ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך ישראל_הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:02 am

הלשון האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' אליעזר דוד לעבאוויטש

זיך געדרייט אין סאטמאר קליימער?


יא. געוואינט בשכינות.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:16 am

ליינער האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' אליעזר דוד לעבאוויטש

יא ר׳ אליעזר דוד איז שוין אויך נישטא. איך קען עס נישט גלייבן. געווען נאנט מיט אים. ער האט געהאט זייער אסאך צו פארציילן פון די ערשטע יארן אין אמעריקא מיטן רבי׳ן זי״ע. ער איז געווארן א יתום ל״ע אלץ קליין קינד. זיך געדרייט אסאך ביים רבי׳ן. דער רבי פלעגט זייער מקרב זיין די יתומים. ער פלעגט שטיין ביים טיש ממש נעבן רבי׳ן.

די לעצטע יארן ווען ער האט שוין ריטייערט האט ער מקדיש געווען דעם טאג כלו לה׳. אויך פלעגט ער טיילן גאר אסאך צדקה. איין טאג אין יעדן חודש פלעגט ער טיילן הונדערטערס פאר יעדן ארץ ישראלדיגן חתן וואס איז געקומען.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:23 am

ר' אליעזר דוד איז געווען פון די "פני" ביים שיעור פון ר' פייוול קליין, כמעט יעדן טאג האט ר' פייוול דערמאנט זיין נאמען "ר' אליעזר דוד זאגט"... ווער רעדט נאך ווען ס'איז געקומען צו ספירת העומר, האט מען שוין געוואוסט אז ער האט די חזקה צו אראפלייגן דעם ספירה ציילן מיט זיין באסאווע און געשמאקע תנועה. א וועלט געווען.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:24 am

ווען און וואו גייט זיין די לוי'?

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:26 am

וואס איז געווען מיט איהם?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:28 am

שוין נישט געזונט געווען א שטיק צייט.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך Amazing » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 12:56 am

צולייגער האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ר' אליעזר דוד בן הרב ר' ברוך יודא ז"ל
אחי האדמו"ר מניקלשבורג, ר' ברוך מרדכי, ר' נפתלי

טאטע מיט א זון האבן געהייסן ברוך

דער טאטע איז אוועק בעפאר. ער הייסט ברוך מרדכי יודא (ברית געווען פורים)

כידוע האט די רבי זצ''ל דעמאלטס געמאכט די להכניסו ווארשיינליך די ערשטע מאל די התרגשות איז געווען גאר גרויס

ווי אלט איז ר' אליעזר דוד געווען?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

Kollel
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך Kollel » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 1:03 am

Amazing האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ר' אליעזר דוד בן הרב ר' ברוך יודא ז"ל



ווי אלט איז ר' אליעזר דוד געווען?

79
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

nemtudom
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 5:41 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך nemtudom » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 1:09 am

Baal Koreh Mimcha/Mincha
למד לשונך לומר איני יודע (ברכות ד.)
Pardon my English, obviously I don't have now a Yiddish keyboard

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 1:28 am

זיין סליחות ער"ה ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 1:55 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' אליעזר דוד לעבאוויטש

ווער זענען זיינע קינדער ?


ר' משה יודא ע"ה (יארצייט געוווען 2 טעג צוריק י"ג אב)
ר' חיים יואל נ"י
ר' יעקב יוסף וואלדמאן נ"י
ר' יושע אייזן נ"י
ר' .. גאלדשטיין נ"י

דער איינציג פארבליבענער זוהן, ר' חיים יואל, וואוינט היינט אין ירושלים עיה"ק
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

גיזוגט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 05, 2015 1:09 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך גיזוגט » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 3:10 am

ליינער האט געשריבן:בד"ה הרה"ח ר' אליעזר דוד לעבאוויטש

בד"ה
ער פלעגט קומען א יעדע יאהר אויף ל"ג בעומר צו רשב"י, נאך פון פאר שבת, בדר"כ פלעגט ער וויילן א שבת פאר דעם און ירושלים
דע תפילות האט ער געדאוונט ליל שבת אין ביהנ"ד אהל רחל (פארשטייט זיך מיט א ספירת העומר "הידוע")
בייטאג אין ביהמ"ד ויואל משה, מפלעגט אים מכבד זיין מיט פרקי אבות...
יהי זכרו ברוך

בר חכים
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 12:19 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך בר חכים » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 4:12 am

חבל על דאבדין

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 6:53 am

אוי וויי ברוך דיין האמת

רעב לעיזער דוד דיין אנוועזענהייט האט אריינגעברענגט א שמחה ווי די האסט נאר אריינגעטרעטן ועתה אהה

געווען פון די פני אין ביהמ״ד הגדול דסאטמער, זיך געהאט זיינע חזקות ביים ברעטל, פריע מנין מנחה שבת נאכמיטאג, שמחת תורה צופרי אין פאליש וכו׳
געהאט אייביג א גוט ווארט צו זאגן, זיך אראפגעלאזט צו יעדן איינעם

פארטיילט א געוואלד מיט צדקות בהסתר ובהצנע לכת ובפרט פאר חתנים פון ארץ ישראל, זיי האבן אלע געוויסט אז מדארף גיין מום זעקסע מנין אין קליוולאנד

כידוע ווען זיין טאטע איז אוועק און איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים האט רביה״ק מסאטמער זי״ע מיט הרבנית הצדיקת די רעביצען זיי ממש אויפגעצויגן ווי אייגענע קינדער און ר׳ אליעזר דוד האט דולה ומשקה געווען מתורת רבו לאחרים מיט אזא ארגינעלקייט און געשמאק

אוי ער האט אסאך מיטגעמאכט בחייו אבער סאיז געווען אבלו בפנים וצהלה מבחוץ, א זעלטענע נשיאת חן און שמייכל

יהא זכרו ברוך ובגן עדן תהא מנוחתו
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 8:53 am

BDH: Hrhc”h Lazer Duvid Lebowitz U”h (79yr WB) Lavaya 11:00am Bihm”d Clymer, to Viznitz Bihc”h in Long Island.
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 9:27 am

Kollel האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ר' אליעזר דוד בן הרב ר' ברוך יודא ז"ל



ווי אלט איז ר' אליעזר דוד געווען?

79

שטימט נישט ער איז געבוירן שוין דאהי אין אמעריקע ווען די רביה"ק מסאטמאר איז שוין דא געווען ער האט דאך געמאכט די ברכה להכניסו
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אסדר לסעודתא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7716
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 9:28 am

ביי זיין ברודער האט דער רבי געמאכט די ברכה, נישט ביי אים.
איך זוך א דזשאב

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 9:34 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביי זיין ברודער האט דער רבי געמאכט די ברכה, נישט ביי אים.
גרעכט מיין טעות
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:15 am

נעכטן האט געשריבן:BDH: Hrhc”h Lazer Duvid Lebowitz U”h (79yr WB) Lavaya 11:00am Bihm”d Clymer, to Viznitz Bihc”h in Long Island.

ווי ליגט זיין טאטע? נישט אין די סאטמארע חלקה אין לאנג איילענד??
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24547
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:50 am

אין שכנות, דער זון ליגט אויך דארט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך סיגוט » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 10:52 am

Amazing האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:ר' אליעזר דוד בן הרב ר' ברוך יודא ז"ל
אחי האדמו"ר מניקלשבורג, ר' ברוך מרדכי, ר' נפתלי

טאטע מיט א זון האבן געהייסן ברוך

דער טאטע איז אוועק בעפאר. ער הייסט ברוך מרדכי יודא (ברית געווען פורים)

כידוע האט די רבי זצ''ל דעמאלטס געמאכט די להכניסו ווארשיינליך די ערשטע מאל די התרגשות איז געווען גאר גרויס

לאו דוקא אינדערהיים ווייס איך פון איינעם וועם די רבי האטגעמאכט די ברכה
דארט איז עס געווען מער מצוי בפרט בימי המלחמה אויב די טאטע איז געווען אין מונקע טאבור אדער ערגעץ ווי אדער יתומים

א איד פון אמאל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א איד פון אמאל » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:22 am

ידעתי האט געשריבן:רבי אליעזר דוד ע"ה



עס איז דא א באוויסטע בילד ביי די עצרת פון התאחדות הרבנים תשכ"א וואו מ'זעהט אים,
ער איז געוען דעמאלטס פון די סדרנים

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:23 am

farshlufen האט געשריבן:אין שכנות, דער זון ליגט אויך דארט.

ער ליגט אין וויזשניצא חלקה???
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:23 am

ס'איז נישט וויזניץ. ס'איז אין שכנות פון סאטמארע חלקה
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך מאנסי געבוירענער » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2020 11:25 am

נעכטן האט געשריבן:ס'איז נישט וויזניץ. ס'איז אין שכנות פון סאטמארע חלקה

אויף די מעסדזש וואס דו האסט געשריבן (לכאורה געFWD) שטייט וויזשניצא חלקה
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!



לכאורה האט געשריבן:
כ'באקום אויף די שעה..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: moshenies, אזוי וויל איך, שתקן און 20 געסט