אמעריקאנער אמבאסאדע אין איראק אטאקירט/גענעראל סולימאני אומגעברענגט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:03 am

גליק האט געשריבן:
Capture.PNG

די אלע קלאמפישע פארװאנדערטע זענען חוברה װאס האבן אהײגעריפען א טאג נאך די אטאקע אין זײער נאנטע האבן זײ ג׳עצה׳ט אז מ׳זאל זאגן אז מ׳ליידט פון קאפ װאנדען אין מ׳װעט לעקן א גיטע בײנדל פון די קאנפיסאצעי געלט איך װעל נישט זײן סופרײזד אױב די נומער פארװאנדערטע װעלן נישט דראסטיש שטײגן די נעקסטע פאר טעג

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:24 am

abeg האט געשריבן:
גליק האט געשריבן:
Capture.PNG

די אלע קלאמפישע פארװאנדערטע זענען חוברה װאס האבן אהײגעריפען א טאג נאך די אטאקע אין זײער נאנטע האבן זײ ג׳עצה׳ט אז מ׳זאל זאגן אז מ׳ליידט פון קאפ װאנדען אין מ׳װעט לעקן א גיטע בײנדל פון די קאנפיסאצעי געלט איך װעל נישט זײן סופרײזד אױב די נומער פארװאנדערטע װעלן נישט דראסטיש שטײגן די נעקסטע פאר טעג

די ליבעראלן זענען די וואס רעדן אויף לאו אינפארסמענט, און באשמיצן די ארמיי.

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:29 am

איך באשמיץ נישט די ארמײ נאר די סיסטעם די טאקטיק ניצט יעדע ארבעטער אין אמעריקע צי זײער ארבעטסגעבער

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:39 am

משא"כ סאלדאטן דינען וואלענטערעלי דעם לאנד מיט מסירות נפש ממש.

אבער....

פארטיידיגן דעם פירער איז איבער אלעם.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:46 am

עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?
שויתי ה' לנגדי תמיד

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 8:23 am

לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 8:50 am

Programming האט געשריבן:לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני

א מיליאן מאל חרטה געהאט, ווארום די פאראויסגעזאגטע מלחמה האלט שוין ביי הונדערט טויזנט טויטע.

דאס זענען טאקע די 'קאסעקווענצן' פון וואס די דעמאקראטן האבן געציטערט? לכאורה נישט. איז דאך געקומען ווייניגער פון וואס מ'האט זיך גערישט, האט דאך אמעריקע יא געווינען, אלזא פארוואס חרטה האבן?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:52 pm

Programming האט געשריבן:לאמיר האפן עס זאל זיך נישט ארויסשטעלן אז אפאר סאלדאטן זענען פונקט מיסטריעז אומגעקומען פון די לייכטע קאפ שמערצן...

איך זע דא א זייער זייער שטארקע איינגעהאלטנקייט מצד די אמעריקאנע אינסטאנצן, אין א פרואוו צו אפקילן די געמיטער. דער ספק איז נאר צי טראמפ איז אין די לופ און ער טוט אויך כל מה שביכולתו נישט צו מאכן קיין מלחמה, אדער איז דאס די דיעפ סטעיט ארמיי פירער וואס האבן שוין טויזנט מאל חרטה געהאט פארן איינמעלדן טראמפ אז די לעצטע אפציע אויף די לאנגע ליסטע פון מעגליכע נקמה אקציעס איז צו הארגענען סולימאני

נישטא קיין דיעפ סטעיט ארמיי אין אמעריקע ווי אין טערקיי, עגיפטן, פאקיסטאן און אין אנדערע לענדער וואס די ארמיי איז אין קאנטראל. נישט זיי האבן דערציילט פאר טראמפ פון דער אפשען, וואס זיי האבן אין דעם נישט קיין אנונג, נאר פארקערט טראמפ האט זיי געגעבן דער באפעל אויס צופירען דער אפשען וואס איז יעצט געווען אויפן טיש.

דא אין אמעריקע איז קאנטראל אין די הענט פון דער פרעזידענט אבער דער דיעפ סטעיט דעפארטמענט מיט אלע אירע שפיאנזש עדזענסיס פרובירן וואס זיי קענען ארויף צו צווינגן זייער ווילן אויפן פרעזידענט, אמאל געלונגט עס זיי און אמאל נישט. (איך וויל נישט אריין גיין דא אין דעם אז זיי ארבעטן נאך אלס פטור צו ווערן פונעם פרעזידענט אויף פארשידענע וועגן, און אפשר וועט עס זיי געלונגן)

ער האט נישט אפילו קיין איין מאל חרטה, ווייל זינט דאן זיצט איראן איין. און איראק אויך, א פחד האט זיי אלע אנגעכאפט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:00 pm

לכאורה האט געשריבן:ווי אן אבל צווישן חתנים וויל איך דא אריינווארפן א געדאנק:
ווער עס מיינט אז איראן איז באפרידיגט מיט די נעכטיגע מיסיל ווארפעכץ, לעבט אין אילוזיע לאנד. איראן איז יעצט באמת אנגעווייטאגט, מיליאנען פון זיי זענען פערזענליך געטשעפעט געווארן, זיי האבן געשוואוירן צו זעהן בלוט און זיי גייען נישט אזוי שנעל פארגעסן דערוועגן. די נעכטיגע מיסילס זענען געווען קישמישקעס קעגן וואס איראן קען און האט שוין געטוהן אין די פארגאנגענהייט, אפענערהייט אדער מיט זייערע באהאלטענע וועגן.

איך בין גענוג אלט צו געדענקן באונעס איירעס 1 באונעס איירעס 2 און ביירוט.
השי"ת זאל ווייטער האלטן זיין רעכטע האנט



נוו??
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:06 pm

האסט אנגעשטעלט א רעמיינדער ארויסצושיקן די 'נוו??'? ווי אפט גייסטו עס שיקן?
איך האף נישט אז זיי זאלן נקמה נעמען, איך גיי מיך נישט פרייען ווען יא, הלואי קענען זיי נישט / ווילן זיי נישט, איך האב פשוט געזאגט אז זיי האבן א טרעק רעקארד פון אפטוהן מיאוס'ע שטיקלעך וואס לאזן א שטארקן אפקלאנג, מוז נישט זיין אויפ'ן מינוט, מוז נישט זיין דירעקט און אפן, אבער נקמה געפילן איז זייער שווער צו דערשטיקן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:10 pm

Goodmorning האט געשריבן:עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?

דו ווייסט אז עס זענען דא געשעידיגטע דירעקט פון די באמבאדירונגען? אויב יא, קום אריין מיט דעטאלן וויפיל זענען געשעידיגט געווארן און ווי שטארק.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23732
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 1:39 pm

בד"וו
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (59.31 KiB) געזעהן 2537 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 2:52 pm

עס איז דאך ממש יעצט דא א קלער עכ"פ אז איראן איז געווען פארמישט אין דעם עראפלאן קראך פון א הויכראנגיקן סי איי עי באאמטער אין אפגאניסטאן (דאס איז זיכער לכאורה אז זיי האבן די ערשטע געוויסט צו זאגן די איידענטיטי פונעם פאסאזשיר, וואס מיינט אז זיי האבן נאכגעקוקט דעם פליגער עכ"פ), וואס איז די איידיע פון פרעגן פונקט יעצט 'נו'?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13214
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 3:10 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:עס זענען געווען רעפארטער אז סאלדאטן זענען געפלויגן ווייט פון די קראפט פון די עקפלאדירונגען. פארוואס זאל נישט קענען זיין געשעדיגטע?

דו ווייסט אז עס זענען דא געשעידיגטע דירעקט פון די באמבאדירונגען? אויב יא, קום אריין מיט דעטאלן וויפיל זענען געשעידיגט געווארן און ווי שטארק.


ווי אזוי מיינסטו זענען די 50 סאלדאטן פארוואונדעט געווארן?

זיי זענען געווארפן געווארן פון די אימפעקט פון די מיסילס.

רוב זענען נישט צו שטארק געשעדיגט, און זענען שוין צוריק צו זייערע פאזיציעס.

אבער טייל זענען נאך אין שפיטאל אין אמעריקע נאכן ווערן טראנספערירט פון דייטשלאנד, קיין וואו מען האט זיי טראנספערירט פון איראק.

דער פענטאגאן וויל נישט ארויסגעבן קיין שום דעטאלן איבער דעם מצב פון די טרופן פארן פאבליק.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 3:41 pm

Programming האט געשריבן:עס איז דאך ממש יעצט דא א קלער עכ"פ אז איראן איז געווען פארמישט אין דעם עראפלאן קראך פון א הויכראנגיקן סי איי עי באאמטער אין אפגאניסטאן (דאס איז זיכער לכאורה אז זיי האבן די ערשטע געוויסט צו זאגן די איידענטיטי פונעם פאסאזשיר, וואס מיינט אז זיי האבן נאכגעקוקט דעם פליגער עכ"פ), וואס איז די איידיע פון פרעגן פונקט יעצט 'נו'?

דאכט זיך אז דאס איז בלויז איראנער פראפאגאנדע, לויט אמעריקע זענען בלויז 2 פילאטן געשטארבן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1525
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג ינואר 31, 2020 1:10 am

די לעצטע באריכטן וועגן דעם עראפלאן קראך איז פון צוויי טעג צוריק, צוויי אמעריקאנער מיליטערלייט זענען געשטארבן, און קיינער אין די מידיא איז נישט צו שטארק אינטערעסירט דערין.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:26 am

נאך דראמא צווישן אוקריינע און איראן



טעהראן – די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט מער נישט מיטטיילן קיין שום אינפארמאציע מיט דער אוקריינישע רעגירונג איבער דעם וואס איר מיליטער האט אראפגעשאסן א פאסאזשיר פליגער מיט עטליכע וואכן צוריק. אוקריינע האט פובליצירט אן אודיא רעקארדירונג וואס צייגט אז אן איראנער פילאט האט געשיקט א ראדיא מעסעדזש פאר א לופט-טראפיק קאנטראל טורעם אז ער האט צוגעזען ווי א מיסיל ווערט ארויסגעשאסן אין ריכטונג פון א פאסאזשיר פליגער, און די אודיא איז פון געציילטע מינוטן נאכ'ן אינצידענט. אוקריינע זאגט אז די אודיא צייגט אז איראן האט פון דער ערשטער מינוט געוואוסט דעם אמת.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג פאברואר 04, 2020 11:50 am

צו וואס דארף דען אוקריינע בכלל אינפארמאציע פון איראן ווען די אינפארמאציע איז פאלש? און פארקערט, דא איז אוקריינע דער וואס איז מגלה פאר דער וועלט דער אמת ווייל זיי האבן די ריכטיגע אינפארמאציע.

איראן'ס צוגאנג איז ווי א קליין אינגל, קודם געזאגט "איך זאג דיר נישט", איך זאג נישט אויס", "איך גיב נישט ארויס דער שווארצע באקס", "מיין מאמע לאזט נישט".

נאכדעם זאגן זיי "איך גיב נישט קאנאדא אינפארמאציע", און יעצט "איך גיב נישט אוקריינע אינפארמאציע".

ווען די איראנער באפעלרקורונג זאל וויסן וואספארע קליינע אינגלעך זייער גייסטליכע זענען און דאס אלעס מיט האלטן, וואלט איבער נאכט נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון די גאנצע כאלאסטע איראנער פירערשאפט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:07 pm

די איראנער רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט מער נישט מיטטיילן קיין שום אינפארמאציע מיט דער אוקריינישע רעגירונג איבער דעם וואס איר מיליטער האט אראפגעשאסן א פאסאזשיר פליגער מיט עטליכע וואכן צוריק, אלס נקמה צו דאס וואס אוקריינע האט ארויסגעגעבן א אודיאו רעקארדירונג, וואס צייגט אז איראן האט פון די ערשטע מינוט געוואוסט דעם אמת איבער די אראפגעשאסענע אוקריינע פאסאזשיר פליגער
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

א גולם
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך פאברואר 05, 2020 7:57 am

הויפט קאמאנדיר באזוכט אין איראק


Bagdad.jpg
Bagdad.jpg (73.12 KiB) געזעהן 1438 מאל


באגדאד – דער הויפט אמעריקאנער קאמאנדיר אינעם מיטל-מזרח האט זיך נעכטן אריינגעשלייכט קיין איראק פאר א באזוך, אלס טייל פון אן עמורדזשענסי אונטערנעמונג דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, אפצוראטעווען די אפגעשוואכטע באציאונגען מיט די איראקער פירער, און אפעלירן אז זיי זאלן אפשטעלן די פארלאנגען אז אמעריקע זאל ארויסציען אירע טרופן. דער קאמאנדיר איז גענעראל פרענק מעקינזי, און מיט זיין באזוך איז ער געווארן דער העכסטער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור צו באזוכן אין איראק זינט דער באמבארדירונג וואס האט אומגעברענגט דעם איראנער קאמאנדיר קאסאם סוליימאני.


פון דער דעלי איד

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8291
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך פאברואר 05, 2020 12:49 pm

דער הויפט אמעריקאנער קאמאנדיר אינעם מיטל-מזרח 'פרענק מעקינזי', האט זיך נעכטן אריינגעשלייכט קיין איראק פאר א באזוך, אלס טייל פון אן עמורדזשענסי אונטערנעמונג דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, אפצוראטעווען די אפגעשוואכטע באציאונגען מיט די איראקער פירער, און אפעלירן אז זיי זאלן אפשטעלן די פארלאנגען אז אמעריקע זאל ארויסציען אירע טרופן.

מיט זיין באזוך איז ער געווארן דער העכסטער אמעריקאנער מיליטערישער פיגור צו באזוכן אין איראק זינט דער באמבארדירונג וואס האט אומגעברענגט דעם איראנער קאמאנדיר קאסאם סוליימאני.

דעילי איד
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


"פעיק אייוועלט ראש הקהל" - פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

נייעס און בילדער אינערהאלב די פעיק ראשעקאל קאמפיין

א גולם
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג פאברואר 07, 2020 7:31 am

איראק-איראן ענערגיע וועט אנגיין


באגדאד – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט באנייען ערלויבעניש פאר דער איראקער רעגירונג, אריינצוליפערן נאטורליכע גאז ענערגיע קראפט פון איראן. דער סארט האנדל איז אומלעגאל אונטער די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן איראן, אבער ביז יעצט האט אמעריקע ערלויבט איראק צו זיין אויסגעשלאסן פון די סאנקציעס, ווייל זי איז קריטיש אנגעוויזן אויף די איראנער ענערגיע סופליי. מען האט געמיינט אז טראמפ וועט נישט באנייען די ערלויבעניש פאר איראק, צוליב זייער פארלאנג אז אמעריקע זאל ארויסנעמען אלע טרופן, אבער אין א פרואוו צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט, וועט מען עס יא ערלויבן ווייטער.


פון דער דעלי איד

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » פרייטאג פאברואר 07, 2020 12:20 pm

א גולם האט געשריבן:
איראק-איראן ענערגיע וועט אנגיין


באגדאד – די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט באנייען ערלויבעניש פאר דער איראקער רעגירונג, אריינצוליפערן נאטורליכע גאז ענערגיע קראפט פון איראן. דער סארט האנדל איז אומלעגאל אונטער די אמעריקאנער סאנקציעס קעגן איראן, אבער ביז יעצט האט אמעריקע ערלויבט איראק צו זיין אויסגעשלאסן פון די סאנקציעס, ווייל זי איז קריטיש אנגעוויזן אויף די איראנער ענערגיע סופליי. מען האט געמיינט אז טראמפ וועט נישט באנייען די ערלויבעניש פאר איראק, צוליב זייער פארלאנג אז אמעריקע זאל ארויסנעמען אלע טרופן, אבער אין א פרואוו צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט, וועט מען עס יא ערלויבן ווייטער.


פון דער דעלי איד

אוי וויי א בראך אויף קאלאמבוס, שוין ווייטער א קוויד פרא קווא... דער פרעזידענט גייט דא פארלעצן די סאנקציעס וואס "קאנגערס" האט ארויף געלייגט אויף איראן, כדי אז איראק זאל זיך איבער בעטען מיט "אים" און ער זאל ווידער דערוועלט ווערן, ואין לך קוויד פרא קווא גדול מזה! ער האט פארפאטשקעט און כמעט געברענגט א דריטע וועלט מלחמה, און וויל זיך ראטעווען און ווערן ריעלעקטעד, און מיט וואס, מיט פארלעצן די סאנקציעס פאר די אייגענע אינטערסן!

אבער אחרי שובי נחמתי, אז לויט א דעת יחידאה וואס לשעה פסקנ'ט מען אזוי אין דער סענאט און נישט אין דער קאנגרעס, איז זינט מען קען אויך זאגן (כאטש עס איז רחוק רחוק מאד אזוי צו זאגן) אז אפשר א ספק ספיקא און א הוה אמינא שבהוה אמינא האט ער אויך אפשר אפשר אינזין געהאט דאס גוטס פון לאנד (זיינע שטיצער פונעם לאנד פארשטייט זיך), דערובער איז ער אינעם בדיעבד שבדיעבד'דיגן רעידנדז פון זיינע "רעכטן", און כאטש עס איז א געמיינער זאך זיך אליין צו אינזין האבן (און קיין איין פרעזידענט פאר אים און נאך אים האט זיך נישט דערווייגט אזוי צו טוהן), אבער פארט איז אמעריקע א מלכות של חסד (אפילו צו אזא רעפובליקאנער אימפיעטשטער און צופראסקעטער פרעזידענט) און מען קען גאר נישט טוהן נאר שווייגן און ליידן, אדער מאכן א שיף סטייל טענטרום און שפריצן פייער פון די אויגן און צורייסן און פארברענען אלע געלט וואס דער פרעזידענט האט געמינטעד און זיך חבר'ן מיט אמעריקע'ס שונאים און פיינט האבן אירע פריינד.
the friends of my enemy (i.e. Putin) is my enemy, and the enemy of my enemy (i.e. Iran) is my friend

דיסקלעימער (מען קען נישט וויסן ווער עס קען עס נאך אן נעמען ערענסט), בין איך מוסר מודעה אז איך מיין עס נישט ערענסט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
ציגרעטל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2019 11:18 am
לאקאציע: דוטי פרי קארנער מארבעלאו רעד
פארבינד זיך:

אינטערסאנטע היכי תמצי

תגובהדורך ציגרעטל » זונטאג פאברואר 16, 2020 1:18 pm

(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק
וצדקה תציל ממות - מצלת לעושיה ממיתה משונה!! [מדרש]
טייערע אידן! אין די יעצטיגע זמן ווער דארף דען נישט אזא קלארע הבטחה פון הקב''ה אליין??
דרוקט שוין:
https://thechesedfund.com/gottlieb/kerenyesomim

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 16, 2020 1:21 pm

;l;p-
ציגרעטל האט געשריבן:(מעגליך עמיצער האט שוין ארויסגעברענגט די נקודה)

שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטער מציאות

כ'האב אמאל געהערט (דאכצעך פון הערשל פר''מ) אז דעי וואס זאגן אז אין וומס''ג איז נישטא קיין עירוב, האלטן אז וומס''ג איז א רשות היחיד... דעי וואס זאגן אז וומס''ג האט יא א עירוב האלטן אז וומס''ג איז א רשות הרבים...
ודוק ותשכח

להבדיל בין עניין לעניין

שטעלט זיך ארויס אז ווען טראמפ איז פרעזידענט, זענען די דיעפ סטעיט אינטעל קאמיוניטי חברה גערעכט אז איראן איז נישט קיין עכטע געפאר.. און ווען אבאמא איז פרעזידענט, איז טראמפ גערעכט אז איראן איז יא אן עכטע געפאר...
ותשכח ודוק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טעכנישן און 14 געסט