פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 21, 2020 12:30 am

פאלעסיידס האט געשריבן:
עבד אברהם האט געשריבן:יישר כח פאר פאלסיידס פאר'ו דיטאלירטן באריכט
אויב שייך משפיע צו זיין בילדער מוט קליפס - וואלט געווען א זאאך

ישר כח עבד אברהם,
איך קען מיך נישט אזוי גוט אויס וויאזוי מברענגט אהער קליפס אדער בילדער ,
דרך אגב בין איך יעצט אריין אין הבלס אשכול האב איך געזען וויאזוי "דער דריטער" לייגט אראפ אין זיין באריכט זייער שיין וואס טוט זיך אין ארעגען ,
איך האב מיך אביסעל געשפילט מיט ווערטער געמישט מיט אן אנאליז אין געטרייט צי מאכען אביסעל לעבעדיג, ס'דיר געלונגע - זייער פיין אראפגעלייגט!
ער שרייבט עס דארטען ווי א זשורנאליסט אין סאיז כדי צי כאפען א בליק אויף עס. כ'על דיר זאגן דעם אמת - כאב עס נאכגעברענגט פון פעיק ניוז (נד"נ) - נאכ'ן ליינען דיין באריכט קוק איך אן די ארטיגע סיטואציע עטוואס אנדערש
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג יולי 21, 2020 12:32 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:פאר צוויי טעג צירוק האט זיך אנגעפאנגען א נייע ערשיינונג,
ווייסע ווענס האבען זיך אפגעשטעלט ביינאכט אינמיטען אזא פלינדעריי געוויזען פעדעראלע בעזשעס (צי עף בי איי צי יו עס מארשאלס) און אריינגעשלעפט די אנפירער און אוועק געפירט פאר אויספארשונגען,

נישט געוויזן קיין בעדשעס, און דאס איז א שרעקליכע סכנה פאר פרייהייט

https://www.cnn.com/2020/07/18/us/portl ... index.html

פאר א פרייהייט פון וואנדאלען און פלינדעריי, איז עס טאקע א גרויסע סכנה, ממוז זאפארט עפעס טוען דערוועגען,

יא יא.. ווען מהאט געמאכט די אלע נאצישע טעקס-תפיסה געזעצן מיטן ציל צו אינטערברעכן על קאפאון האמיר אלע אפלאדירט ווי משוגעים.. ביז דאס האט געקאסט א רובאשקין-סאמעט פרייז!!
ווען מהאט דורכגעפירט געזעצן צו באשיצן די געזעץ-אנפארסירער אגענטורן פון ווערן אנגעקלאגט און מהאט זיי געגעבן די ברייטע פייסא רעכטן און די "רעכט" צו באהאלטן זייערע "סארסעס" און "מעטעדס" האמיר ווייטער אפלאדירט ווי נערנים.. ביז דאס האט געקאסט א פרייז פון עטאבלירן א דיעפ-סטעיט וועלכע קען פאראומגליקליכן מיך און דיר מיט א אויגן בליק..

די באגריף פון אומאידענטיפעצירטע א"ג "אגענטן", קען גאר שנעל טראנספארמירט ווערן אין א געהיים פאליציי וואס מיר קענען נאר פון די מעשה ביכער!!
דאס לעצטע ביסל אקאונטעביליטי וועט אוועקפאלן אויב וועסטו אים נישט קענען אידענטיפעצירן,
(ווער סאט געזעהן די העשי טישלער פארק קליפס און די מיימאנעדיס קליפ ווייסט וואס איך רעד).


איך גלייב גאר שטארק אין איינצוימען די רעגירונג (ביטע נישט פאר מישן מיט די "דיפאנד" טיפשות)

;l;p- ושפתים ישק משיב דברים נכוחים
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג יולי 21, 2020 1:14 am

א לאנד אן ארדענונג איז קיין לאנד נישט, און א לאנד אן רעכטן איז א דיקטאטורשאפט.

ווען דינקענס איז געווען מאיאר, און אונז האמיר געציטער פון אונזער איינגענע שאטן, מ'האט נישט גענומען קיין טרעין בייטאג, פארגעס פון דורכפארן הארלעם, איז געווען א פרייהייט? דאס הייסט פרייהייט? אין רוב דיקטארישע לענדער געפינט מען דאס.

ווען דשוליאני האט אונטערגעברענגט די מאפיע, די גענגסטערס געמאכט סדר פיינעלי, איז עס געווארן אויס פרייע מדינה? ס'איז געווארן פריי.

אויב אונטער די נאמען פון מאכן ארדענונג געבט מער ערגערע שטראפן פאר ווייסע קראגן פארברעכן ווי מערדער'ס, דאס ברענגט אונטער פרייהייט.

אויב מעג מען אונטער די נאמען פרייע פראטעסטן רצח'ן גזל'ן צוברעכן ווי ס'האט אויסגעזען אין קרוינהייטס, דאס ברענגט אונטער די פרייע מדינה.

א פרייע מדינה, געט פערמיט'ס צו מאכן פראטעסטן, אפילו קעגן פרעזידענט, אבער לאזט דאס נישט דאס ארויסגיין פון קאנטראל, אויב יא ארעסטירט מען, ווייל אויב וואלט מען דאס נישט געטון, וואלט נישט געווען פריי, מ'קען נישט לעבן אין א מדינה פון גענגסטער'ס, ס'איז קיין מדינה נישט.

די "סיבה" וואס אונז זעמיר געקומען, איז מ'זאל אונז שיצן פון פאגראמען, און מ'זאל אונז לאזן זיך פירן ווי אידן, נישט מ'זאל דארפן ציטערן פון די אייגענע שאטן.

זאל דער באשעפער אפהיטן סיי פון די גענגסטער'ס, ס'זאל נישט שאטן פאר אידן, סיי פון די ערוועלטע וואס מעגן אפילו אין פרייע מדינות באשליסן די לעבן אדער טויט פון אירע אונטערטאנען, ווי מ'האט געזען ביים געווענער ביי קאראנע, און וועט נישט ליידן דערפון ווילאנג ער איז אין די ריכטיגע פארטיי.

זאל דער באשעפער אפהיטן ווען די שטאט באשליסט צו נוצן די שטרענגע געזעצן סתם צו פייניגין בירגער ווי מ'האט געזען ביי רבשקין ועוד.

איין האנט וואשט נישט די צווייטע, און אידן דארפן צוקומען "ערשט" מ'זאל נישט צולאזן קיין פראגראמען ח"ו, און ס'זאל אייביג זיין ארדענוג, און צו דעם דארף מען מתפלל זיין אז די מעדעצין זאל נישט האבן קיין סייד עפעקטס, און מ'זאל נישט נוצן די שטרענגע געזעצן קעגן אידן.

אז אמעריקע לאזט צו די ראיאטן, אזוי ווערט עס אויס דעמאקראטיע (ס'האלט נישט ווייט..) די פערקערטע, אז מ'לאזט פארמאסקירטע מענטשן פארכאפן גאסן, ווערט עס אויס דעמאקראטיע, ווי קומט אהער איראן, טשיינע, רוסלאנד, איינער לאזט דא נישט מאכן קיין פראטעסט מיט א פערמיט? איז דא א אישו וואס מ'קען נישט פראטעסטירן? ווי קענען מענטשן פארלירן דעם שכל אזוי, ווילאנג עס האט מיט פאליטיק.

עניוועי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7751
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 21, 2020 2:19 am

דיין עניוועי קומט עפעס אריין זייער קלאר.

;l;p- נאדיר א לייפציק.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24437
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 21, 2020 9:35 am

קלארע באזעסענע ווערטער הער פאן לייפציק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך זעמל מעל » דינסטאג יולי 21, 2020 9:53 am

@לייפציק, גאר גאר גוט!!!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:21 am

פאלעסיידס האט געשריבן:פארטלענד ארעגען:...

נהנתי - בלע״ז לייק!

פאר דער לייפציק׳ער נאך עטליכע לייק׳ס!
לעצט פאראכטן דורך בערל קראקאווער אום דינסטאג יולי 21, 2020 10:56 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:28 am

זייער גוט ארויס געברענגט!!!
@לייפציק איך קען מיך מיטכאפן נעקסטע מאל דו פארסט אהין??.........
;l;p-
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג יולי 21, 2020 10:44 am

זעמל מעל האט געשריבן:@לייפציק, גאר גאר גוט!!!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יולי 21, 2020 1:17 pm

לייפציק - קלארע פארשטענדליכע דיבורים!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קעדילעק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך קעדילעק » דינסטאג יולי 21, 2020 1:25 pm

לייפציק האט געשריבן:
עניוועי.


לייפציק קומט אריין שטארק און קלאר..

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך פרישע קוגל » דינסטאג יולי 21, 2020 2:47 pm

לייפציק האט געשריבן:.

עניוועי.

קלאר און שטארק!!
;l;p- ;l;p- ;l;p-

עבד אברהם
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך עבד אברהם » דינסטאג יולי 21, 2020 3:16 pm

לייפציג, כל הכבוד,

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג יולי 21, 2020 3:42 pm

כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע וועלט.
כ'האב אבער א פראגע.

צו הייסט דאס נישט 'דיסקרימענירט' די ווייסע?
נישטא איין גאס אינעם גאנצן לאנד וואס זאל שילדערן "ווייט לייווס מעטער"?
צו קען מען דאס נישט אנקלאגן אין געריכט?

ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג יולי 21, 2020 5:03 pm

נו נו
אין 400 יאר ארום...

אוועטאר
סטיטשינער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9839
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג יולי 21, 2020 5:13 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:נו נו
אין 400 יאר ארום...

:lol:
איך האב אמאל געמיינט אז נאר אמאל צדיקים איז געווען.......................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................................איך האב אמאל געמיינט אז אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס'איז די געדרענג



מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

תגובהדורך נשמת השכל » דינסטאג יולי 21, 2020 5:54 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:נו נו
אין 400 יאר ארום...

:lol:
עס איז אסאך גרינגער צו מאכן א מענטש תשובה טוהן אויף זיינע עבירות ווי אויף זיינע מצוות....

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

אוועטאר
אויף געבלאזן
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 8:58 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך אויף געבלאזן » דינסטאג יולי 21, 2020 5:56 pm

לדעתי האט געשריבן:כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע וועלט.
כ'האב אבער א פראגע.

צו הייסט דאס נישט 'דיסקרימענירט' די ווייסע?
נישטא איין גאס אינעם גאנצן לאנד וואס זאל שילדערן "ווייט לייווס מעטער"?
צו קען מען דאס נישט אנקלאגן אין געריכט?

דאן וועלן די ווייסע טאקע זיין אייניג מיט די שווארצע
2 אויפאמאל אדער גארנישט ???
ער בעט זיך ביי מיר און איך...

IMBZ
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך IMBZ » דינסטאג יולי 21, 2020 7:37 pm

דעבלאזיא זאגט ער גייט נעמען טראמפ אין קאורט אז ער שיקט די פעדעראלע אגענטן.
https://www.dropbox.com/s/ybvw7bq8pvock ... r.mov?dl=0

אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך אזוי גאר! » דינסטאג יולי 21, 2020 7:50 pm

IMBZ האט געשריבן:דעבלאזיא זאגט ער גייט נעמען טראמפ אין קאורט אז ער שיקט די פעדעראלע אגענטן.
https://www.dropbox.com/s/ybvw7bq8pvock ... r.mov?dl=0

זאל ער אים נעמען, די עיקר די גאסן זאלן זיין פארזיכערט.
איך נישט

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יולי 21, 2020 7:57 pm

לדעתי האט געשריבן:כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע וועלט.
כ'האב אבער א פראגע.

צו הייסט דאס נישט 'דיסקרימענירט' די ווייסע?
נישטא איין גאס אינעם גאנצן לאנד וואס זאל שילדערן "ווייט לייווס מעטער"?
צו קען מען דאס נישט אנקלאגן אין געריכט?

אויב מיינסטו טאקע דיין שאלה תמימותדיג העליך דיר ענטפערן...

אין אמעריקא איז דא א פראבלעם אז שווארצע ווערן דיסקרימינירט דורך די פאליציי אויף א שרעקליכע פארנעם, די פראבלעם איז נאר מער געפערליך ווייל די פאליציי געוואלדטאטן ווערן געטוען דורך איינציגע פאליציי באנדיטן און רוב פאליציאנטן זענען ערליך און פיין אבער זיי ארעסטירן נישט זייערע קאלעגעס וואס באגיין די קרימינאלע אקטן.

צוליב דעם פראבלעם האבן מענטשן ארגאניזירט פראטעסטן אינעם לאנד, ״בלעק לייווס מעטער״ איז א נאמען פון א געוויסע ווייטאג, עס מיינט נישט אז אנדערע לייווס זענען נישט וויכטיג, די אלע מענטשן וואס קראצט זיי דאס ווארט גייט זיי נישט אן אז שווארצע ליידן, אזוי ווייט אז זיי נעמען זיך אפילו נישט די מיה צו שטודירן וואס מיינט בלעק לייווס מעטער.

ווען איינער מאכט ליצנות פון דעם ווייטאג און זאגט אלל לייווס מעטער איז דאס פונקט ווי איינער זאל ליצנות מאכן פון דעם האלאקאוסט מעמאריעל דעי און זאגן: ״וואס? אמעריקאנער סאלדאטן זענען דעם נישט געשטארבן ביים קריג? פארוואס בלויז אידן?!!! ״ איך רוף דעם טאג ״יעדער מעמאריעל דעי״.

אדער זענען דא ראסיסטן וואס וועלן זאגן ״שווארצע צווישן זיך הרגענען מער ווי פאליציי און זאלן זיי פאוקעסן זייער פראטעסטן אהין״, דאס איז א שלעכטע נידעריגע אויסרייד און שומו שמים אזוי צו רעדן!!! צו בארעכטיגט דאס פאליציי קרימינאלע אקטיוויטעטן? דאס דערמאנט אלטע האלאקאוסט צייטן אנטיסעמיטישע ווערטער קעגן אידן וואס איך וויל אפילו נישט ארויסברענגען אויפן פעדער...
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יולי 21, 2020 8:00 pm

אזוי גאר! האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:דעבלאזיא זאגט ער גייט נעמען טראמפ אין קאורט אז ער שיקט די פעדעראלע אגענטן.
https://www.dropbox.com/s/ybvw7bq8pvock ... r.mov?dl=0

זאל ער אים נעמען, די עיקר די גאסן זאלן זיין פארזיכערט.

ואו!!! ביסטו מסכים מען איינער א בן בלי שם זאל דיר אנברעכן די ביינער און אפילו נישט שרייבן א ריפארט דערפון?

אגב האלטסטו אויך אז בעני גאנץ זאל שיקן די מילטער קעגן די חרדים???!
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

אזוי גאר!
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך אזוי גאר! » דינסטאג יולי 21, 2020 8:01 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
אזוי גאר! האט געשריבן:
IMBZ האט געשריבן:דעבלאזיא זאגט ער גייט נעמען טראמפ אין קאורט אז ער שיקט די פעדעראלע אגענטן.
https://www.dropbox.com/s/ybvw7bq8pvock ... r.mov?dl=0

זאל ער אים נעמען, די עיקר די גאסן זאלן זיין פארזיכערט.

ואו!!! ביסטו מסכים מען איינער א בן בלי שם זאל דיר אנברעכן די ביינער און אפילו נישט שרייבן א ריפארט דערפון?

אגב האלטסטו אויך אז בעני גאנץ זאל שיקן די מילטער קעגן די חרדים???!

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט
איך נישט

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג יולי 21, 2020 8:01 pm

בעריש'ל האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:כ'בין בכלל נישט באהאווענט אין די פאליטישע וועלט.
כ'האב אבער א פראגע.

צו הייסט דאס נישט 'דיסקרימענירט' די ווייסע?
נישטא איין גאס אינעם גאנצן לאנד וואס זאל שילדערן "ווייט לייווס מעטער"?
צו קען מען דאס נישט אנקלאגן אין געריכט?

אויב מיינסטו טאקע דיין שאלה תמימותדיג העליך דיר ענטפערן...

אין אמעריקא איז דא א פראבלעם אז שווארצע ווערן דיסקרימינירט דורך די פאליציי אויף א שרעקליכע פארנעם, די פראבלעם איז נאר מער געפערליך ווייל די פאליציי געוואלדטאטן ווערן געטוען דורך איינציגע פאליציי באנדיטן און רוב פאליציאנטן זענען ערליך און פיין אבער זיי ארעסטירן נישט זייערע קאלעגעס וואס באגיין די קרימינאלע אקטן.

צוליב דעם פראבלעם האבן מענטשן ארגאניזירט פראטעסטן אינעם לאנד, ״בלעק לייווס מעטער״ איז א נאמען פון א געוויסע ווייטאג, עס מיינט נישט אז אנדערע לייווס זענען נישט וויכטיג, די אלע מענטשן וואס קראצט זיי דאס ווארט גייט זיי נישט אן אז שווארצע ליידן, אזוי ווייט אז זיי נעמען זיך אפילו נישט די מיה צו שטודירן וואס מיינט בלעק לייווס מעטער.

ווען איינער מאכט ליצנות פון דעם ווייטאג און זאגט אלל לייווס מעטער איז דאס פונקט ווי איינער זאל ליצנות מאכן פון דעם האלאקאוסט מעמאריעל דעי און זאגן: ״וואס? אמעריקאנער סאלדאטן זענען דעם נישט געשטארבן ביים קריג? פארוואס בלויז אידן?!!! ״ איך רוף דעם טאג ״יעדער מעמאריעל דעי״.

אדער זענען דא ראסיסטן וואס וועלן זאגן ״שווארצע צווישן זיך הרגענען מער ווי פאליציי און זאלן זיי פאוקעסן זייער פראטעסטן אהין״, דאס איז א שלעכטע נידעריגע אויסרייד און שומו שמים אזוי צו רעדן!!! צו בארעכטיגט דאס פאליציי קרימינאלע אקטיוויטעטן? דאס דערמאנט אלטע האלאקאוסט צייטן אנטיסעמיטישע ווערטער קעגן אידן וואס איך וויל אפילו נישט ארויסברענגען אויפן פעדער...

זייער קלאר בערישל

האסט פארגעסן צו אדרעסירען די וואס זאגען
אז פאליצצי הרגענען דאפעלט ווייסע ווי שווארצע,

און פראצענטואל איז עס נישט קיין גרויסע חילוק

נאך נעמענדיג אין חשבון אז זיי האבען א גרעסערע פארברעכען ראטע,

ממילא זאגען זיי אז די גאנצע זאך איז מער ווייניגער א האוקס פאר א עלעקשאן
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: פראטעסטן לענגאויס אמעריקע - בלעק לייווס מעטטער (נייעס און בילדער)

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג יולי 21, 2020 8:06 pm

לייפציג, איך האב א שאלה צו דיר, אין הכי נמי אז מען דארף אויסראטן פאגראמען און געוואלדטאטן, אבער ביסטו מיר מודה אז דאס דארף געטוען ווערן מיט א סיסטעם און מיט געזעצן, אדער האלטסטו אז הותרה הרצועה אין פארמאקירטע מאפיאנערן (ווען מען איז אנאנים) אן קיין שום אווערסייט מעגן קומען און האקן שטיקער פון וועם זיי שמעקט אן, אן קיין ריפארט?
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט