דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך מטעמים » זונטאג יוני 14, 2020 11:27 pm

קאנדעליזע רייס וואלט ווען געוועהן א קנאק פון א וויצע אויב ביידען קען איר באקומען - איינער זאגט אז בלומבערג וואלט געוועהן א גוטע ״מיניארעטי״ אויסוואל אלס מיני מייק אדער אלס די איין פראצענט.

ער מיז דאך נעמען א שווארצע פרוי למען ישמעו וייראו.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 14, 2020 11:51 pm

mosha g האט געשריבן:א פרישע באריכט פארציילט אז די ליסטע האט זיך פארשמעלערט צי פיר שווארצע פרויען, קוקט אויס ווי עס וועט זיין העריס.

דאס איז די זעלבע באריכט פון וואס איך רעד.

די באריכט איז אז עס האט זיך פארשמעלערט צו א שמאלע ליסט, וואס רעכנט אריין פיר שווארצע פרויען.

פלאס ווארן און גרישעם.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » דינסטאג יוני 16, 2020 8:54 pm

ביידען האט געהעריג באשלאסן צי רייטן אויף אסאך הויעך ראנגיגע דעמאקראטישע פאלעטישנס! מיטן איינרעדן אז ער וועט זיי נעמען פאר ווייס פרעזידענט... און זיי דארפן אדאנק דעם ארבעטן טאג און נאכט פאר אים בחינם! די נערישע חברה לאזן זיך נאך פון אים און מאכן מאסיווע פאנדרעיזערס און אויפטרעטונגען פאר ביידען... און ביידען ניצט זיי אויס די מערסטע וואס מען קען נאר. די נערישע חברה האבן אבער קיינער נישט קיין שכל און זאגן אז ביידען זאל פיקן דעם וואס ער האלט גייט אים העלפן געווינען.... און זיי זענען בכלל נישט דא פאר זיך (אה ח"ו.. דעי בלאפערס!) און זיי זענען נאר דא צי מאכן ביידען געווינען. #נעבעך_נישט_דא_קיין_שכל?!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג יוני 16, 2020 9:13 pm

mosha g האט געשריבן:ביידען האט געהעריג באשלאסן צי רייטן אויף אסאך הויעך ראנגיגע דעמאקראטישע פאלעטישנס! מיטן איינרעדן אז ער וועט זיי נעמען פאר ווייס פרעזידענט... און זיי דארפן אדאנק דעם ארבעטן טאג און נאכט פאר אים בחינם! די נערישע חברה לאזן זיך נאך פון אים און מאכן מאסיווע פאנדרעיזערס און אויפטרעטונגען פאר ביידען... און ביידען ניצט זיי אויס די מערסטע וואס מען קען נאר. די נערישע חברה האבן אבער קיינער נישט קיין שכל און זאגן אז ביידען זאל פיקן דעם וואס ער האלט גייט אים העלפן געווינען.... און זיי זענען בכלל נישט דא פאר זיך (אה ח"ו.. דעי בלאפערס!) און זיי זענען נאר דא צי מאכן ביידען געווינען. #נעבעך_נישט_דא_קיין_שכל?!

איך פארשטיי נישט.
די האסט טענות אויף א גוי אז ער טוט עס? במילא א איד ביסטו גערעכט,
אבער א גוי?
פארקערט דאס ווייזט אז די גאנצע טראמפ סופין אז ביידן קאלכט איז א קאנספיראציע. ער לעבט אויף אלע באקן!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » דינסטאג יוני 16, 2020 9:25 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:

ווי לעבט ער און לאכט? אין זיין איינגעשפארטע בונקער?

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » דינסטאג יוני 16, 2020 10:58 pm

יא. די וועלט איז פארגעשריטן היינט!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:47 pm

פרוי קלאובאטשער האט זיך ארויסגעצויגן פון די ליסטע פון ווערן קאנסידערט פאר וויצע פרעזידענט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:48 pm

'מען האט איר' ארויסגעצויגן... כ'מיין ארויסגעשליידערט...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 18, 2020 10:50 pm

וואס הייסט? קענסטעך מסביר זיין?

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:10 pm

קלאובאטשער רעקאמאנדירט ביידען צו נעמען פאר וויצע א "וואמען אוו קאלאר"

---
עס לייגט ווארען אין א שטיקל קארנער

מעגליך אינדיאנער אפשטאם הייסט אויך קאלירט :wink:

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג יוני 18, 2020 11:14 pm

קלאובאטשער האט אליין ארויסגעבעקט ?
וואס איז די מעשה ?

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » פרייטאג יוני 19, 2020 1:46 am

קוקט אויס ווי די טיעם ביידען האט באשלאסן אז עס איז צייט צו גיין מיט א שווארצן.

אבער מען האט (צוליב איר וויכטיגע אינדארסמענט?) געגעבן דעם טשאנס פאר קלובעטשאר זאל דאס אליין מעלדן, און נאך זיין א העלד (פארן פארלאנגען א שווארצער) און ארויסגיין ווי א מלך אנשטאט ווי א לוזער.

די אינטערנעט און די נייעס זענען פארנימען מיט איר, און ביידען און זיין טיעם האבן איר שוין זייער שיין אויסגעטוויט. זי האט נאך א פיינע פיוטשער אין פאליטיקס.

ביידען/העריס?... דעטאלן וועלן נאכפאלגן...

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך abeg » פרייטאג יוני 19, 2020 9:03 am

נקדימון האט געשריבן:קלאובאטשער רעקאמאנדירט ביידען צו נעמען פאר וויצע א "וואמען אוו קאלאר"

---
עס לייגט ווארען אין א שטיקל קארנער

מעגליך אינדיאנער אפשטאם הייסט אויך קאלירט :wink:

זינט די פיספאלפראטעסט# ברױכט מען אינאכט נעמען אז װײס איז אױך א קאליר

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 19, 2020 4:15 pm

עמי האט איינגעזען אז מען וועט איר נישט נעמען, האט זי געמאכט א ארויסטריט בדרך כבוד, און אין איינוועגס אויפגעטון אז מען זאל עס נישט געבן פאר ווארן.

יעצט הייסט לויט סורסעס, אז עס איז בעיקר א צוויי וועג פארמעסט צווישן העריס און דעמינגס, טראץ די נידעריגערע נעים רעקאגנישן, האט דעמינגס לעגיטימע שאנס, ווייל אינסיידערס זארגן זיך אז העריס' פראסעקיוטער רעקארד קען ווערן אראפגעריסן דורך די לעפט און טראמפ.

(ביידן האט פארשפראכן צו שטעלן א שווארצע פרוי צום סופרים קארט, פשטות אנשטאט גינזבורג וועלכע וועט לכאורה רעטייערן אויב ביידן קומט אריין, פארשטיי איך אז העריס וואלט באקומען די נאמינאציע אויב זי איז נישט וויצע פרעזידענט.)
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג יוני 19, 2020 4:26 pm

צל עובר האט געשריבן:עמי האט איינגעזען אז מען וועט איר נישט נעמען, האט זי געמאכט א ארויסטריט בדרך כבוד, און אין איינוועגס אויפגעטון אז מען זאל עס נישט געבן פאר ווארן.

אגב, עס איז שוין דער צווייטער מאל זי טרעט אפ.

ביידע מאל אויף א בכבוד'יגער אופן

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 19, 2020 4:49 pm

זי איז א מאכטפולע אפטרעטער.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך נקדימון » פרייטאג יוני 19, 2020 5:06 pm

אוודאי, דו האלטסטעך זי זאל פארבלייבן אווי דער מאכטפולער קעיסיג

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג יוני 19, 2020 5:39 pm

איז עס נישט ראסיזם אויסצושליסן ווייסע און מענער פון קענען זיין וויצע פרעזידענט?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13206
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג יוני 19, 2020 7:08 pm

קענסט עניטיים שטימען פאר טראמפענס
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג יוני 19, 2020 7:37 pm

לכאורה האט געשריבן:קענסט עניטיים שטימען פאר טראמפענס

דאס פלאן איך צו טוהן.
איך שטים נישט פאר קיין ראסיסט!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » מאנטאג יוני 22, 2020 9:19 pm

איך מיין אז די עולם ווייסט שוין גייט ווי עס קוקט אויס. מיסיס העריס זיין ווייס פרעזידענט. גרייט אייך אן די ביינער פאר די מלחמה גדולה וואס זי וועט אראפלייגן. ווי אויך קען מען ריפן חברה קדישה צו די מייק פענס קעגן העריס דיבאטע. לדעתי גייט זי אים צימאלן און ציפיצלען און טראמפ וועט דורך דעם פארלירן אסאך שטיצע.

זייטס גרייט פאר ביידען/העריס עלעקשן
לעצט פאראכטן דורך mosha g אום מאנטאג יוני 22, 2020 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 22, 2020 9:25 pm

איך גלייב שווער אז ער וועט אויסקלייבן העריס, עס וואלט געווען א מיסטעיק.

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך mosha g » מאנטאג יוני 22, 2020 9:46 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך גלייב שווער אז ער וועט אויסקלייבן העריס, עס וואלט געווען א מיסטעיק.

אלס וואס וואלט עס געווען א מיסטעיק? וועם האלטסטו ער זאל נעמען?

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 22, 2020 9:49 pm

העריס איז נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען.

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: דעמאקראטישע וויצע פרעזידענט אויסוואל 2020 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » מאנטאג יוני 22, 2020 9:50 pm

mosha g האט געשריבן:איך מיין אז די עולם ווייסט שוין גייט ווי עס קוקט אויס. מיסיס העריס זיין ווייס פרעזידענט. גרייט אייך אן די ביינער פאר די מלחמה גדולה וואס זי וועט אראפלייגן. ווי אויך קען מען ריפן חברה קדישה צו די מייק פענס קעגן העריס דיבאטע. לדעתי גייט זי אים צימאלן און ציפיצלען און טראמפ וועט דורך דעם פארלירן אסאך שטיצע.

זייטס גרייט פאר ביידען/העריס עלעקשן

האלט אייך רואיג, רופט נאכנישט די חברא קדישא.
א וויצע פרעזידענט דעבאטע האט קיינמאל נישט אויסגעמאכט צופיל,
און מען פארלירט נישט קיין סאך שטיצע צוליב דעם.

אגב, לויט די 2016 דעבאטע, קוקט פענס נישט אויס ווי איינער וואס לאזט זיך צופיצלען. ער איז טאקע נישט דער גרויסער מאכטפולער רעדנער, אבער איז גאנץ א סטראטעגישער דיבעיטער. האלט זיך צו א סטרוקטור, לאזט זיך נישט פארדרייען פונעם נושא.
העריס איז זיכער בעסער פון טים קעין, אבער פענס איז אויך נישט אוועקצומאכן.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: glow, PetalBot, א חסיד, אינדיאנער, גראסערי מאן, יישר כח און 36 געסט