א קנוניא מיט טשיינע און איראן און יעדער טוט א חלק פון די ארבעט, טשיינע פרובירט טעכנאלאגיש איבערצושטייגן אמעריקא און ס'גייט זיי גאנץ גוט, זיי רוקן זיך אריין אין israel זיי שפרייטן אויס זייער 5G נעטווארק אין גאנץ אייראפע און אמעריקא קעו גארנישט טוהן ווייל אמעריקא איז נאך ווייט הינטערשטעליג פון כינע אין דעם געביט,
זיי זייען אן צרות מיט זייערע שכנים, גראדע אין דעם האנדלט טראמפ גאנץ גוט אבער עמער זעהן ווי ווייט ער וועט זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר אפאר לענדעלעך אין אזיע דערנאך ווען ער האט שוין סאך גרעסערע וויכטיגערע פריינט געווארפן איבערן דראנג, למשל די קורדן,
איראן און רוסלאנד האבן אינאיינעם זיך גענומען אינעם מיטל מזרח קעגן אמעריקא, איראן צוהט אמעריקא'ס וויידל אין איראק, זיי גראדע ציען עס גאנץ שטארק,
און זיי האלטן פארנומען סאודי אראביע אויכעט,
רוסלאנד טוט די דזשאב אין סיריע און זיי האבן לעצטענס ערדואן אויך זייער זייט אויכעט, ער קויפט רוסלאנדס מיסיל באשיצונג סיסטעם, און דערנאך ווען ערדואן בעט טראמפ צו גיין פון סיריע און טראמפ האט געקניט ביז דער ערד אן גארנישט באקומען דערפאר, ס'האט אים יא גיקאסט א געלונגענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר וועם טראמפ האט מורא'דיג אויסגערימט ווען ער האט אים גענומען, און פוטין האט עס נאר געקאסט א לאך,
לאמיר שנעל מאכן א חשבון וואס גייט דא פאר, אמעריקא גייט ארויסגיין פון סיריע, איראק, אפגאניסטאן, דייטשלאנד, און באלד וועט ער נאך גיין פון טערקיי, און פון נאט''א, פשוט ווייל מ'דארף עס שוין נישט פוטין איז מיי בעסט פרענד,
יעצט ווער גייט אנפילן דעם חלל?
רוסלאנד, כינע, איראן,
איך זעה נאך נישט דעי מורא'דיגע מאוו אויפן שאך ברעטל,
אה.... סארי... פייפליין.. דייטשלאנד.. נישטא ווער ס'זאל לאכן,
מיט א אייראפע געפירט דורך כינעזע נעטווארק קען דייטשלאנד קויפן פון אמעריקא וויפול זיי ווילן ס'וועט העלפן א מכה...
דאונט געט מי ראנג איך האלט אויך אז אייראפע מעג אביסל צוצאלן און ס'נישט נאר אונזער ביל,
באט איטס נאט אלל אבאוט מאני היער,
פאר דו טראגסט דיך אפ פון סיריע שטעל אריין א פריינד פאק אריין ענגלאנד שיק אריין נאט''א קיין אפגאניסטאן, טאמער זיי ווילן נישט איז עס א גרויסע פראבלעם אבער איבערלאזן דאס מקום פאר רוסלאנד כינע און איראן איז נישט קיין אפשען,
משא''כ ביידען...........
עקספיריענס האט ער זיכער מער ווי טראמפ

זייער גוט ארויס געברענגט ווי אזוי אמעריקע איז געווארן געפירט די לעצטע צענדליגע יארן דורך די ערפארענע פאליטישאנס....
ווייל למשל טראמפ האט אויפגעבויט טשיינע טעכנעלאגיש? אדער געמאכט די דיעל מיט איראן וכו'?
דאס איז גארבידש פון יארן וואס ער טרייעט אויפצוקלינען און ער דארף זיך פאר דעם שלאגן מבית ומבחוץ.
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 30, 2020 1:51 pm

פארוואס?

עניוועי, ס'נישט רעלעוואנט זינט עס איז נישט מסתבר אז זיי טראסטן נישט טראמפ.
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 1:54 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:100 פראצענט מסכים אז מען ברויך נישט ערווארטן אז מען זאל צוריקגעבן אויף א אופן אז יעדער זאל מיטהאלטן אז דא איז עפעס פארגעקומען, שטארק יתכן אז דאס וואס רוסלאנד טוט וואס זיי טוען איז שוין נקמה אויף א נקמה פון א נקמה אויף א מעשה פון 2 יאר צוריק און אלעס ווערט געפירט אונטערן טיש אומאפיציעל. מען ברויך נישט אלעס אויספויקן.

אט אזוי, איינמאל מען קומט צו די הנחה, קען מען אויפהערן מאלן וואסער דא, איבער וואס טראמפ האט יא אדער נישט - אדער וואס ער דארף יא אדער נישט - טון.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יוני 30, 2020 2:03 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס דער עולם איז דא אריין אין טיפע אויסערן פאליסי אנאליזן. עס איז בכלל נישט די נושא דא. מען האלט נאך פאר אל"ף מען ווייסט נאך נישט אמאל וואס איז פארגעקומען 'אין אמעריקע', ווער האט האט וואס יא אדער נישט געוואוסט? און ווער האט וואס יא אדער נישט געטון?

די נושא איז נאך א דאמעסטיק אישו, ווען דאס וועט קלאר ווערן ווען מען קענען גיין צו די פארעין פאליסי חלק, ווי אזוי די וועלטס שאך ברעטל ווערט אויסגעשפילט.

קוק אויף די אוקריינע סקאנדאל
לכאורה איז טראמפ דער ליגנער,

וווען די גאנצע מידיא ריפארט עפעס,
ווייסען זיי וואס זיי רעדן
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 30, 2020 2:03 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אמעריקע ווס רוסלאנד איז זייער א קאמפליצירטע קאנעקשאן, זייער ווייניג מענטשען האבען עס עכט ארויס.

מיט טראמפ איז די מעשה אזוי אדער האט ער עס שטארק ארויס און שפיעלט שאך מיט פוטין אדער שווימט ער עס דורעך און זיין גאול איז אז נאך א שטילע טאג פון מאסקעווע מיינט נאך א סוקסעספול טאג.

אמעריקאנע אין אלגעמיין האבען זייער פיינט די רוסען, שטרענג קעגן ראושע איז א גוטע סעלינג פוינט אבער קיינער וויל נישט זיין ביי די פוינט פון א מלחמה מיט זיי.

ס'דא א חילוק צווישן גייען אין מלחמה מיט רוסלאנד, און זיך ענדערש אננעמען פאר די מערב אייראפע פריינטליכע לענדער, ווי דעם שונא פוטין, און כ'האף דו פארשטייסט עס.

מ'דארף נישט גייען מלחמה מיט רוסלאנד, אבער ווען ס'קומט צו דיפלאמאטישע געשפרעכן, זאל מען נעמען די זייט פון אונזער לאנג יעריגע פריינט, און נישט פון דער כיטרער פיינט פוטין.


אגב, ווען פונקטליך שפילט טראמפ שאך מיט פוטין?

איך גיי נישט אריינגיין דא אויסרעכענען אלע פלעצער, אבער נעם א שטייגער דאס וואס טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן פון די נוקלעארע דיעל וואס אמעריקע האט געהאט מיט רוסלאנד. זיין טענה איז געווען אז פוטין טוט זיך וואס ער וויל פראדוצירט וויפיל וואפן ער וויל פארגרעסערט זיין מיליטערישע מאכט ווי אויף הייוון יא דיעל נישט דיעל איך האב אמעריקע אין באד. און אמעריקע האט ווי איר שטייגער געלאזט פוטין געווינען דעם געים וועלנדיג בלייבן ערליך זיך האלטנדיג געטרייערהייט צו דיעל.

טראמפ ווידער האט באשלאסן: מיסטער פוטין, דו שפילסט ארום מיט מיר? ערלעידיגט גיימיר שפילן, איך קען אויך, מיר האבן נישט מער קיין דיעל, יעצט זעמיר גלייך אויפ'ן שאך ברעטל, לאמיר זען ווער גייט געווינען.

פארשטייסט?
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

יש לו מנה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: באריכט: רוסלאנד אנגעבאטן געלט פאר מיליטאנטן צו הרג'ענען אמעריקאנער זעלנער אין אפגאניסטאן

תגובהדורך יש לו מנה » דינסטאג יוני 30, 2020 2:04 pm

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:ס'איז אסאף טיפער פון פלעין דאס אז פוטין זוכט צו קיצלען אמעריקא,
ער זוכט איבערצונעמען קאנטראל אויף דער וועלט, ער האט געמאכט א קנוניא מיט טשיינע און איראן און יעדער טוט א חלק פון די ארבעט, טשיינע פרובירט טעכנאלאגיש איבערצושטייגן אמעריקא און ס'גייט זיי גאנץ גוט, זיי רוקן זיך אריין אין israel זיי שפרייטן אויס זייער 5G נעטווארק אין גאנץ אייראפע און אמעריקא קעו גארנישט טוהן ווייל אמעריקא איז נאך ווייט הינטערשטעליג פון כינע אין דעם געביט,
זיי זייען אן צרות מיט זייערע שכנים, גראדע אין דעם האנדלט טראמפ גאנץ גוט אבער עמער זעהן ווי ווייט ער וועט זיין גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר אפאר לענדעלעך אין אזיע דערנאך ווען ער האט שוין סאך גרעסערע וויכטיגערע פריינט געווארפן איבערן דראנג, למשל די קורדן,
איראן און רוסלאנד האבן אינאיינעם זיך גענומען אינעם מיטל מזרח קעגן אמעריקא, איראן צוהט אמעריקא'ס וויידל אין איראק, זיי גראדע ציען עס גאנץ שטארק,
און זיי האלטן פארנומען סאודי אראביע אויכעט,
רוסלאנד טוט די דזשאב אין סיריע און זיי האבן לעצטענס ערדואן אויך זייער זייט אויכעט, ער קויפט רוסלאנדס מיסיל באשיצונג סיסטעם, און דערנאך ווען ערדואן בעט טראמפ צו גיין פון סיריע און טראמפ האט געקניט ביז דער ערד אן גארנישט באקומען דערפאר, ס'האט אים יא גיקאסט א געלונגענע פארטיידיגונגס סעקרעטאר וועם טראמפ האט מורא'דיג אויסגערימט ווען ער האט אים גענומען, און פוטין האט עס נאר געקאסט א לאך,
לאמיר שנעל מאכן א חשבון וואס גייט דא פאר, אמעריקא גייט ארויסגיין פון סיריע, איראק, אפגאניסטאן, דייטשלאנד, און באלד וועט ער נאך גיין פון טערקיי, און פון נאט''א, פשוט ווייל מ'דארף עס שוין נישט פוטין איז מיי בעסט פרענד,
יעצט ווער גייט אנפילן דעם חלל?
רוסלאנד, כינע, איראן,
איך זעה נאך נישט דעי מורא'דיגע מאוו אויפן שאך ברעטל,
אה.... סארי... פייפליין.. דייטשלאנד.. נישטא ווער ס'זאל לאכן,
מיט א אייראפע געפירט דורך כינעזע נעטווארק קען דייטשלאנד קויפן פון אמעריקא וויפול זיי ווילן ס'וועט העלפן א מכה...
דאונט געט מי ראנג איך האלט אויך אז אייראפע מעג אביסל צוצאלן און ס'נישט נאר אונזער ביל,
באט איטס נאט אלל אבאוט מאני היער,
פאר דו טראגסט דיך אפ פון סיריע שטעל אריין א פריינד פאק אריין ענגלאנד שיק אריין נאט''א קיין אפגאניסטאן, טאמער זיי ווילן נישט איז עס א גרויסע פראבלעם אבער איבערלאזן דאס מקום פאר רוסלאנד כינע און איראן איז נישט קיין אפשען,
משא''כ ביידען...........
עקספיריענס האט ער זיכער מער ווי טראמפ

זייער גוט ארויס געברענגט ווי אזוי אמעריקע איז געווארן געפירט די לעצטע צענדליגע יארן דורך די ערפארענע פאליטישאנס....
ווייל למשל טראמפ האט אויפגעבויט טשיינע טעכנעלאגיש? אדער געמאכט די דיעל מיט איראן וכו'?
דאס איז גארבידש פון יארן וואס ער טרייעט אויפצוקלינען און ער דארף זיך פאר דעם שלאגן מבית ומבחוץ.

ביסט גערעכט פון מיין זייט שלאג איך כפרות מיט בוש אבאמא און קלינטאן אבער אבאמא האט געמאכט די טעות מיט איראן קלינטאן מיט טשיינע, אבער אזא געלונגענס ווי טראמפ כאפן שלעק אויף זעקס זייטן דאס דארף מען שוין צו קענען,
און גראדע קרעדיט פון די עקקנאמיע געבסטו פאר טראמפ וואר? פאלט דיך נישט איין אז דאס איז אויך ארבעט פון יארן וואס אבאמא האט אריינגעלייגט,
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 16 געסט