ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:51 pm

מ'האלט נאך פארן פרעזידענט פארמעסט, אבער פאר מיין חיי יום יום גייט עס מיר אן ווי די פאריערגע שניי
..................................
משא"כ די מעיאר עלעקשאן איז אסאך מער וויכטיג פאר אונז סיטי איינוואוינער !!!!!

האבן מיר די יעצטיגע מעיאר דיבלאזיא וואס וואס ער דע דיזעסטער פונם יאר הונדערט! פארפיינט ביי יעדעם, קרח מכאן ומכאן, ער פירט די סיטי אין תהום אריין.

תודה לקל אז ער קען נישט לויפן נאכמאל.

וואס זענען די נעמען פון די פרישע קאנדידאטען, איז נאך דא טשענסעס אז ניו יארק זאל נאך האבן אזא מעיאר ווי זשוליאני, אדער ס'איז אווער דע צייטן, ווער ס'איז די גרעסטע ליבערעל וועט עס באקומען

ווארטן מיר צו הערן פונעם עולם !!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13199
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:53 pm

טייל האלטן אז אשאד ער קען נישט לויפן פאר ריעלעקשן, אזוי וואלט ער כאטש פארלוירן אין א לענדסלייד...
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 8:56 pm

ענדרו יענג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:07 pm

ס'האט געהייסן א שטיק צייט צוריק אז סיטי קאמפטראולער סקאט סטרינגער אין
ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדמס פלאנען צו לויפן.

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:08 pm

וויכטיג צו וויסן: די עיקר וואס מאכט אויס אין די וואלן איז די פריימעריס, אזוי ווי עס האט פאסירט ביי דעבלאזיא וואס האט עס געמאכט מיט א פיצי מערהייט אדאנק די אידישע שטימען.

נאר ווער ס'איז רעגיסטרירט אלס דעמאקראט קען שטימען אין די פריימעריס.

מיר קענען אריינלייגן דעם קומענדיגן מעיאר, גייט יעצט זיך רעגיסטרירן אלס דעמאקראט.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך שרייב » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:13 pm

איך גיי וועילען ביי די פריימערי פאר די אינדרעסירטע קאנדידאט
אין ביי די אלעקשענס פארן ריפאבליקען בס"ד
בל"נ
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:15 pm

שרייב האט געשריבן:איך גיי וועילען ביי די פריימערי פאר די אינדרעסירטע קאנדידאט
אין ביי די אלעקשענס פארן ריפאבליקען בס"ד
בל"נ

איך וואלט אויך אזוי געטון, נאר ס'איז ביטול תורה...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:15 pm

דעבלאזיא האט געווינען די פריימערי אין 2013 מיט הונדרעט טויזנט שטימען. אין 2017 מיט 275 טויזנט.

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך זזה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:17 pm

יש ברירה האט געשריבן:דעבלאזיא האט געווינען די פריימערי אין 2013 מיט הונדרעט טויזנט שטימען. אין 2017 מיט 275 טויזנט.

ביי די פריימערי??
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:18 pm

אזוי זעה איך...
צוגעלייגטע
Screenshot_20200625-211633_Chrome.jpg
Screenshot_20200625-211633_Chrome.jpg (391.74 KiB) געזעהן 1126 מאל

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך ווייסע ברילן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:26 pm

יא אבער ער האט געדארפט אנציען 40% פון די שטימען צו פארמיידן א ראן אף און ער האט אנגעצויגען פונקט 40.81%
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:27 pm

המממ... איך הער.

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך ווייסע ברילן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:36 pm

דאס איז געווען די טאלקינג פוינט פון די עסקנים דעמאלטס...
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:15 pm

יש, סאיז מיר א חידוש אז נאך אזויפיל זאכליכע תגובות זאלסטו לצנות מאכן פון א טריקענע פאקט.

40 פראצענט האט אויסגעפעלט צו פארמיידן א ראנאף און די אנגענומענע מיינונג איז געווען אזא ראנאף געווינט טאמפסאן.

ער האט עס געמאכט מיט בערך צוויי טויזענט שטימען אסאך ווייניגער ווי די צד וואס האט אים געשטיצט האט ארויסגעברענגט אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

אגב, דעמאלטס האט מען נישט געקענט אראפרייסן די היימישע טיילונג ווייל עס איז געווען מער ווי צוויי זייטן פארמעסט וואס מיינט אז ווען למשל צד מהר"א שטיצט קווין וואלט דעבלאזיא געדארפט א ראנאף.

כמיין אז יעדער וואס האט מיטגעהאלטן זיבן יאר צוריק געדענקט עס.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:17 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:וויכטיג צו וויסן: די עיקר וואס מאכט אויס אין די וואלן איז די פריימעריס, אזוי ווי עס האט פאסירט ביי דעבלאזיא .


אמת
אבער 2 מאיארן פריער איז עס נישט געווען אין די פריימעריס

בלומבערג און דזוליאני

KMW
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך KMW » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:42 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יש, סאיז מיר א חידוש אז נאך אזויפיל זאכליכע תגובות זאלסטו לצנות מאכן פון א טריקענע פאקט.

40 פראצענט האט אויסגעפעלט צו פארמיידן א ראנאף און די אנגענומענע מיינונג איז געווען אזא ראנאף געווינט טאמפסאן.

ער האט עס געמאכט מיט בערך צוויי טויזענט שטימען אסאך ווייניגער ווי די צד וואס האט אים געשטיצט האט ארויסגעברענגט אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

אגב, דעמאלטס האט מען נישט געקענט אראפרייסן די היימישע טיילונג ווייל עס איז געווען מער ווי צוויי זייטן פארמעסט וואס מיינט אז ווען למשל צד מהר"א שטיצט קווין וואלט דעבלאזיא געדארפט א ראנאף.

כמיין אז יעדער וואס האט מיטגעהאלטן זיבן יאר צוריק געדענקט עס.


פארװאס טאקע, אױב טאמפסאן האט נאר באקומען 26 פראצענט קעגן 40%?

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:59 pm

שפע רב האט געשריבן:ס'האט געהייסן א שטיק צייט צוריק אז סיטי קאמפטראולער סקאט סטרינגער אין
ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדמס פלאנען צו לויפן.

Brooklyn Borough President Eric Adams
Bronx Borough President Ruben Diaz Jr
Council Speaker Corey Johnson
Comptroller Scott Stringer
Public Advocate Jumaane Williams

פאראיעריגער שניי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך פאראיעריגער שניי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:00 pm

עס איז נישט אזוי זיכער אז אזוי וואלט געשען.
געווען אזאלכע פאראויס שאצונגן.
אלעס ווענד זיך וויאזוי די איבעריגע וואלטן זיך צוטיילט

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:20 pm

KMW האט געשריבן:
פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יש, סאיז מיר א חידוש אז נאך אזויפיל זאכליכע תגובות זאלסטו לצנות מאכן פון א טריקענע פאקט.

40 פראצענט האט אויסגעפעלט צו פארמיידן א ראנאף און די אנגענומענע מיינונג איז געווען אזא ראנאף געווינט טאמפסאן.

ער האט עס געמאכט מיט בערך צוויי טויזענט שטימען אסאך ווייניגער ווי די צד וואס האט אים געשטיצט האט ארויסגעברענגט אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

אגב, דעמאלטס האט מען נישט געקענט אראפרייסן די היימישע טיילונג ווייל עס איז געווען מער ווי צוויי זייטן פארמעסט וואס מיינט אז ווען למשל צד מהר"א שטיצט קווין וואלט דעבלאזיא געדארפט א ראנאף.

כמיין אז יעדער וואס האט מיטגעהאלטן זיבן יאר צוריק געדענקט עס.


פארװאס טאקע, אױב טאמפסאן האט נאר באקומען 26 פראצענט קעגן 40%?

ווייל טאמפסאן וואלט לכאורה באקומען אלע מעסיגע שטימען פון די איבריגע קאנדידאטן וואס וואלטן ארויסגעפאלן.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:22 pm

פאראיעריגער שניי האט געשריבן:יש, סאיז מיר א חידוש אז נאך אזויפיל זאכליכע תגובות זאלסטו לצנות מאכן פון א טריקענע פאקט.

40 פראצענט האט אויסגעפעלט צו פארמיידן א ראנאף און די אנגענומענע מיינונג איז געווען אזא ראנאף געווינט טאמפסאן.

ער האט עס געמאכט מיט בערך צוויי טויזענט שטימען אסאך ווייניגער ווי די צד וואס האט אים געשטיצט האט ארויסגעברענגט אין וויליאמסבורג און בארא פארק.

אגב, דעמאלטס האט מען נישט געקענט אראפרייסן די היימישע טיילונג ווייל עס איז געווען מער ווי צוויי זייטן פארמעסט וואס מיינט אז ווען למשל צד מהר"א שטיצט קווין וואלט דעבלאזיא געדארפט א ראנאף.

כמיין אז יעדער וואס האט מיטגעהאלטן זיבן יאר צוריק געדענקט עס.

ער האט עס געמאכט מיט ארום 5,000. ער האט געהאט 40.8 פראצענט. א פראצענט איז כמעט 7 טויזנט.
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:26 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:וויכטיג צו וויסן: די עיקר וואס מאכט אויס אין די וואלן איז די פריימעריס, אזוי ווי עס האט פאסירט ביי דעבלאזיא .


אמת
אבער 2 מאיארן פריער איז עס נישט געווען אין די פריימעריס

בלומבערג און דזוליאני

אמת. דאס מיינט אז די דזשענעראל עלעקשענס קען אמאל אויך זיין קריטיש וויכטיג. געווענליך וועט מען דאס וויסן פון פריער, אבער אפי' אין אזא פאל ווען ס'איז נישט שמאל, קוקט דער פאליטיקאנט ארויס אויף די שטיצע וואס ער באקומט...
טראמפ: נאך 40 יאר פרעזידענט. ביידען: 120 מיליאן יאר

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6882
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 26, 2020 12:41 am

יעדער קען אשפר די ווערטל אבער עס איז אלעמאל גוט: ווער לויפט פאר מעיאר אין 2021?

אפשען איינס איז דעבלאזיא און אפשען צוויי איז... אפשען צוויי הערט זיך ווי דער עולם שרייט מיט עקסטאז.

לאמיר האפען עס וועט לויפען עפעס גוטע חברה, ענדרו יענג איז א קנאקעדיגע קאנדידאט העמיר זעהן צו אזא שטארקע אקעדעמיקער קען אויך אויספירען זיינע חלומות.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

Kollel
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך Kollel » פרייטאג יוני 26, 2020 12:52 am

צוגעלייגטע
IMG_20200626_002209.jpg
IMG_20200626_002209.jpg (47.59 KiB) געזעהן 710 מאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך קענטאקי » פרייטאג יוני 26, 2020 12:57 am

קען זיין אז @יענג 2020'ס פעולות זאל נישט האבן געגאנגען לטמיון. ער קען נאך געווינען צוליב דעם היימישן עולם, וואו ער איז היבש פאפולער א דאנק זיין געטרייער פארטרעטער דא אויפ'ן וועלטל.
אז מ'מיינט עס אמת'דיג...

זעהער
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובהדורך זעהער » פרייטאג יוני 26, 2020 1:10 am

איך פרעזענליך וואלט שטארק הנאה געהאט פון א טענה מעיאר
עפעס פריש!
( טויזענט דאללער וואלט אויך נישט געשאהט)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט