"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך להודיע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:26 pm

אור האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם יחדיו ריפלעי ?

קול מבשר 3-8-199
(ארכיוון אפטיילונג)


ייש"כ!

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך לב בשר » זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:41 pm

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:אויסער דעם שטריימל, וואס נאך באקומט דער חתן פון זיינע עלטערן ספעציעל פארן חתונה?

?????? :roll: :roll:

ווארעמע מעלאנע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ווארעמע מעלאנע » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:12 pm

לב בשר האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:

?????? :roll: :roll:


אלעס אנדערש איז דיר שוין קלאר?

מנחה מעריב'ל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מנחה מעריב'ל » זונטאג אוגוסט 09, 2020 11:20 pm

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
מנחה מעריב'ל האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:

?????? :roll: :roll:


אלעס אנדערש איז דיר שוין קלאר?

אויב שייך ביטע ציטיר מיך מער נישט אויף די נושא.
כ'מיין אז ס'האט נישט קיין זין צו איבערמאלן שוין געמאלענע לאקשן...
פיריראבאמבאמבאמבאם טאריראמבאראראמבאראראם פיריראפאמבאמפאמבאם פאפאפאפאראטריריריריריריראם!
מאכטץ פלאץ פארן ראש הקהל ר'אסדר...

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:03 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעליינט אלע תגובות ביז אהער, אבער לא זכיתי להבין עטליכע נקודות.

אויב מ'מאכט שוין תקנות, פארוואס זאל מען נישט גענצליך מבטל זיין דעם תנאים?

אווב מ'מאכט שוין תקנות פארוואס זאל מען בכלל מאכן א שבת באווארפן אין א זאל? מ'שטעלט צו ביליגע זאלן פאר באווארפן, פארוואס זאל מען עס נישט גענצליך מבטל זיין איינמאל פאר אלעמאל?

אויך, פארוואס זאל מען נישט געבן דעם אפציע פון צוטיילן ויואל משה אין צוויי, פאר גאר קליינע ביליגע חתונות? די מוסדות וועלן ווייטער מאכן די זעלבע סאך געלט.

אויב מ'מאכט שוין א רעוואלוציע, מאך עס שוין אינגאנצן. מען קען עס לייכט דורכפירן דורכ'ן מאכן א תקנה, אז קיינער קען נישט חתונה מאכן אין פרדס און דאס זעלבע מיט די אנדערע ביליגע זאלן, נאר ווער ס'מאכט נישט קיין תנאים, מאכט נישט קיין באווארפן, שיקט נישט קיין הזמנות, וכו'. רוב עולם ווועט זיך שנעל צוכאפן דערצו.


דעס האט שוין לעיזער קרויס געטון .....

ער האט אלעס אראפגענומען פון טיש

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:00 am

א איד פון אמאל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווייל אראפ גיין פון א לייטער, קען מען נאר מיט סטעפס אז מען טאנצט אראפ צוברעכט מען זיך,
וואס איך מיין צו זאגן מען גייט הייסן גיין מיט יו"ט קליידער גייט עס שווער געשעהן, מען דארף זיין ראליסטיש

אבער לכה"פ רעדן פון די פראבלעם, אין צושטעלן עפעס אזוי וואו אין קרית יואל

הפלא ופלא די זעלבע עסקנים (די וועד החתונה תקנות שע"י קהל יטב לב, ר' בנציון אלי' זאלדאן, ר' יעקב אלי' רייזמאן, ושתפיהם) וואס האבן צוגעשטעלט די קליידער רענטלס אין קרית יואל, זענען די וואס שטייען אינטער די גאנצע יחדיו קאמפיין, אלא מאי האבן זיי שוין געטראכט דערפון.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:03 am

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ומכאן הקריאה יוצאת

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:25 am

שוין גענוג גע'טענה'ט
יעצט רוף איך אויס בקול רעש גדול אז צוויי (לכל הפחות) גאר וויכטיגע חלקים דארפן שוין געטון ווערן צו קענען האבן די פאזיטיווע ערווארטעטע רעזולטאטן.
1. ארויס צו קומען מיט זאכליכע פלענער און הילף פאר די וואס זענען שוין ביז איצט אויך געווען נאנט צו די יחדיו סטענדערד צו קענען אראפ גיין מיט א גוטע 30 ביז פופציג פראצענט פון די הוצאות - בעיסיקלי מחזק זיין און גיין מיטן כח היחיד מהלך (אויך)
2. אראפ לייגן די יחדיו מהלך אלץ העכסטע סטענדערד פון ספענדינג פארן גרויסן עושר באמבאסטישער (אפילו ס'וועט נישט העלפן הונדערט פראצענט מוז דאס זיין דער פארלאנג)
פאר ביאורים נעמט אייך די מיה און ליינט מיינע פריערדיגע תגובות אין דעם אשכול
וחסל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:27 am

ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
ויואל משה איז א זאל פון די מוסדות, און איז פיל טייערער ווי די אנדערע זאלן, ווי אויך אינגאנצן נישט צוגעשטעלט צו וואס מענטשן דארפן היינט. אויב ווילן זיי העלפו שפארן, מאכן זיי איבער דעם זאל פאר א תקנות זאל.

פיל טייערער ווי וועלכע זאלן? נאר טייערער פון פרדס, קומט אויס ביליגער ווי אימפיריעל.

וואס איז "נישט" צוגעשטעלט?

ער איז די מערסטע פלעקסיבל פון עני קעיטערער צו צושטעלן פונקטליך גענוי כרצון איש ואיש, און צוגענגליך.
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
און איך ווייס נישט קיינעם פון מיינע באקאנטע וואס האבן באקומען א רעיז צוליב די מינימום וועידש.

די האלטס אז אלע אמיגאוס ארבעטן פאר די זעלבע פרייז פון 3 יאר צוריק?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 9:34 am

יעדער בר דעת פארשטייט, אז די תירוץ פון היימישע עקאנאמיע קומט נישט אריין ווען די רעדע איז פון לוקסיריעזע און איבערגעפרייזטע ארטיקלען.

אלעמאל, האט נישט מיט חתונה תקנות קיין שייכות.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
זייטיגע צוקוקער
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 4:09 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך זייטיגע צוקוקער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:21 am

farshlufen האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
ויואל משה איז א זאל פון די מוסדות, און איז פיל טייערער ווי די אנדערע זאלן, ווי אויך אינגאנצן נישט צוגעשטעלט צו וואס מענטשן דארפן היינט. אויב ווילן זיי העלפו שפארן, מאכן זיי איבער דעם זאל פאר א תקנות זאל.

פיל טייערער ווי וועלכע זאלן? נאר טייערער פון פרדס, קומט אויס ביליגער ווי אימפיריעל.

וואס איז "נישט" צוגעשטעלט?

ער איז די מערסטע פלעקסיבל פון עני קעיטערער צו צושטעלן פונקטליך גענוי כרצון איש ואיש, און צוגענגליך.



ניין ס'איז נישט אייביג ביליגער פון אימפיריעל, די פרייזן ביי ביידע זאלן טוישן זיך יעדע שני וחמושי, איין טאג איז אימפיריעל טייערער און אן אנדערע איז ויואל משה טייערער.
און אפילו ווען ויואל משה איז ביליגער איז עס מיט א קארגע טויזענטער

(ס'קומט נישט אריין ביי די תקנות נושא, אז מ'רעדט שוין וויל איך עס אויסקלארן)
איך קוק צו פון די זייט
אז כ'האב וואס צוצולייגן ווארפיך אריין מיינע צוויי צענט

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:37 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

אנטשאלדיגט מיר אבער מען דארף דעם תגובה פארשרייען, נישט אייך די כותב התגובה דארף מען פארשרייען, ווייל איר ווייסט מסתמה נישט ליידער וואס ס׳טוט זיך אלטס אפ ביים חתונה מאכן די קינדער. ס׳נאר, דעם מיינד סעט וואס דארף ווערן פארשריגען אין אלע גאסן! יודן דארפן זיין אין חובות און דארפן ליידער גניבה׳נען פון קרעדיט קארד קאמפעניס ווייל מען דארף די זינגער׳ס און קעיטערערס שוינען? הישמע כזאת? דאס הייסט א מיינד סעט מיט דעת אדער אן דעת? די באשעפער שיקט פרנסה פאר א יעדעם וואס ס׳קומט איהם וואס איז פארשריבען געווארן פון ראש השנה! די חתונה מאכן איז אזא מין שרעקליכע גזירה פונקט ווי די אינטערנעט גזירה (דאס אויף גשמיות און דאס אויף רחניות) מין השמים! דאס איז א דבר ברור! יודן טרייען טוהן דעראין, קומט מען שוינען יודן וואס וועלן סיי פארדינען לויט וויפעל ס׳איז זיי באשערט?
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 12:40 pm

זייטיגע צוקוקער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
ווארעמע מעלאנע האט געשריבן:
ויואל משה איז א זאל פון די מוסדות, און איז פיל טייערער ווי די אנדערע זאלן, ווי אויך אינגאנצן נישט צוגעשטעלט צו וואס מענטשן דארפן היינט. אויב ווילן זיי העלפו שפארן, מאכן זיי איבער דעם זאל פאר א תקנות זאל.

פיל טייערער ווי וועלכע זאלן? נאר טייערער פון פרדס, קומט אויס ביליגער ווי אימפיריעל.

וואס איז "נישט" צוגעשטעלט?

ער איז די מערסטע פלעקסיבל פון עני קעיטערער צו צושטעלן פונקטליך גענוי כרצון איש ואיש, און צוגענגליך.



ניין ס'איז נישט אייביג ביליגער פון אימפיריעל, די פרייזן ביי ביידע זאלן טוישן זיך יעדע שני וחמושי, איין טאג איז אימפיריעל טייערער און אן אנדערע איז ויואל משה טייערער.
און אפילו ווען ויואל משה איז ביליגער איז עס מיט א קארגע טויזענטער

(ס'קומט נישט אריין ביי די תקנות נושא, אז מ'רעדט שוין וויל איך עס אויסקלארן)

די אונטערשטע שורה [total] איז ביליגער.

נעקסט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
קליינע טאטע'לע
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 4:36 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך קליינע טאטע'לע » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 1:36 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים


אנטשולדיגט אייך!!!
אבער רוב פון די זאכן וואס מ'האט געשניטן איז וואס די סוחרים האבן געהויבן!! די סוחרים האבן ארויפגעריקט די שטריימל צו 7000$ און יעצט ריקט מען עס אראפ.... האסטו טענות פארוואס מ'שניידט עקענאמיע?!?!? ווער האט דיר געבעטן עס ארויפרוקן?!?!? אז א שפילער זינגער גייען ארויף יעדער צווייטען טאג מיטן פרייז... נאך א הונדערעטער און נאך א הונדערטער פארוואס נישט... האסטו טענות ווען מ'וויל עס צוריק שניידן?!?!? הייב נישט די פרייזן!.. וועט מען נישט שניידן!!! און אזוי ווייטער... רוב פון די זאכן וואס מ'האט געשניטן איז ווייל ס'פשוט מאכט נישט קיין סענס!!! דער וואס האט ארויפגעריקט אים שניידט מען... פריי זיך אז די האסט געהאט אפאר זעטיגע יארן וואס די האסט געגעסן די געלט פון די טיי אווענטס...

כן נראה לענ"ד ותן לחכם ויחכם עוד
משה'לע ביסט נאך צו קליין... אבער טאטי ביסט אויך א קליינע טאטע'לע!

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7060
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 2:12 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 2:34 pm

מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

;l;p-

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 3:24 pm

מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

מיינסט געוויס צו זאגן, אז די טרעוול אגענטן וועלן מאכן מער געלט יעצט...

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:29 pm

rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים


פון די תגובה זעהט זיך אויס ווי יחדיו קלערט אויף פאר די גוים וועלכע פלעגן קויפן שטריימליך ביי אידן צו זייער מעריעשאן (אזוי זאגט מען עס?).
און ער שרייט אז אונזער אקאנאמיע גייט אונטער.

די וועלכע קויפן שטריימליך צו זייער חתונה זענען אויך אידן.
און אויב די 22 מיליאן בלייבט ביי אידן איז שוין גוט, וואס א חילוק ביי וועלכע איד?

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:30 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
בערל עושר האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
nemtudom האט געשריבן:

יא יא די לצנות איז גרויס.

ווי געשמיעסט אין א פריעדיגע בלאט דא.

די אלע וואס מאכן טייערע וואכנאכט׳ס אפי׳ ווער ער האט דאס געלט גייען מאכן טייערע חתנות. פערסענטאעל. זאג מיר נישט אז דעמאלטס גייסטו גיין ביליג און נאר ספענדען וואס דיין ערלויבעניש וועט דעמאלטס זיין, ווייל ס׳גייט נישט אזוי! ווייל וויפעל די קענסט דיך נישט יעצט אפלאזען פון די פרעשער פון מאכן א וואכנאכט פון געפעלן די חברים ווייל א יעדער אין דיין סירקעל פון חברים מאכט אזוי גייסטו זיבעזצען טויזענט מאל מער זיך נישט קענען ארויסדרייען פון די פרעשער פון די חברים און משפחה און קינד און פלאס א מחותן און מחתנסטע זיי צי געפעלן.

סא לאמיר עס מאכן אין נאמבערס:

טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר 2000 גייסטו חתונה מאכן חתונה פאר כאטש 10000

טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר 1200 גייסטו חתונה מאכן פאר כאטש 70-80 אלפים

און טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר נאר 500-600 וויסן זאלסטו אז די גייסט חתונה מאכן פאר כאטש 45-50 טויזענט

די איז די מציאות מער ווייניגער גיי עס נאך וועסטו זעהן איך בין אויפן האר גערעכט.

ממילא אפי׳ די האסט די געלט צי מאכן א וואכנאכט פאר 1200 א חוץ פון דעם וואס די דארפסט האבן דאס געלט אוועק געלייגט פאר די חתונה מאכן די קינדער אין די האסט בעצם נישט דאס געלט. אבער אפי׳ לאמיר זאגן אז די האסט שוין יא אוועק געלייגט א שטיקעל סכום פאר חתונה מאכן, זאסלסטו וויסן איז די לייגסט דיך אליינס אריין אין א חורבן זיך אליינס צי שווערער מאכן די חתונה מאכן קינדער תקופה, מיטן אוועק שטעלן פאר דיינע חברים און משפחה יעצט אין די יונגע יארן וואס דיין סטאנדארט איז.

אשר על כן האב שכל יעצט ווען די ביסט יונג.

די זעלבע איז מיט די בר מצוה׳ת וכו׳ וכו׳.

;l;p-


קודם דארף ווערן ארויסגעברענגט אז חתונה מאכן קאסט נישט נאר אויף זאכן וואס מ'זעהט.
עס קאסט אויך א דירה , אווסשטאפירן א דירה , ועוד ועוד.

אשר על כן, דער וואס שפילט עושר, קען נאר ספענדן אויף ליל החתונה מער ווי א צווייטער, אבער פאר'ן פאר פאלק געבן ווייניגער, וכבר ראיתי נוהגים כן, מענטשען וואס האבן זיך צו שטארק ליב אויפן חשבון פון זייערע אומשולדיגע קינדער ה"י.

והשנית והוא העיקר.
מיינע וואכנאכטס האבן געקאסט אסאך ווייניגער פון 500 600 אבער חתונות אסאך מער פון 45 צו 50 טויזנט.
ממילא דער חשבון שטימט נישט.
אפשר פארקערט יא, אז איינער ספענט אסאך ביי א וואכנאכט וועט ער אויך אזוי זיין ביי חתונה מאכן. קען זיין. איך האב דערין נישט קיין ערפארונג.

אנטשאלדיגט אבער איר מיזט ליינען אלע מיינע תגובות פריער און שפעטער.

איך האב געשריבען די זעלבע מיט די בר מצוה׳ס וכו׳ וכו׳.

ס׳איז די וועג פון לעבן וואס געווענליך איינער וואס מאכט ביליגע וואך נאכטס איז די זעלבע זיינע בר מצות זיין קאר און זיין הויז וכו׳ וכו׳.

פון אייער תגובה קומט מיר אויס לכאורה אז איר דרייווט א נייע ליעס כסדר, א יעדע פאר יאר א נייע, און א אפטע דעיט מאדעל, און אייער הויז איז שיין אויסשטאפירט ס׳זאל פאסן פאר דער וואס קומט באזיכען. וכן׳ וכו׳. איר דארפסט מיר נישט ענטפערן אויב איך בין גערעכעט אבער געווענליך חתונה מאכן פאר טייערער ווי 50 אלפים קומט געווענליך מיט אזא סארט לייף סטייל.

וואס איך זאג איז זייער פשוט אויב די ווילסט חתונה מאכען פאר זייער ביליג - אינטער 45 טויזענט - דארפסטו לעבן א געוויסע מהלך אין די יונגע יארן.

איז דאס איז הינדרעט פערצענט אקוראט! ווי ביליגער א מענשט׳ס סטענדערטס זענען ביזן חתונה מאכן, אלטס ביליגער קאסטן איהם זיינע חתונות. פוק חזי.

מען קען נישט אנקומען ביי די 40 יאר אלט, אין טוישען די סטאנדארט ווי אזוי מען האט געלעבט די ערשטע 20 יאר פון זיין חתונה געהאט, וואס דאס איז פון בערך די צוואנציג בין די פערציג. דברים פשוטים.

אשר על כן אפי׳ מען האט דאס געלט פאר לעבן אויף א העכערע סטאנדארט און אפי׳ מען לייגט שיין אוועק פאר צי חתונה מאכן די קינדער געב איך א עצה טובה צי טוהן א זאך וואס ארבייט טויזענט פערצענט! צי לעבן אין די יונגע יארן אויף א נידריגערע סטאנדארט די נידריגער וואס ס׳איז נאר שייך. און לאטס אפ די עסקנים - זיי טוהן ממילא ווייט פון געניג! צי ווייל זיי קענען נישט צי ווייל זיי טויגען נישט, די קענסט אליין טוהן צי די זאך! אז אז די לעבסט אין די יונגע יארן אויף א הויעכע סטאנדארט גרייט דיך אויף חתונות וואס גייען דיר קאסטן הינדרעט אלפים each! און קום נישט דעמאלטס שרייען ווי זענען די עסקנים!



הא הא הא......
איך פיהל מיר יעצט ממש ווי א גביר......
חאטש איינער מיינט אז איך האב א שיינער קאר........

זעהסט אמאל א קאר וואס מ'קען הערן פון דעווייטענס? קוים ווי עס רירט זיך? לכאורה איז עס מיינס.

מיין שטוב? שוין, ווילסט בילדער?

מיין בר מצוה מאכן האט געקאסט ווייניגער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן, אבער חתונה מאכן זאג איך נאכאמאל. יא ! עס קאסט אסאך מער פון 50 אלפים.

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך פארווייטאגט » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 8:41 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד
פארווייטאגט האט געשריבן:
טראכט גראד האט געשריבן:לויט מיין פארשטאנט, דארף די אלע פראפעגאנדע צעטליך פון יחדיו, ווערן אוועקגעשטעלט צו ליצנות מאכן און אראפרייסן די פילע בענד חתונות א.א.וו. ווי נאריש און בעבי'איש דאס איז.
אדרבה זאל זיך דער עושר אביסל פילן ווי א בעבי ווען ער טוט דאס, און נישט ווי דער חכם פון שטאט.
דאס קען לכאורה אסאך שטערקער ארבעטן ווי געצווינגענע תקנות.


פארוואס? דער געלט איז זיינס, פון קיינעם נישט געבארגט, פארקערט, ער האט נאך צו געגעבן א נדבה פאר א מוסד וואס העלפט חתונה מאכן (למשל יחדיו), זיין שכר לימוד ביל איז פון לאנג אויסגעצאלט, פלאס האלב פון די קרן הבנין האט ער באצאלט, איז פארוואס זאל ער נישט חתונה מאכן ווי א מיליאנער?
ווייל איך וויל נישט?
איז עס דען מיין געלט?
האט ער דען פון מיר גע'גנב'ט?

א מין מעשה דאס.
ער האט און טאר עס נישט ניצן נאר ווי איך וויל? דהיינו ער מעג מנדב זיין אן עקסטרע געהאלט פאר אלע כלי קודש לכבוד פסח, א נייע בור און מקוה, א פארגרעסערטער שוהל פאר'ן ישיבה , און א נייע עיר קאנדישן סיסטעם פאר'ן חדר, אבער אויב וויל ער א שיינע בענד פאר זיין קינד'ס חתונה דארף ער רשות פון מיר?

וואס מיינט קאמוניסטיש אויב נישט דאס?

אודאי מעג מען בעטן פון דער גביר זאל זיך צושטעלען לפרק זמן, אז דער ארימאן זאל זיך נישט שעמען, אבער אפלאכן? ווער געבט דיר רעכט?

נ.ב .
איך בין נישט קיין גביר, געלויבט דער אייבערשטער האב איך אפילו נישט די תאוות פון קיין בענד וכדומה, איך פראביר חתונה צו מאכן דאס ביליגסטער וואס איך קען.
אבער פאר דער איד וואס האט באצאלט צען/צוואנציג טויזנט דאלער א יאהר פאר'ן כולל ווען איך האב דארט געלערנט, זאג איך נישט ווי ער מעג נישט ספענדן זיין כשר געלט.

די ריכטיגע ענטפער קען האב צו א שטארקע אימפעקט, בלייבט מען שטיל.


אינגאנצן שטיל קען מען נישט. יענער וויל די גאנצע תקנות זאך זאל זיין נאר פאר די וואס האבן נישט קיין געלט... פשט ווער ס'קען יא, קען זיך אויפרייסן מיט קאליר לעמפלעך לויט די פארבן פון סושי פלעטערס ביים קבלת פנים, וכל המרבה הרי זה משובח. אבער ווער ס'קען נעבעך נישט פאר אים איז דא תקנות.

זאלן די דאזיגע קשיות "היתכן" און "קאמוניסטיש" - יעצט שוין אפילו נאך די מאסיווע יחדיו אינציאטיווע - אויפוועקן די עסקנים פון טיפן שלאף אז עס פעלט נאך קריטיש וויכטיגע מארקעטינג. ווילאנג עס זענען דא אזעלכע קשיות איז פשט אז די גאנצע מהלך פון מער עפארדעבל שמחות איז נאך נישט אנגעקומען גענוג טיף אין די מוחות און הערצער וואו עס דארף אנקומען צום האבן דעם ריכטיגן תכלית.



דער יענער, איז נישט מער נישט ווייניגער ווי איך בכבודי ובעצמי.

פאר מיר דארפסטו דאס נישט מארקיטען.
איך בין גרייט אלל דע וועי.

איך האלט אבער נאכאלץ, אז איך מיט דיר האבן נישט קיין רעכט איינצוטיילן פאר יענעם ווי אזוי צו ניצן זייער געלט.

וואס יא? קענסט מאכן ביליגער מהלכים וואס אני הקטן וועט זיך דערצו צו כאפן.
גראף פאטאצקי זאל חתונה מאכן כפי שידו משגת, און זאל אויך מנדב זיין קאווע פאר א וואך אין שוהל.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 10:02 pm

בס"ד

נישט פערזענליך חלילה, אבער ווילאנג מענטשן האלטן אז ווער ס'האט קען שפענדן אין די וועלט אריין, און תקנות אדער נייע סטאנדארטן אדער רופט עס ווי אימער זענען געמאכט נאר פאר די וואס האבן נישט, האלט מען נאך ווייט ודוק. די ריכטיגע דורכברוך וועט זיין אז דער וואס קען יא וועט נישט וועלן.

כ'האב אמאל געזאגט פאר איינעם פון די ראשי העסקנים אז פראווען עפארדעבל שמחות איז די איינציגסטע מאל וואס מ'קען געבן צדקה אויף די העכסטע מדריגה און עס קאסט גארנישט קיין פעני, מען פארדינט נאך אסאאאך געלט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 11:30 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
בערל עושר האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:יא יא די לצנות איז גרויס.

ווי געשמיעסט אין א פריעדיגע בלאט דא.

די אלע וואס מאכן טייערע וואכנאכט׳ס אפי׳ ווער ער האט דאס געלט גייען מאכן טייערע חתנות. פערסענטאעל. זאג מיר נישט אז דעמאלטס גייסטו גיין ביליג און נאר ספענדען וואס דיין ערלויבעניש וועט דעמאלטס זיין, ווייל ס׳גייט נישט אזוי! ווייל וויפעל די קענסט דיך נישט יעצט אפלאזען פון די פרעשער פון מאכן א וואכנאכט פון געפעלן די חברים ווייל א יעדער אין דיין סירקעל פון חברים מאכט אזוי גייסטו זיבעזצען טויזענט מאל מער זיך נישט קענען ארויסדרייען פון די פרעשער פון די חברים און משפחה און קינד און פלאס א מחותן און מחתנסטע זיי צי געפעלן.

סא לאמיר עס מאכן אין נאמבערס:

טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר 2000 גייסטו חתונה מאכן חתונה פאר כאטש 10000

טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר 1200 גייסטו חתונה מאכן פאר כאטש 70-80 אלפים

און טאמער מאכסטו א וואכנאכט פאר נאר 500-600 וויסן זאלסטו אז די גייסט חתונה מאכן פאר כאטש 45-50 טויזענט

די איז די מציאות מער ווייניגער גיי עס נאך וועסטו זעהן איך בין אויפן האר גערעכט.

ממילא אפי׳ די האסט די געלט צי מאכן א וואכנאכט פאר 1200 א חוץ פון דעם וואס די דארפסט האבן דאס געלט אוועק געלייגט פאר די חתונה מאכן די קינדער אין די האסט בעצם נישט דאס געלט. אבער אפי׳ לאמיר זאגן אז די האסט שוין יא אוועק געלייגט א שטיקעל סכום פאר חתונה מאכן, זאסלסטו וויסן איז די לייגסט דיך אליינס אריין אין א חורבן זיך אליינס צי שווערער מאכן די חתונה מאכן קינדער תקופה, מיטן אוועק שטעלן פאר דיינע חברים און משפחה יעצט אין די יונגע יארן וואס דיין סטאנדארט איז.

אשר על כן האב שכל יעצט ווען די ביסט יונג.

די זעלבע איז מיט די בר מצוה׳ת וכו׳ וכו׳.

;l;p-


קודם דארף ווערן ארויסגעברענגט אז חתונה מאכן קאסט נישט נאר אויף זאכן וואס מ'זעהט.
עס קאסט אויך א דירה , אווסשטאפירן א דירה , ועוד ועוד.

אשר על כן, דער וואס שפילט עושר, קען נאר ספענדן אויף ליל החתונה מער ווי א צווייטער, אבער פאר'ן פאר פאלק געבן ווייניגער, וכבר ראיתי נוהגים כן, מענטשען וואס האבן זיך צו שטארק ליב אויפן חשבון פון זייערע אומשולדיגע קינדער ה"י.

והשנית והוא העיקר.
מיינע וואכנאכטס האבן געקאסט אסאך ווייניגער פון 500 600 אבער חתונות אסאך מער פון 45 צו 50 טויזנט.
ממילא דער חשבון שטימט נישט.
אפשר פארקערט יא, אז איינער ספענט אסאך ביי א וואכנאכט וועט ער אויך אזוי זיין ביי חתונה מאכן. קען זיין. איך האב דערין נישט קיין ערפארונג.

אנטשאלדיגט אבער איר מיזט ליינען אלע מיינע תגובות פריער און שפעטער.

איך האב געשריבען די זעלבע מיט די בר מצוה׳ס וכו׳ וכו׳.

ס׳איז די וועג פון לעבן וואס געווענליך איינער וואס מאכט ביליגע וואך נאכטס איז די זעלבע זיינע בר מצות זיין קאר און זיין הויז וכו׳ וכו׳.

פון אייער תגובה קומט מיר אויס לכאורה אז איר דרייווט א נייע ליעס כסדר, א יעדע פאר יאר א נייע, און א אפטע דעיט מאדעל, און אייער הויז איז שיין אויסשטאפירט ס׳זאל פאסן פאר דער וואס קומט באזיכען. וכן׳ וכו׳. איר דארפסט מיר נישט ענטפערן אויב איך בין גערעכעט אבער געווענליך חתונה מאכן פאר טייערער ווי 50 אלפים קומט געווענליך מיט אזא סארט לייף סטייל.

וואס איך זאג איז זייער פשוט אויב די ווילסט חתונה מאכען פאר זייער ביליג - אינטער 45 טויזענט - דארפסטו לעבן א געוויסע מהלך אין די יונגע יארן.

איז דאס איז הינדרעט פערצענט אקוראט! ווי ביליגער א מענשט׳ס סטענדערטס זענען ביזן חתונה מאכן, אלטס ביליגער קאסטן איהם זיינע חתונות. פוק חזי.

מען קען נישט אנקומען ביי די 40 יאר אלט, אין טוישען די סטאנדארט ווי אזוי מען האט געלעבט די ערשטע 20 יאר פון זיין חתונה געהאט, וואס דאס איז פון בערך די צוואנציג בין די פערציג. דברים פשוטים.

אשר על כן אפי׳ מען האט דאס געלט פאר לעבן אויף א העכערע סטאנדארט און אפי׳ מען לייגט שיין אוועק פאר צי חתונה מאכן די קינדער געב איך א עצה טובה צי טוהן א זאך וואס ארבייט טויזענט פערצענט! צי לעבן אין די יונגע יארן אויף א נידריגערע סטאנדארט די נידריגער וואס ס׳איז נאר שייך. און לאטס אפ די עסקנים - זיי טוהן ממילא ווייט פון געניג! צי ווייל זיי קענען נישט צי ווייל זיי טויגען נישט, די קענסט אליין טוהן צי די זאך! אז אז די לעבסט אין די יונגע יארן אויף א הויעכע סטאנדארט גרייט דיך אויף חתונות וואס גייען דיר קאסטן הינדרעט אלפים each! און קום נישט דעמאלטס שרייען ווי זענען די עסקנים!



הא הא הא......
איך פיהל מיר יעצט ממש ווי א גביר......
חאטש איינער מיינט אז איך האב א שיינער קאר........

זעהסט אמאל א קאר וואס מ'קען הערן פון דעווייטענס? קוים ווי עס רירט זיך? לכאורה איז עס מיינס.

מיין שטוב? שוין, ווילסט בילדער?

מיין בר מצוה מאכן האט געקאסט ווייניגער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן, אבער חתונה מאכן זאג איך נאכאמאל. יא ! עס קאסט אסאך מער פון 50 אלפים.

שוין מאכט זיך א יוצא מין הכלל.

ממש א שאד אויב האט איר יא געפיפען אלע יארן פון די גאס איז אסאך גרינגער צי פייפען און אראפ גיין מיט די סטאנדארט ביים חתונה מאכן. איר מאכט תנאים? שוין זייער גרינג היינט עס אראפ צי נעמען. פירנעטשער איז אויך שוין גרינג היינט - זייער גרינג אראפ צי נעמען, שבת שבע ברכות אויך גאנץ גרינג שוין היינט צי מאכן אינדערהיים מיטן ווייניג קאפעלס. מתנות געבט מען א Choice פארן חתן אדער כלה צי אויסוועלן וועלכע דריי מתנות זי אדער ער וויל. און די דריי מתנות געבט מען גאנץ שיינע זאכן לויטן בודזשעט. חתונה אין א תקנות זאל אן אפגרעידס.. מען קען שניידען אויף ארום 45 טויזענט מיט אזא סארט מהלך. מיט אביסעל דרייסט מיט סייתא דשמיא.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך rutledge » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 12:37 am

מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

אדרבה אויב קומסט אויף מיט א מהלך אז מזאל ווייטער ספענדן די זעלבע אם כן מה הועילו ?
אבער לשיתתי איז דאס אויך גיט נישט קיין חילוק ווי סווערט געספענדט

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

תגובהדורך יואל שרייבער » דינסטאג אוגוסט 11, 2020 2:10 am

rutledge האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:נישט געליינט ביז אהער אבער מיינע צוויי צענט
נעמט אויך אין קאנסידירעישן אז 90% פון די געלט וואס מגייט שפארן מיט יחדיו וואלט אנגעקומען אין די היימישע עקאנאמיע טוט מיט די אינפא וואס איר פארשטייט
1000 חתונות שפארן 25000$ ?
22 מיליון דאלער ווייניגער אין אייער עקענאמיע!
אפעקט? : די אידן צו וועם דאס געלט וואלט אנגעקומען גייען מער נישט קויפן עקסטרעס ביים מחותן אין גראסערי אדער אין זיין קליידער געשעפט!
ווען איר הערט וועגן די שפארזאמע היימליכע חתונות אין די אלטער היים לייגט צו אן אויער צו די אלטע אידן: מהאט אלטס אזוי געהונגערט אינדערהיים

דו מיינסט אז די אלע אידען גייען פון היינט אין ווייטער גיין ליידיג? זיי גייען ווייטער טוען עפעס פאר פרנסה אין די היימישע עקענאמיע,
ולי היא אז נישט, מוז די ארעמאן זיך צורייסן די הויזן, אז די קעטערער זאל זיין א ברייטע מחותן?

זארג נישט, די פאר טויזענט דאלער וואס אידן שפארן וועט אויך גיין פאר די היימישע עקאנאמיע, מ'וועט נישט שולדיג בלייבן פאר די גראסערי, און מ'וועט בעסער צאלן שכר לימוד, און רענט ועוד ועוד

אדרבה אויב קומסט אויף מיט א מהלך אז מזאל ווייטער ספענדן די זעלבע אם כן מה הועילו ?
אבער לשיתתי איז דאס אויך גיט נישט קיין חילוק ווי סווערט געספענדט


וואס הייסט מה הועילו? ער זאגט דאך אליינס, מען וועט קענען געהעריג צאלן אין גראסערי, שכ''ל, און רענט, אנשטאט ליגן אין חובות.

ביי די וועי, האסט שוין געהערט איין עקאנאמיסט זאגן אז מענטשן זאלן ספענדן צוויי דריי מאל זייערע פארדינסטן איז א געזונטע עקאנאמיע? עס זענען דא וואס האלטן אז עס איז גוט ווען מענטשן ספענדן אביסל מער ווי זיי זענען ווערט דורך קרעדיט וכדו', אבער אויפדעם זענען אויך דא אסאך חולקים.
פארדינט $40!!!
באקומט $40 ווען איר עפנט א Rakuten אקאונט, און איר קויפט איין פאר $40 אין צענדליגער אנליין סטארס.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2791
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

מוצ"ש שופטים ➡ HEAVY UPDATES‎

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש אוגוסט 29, 2020 11:24 pm

די ערשטע אין די רייע אינעם מאסיווער דורכברוך פונעם "יחדיו חתונה נאכט":
מאיאסטעטישע "עטרת חי' שרה" חתונה זאַל אין מאנסי פרעזענטירט פרישע שטוינענד ביליגע "יחדיו חתונה נאַכט פעקעדזש", יעדע נאכט פון דער וואך
דער רעוואלוציע איז אין שוואונג, און די פאקטישע טוישונגען פאסירן שוין. אין א רייע פון מערערע חתונה זאלן וועלכע זענען ערווארטעט ארויסצוקומען אין די קומענדיגע וואכן ביז ר"ח כסליו מיט זייערע "יחדיו פעקעדזשעס" צו קענען אויספירן די פאקטישע רעוואלוציע אנבאלאנגט די חתונה נאכט, מיט'ן זיך צושטעלן צו א נידריגע מינימום-צאל קאפל'ס פאר די ביליגע 'יחדיו-סטאנדארט' פרייזן, קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז דער זאל "עטרת חי' שרה" אין מאנסי איז דער ערשטער ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט מיט איר הערליכן נייעם "יחדיו פעקעדזש".

שוין א לענגערע צייט וואס היימישע מחותנים אין מאנסי באגריסן און געניסן פון דעם נאבעלן און צוגענליכן חתונה פעקעדזש וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די פארוואלטונג פון די הערליכע "עטרת חי' שרה" זאלן, וואס אנטהאלט א פולקאמע מייסטערהאפטיגע "פעקעדזש" מיט אלע נויטיגע צוגעהערן פאר א חתונה נאכט מיט פראכט און גלאנץ אויף א שפארזאמען פארנעם, צו די צופרידנהייט פון אלעמען.

אבער אצינד, אינאיינעם מיט די פארצווייגטע "יחדיו" אונטערנעמונג אין אלע קהלות קדושות בכל רחבי ניו יארק, טוען די "עטרת חי' שרה" זאלן פרעזענטירן א ממשיות'דיגע רעוואלוציע, מיט דעם דראסטישן אונטערנעמונג צו אהערשטעלן גאר עפארדעבל און קלאסישע חתונה פעקעדזשעס אויף יעדע נאכט פון דער וואך. דאס הייסט, אויב ביז היינט איז שוין געווען גאר-גינסטיגע ביליגע פעקעדזשעס אויף באשטימטע נעכט פון די וואך, וועט דער נאבעלער אונטערנעמונג אצינד אויסגעברייטערט ווערן, און ס'וועט זיין א אפציע פון א שטוינענד-ביליגע "יחדיו פעקעדזש" אויף יעדע איינציגע נאכט סיי ווען אין דער וואך!

לויט די יעצטיגע פלענער וועט דער "חתונה נאכט פעקעדזש" אין די "עטרת חי' שרה" זאלן, ענטהאלטן צוויי באזונדערע אפציעס, געאייגנט און צוגעפאסט אז יעדער מחותן זאל קענען אויסקלייבן זיין פאסיגע פעקעדזש לויט די גרויס פון זיין נאנטע-פאמיליע א.א. וו.

די ערשטע "יחדיו פעקעדזש" וועט צושטעלן די סעודת ליל החתונה פאר 75 קאפל'ס, און לייכטע ווארימע איבערבייס (האַט-פוד) פאר נאך 75 קאפל'ס, געאייגנט פאר די קאזין'ס, קרובים און ידידים וועלכע קומען וואונטשן מזל טוב דורכאויס די נאכט. דאס אלעס פאר די פרייז פון בלויז $9100, וואס קומט אויס נישט מער ווי 4,550 פער צד! ווידעראום די צווייטע גרעסערע פעקעדזש וועט צושטעלן די סעודת ליל החתונה פאר 100 קאפל'ס, און לייכטע ווארימע איבערבייס (האַט-פוד) פאר נאך 50 קאפל'ס דורכאויס די נאכט, פאר די פרייז פון $9800, וואס קומט אויס 4,900 פער צד.

אלענפאלס האנדלט זיך עס דא לכל הדעות אין א וואונדערליכע ערשיינונג וואס טוט שטעלן דעם הערליכן "עטרת חי' שרה" זאל אלס די יושבים ראשונה, זייענדיג פון די ערשטע אין די רייע פון מערערע חתונה זאלן, אין אלע היימישע געגנטער, דורך אלע קהלות, וועלכע וועלן בעז"ה נאכפאלגען דעם מאדעל גאר בקרוב, וממנו ילמדו וכן יעשו, צו פארעפענטליכן זייערע "חתונה פעקעדזשעס", פראקטיש און עפארדעבל, אין שוואונג פון די היסטארישע "יחדיו" רעוואלוציע וואס וועט בס"ד פולקאם אריינגיין אין קראפט דעם קומענדיגן ראש חודש כסלו הבעל"ט, 'יחדיו נעשה ונצליח'.

געוויס איז די פריידיגע דורכברוך צו פארדאנקן די איבערגעגעבענע הנהלה פון די מוסדות תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר מאנסי, וועלכע זענען ארויס פון זייער וועג צו העלפן אלע היימישע אידן אחים לדעה בעת שמחה. אבער גאר באזונדער ווערט אויסגעדרוקט א הערצליכן דאנק פאר'ן הויפט אינציאטער פון דעם גראנדיעזען פראיעקט, האי איש חי ורב פעלים מוה"ר משה יצחק גראס הי"ו, מחשובי עסקני קהל ויואל משה ד'סאטמאר מאנסי. ס'שוין גאנצע 10 יאר וואס הוא הגבר הוקם עול, זייענדיג דער איש אשר רוח בו ווען ער האט – צוזאמען מיט די 'חתונה תקנות' קאמיטע – באוויזן אהערצושטעלן די צוויי זאלן "כינור דוד" אין קרית יואל און "עטרת חי' שרה" אין מאנסי וואס האט שוין דעמאלס דורכגעבראכן מויערן, סיי מיט'ן וואונדערבארער DJ סיסטעם, סיי מיט'ן אראפברעגען די מינימום-צאל קאפל'ס בשעתו ביז 125 קאפל'ס, ווידער מיט'ן אראפשטעלן די זמני החתונה צו שטעלן די חופה 7:00 און ענדיגן די חתונה שפעטסטנס 1:30, צי זאל עס זיין די פאלשע בלומען וואס איז דאן געווען א ערשטמאליגער דורכברוך, און בעיקר די הויפט אויפטו פון צושטעלן א שלימות'דיגע פעקעדזש וואס רעכנט אריין אלעס פון די חתונה נאכט, פאר גאר ביליגע פרייזן.

שפעטער איז ער געווען פארמישט אינאיינעם מיט'ן קאמיטע אין די היסטארישע דורכברוך אין וויליאמסבורג דורך די סאטמאר'ע עסקנים, ביים עפענען די פראכטפולע זאלן "פרדת פיגא" און דערנאך "פרדס צבי", צוויי זאלן וועלכע האבן צום ערשטן מאל געברענגט קיין ברוקלין א מציאות פון קענען האבן א גאנצע חתונה נאכט פעקעדזש פאר אן עפארדעבל צוגענגליכע פרייז, און דערצו מיט אזא מלכות'דיגע פראכט. די זאלן זענען כהיום אזוי שטארק אויפגעכאפט, אז מען זעט שוין די געברויך צו גיין ווייטער מיט נאך זאלן, ווען מ'לויפט ממש נאך די פארוואלטונג צו קענען באקומען א 'דעיט', און ס'ממש נישט מעגליך נאכצוקומען דעם געברויך.

אצינד איז עס דער זעלבער ר' משה יצחק הי"ו וואס איז בבחינת 'אוהב מצוות לא ישבע מצוות', ער שטייט אצינד אונטער די נייע גאר-ביליגע 'יחדיו פעקעדזש' אין עטרת חי' שרה, כדי צו פארזיכערן אז יעדער זאל גרינגערהייט קענען צוקומען צו א צוגענגליכע פעקעדזש בס"ד, זייענדיג פאקטיש דערמיט דער וועגווייזער פאר די מערערע חתונה זאלן בכל רחבי ניו יארק, וועלכע וועלן גיין אין די פיסטריט, צו אפרעכטן אידישע חתונות מיט פרייליכע און לייכטע געמיטער אויפ'ן שענסטן פארנעם.

דאס ענדיגט זיך נישט דא, נאר ר' משה יצחק שטייט אצינד אין שפיץ פון יחדיו'ס חתונה-נאכט אפטיילונג, זייענדיג דער עושה ומעשה צוזאמצוברענגען אלע חתונה זאלן און זיי פאראייניגן צו די ערווארטעטע רעוואלוציע, ווי באזונדער באריכטעט.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל!


"יחדיו" שפאנט פאראויס צו לינדערן שרעקליכע חתונה-נאכט קריזיס:

15 פראמינענטע חתונה-זאל אייגענטומער וועלן אנטיילנעמען ביי ערשטמאליגע געמיינזאמע זיצונג, אין בעפארברייטונג צוצושטעלן ביליגע "יחדיו פעקעדזשעס"

היסטארישער זיצונג וועט באשליסן גענויע סדר השמחות און אירע סערוויסעס, צו ברענגען רעאליסטישע רעוואלוציע וועלכע זאל ענדליך ערלויבן פאר 'גאנץ יהדות ניו יארק' צוגענגליכע שמחות מיט אלע נויטיגע סערוויסעס

תָּשִׁית לְרֹאשׁוֹ עֲטֶרֶת פָּז...

פרעכטיגע "כתר מלכות" שטריימלעך ציט זיך אריבער צו נייע ריזן פעקטארי; פאַרדאָפּלט מאַסן פּראָדוקציע נאָכצוקומען שטייגענדע פאַרלאנג פון צענדליגער קהילות קדושות

וועט עפענען פרישע לאקאל, אינעם נייעם "יחדיו צענטער" אין "בארא פארק" – פראָדאָקטיווע זיצונגען אפגעהאלטן מיט נאך 3 פראמינענטע שטריימעל פירמעס וועלכע קוקן ארויס זיך צו אנשליסן און צושטעלן שטריימלעך לויט די אויפגעכאפטע 'יחדיו' סטאנדארטן

אינאיינעם מיט די מאסיווע אויפשאקלונג וואס שפירט זיך אין דער מארקעט פון "חתנים שטריימלעך", ווען צענדליגער קהילות קדושות, און הונדערטער חתנים פון אלע היימישע ישיבות בכל רחבי ניו יארק, זענען פולקאם אנטשלאסן זיך צו אנשליסן אין דער היסטארישער "יחדיו" רעוואלוציע, וואס טוט צווישן אנדערע גענצליך טראנספארמירן דאס איינקויפן שטריימלעך פון חתנים, קומט אריין די אפיציעלע מעלדונג פון די בארימטע "כתר מלכות" שטריימלעך פירמע, איבער א מאסיווע אויסברייטערונג אין פראדוקציע צו קענען נאכקומען דעם שטייגענדן געברויך.

"כתר מלכות שטריימלעך" איז אייגנטליך די נאבעלע פירמע וואס האט פאקטיש געברענגט מכח אל הפועל די רעוואלוציע פון פרעכטיגע שטריימלעך פאר צוגענליכע פרייזן, און אצינד, מיט א פארלאנג וואס פארברייטערט זיך מיט יעדן פארבייגענדן טאג, און וואס שפרייט זיך אויס צווישן אלע גרעסערע און קלענערע ישיבות דורכאויס גרעיטאר ניו יארק.

איז עס דעריבער א העכסט-פאזיטיווער מאמענט ווען "כתר מלכות" האט געמוזט עפענען א פרישע פארדאפלטע פאבריק אינעם ווייטן מיטל-מזרח, וואו די פראדוקציע פון די הערליכע שטריימלעך ווערט געמאכט, כדי צו איינפאך קענען נאכקומען די פארלאנגען וועלכע שטייגן פון טאג צו טאג, און צו קענען סערווירן די פרישע קהלות וועלכע שליסן זיך אן אונטער די "יחדיו" סטאנדארטן, צו אלעמענס צופרידנהייט.

די נייע פאבריק צו פראדוצירן די הערליכע אבער צוגענליכע שטריימלעך, געפינט זיך פאקטיש אין אן אנדערע לאנד ווי ביז יעצט, אבער עס איז געבליבן אין דעם זעלבן ראיאן, וואו מען געפינט און מען ארבעט אויס די בעסטע און שענסטע האר, וואס וועט בעז"ה ערמעגליכן צו פארדאפלען די הערליכע פראדוקציע און דערמיט ענטפערן דעם וואקסענדען פארלאנג פון הונדערטער חתנים וואס בעטן און פאדערן צו קויפן בלויז דעם "כתר מלכות שטריימל", און נישט קיין שום אנדערע טייערער סארט שטריימל וואס איז אומנוצליך און בלוטיגט בלויז אויס זייערע פארפלאגטע עלטערן און מחותנים.
*

אין א באזונדערע אנטוויקלונג איז אין די פארלאפענע טעג פארגעקומען א רונדע פון זיצונגען צווישן די געטרייע עסקני הקהלות אינאיינעם מיט עטליכע פראמינענטע שטריימעל פירמעס וועלכע האבן אויסגעדרוקט זייער באגער צו זיך צושטעלן און נאכקומען די "יחדיו" סטאנדארטן, זעהנדיג פון דער נאנט דעם פלאקער וואס האט ארומגענומען אלע ישיבות, וואו איבעראל פארלאנגען די חתנים ענטוזיאסטיש זיך צו אנשליסן מיט א שטארקייט אין די נייע סטאנדארטן און קויפן די צוגענליכע שטריימלעך, וואס איז דער ריכטיגער עטרה לראשם.
מיט'ן אנשלוס פון אלע קהלות קדושות בכל רחבי ניו יארק
אינערהאלב די "יחדיו" חתונה אונטערנעמונג, איז געקומען די צייט וואס אלע פארשטייען עס אז דאס איז דער נייער סטאנדארט שטריימעל וואס יעדער וויל, און וואס יעדער טוט בלויז דאס באשטעלן און קויפן, און דעריבער איז עס א פאזיטיווע ערשיינונג ווען אויך אנדערע פירמעס ארבעטן אצינד אויף פלענער צו אהערשטעלן אייגענע נאבעלע שטריימלעך, פאר צוגענליכע פרייזן.

די גענויע דעטאלן ארום די פארשריט אין דעם געביט וועט בעז"ה געמאלדן ווערן נאכדעם וואס די געטרייע "יחדיו" עסקני הקהלות, וועלן טאקע פארזיכערן אז די קוואליטעט פון די שטריימלעך זענען טאקע דויערהאפטיג און הונדערט פראצענטיג בשלימות ווי עס פאסט פאר א חתן דומה למלך, ווען אין צוגאב זענען די פרייזן גענוג צוגענליך פאר די תועלת פון די גליקליכע מחותנים.
קוקן טאקע ב
חורים, חתנים און מחותנים, ארויס מיט פרייד און ערווארטונג צו מיטהאלטן די ווייטערדיגע באריכטן און פרטים אינערהאלב די דראמאטישע אנטוויקלונגען, מיט דער טיפער פארזיכערונג אז די פרעכטיגע אבער צוגענליכע חתן שטריימלעך וועלן פאקטיש אויפטון דאס זייעריגע, צו קענען פראווען אידישע שמחות מיט א רואיגקייט און שמחת הנפש, היינט און אלעמאל.

לְחֵן וּלְכָבוֹד צְבִי תִפְאָרָה, עִטְּרָה עֲטָרָה!

וויכטיגע אסיפה אין ק"ק "ראחמיסטריווקא" לעצטן דינסטאג שופטים ברענגט שטארקע החלטות לקראת דאס איינפעדימען
דעם "יחדיו סטאנדארט"

ביי די ערנסטע אסיפה האבן זיך באטייליגט די ראחמיסטריווקא'ער "יחדיו" קאמיטע, און די קאמיטע פון די קהילות "חתונה קאסע" וועלכע העלפט די פילע בני הקהילה בעת שמחתם, אין שפיץ פונעם דיין הרה"ג רבי מאיר יוסף רובין שליט"א און הרה"ג רבי צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א' נכדי כ"ק האדמו"ר שליט"א – אקטועלע פלענער ווערן פראטאקאלירט איבער: אסיפת בני הקהילה לקראת די רעוואלוציע / ספעציעלע תנאים שטיבל דורך די קהילה / באזונדערע חתונה זאל אפציעס / און נאך
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (565.84 KiB) געזעהן 496 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, Toyota, אזוי וויל איך, אליעזר ב., זזה, יוסף פריעדמאן, למדנו חוקיך, מטעמים, משה בן יעקב, שתקן און 31 געסט