"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » דאנארשטאג יולי 23, 2020 11:20 am

וועכנטליכע אויסגאבע מיט רייכע ארטיקלעך, אויפקלערונג און חומר למחשבה:

https://www.dropbox.com/s/z3a4z1s2l8iw0 ... 2.pdf?dl=0

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג יולי 23, 2020 11:24 am

מ'דארף טוישן די קעפל פונעם אשכול. יחדיו האלט שוין אסאך ווייטער פון די אסיפה... ס'דארף שטיין
"יחדיו" דער היסטארישע טויש אין חתונה סטאנדארט

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג יולי 23, 2020 5:41 pm

ווייסט איינער פארוואס מ'קען נישט זעהן די 'יחדיו' אפטיילונג אויף די קול מבשר וועבזייטל?
#אזוי גאר!!! 2020

געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג יולי 23, 2020 6:01 pm

ב"ה קאמפפאס מאכט שיין געלט, חוץ דעם ווייסעך נישט פונקטליך ווער און וואס די גאנצע יחדיו האקט אין קאפ אריין.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג יולי 24, 2020 11:14 am

זיי האבן שוין אנגעהויבן טוישן זייער ציל אדער איז די עד א טעות?
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (727.29 KiB) געזעהן 768 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

זאב שלייערמאן
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:55 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך זאב שלייערמאן » פרייטאג יולי 24, 2020 1:00 pm

וואס הייסט טוישן זייער ציל. איז נישט זייער ציל ביז יעצט אויך געווען צו רעדאצירן די יעצטיגע סטנאדארט?

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג יולי 24, 2020 1:07 pm

אויב מ'ברעכט שוין מויערן פארוואס זאל מען עס נישט ברענגען צו 20 אדער 25 טויזנט? חוץ אז מ'רעדט פון ביידע זייטן אינאיינעם.
אסדר פאר ראש הקהל!!

דער איינציגסטער קאנדידאט וואס דרייט זיך אין אלע ווינקלען פון אייוועלט, און נעמט קיינמאל וואקאציע פון אייוועלט!!

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג יולי 24, 2020 1:15 pm

מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.

אור
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אור » פרייטאג יולי 24, 2020 1:46 pm

אהרן ארי אייזענבערגס דרשה אויף קולמע איז גאר שטארק

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 24, 2020 2:00 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.

לענ״ד א יעדע זאך וואס איינער טוט העלפט. און מען דארף עס מחזק זיין אן קריטיק.

ס׳דא א גמרא (דאכצאך אין נדרים) מיט רבי יוחנן אז ס׳פלעגט בימי רבי יוחנן זיין זייער טייער צי באגראבען א נפטר ס׳פלעגט זיין שפילערס מיט א גאנצע פאראדע אז פשוט מענשטן האבן נישט געוואלט שטארבן ווייל שטארבן האט געמיינט פאר רוב מענשטן חובות.. אזוי ווי ס׳איז היינט מיט די חתונות לא עלינו. ביז רבי יוחנן איז אוועק האט ער דעמאלטס געלאזט מאכן א לויה פשוט ממש און ס׳איז דעמאלטס בטל געווארן די סארט טייערע לויות. (ווער ס׳האט די מ״מ פאר די גמרא זאל עס ביטע צו צייכענען). הכלל א יעדער יחיד קען אין געוויסע וועג זיין ווי רבי יוחנן. הגם ער איז נישט די רבי פונעם דור אין האט נישט אזא שטארקע כח נישט ברחניות און נישט בגשמיות.

אבער דאך א יעדער וואס פייפט אריין אין די חתונה סטאנדארטען אפי׳ אביסעל און די מער די בעסער קען העלפן די דור. און די זעלבע מיטן בר מצוה מאכן און די זעלבע מיט די וואך נאכט׳ס און קדישים! פייפט׳ס אריין וכן אני משתדל לעשות שמחות עד כמה שידי מגעת באופן פשוט שבפשוט אפי׳ החברים אינם מסכימים לזה.. וזה מבזה בעיניהם.. אבל זה עושה שיהיה להם יותר קל לנהוג כן איש כפי מדריגתו בזה.. ואשריהם המזכה את הרבים בזה!
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש יולי 25, 2020 6:34 pm

מ'דארף טוישן די קעפל פונעם אשכול.

יחדיו האלט שוין אסאך ווייטער פון די אסיפה...

ס'דארף שטיין
"יחדיו" - דער היסטארישע טויש אין חתונה סטאנדארט

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » מוצ"ש יולי 25, 2020 10:34 pm

מען דארף צוריק ארויפברענגן די נושא פון "כח היחיד" אויפן אויבערפלאך וויבאלד אסאך פון אונז ווילן און קענען נאר חתונה מאכן פאר 15 - 20 אלפים

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מאנטאג יולי 27, 2020 1:54 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.


כ'בין זייער נייגעריג וואו דיין קרעמל איז?

30-40 טויזנט א חתונה? די איבריגע זענען באלעבאטישע שטייגער??!

אפשר אפשר אין קרית יואל מיט כינור דוד, מינימום מינימום, קען זיין 40,000.

אבער 98% פון כלל ישראל הייבט זיך גארנישט אן אונטער 50 און בדרך כלל איז עס העכער 70.

די ציל איז טאקע אראפצוברענגען רוב ציבור צו דיין קרעמל וואס איז צווישן 30 און 40 טויזנט. ובשם השם נעשה ונצליח!

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מאנטאג יולי 27, 2020 1:56 pm

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מען דארף צוריק ארויפברענגן די נושא פון "כח היחיד" אויפן אויבערפלאך וויבאלד אסאך פון אונז ווילן און קענען נאר חתונה מאכן פאר 15 - 20 אלפים


אדרבה ואדרבה!

אשרי להם וואס קענען באווייזן חתונה צו מאכן פאר די פרייז.

אבער פאר די וואס קענען נישט גיין קעגן דעם שטראם, דארף מען א נייעם סטאנדארט, קאוד 1!!!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יולי 27, 2020 2:09 pm

איך וואלט אויכט ארויף געברענגט נאך א נושא וואס מען דארף טוישן אז די צד הכלה זאל דארפן באצלן די רוב און נישט אז עס גייט האלב אויף האלב מיט די צד החתן
א מיידל וואס האט א געהעריגע אפיס ארבעט קימט צי די חתנה מיט מער ווי 40K, און די צייט וואס דער חתן האט נאר זייער פאר דאלער פון די קרן חתנים
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23992
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2020 2:16 pm

און טאמער די מיידל קומט פון צוועלפטע קלאס?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23992
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2020 2:18 pm

דאבעליו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.


כ'בין זייער נייגעריג וואו דיין קרעמל איז?

30-40 טויזנט א חתונה? די איבריגע זענען באלעבאטישע שטייגער??!

אפשר אפשר אין קרית יואל מיט כינור דוד, מינימום מינימום, קען זיין 40,000.

אבער 98% פון כלל ישראל הייבט זיך גארנישט אן אונטער 50 און בדרך כלל איז עס העכער 70.

די ציל איז טאקע אראפצוברענגען רוב ציבור צו דיין קרעמל וואס איז צווישן 30 און 40 טויזנט. ובשם השם נעשה ונצליח!

ר' יו"ט האט רעכט, און ס'גייט מער ווינציגער לויט די משפחה און די חברותא.

נאכאמאל, געווענליכע משפחות, האראפשנע ארבייטער בני האראפשנע ארבעטער מיט חברים האראפשנע ארבייטער מאכן חתונה ווי ר' יו"ט זאגט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג יולי 27, 2020 2:22 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:איך וואלט אויכט ארויף געברענגט נאך א נושא וואס מען דארף טוישן אז די צד הכלה זאל דארפן באצלן די רוב און נישט אז עס גייט האלב אויף האלב מיט די צד החתן
א מיידל וואס האט א געהעריגע אפיס ארבעט קימט צי די חתנה מיט מער ווי 40K, און די צייט וואס דער חתן האט נאר זייער פאר דאלער פון די קרן חתנים


דאס קען נאר געשען אויב די צד החתן איז מסכים (און צד הכלה) אז די כלה אליינס זאל מאכן אלע געלט באשליסען. זי באצאלט דאך דאס, ממילא זאל זי קענען אריינרעדן און וואס זי וויל מען זאל טוהן מיט איהר געלט.

דאבעליו
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:00 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דאבעליו » מאנטאג יולי 27, 2020 2:32 pm

farshlufen האט געשריבן:
דאבעליו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.


כ'בין זייער נייגעריג וואו דיין קרעמל איז?

30-40 טויזנט א חתונה? די איבריגע זענען באלעבאטישע שטייגער??!

אפשר אפשר אין קרית יואל מיט כינור דוד, מינימום מינימום, קען זיין 40,000.

אבער 98% פון כלל ישראל הייבט זיך גארנישט אן אונטער 50 און בדרך כלל איז עס העכער 70.

די ציל איז טאקע אראפצוברענגען רוב ציבור צו דיין קרעמל וואס איז צווישן 30 און 40 טויזנט. ובשם השם נעשה ונצליח!

ר' יו"ט האט רעכט, און ס'גייט מער ווינציגער לויט די משפחה און די חברותא.

נאכאמאל, געווענליכע משפחות, האראפשנע ארבייטער בני האראפשנע ארבעטער מיט חברים האראפשנע ארבייטער מאכן חתונה ווי ר' יו"ט זאגט.


חלום חלמתם!

ווי געזאגט, חוץ אויב אייערע האראפשנע (וואס מיינט עס, אגב?...) ארבייטער זענען כינור דוד מחותנים, וואס דעמאלטס קען "אפשר" זיין אז אייער קליין קרעמל מאכט אזוי חתונה, די טרוקענע רעאליטעט פון רוב מנין ובנין פונעם חסיד'ישן עולם אין ניו יארק איז עטליעסט דאפלט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23992
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 27, 2020 2:36 pm

ר' איד, איר האט שוין חתונה געמאכט?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יולי 27, 2020 2:42 pm

יעדער מיינט אז רוב מנין ובנין וכו' איז ווי זיין קרעמל.

אויף וויפיל איך האב געהערט פון מיינע באקאנטע, נישט נאר כינור דוד מחותנים, נאר אויך פרדס מחותנים, און אפי' ויואל משה מחותנים, ווייס איך אויך נאר פון ר' יום טוב'ס נומערן.

אויב איז דא א שוועריגקייט חתונה צו מאכן פאר 30-40 טויזנט, איז עס נאר א מאנגל אין ביליגע זאלן. פאר די וואס זענען משועבד צום סטאנדאט, וועט נידערן די סטאנדארט נישט העלפן, ווייל יעדן טאג קומען אפיר פרישע משוגעת'ן.
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 27, 2020 2:45 pm

מארקעטינג בתפארתו!
לעצט פאראכטן דורך ניס קראכער אום מאנטאג יולי 27, 2020 2:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יולי 27, 2020 2:45 pm

דאבעליו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
דאבעליו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:מן הסתם רעדט מען נישט פון אונזער קרעמל ווי עס שטייט יעצט ביי 30-40, מ'צילט די אלגעמיינע זויגערופענע בעלבעטישע שטייגער.

אלע פראבעס אראפצוברענגען אונזער סטאנדארד נידריגער פון 35 האט זיך דערווייל אנגעשטויסן אין טעכנישע אנגעלעגנהייטן, טראץ וואס די סארט ציבור איז פולשטענדיג גרייט צו מקבל זיין תקנות אן קיין מאסיווע פי אר קאמפיין, בלויז געפרינט אויף א בלעק ענד ווייט צעטל, און געזאמלט חתימות.


כ'בין זייער נייגעריג וואו דיין קרעמל איז?

30-40 טויזנט א חתונה? די איבריגע זענען באלעבאטישע שטייגער??!

אפשר אפשר אין קרית יואל מיט כינור דוד, מינימום מינימום, קען זיין 40,000.

אבער 98% פון כלל ישראל הייבט זיך גארנישט אן אונטער 50 און בדרך כלל איז עס העכער 70.

די ציל איז טאקע אראפצוברענגען רוב ציבור צו דיין קרעמל וואס איז צווישן 30 און 40 טויזנט. ובשם השם נעשה ונצליח!

ר' יו"ט האט רעכט, און ס'גייט מער ווינציגער לויט די משפחה און די חברותא.

נאכאמאל, געווענליכע משפחות, האראפשנע ארבייטער בני האראפשנע ארבעטער מיט חברים האראפשנע ארבייטער מאכן חתונה ווי ר' יו"ט זאגט.


חלום חלמתם!

ווי געזאגט, חוץ אויב אייערע האראפשנע (וואס מיינט עס, אגב?...) ארבייטער זענען כינור דוד מחותנים, וואס דעמאלטס קען "אפשר" זיין אז אייער קליין קרעמל מאכט אזוי חתונה, די טרוקענע רעאליטעט פון רוב מנין ובנין פונעם חסיד'ישן עולם אין ניו יארק איז עטליעסט דאפלט!


יא יא ווי האט יענער געזאגט ווען איינער זאגט דיר אז ער האט חתנה געמאכט פאר 40 טויזענט דאלער איז עס ווייל ער האט גערעכענט 10 טויזענט דאלער אדער מער אויף יערליכע הוצאות...
איך האב שוין גערעדט אסאך אויכט צי די וואס מאכן חתנה און כינור עס איז ממש אים מעגליך צי קענען חתנה מאכן אינטער 45 50
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5330
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 27, 2020 2:48 pm

מיין ווייב זאגט מיר אז 15,000 דאללער איז "נארמאל" צו צאלן פאר כלה זשולערי.
איז דאס טאקע היינט די סטאנדארד?

אוועטאר
בבקשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: "יחדיו ירננו" - היסטארישע אסיפה וועגן חתונה תקנות

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג יולי 27, 2020 2:50 pm

דריידל האט געשריבן:מיין ווייב זאגט מיר אז 15,000 דאללער איז "נארמאל" צו צאלן פאר כלה זשולערי.
איז דאס טאקע היינט די סטאנדארד?

ס׳איז אפשר די סטאנדארד, אבער ״נארמאל״ איז דאס זיכער נישט. אפשר פאר אן עושר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], Kollel, יאנקי, עס וועט זיין גיט, פארפלאנטערט און 65 געסט