תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג אוקטובער 12, 2020 9:17 pm
די רעכטע רופן עס אן קענסל קאלטשער, און די לינקע רופן דאס סאושעל דזשאסטיס, סטעטשוס פון הינדערט יאר אלט ווערן אראפגעבראכן אונטערן שלייער פון אנטי ראסיזים, און יעדער איז שטיל ווייל גיי שטעל דיר ארויס, מען וועט נאך זאגן אז דו נעמסטעך אן פאר א סלעיוו אונער, ווען מען האט אראפגענומען דעם קאפ פון קלאמבוס האט מען אויך פארשטאנען אז ער האט געהאט קענכט, ווידער איז געווען שטיל, און ווען המלך שיכור טראמפ האט געוויינט אז מארגן נעמט מען אראפ וואשינגטאנס קאפ, האבן געוויסע צוגעשאקלט מיטן קאפ נעע עס וועט נישט געשען, און אנדערע וואס האבן צוגעשאקלט מיט קאפ אז אויב געשעט עס איז אויך נישט געפערליך, אמער ער האט דאך אויך געהאט קנעכט, אבער אז מען זאל אראפווארפן אנעסט עיב אזוי ווי מען האט נעכטן געטון אין פארטלאנד ארעגען דאס איז שוין געווען א חידוש און קיינער האט דאס שוין קיינער נישט געחלומט, און די גרעסערע חידוש איז געווען אז פון די לינקע זייט האט מען נישט געהערט קיין פיפס דערוועגן.
און דא האבעך צו מיר געטראכט אז לכאורה אין דעם הינזיכט זענען די רעכטע גערעכט, דאס האט גארנישט מיט ראסיזים, גאאנישט מיט איקוואלעטי, גארנישט אנטי פאשיסט, דאס איז ריין כולעגאנעס וואס וויל ווילדעווען, און די לינקע וואס ווילן קענסלן קאלטשער נעמען שוין ארויס די בענעפיט וואס זיי קענען איינקעשן.
אויב איינער אין די לעצטע צוויי הינדערט יאר אין אמעריקע וואס איז נישט געווען קיין ראסיסט איזעס עיברעהעם לינקאלן, דער בעסטער פרעזידענט וואס דאס לאנד האט געהאט לויט אלע צדדים, אפילו מען זאגט אזוי אויף דזשאדזש וואשינגטאן איז עס נאר ווייל ער האט געפירט צו גרינדונג פון לאנד, אבער למעשעה איז לינקאלן מער געשעצט און באליבט ביים פאלק, און מיט גרויס פאמפע האט מען אים אראפגעברענגט צו די קניען פאר טויזענטער אויגן, ביידן, פעלאוסי, אבאמא, קלינטאן, טשאק שומער, כווייס נישט ווער נאך, זיי אלע ווייסן דערפון, דאס איז געווארן געסטריעמט אלל אווער, און קיין ווארט פון זיי, שעים אן דעם!!! קיינער זאל מיר נישט קומען זאכן אז די חברה מיינען מענטשהייט און ראסע, פון די פאליטישאנס וואס זענעו די צינדער, ביז די כוליגאנעס וואס פירען אויס די דזשאב... פוי.
דיסקלעמער, מיין מיינונג אויף טראמפ האט זיך נישט געטוישט.