טראוועי האט געשריבן:גאלדגרוב האט געשריבן:נישטאמת האט געשריבן:גאלדגרוב האט געשריבן:ר' מאיר ישראל איז די איינציגסטע קינד בזיווג ראשון פון אביו ר' שמעון ע''ה וואס האט איבערגעלעבט די קריג. פון זיווג שני האט ר' שמעון געהאט הרב אלטר משה גאלדבערגער מאורשיווא ואחיו ר' שלמה מיכל ור' יושע, אשת ר' הערשל קלאר, גוטמאן, ליבערמאן.
ווי האט ער איבער געלעבט? געווען א 10 יעריג קינד
אין דעברעצין לכאורה.
מונקאטשער רב האט געהייסן פאר רי חיים הערש גב א שטיק צייט פאר די קריג ער זאל זיך ציען קיין רומעניע אין אזוי איז גאנץ משפחת גב געראטעוועט געווארן
ר' חיים הערש האט געוואוינט אין עטשעד, און געהאט א גוי וואס האט געעפענט א ביזנעס קאמפאטישען מיט אים, איז ער געגאנגען צו מונקאטשער רב זיך מזכיר זיין האט ער אים געהייסן ער זאל זיך אוועקציען, איז ער געפארן קיין דעברעצין, און פון דעברעצין איז געווען איין טראנספארט וואס איז געראטעוועט געווארן קיין עסטרייך
ר' מאיר ישראל ז"ל וואס איז נתייתם געווארן פון זיין מאמע, בנוסף וואס זיין טאטע איז געווען אין מונקא טאבאר, איז געפארן איינשטיין ביים זיידן אין דעברעצין, און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן
איך מיין אז דארט זענען אויך געווען צוזאמען די קינדער פון ר' יצחק ב"ר חיים צבי, האחים ר' אלעזר ע"ה ויבלח"ט ר' ישראל ור' אנשיל