פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 11, 2020 4:53 pm

ברוכים הבאים

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 11, 2020 4:53 pm

בערני סאנדערס זאגט היינט אז די שאנסן אז ער זאל לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 למספרם זענען זייער זייער שמאל און אז מען זאל ענדערש ערווארטן אז עימיצער אנדערש זאל טראגן די פראגרעסיווע פאן פאראויס

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 11, 2020 5:00 pm

נתנא' רעקיטש האלט אז אויב ביידן געווינט וועט דאנעלד טראמפ זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין 2024.

(ביידן אליינס איז אנגענומען אז עס איז גאר שטארק מעגליך אז ער וועט נישט לויפן פאר ריעלעקשן, און אויך האלט מען אז נישט קיין חילוק ווער עס וועט געווינען אין 2020 איז דא א גרויסע טשענס אז די וויצע פרעזידענט קאנדידאט פון די דעמאקראטן אין 2020 וועט זיין די פרעזידענט קאנדידאט אין 2024.)
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 11, 2020 5:01 pm

roll: :roll: :shock: :oops: ry:
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 11, 2020 5:06 pm

ביידן גייט 99% נישט קענען לויפן פאר ריעעלעקשאן, ער גייט שוין מסתם זיין אין קבר, און וועגן דעם קען איך נישט פארשטיין פארוואס ער גייט נעמען א פרוי פאר וויצע פרעזידענט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך Programming » מאנטאג מאי 11, 2020 5:32 pm

אמער?

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 11, 2020 5:51 pm

קען זיין דו האלטסט אז עיברעמס קען זיין פרעזידענט, איך נישט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך Programming » מאנטאג מאי 11, 2020 7:19 pm

פארוואס נישט? טראמפ קען זיין? א פארקיילעכטער ביידען קען זיין נאר עיברעמס נישט?

מטעמים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מאי 11, 2020 10:34 pm

איך מיין עס גייט לויפען מייק פענס פאר די רעפבוליקאנע פארטיי קעגן מעיאר פיעט בוטיזשעדזש פאר די דעמאקראטישע פארטיי.
אט אט קומען שוין די ימי הרחמים והסליחות!

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג מאי 12, 2020 2:07 am

Programming האט געשריבן:פארוואס נישט? טראמפ קען זיין? א פארקיילעכטער ביידען קען זיין נאר עיברעמס נישט?

ניים טראמפ קען נישט זיין.
טאקע די סיבה וואס מאכט מיך וואטן פאר ביידן, זיים עקספיריענס, דאס לאזט מיך נישט וואטען פאר עיברעמס.

איך ווייס נישט וועגן דיך, אבער ביי מיר איז "כמעט געוואונען א גאווערנער'ס רעיס" נישט גענוג צו קענען זיין פרעזידענט.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

לעב און שטרעב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:12 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך לעב און שטרעב » דינסטאג מאי 12, 2020 7:50 pm

מאכט'ס ענק נישט נאריש, עליזאבעט ווארען גייט זיין פרעזידענט פון 2023 ביז 2033.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:08 am

לעב און שטרעב האט געשריבן:מאכט'ס ענק נישט נאריש, עליזאבעט ווארען גייט זיין פרעזידענט פון 2023 ביז 2033.

"אויב" ביידן געווינט. שוואכע שאנסן!
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

פרישע קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פרישע קוגל » מיטוואך מאי 13, 2020 12:11 am

לעב און שטרעב האט געשריבן:מאכט'ס ענק נישט נאריש, עליזאבעט ווארען גייט זיין פרעזידענט פון 2023 ביז 2033.

:lol: :lol: זייער הנאה פון די ווארט, אבער מ'האלט נאכנישט דארט. מיין מיינונג איז אז ביידן גייט עס נישט מאכן.
העמער זען בקרוב
איך פלעג אויך צומאכן שטייט די פריזשערעטער צו זען ווען די לייט לעשט זיך אויס...

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 13, 2020 12:42 am

כמות שהוא מאכט עס ביידן בגדול. טראמפ האט מיאוס פארלוירן זיין אויבערהאנט וואס ער האט געהאט ביי די עלטערע אמעריקאנער (די מאוסט רילייעבל וואוטינג בלאק).

ביידן סטראגלט טאקע מיט יונגע וויילער אונטער 45, (ד.ה. ער האט א ריזיגע אויבערהאנט אויף טראמפ דארט אבער מען האט זייער מורא זיי וועלן זיך נישט אנשטרענגען ארויסקומען שטימען פאר ביידן) אבער מיט די שטיצע פון די סאבורבס (וואס זענען געגאנגען פאר טראמפ היבש מער ווי די קלינטאן קאמפיין וואלט געוואלט, אבער אין 2018 זענען זיי געגאנגען דעמאקראטיש) און יעצט אויך די עלטערע (וואו טראמפ האט געהאט א שיינע אויבערהאנט, און יעצט איז ער היפש אראפ) שטייט נאכאלס ביידן גאר גוט.

אין אנדערע ווערטער, אפילו מען זאל הייבן די וואוטינג עיזש צו 45, איז ביידן אין גאר א באקוועמע פאזיציע צו געווינען. פארשטייט זיך דאס איז נאר יעצט, זאכן קענען זיך דראסטיש טוישן.

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3636
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פער בריסטאו » מיטוואך מאי 13, 2020 1:00 am

יא! א פרישע אשכול אפיר צו נעמען נאוועמבער 3 און געבן א לאך.

איך לאך שוין נישט, ווייל איך הער עס אין מקוה (ווען ס’נאך געווען אפען) פון יענער וואס מישט די וואסער.

דער עולם כאפט נישט דא ווי מאכטפול טראמפ איז, די סיילענט מעזשאריטי איז פונקט אזוי שטארק ווי אין 2016. די מידיע טרייט אנצידרייען א מצב כאילו טראמפ איז שוואכער מיט תירוצים אהער אדער אהין.

ביידן איז עקשעלי גאר א שוואכער קאנדידאט בכלל, ער איז אביסל העכער אין די פאולס וועגן דער עולם איז עימאושענעלי דיסטערבט פון די ווירוס וואס גייט פאר. געב אפאר וואכן און טראמפ איז בעק אן סטעיטש, און ביידן וועט מאכן סליפי ראליס מיט אפאר חברה העכער די 45!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך אביסל טיפער » מיטוואך מאי 13, 2020 1:43 am

פער בריסטאו האט געשריבן:יא! א פרישע אשכול אפיר צו נעמען נאוועמבער 3 און געבן א לאך.

איך לאך שוין נישט, ווייל איך הער עס אין מקוה (ווען ס’נאך געווען אפען) פון יענער וואס מישט די וואסער.

דער עולם כאפט נישט דא ווי מאכטפול טראמפ איז, די סיילענט מעזשאריטי איז פונקט אזוי שטארק ווי אין 2016. די מידיע טרייט אנצידרייען א מצב כאילו טראמפ איז שוואכער מיט תירוצים אהער אדער אהין.

ביידן איז עקשעלי גאר א שוואכער קאנדידאט בכלל, ער איז אביסל העכער אין די פאולס וועגן דער עולם איז עימאושענעלי דיסטערבט פון די ווירוס וואס גייט פאר. געב אפאר וואכן און טראמפ איז בעק אן סטעיטש, און ביידן וועט מאכן סליפי ראליס מיט אפאר חברה העכער די 45!

גוט ארויסגעברענגט, צו ביידן גייט געווינען אדער צו נישט, ווייסט ווייסט נאר די ממליך מלכים ולו המלכה,
אבער על פי דרך הטבע, צו זאגן, בעיסט אויף די פאולס און די אויבן דערמאנטע פאקטן, אז ביידן גייט זיכער געווינען איז פאלש...!
ספענט 30$ און באקומט צוריק 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 13, 2020 1:52 am

The not so silent majority actually gave Clinton a pretty substantial Majority, almost 3 Million votes more

אוועטאר
סטיטשינער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 13, 2020 2:38 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:ביידן גייט 99% נישט קענען לויפן פאר ריעעלעקשאן, ער גייט שוין מסתם זיין אין קבר, און וועגן דעם קען איך נישט פארשטיין פארוואס ער גייט נעמען א פרוי פאר וויצע פרעזידענט.

אויב די פרעזידענט לויפט נישט מיינט עס אטאמאטיש אז זיין וויצע גייט זיין די נאמעני? וואס עפעס?

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 13, 2020 3:49 pm

סטיטשינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:ביידן גייט 99% נישט קענען לויפן פאר ריעעלעקשאן, ער גייט שוין מסתם זיין אין קבר, און וועגן דעם קען איך נישט פארשטיין פארוואס ער גייט נעמען א פרוי פאר וויצע פרעזידענט.

אויב די פרעזידענט לויפט נישט מיינט עס אטאמאטיש אז זיין וויצע גייט זיין די נאמעני? וואס עפעס?

איך האב געמיינט צו זאגן אז כ'האלט אז ביידן גייט נישט דורכלעבן זיין ערשטע טערמין, און זיין וויצע גייט איבערנעמען, און וועגן דעם דארף ער שטארק וואטשן אז ער נעמט א וויצע וואס קען זיין פרעזידענט, און כ'פארשטיי פארוואס ער האט צוגעזאגט צו נעמען א פרוי.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 13, 2020 3:59 pm

אויב ביידען געווינט, בין איך באזארגט איבער די רעפובליקאנער פארטיי'ס פיוטשער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך באקסער בוים » מיטוואך מאי 13, 2020 4:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אויב ביידען געווינט, בין איך באזארגט איבער די רעפובליקאנער פארטיי'ס פיוטשער.

אלץ וואס?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

הצלחה_רבה
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 11:05 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך הצלחה_רבה » מיטוואך מאי 13, 2020 4:36 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אויב ביידען געווינט, בין איך באזארגט איבער די רעפובליקאנער פארטיי'ס פיוטשער.


קענסטו זיך ביטע מסביר זיין??
(איך וואלט פארשטאנען פארקערט)

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 13, 2020 4:38 pm

קוק! קוק! כאפ א בליק אויף די דירעקשאן וואו דאס לאנד פארט...
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג מאי 14, 2020 2:46 am

זארג דיר ענדערש פאר די צושמעשטע טאריס אויף צפון זייט גרעניץ, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן יא שמאל געווינען די פאפעלער וואויט, יעצט שטעל דיר פאר נעקסטע מאל אויב זיי גייען טאקע פארלירן מיט 10-15 פוינטס ווי די אנקעטעס צייגן יעצט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: פרעזידענט פארמעסט 2024 למספרם

תגובהדורך קענטאקי » דאנארשטאג מאי 14, 2020 6:55 pm

פאלגענד שטעל איך ארויף א ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע, באגלייט מיט א שטיקל ביאגראפיע און עטליכע קורצע אנעקדאטן אויף יעדן קאנדידאט.

דאס איז געבויט מיט די הנחה אז טראמפ וועט געווינען ווידערערוויילונג, כאטש וואס עפ"ר איז עס אקטועל אפילו ער געווינט נישט.
די נעמען זענען געשריבן אן קיין ספעציעלן סדר, חוץ פון די ערשטע פאר קאנדידאטן.

דאנאלד טראמפ דזשוניאר.) דער עלטסטער זון פונעם פרעזידענט. איז שטארק פאפולער צווישן קאנסערוואטיוון אין די לעצטערע יארן, זינט זיין פאטער איז אויפ'ן בענקל. קוקנדיג אויף זיין אויפפירונג, לאזט זיך גלייבן אז ער וועבט פלענער איבער א פרעזידענטליכער געלויף.
אבער אסאך זענען ביי די מיינונג, אז טראמפ וועט נישט לאזן זיינע קינדער לויפן, צוליב פארשידענע סיבות, סיידן ס'מאכט זיך נישט קיין לייטישער קאנדידאט.

איוואנקא טראמפ.) טאכטער און ראטגעבער צום פרעזידענט. שפילט צומאל די ראלע פונעם פוירסט לעידי. אין קאנטראסט צום ברודער, איז זי שטארק דיפלאמאטיש, אטאקירט נישט קיינמאל, ווי עס פאסט זיך פאר א אידישע טאכטער.
פארשטייט זיך אז אויב עמיצער פון די טראמפ פאמיליע זאל באשליסן צו לויפן, דאן טוישט דאס דעם גאנצן בילד, און עס פאלן אוועק רוב פון די נאכפאלגענדע נעמען.

מייק פענס.) וויצע פרעזידענט. געוועזענער גאווערנער פון אינדיאנא. א שטארק קאנסערוואטיווער רעקארד. אסאך עקספיריענס אין יעדן אפטיילונג פון גאווערמענט. לאזט זיך נישט קיין סאך הערן אלס וויצע. ער וועט מסתמא נאטורליך אריינקומען אלס פראנטראנער. אבער ס'שווער צו זעהן וויאזוי טראמפ שטיצער זאלן זיך צוכאפן צו אזא סארט מענטש, וועמען טראמפ וואלט געוויס באצייכנט אלס לאו ענערדזשי.

ניקי העילי.) געוועזענע אמבאסאדארין צו די יו-ען. געדינט אלס גאווערנער פון סאוט קאראליינע. פאפוליסטיש געשטימט. איר קאנדידאטור ווערט שטארק געשטופט אין די מידיא. זי איז אן עסטעבלישמענט אויסוואל, וועלכע אפעלירט אויך צו קאנסערוואטיוון. איר נאמען פיגורירט אויף יעדע ליסטע איבער 2024 שפעקולאציעס.

טעד קרוז.) סענאטאר פון טעקסאס. ראנער-אפ פון די 2016 פריימעריס. ווערט פאררעכנט ווי א העלד ביי די טי פארטי. ערשטקלאסיגער רעדנער, און טשאמפיאן דעבאטירער. האט עקספירינס אין פירן גרויסע קאמפיינס. אבער מוטשעט זיך מיט א שטארקע לייקעבילעטי פראבלעם, און ווי אויך איז ער נישט קיין פנים חדשות- א חסרון היינטיגע טעג.

מייק פאמפעאו.) סעקרעטערי אוו סטעיט. געוועזענער קאנגרעסמאן. העכסט רעספעקטירט. גאר אן אינטעליגענטער פערזאן, כאריזמאטיש, דארף צו זיין א גוטע דעבאטירער. ער ווערט געזען אלס אן ערנסטער קאנדידאט, אויב זאל ער טאקע לויפן.

פאול רייען.) געוועזענער האוז ספיקער. ראמני'ס 2012 מיטלויפער. ארבעט היינט פאר פאקס ניוז. ער וועט האבן א הארד טיים, זייענדיג אויף טראמפ'ס שווארצע ליסטע.

מארקא רוביא.) סענאטאר פון פלארידע. ער האט גענאסן פון ברייטע נאפאלגערשאפט אין די 2016 פארמעסט, אבער האט זיך ארויסגעצויגן דערפון, צוליב מאנגל אין שטימען. זיין הויפט מעלה דאן, איז געווען זיין יונגקייט און פרישקייט, א זאך וואס ער פארמאגט שוין נישט דאס מאל.

ריק סקאט.) געוועזענער גאווערנער, און איצטיגער סענאטאר פון פלארידע. א פריער טראמפ שטיצער. געווען אין די ביזנעס סעקטאר רוב פון זיין לעבן, א מולטי מיליאנער. האט עקספיריענס אין פירן סוקסעספולע קאמפיינס.

ראן דעסענטיס.) גאווערנער פון פלארידע. שטארק טראמפ פריינטליך. פאפולער אין זיין סטעיט, צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך.

קריס קריסטי.) געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי. אומסוקסעספול געלאפן פאר פרעזידענט אין 2016. ער האט א מויל ווי קיינער אנדערש, כאטש וואס געוויסע קוקן דאס אן אלס שלעכטיקייט. זיין טאלאנט וועט אים דארפן גוט דינען, כדי ס'זאל נאך ווערן עפעס פון אים.

דזשאש האולי.) סענאטאר פון מיזורי. דער יונגסטער סענאטאר פון אמעריקע. ווערט געזען אלס גאר שטארקע שטערן ביי די קאנסערוואטיווער באזע. ער איז אמביציעז און קעמפעריש געשטימט.

דאן קרענשאו.) קאנגרעסמאן פון טעקסאס. אין 2012, דינענדיג אלס נעיווי סיעל, איז ער שווער פארוואונדעט געווארן, און איז זינט דאן בלינד אויף איין אויג. ער איז לעצטנס היבש פאפולער, און ווערט פאררעכנט צווישן די ערנסטע קאנדידאטן. דער בולט'דיגער פעלער, געבט אויך פיל צו צו זיין העלדישן אנזען.

טאם קאטאן.) סענאטאר פון ארקענסאו. שטרענג קאנסערוואטיוו. יונג און ענערגיש. מאכט אפשר נישט גענוג א באזעסענעם איינדרוק.

רענד פאול.) סענאטאר פון קענטאקי. דער איינציגער אמת'ער ליבערטעריען אין סענאט. ער וועט מסתמא ממשיך זיין דעם דרך אבותיו, און לויפן פאר פרעזידענט, כאטש זיינע שאנסן זענען ערגעץ אין די געגנט פון זערא.

מעט געיטס.) קאנגרעסמאן פון פלארידע. פאפולער צווישן רעפובליקאנער. גאר שטארק געטריי צו טראמפ, און שטאלצירט דערמיט ביי יעדע געלעגנהייט.

סערא פעלין.) געוועזענע גאווערנער פון אלאסקא. דזשאן מעקעין'ס 2008 מיטלויפערין. באליבט ביי קאנסערוואטיוון. זי פירט שוין א מלחמה מיט די מידיא, נאך פון לאנג בעפאר ס'געווען אין סטייל. טראמפ'ס ערשטע און וויכטיגסטע אינדארסמענט אין 2016. זי ווייסט גאר גוט וויאזוי אויפצוהייטערן אן עולם. איר קאנדידאטור קען שפילן א שטארקע ראלע. כאטש די שאנסן אז זי זאל בכלל לויפן זענען זייער קליינע.

טים סקאט.) סענאטאר פון סאוט קאראליינע. אן אפריקאנער אמעריקאנער. געטריי צו זיין פארטיי און צום פרעזידענט.

דזשאן קעיסיק.) געוועזענער גאווערנער פון אהייא. אומערפאלגרייך געלאפן אין 2016. א נעווער טראמפער ביז'ן היינטיגן טאג. ער האט זיך געשאפן אביסל א נאכשלעפערישן רושם, פארבלייבנדיג מיט עקשנות אינעם פארמעסט ביז צו איר ענדע, טראץ וואס זיינע שאנסן זענען שוין געווען פארזיגלט.

בען שפירא.) פאליטישער קאמענטאטאר. ארטאדאקסישער איד. אין די לעצטע פאר יאר, האט ער באוויזן, אין א גאר יונגן עלטער, איינצונעמען די וועלט, מיט זיינע בליציגע געדאנקען און אומבאזיגבארע דעבאטעס. ער האט לעצטנס געלאזט פאלן ווערטער, איבער א מעגליכן קאמפיין צום ווייסן הויז, אויב ס'טרעפט זיך נישט קיין געלונגענער קאנדידאט, לויט זיין מיינונג. אנאליסטן געבן א שוואכער שאנס דאס זאל פאסירן.

סקאט וואקער.) געוועזענער גאווערנער פון וויסקאנסין. ער האט פרובירט זיין מזל אין 2016, אנפאנג געווען גאנץ שטארק, אבער זיך פריצייטיג ארויסגעצויגן, נאך שוואכע דעבאטע פערפארמענס. ס'איז שווער צו זעהן וויאזוי ער זאל פונקט דאס מאל יא מצליח זיין.

איך האב מער ווייניגער געשריבן אלע באקאנטע נעמען וועלכע איך געדענק יעצט אויפ'ן מינוט, יעדער איז מכובד מוסיף צו זיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נודניק, פוילישער קארגער און 24 געסט