מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 27, 2020 8:44 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט עס נאכנישט באריכטעט דא. א שווארצער איז נעכטן דערשטיקט געווארן בזדון צום טויט דורך פאליציי.


אין די גרויליגע ווידיאו זעט מען וויאזוי עטליכע פאליציי אפיצירן ארעסטירן א שווארצן אידענטיפיצירט אלס דזשארדזש פלאיד, און איינער פון די אפיצירן האבן געשליידערט פלאיד צו דעם טראטואר, געלייגט זיין קני אויף פלאיד'ס גענאק, און עס געהאלטן א שיינע פאר מינוט. אלעס אין די צייט וואס דער מענטש איז שוין געווען געקייטלט!

פיסגייער האבן דאס אלעס צוגעזען, און האבן מיטגעהאלטן וויאזוי פלאיד בעט זיך אז ער קען נישט אטעמען. די צושויער האבן זיך געבעטן ביי די פאליציי מיט טרערן, שרייענדיג אז פלאיד האלט ביים אויסגיין, אבער דער רשע מרושע האט אנגעהאלטן זיין קני מיט א שטייפקייט.

נאך עטליכע מינוט, ווען פלאיד האט שוין נישט געצייגט קיין צייכן פון לעבן, איז אן אמבולאנס אנגעקומען און אים אוועקגעפירט צו א לאקאלן שפיטאל. עס איז קורצליך דערנאך באשטעטיגט געווארן אז פלאיד איז געשטארבן בשעת'ן זיין אונטער די פאליצייאישע הענט.

ווי נאר די ווידעא איז פארשפרייט געווארן, האט דאס ארויסגערופן א צארן און אויפברויז, און די עף-בי-איי האט געזאגט אז זיי פארשן עס אויס. דאס האט געלייגט דרוק אויך די מינעאפאליס פאליציי, וועלכע האבן ארויסגעווארפן 4 אפיצירן וואס זענען געווען פארמישט.

לאקאלע און סטעיט באאמטע האבן פארדאמט די פאליציי אפיצירן פאר דער ברוטאלער באהאנדלונג, אבער די מאסן שווארצע איינוואוינער זענען נישט בארואיגט געווען מיט די אויפזאגונגען, נאר האבן נעכטן ראיאטירט אין די גאסן, פארלאנגענדיג יוסטיץ פאר פלאיד'ס לעבן.

דאס אכזריות דערפון איז אין לשער, איך האב פשוט נישט געקענט צוקוקן דעם ווידיאו.

רוצחים!!!
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך מאי 27, 2020 8:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מאי 27, 2020 8:46 pm

מיין בלוט דרוק גייט ארויף קיקנדיג דאס

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 27, 2020 8:47 pm

איך האב געזען די ווידיא אין כהאב ממש נישט געקענט איינשלאפן נעכטן....
מ'דארף זיין א אויסטערלישע רשע דאס צו קענען טון...
#הארצלאז
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 8:48 pm

געקוקט די ווידיאו צוויי סעקונדעס (בלי גוזמא) און גראד געסטאפט.

איז דא עפעס אינטרעסאנט אחוץ דעם גרויליגן אקט וואס מ'זעט דארט?
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 27, 2020 8:48 pm

ניין
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 8:51 pm

מ'זעט ווי ער קייטלט אים?
ווייל וואס איך האב געזען האט זיך אנגעפאנגען ווי ער ליגט שוין אויפן פלאר.

#נאכדעם וואונדערט מען זיך אויף זייער אויפפירונג...
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 27, 2020 8:55 pm

ניין! די גאנצע מעשה איז פארגעקומען שוין געקייטלטערהייט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך טראמבאן » מיטוואך מאי 27, 2020 8:58 pm

זייער שווער צו קוקן האט ממש נישט קיין הסבר רציחה במלוא מובן המילה

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 27, 2020 9:01 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ניין! די גאנצע מעשה איז פארגעקומען שוין געקייטלטערהייט.

ס'דא אנדערע ווידיאוס פון די גאנצע ארעסט. פון ווען זיי רופן אים ארויס פון זיין קאר.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך מאי 27, 2020 9:05 pm

איך האב געזען די רציחה'דיגע עקלהאפטיגע אומ-באגרייפליכע ווידיאו.......... מיין הארץ האט מיטגעוויינט מיט יענעם..... ורחמיו על כל מעשיו.

ווי נידריג איז מען אן די תורה אז מען קען אזא זאך באגיין?

דאס געט מיר נאך א עקסטערע שמחה אין דעם קומענדיגן יום טוב ווען מיר וועלן שטיין אין שול/גאס/גארטן/ און דארט אויסשרייען מיט שמחה ''צבי ואתרעי בן ומסר לן אורייתא''!
אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו!
ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען נישט אזוי נידריג!
ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווערן אויפגעשוידערט ווען מיר זעהן אזעלכע נידריגע געמיינע זאכן!
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:08 pm

אגב, פארוואס סתם אים פייערן? קען ער נישט ווערן אנגעקלאגט אלס מערדער?

---------

טראמפ האט זיך שוין געלאזט הערן? אויב יא, וואס?
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 9:09 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, פארוואס סתם אים פייערן? קען ער נישט ווערן אנגעקלאגט אלס מערדער?

---------

טראמפ האט זיך שוין געלאזט הערן? אויב יא, וואס?
צוגעלייגטע
IMG-20200527-WA0002.jpg
IMG-20200527-WA0002.jpg (452.22 KiB) געזעהן 6251 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:10 pm

טענקס.

סאו דאס מיינט אז ס'דא טשענסעס ער זאל ווערן אנגעקלאגט?
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך !want to be good » מיטוואך מאי 27, 2020 9:17 pm

כל מה שקורה בעולם הוא רק בשביל ישראל.

די חלק וואס רעגט אויף איז, אז איינער וועלכער איז געשטעלט צו באשיצן די באפעלקערונג, העלפן די באקריווענדע,ער האט ארומגעדרייט זיין דאשיק און געטון פונקט קאפויער!!

די זעלבע זאך איז מיט אונזער יצר הרע!

ער איז געשטעלט אונז צו מאכן שטייגן העכער און העכער, און למעשה טוט ער אונז מכשיל זיין נאכאמאל און נאכאמאל, כי עונותי עברו ראשי כמשא כבד יכבדו ממנו....

מען דארף זיך ארויסנעמען א שנאה צום אייגענעם שונא וועלכע פייניגט אונז מיט שנאה.........
לעצט פאראכטן דורך !want to be good אום מיטוואך מאי 27, 2020 9:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך מאי 27, 2020 9:18 pm

א פאליציאנט?!! א פאלנער מערדער!!
ווען וועט שוין זיין א פאליס דעפארטמענט עקסקלוסיוו פאר די געזעץ אינפארסירער? אומגלויבליך!

זייטס נישט ברוגז אבער כפארשטיי די ראיאטן
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך mini van » מיטוואך מאי 27, 2020 9:21 pm

Terible story, I hope he gets locked up for murder, there is no excuse for this

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך מאי 27, 2020 9:21 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:טענקס.

סאו דאס מיינט אז ס'דא טשענסעס ער זאל ווערן אנגעקלאגט?

אנקלאגן פאליציי ארבעט די זעלבע וועג ווי גאן רוגעלעשענס, גלייך לאחר המעשה איז יעדער אויפגעברויזטע, אין מרעדט אין מרעדט אז מגייט עפעס טאן, אבער נאך א שטיק צייט גייט אלעס שלאפן, מערסטנס וואס גייט געשען אז מגייט זיי אנקלאגן אין די דשורי גייט זיי פריישפרעכן,

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מאי 27, 2020 9:23 pm

זייטיגע שאלה: אלץ וואס זאגט מען אפ, אין אזא פאל, אלע 4 פאליציאנטן?

נישט אלע זענען געווען בפועל אקטיוו אין די שוידערליכע דערשטיקונג.

גייט ביי זיי אויך אן די כלל, מי שבידו למחות ואינו מוחה...?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:26 pm

נאך איינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:טענקס.

סאו דאס מיינט אז ס'דא טשענסעס ער זאל ווערן אנגעקלאגט?

אנקלאגן פאליציי ארבעט די זעלבע וועג ווי גאן רוגעלעשענס, גלייך לאחר המעשה איז יעדער אויפגעברויזטע, אין מרעדט אין מרעדט אז מגייט עפעס טאן, אבער נאך א שטיק צייט גייט אלעס שלאפן, מערסטנס וואס גייט געשען אז מגייט זיי אנקלאגן אין די דשורי גייט זיי פריישפרעכן,

איך מיין פונקט פארקערט, דאס אז מ'זאל אנקלאגן דאס גייען זיי קיינמאל נישט טוען, אבער איינמאל ס'קומט יא אן אין געריכט, גלייב איך נישט אז די זשורי (וואס איז יא נארמאלע מענטשן, נישט סתם קאראפטירטע יוסטיץ באאמטע) גייט זיי פרייוואשן.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:27 pm

הלשון האט געשריבן:זייטיגע שאלה: אלץ וואס זאגט מען אפ, אין אזא פאל, אלע 4 פאליציאנטן?

נישט אלע זענען געווען בפועל אקטיוו אין די שוידערליכע דערשטיקונג.

גייט ביי זיי אויך אן די כלל, מי שבידו למחות ואינו מוחה...?

ווי דען זאל עס אנגייען אויב נישט דא??
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך פאלעסיידס » מיטוואך מאי 27, 2020 9:41 pm

מינעסאטע איז שוין אפען פאר פראטעסטען?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך הלשון » מיטוואך מאי 27, 2020 9:50 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:זייטיגע שאלה: אלץ וואס זאגט מען אפ, אין אזא פאל, אלע 4 פאליציאנטן?

נישט אלע זענען געווען בפועל אקטיוו אין די שוידערליכע דערשטיקונג.

גייט ביי זיי אויך אן די כלל, מי שבידו למחות ואינו מוחה...?

ווי דען זאל עס אנגייען אויב נישט דא??

למעשה האט די פאליציי וואס איז געשטאנען אין די זייט גארנישט געטאן.

ס'איז נישט אז זיי האבן צוזאמען פלאנירט א מארד.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:52 pm

די ראיאטן זענען ארויס פון קאנטראל.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:53 pm

הלשון האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:זייטיגע שאלה: אלץ וואס זאגט מען אפ, אין אזא פאל, אלע 4 פאליציאנטן?

נישט אלע זענען געווען בפועל אקטיוו אין די שוידערליכע דערשטיקונג.

גייט ביי זיי אויך אן די כלל, מי שבידו למחות ואינו מוחה...?

ווי דען זאל עס אנגייען אויב נישט דא??

למעשה האט די פאליציי וואס איז געשטאנען אין די זייט גארנישט געטאן.

ס'איז נישט אז זיי האבן צוזאמען פלאנירט א מארד.

וואס הייסט, זיי זענען דאך אן-דוטי געזעץ אינפארסירער! וואס קען זיין א גרעסערע פארברעך ווי דאס????

איך זאג נישט אז מ'דארף זיי אנקלאגן אלס מערדער, אבער עפעס א שטראף זיכער.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מינעסאוטע - שווארצער מאן אומגעברענגט דורך פאליציי

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 9:56 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:די ראיאטן זענען ארויס פון קאנטראל.

איך האף אז די פאליציי טוט זיי נישט סטאפן מיט כוח??!!!

מ'דארף נוצן שכל, מ'דארף זיי לאזן זיך אויסגעבן זייער כעס. (פארשטייטזיך נישט אויף קיין מענטשן)
לעצט פאראכטן דורך וואס טוט זיך אום מיטוואך מאי 27, 2020 9:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אמבעסאדער, דניאל אויערבאך, וואס עפעס?, יצחק אייזיק, יצחק ברוך, כאפצעם, כל מקדש, ראש לימבא און 33 געסט