בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:09 pm

בבקשה האט געשריבן:אינטערסאנטע זאך, דער סקר פון לעצטע וואך האט געוויזען אז אויב סמורטיץ טיילט זיך אפ פון בנט, גייט בנט גאר ארויף 2 זיצן, (אויף די חשבון פון סער און ליכוד), סמורטיץ באקומעט אין דער אנקעטע 2.3% באלד א פערצענט אונטער די אחוז החסימה.

איך גלייב נישט אז בנט אן סמוטריץ וועט האבן מער פון 6 בענקלעך.
צו מ'וועט עס זעהן ביי די אנטעקעס, בין איך מסופק.
פארגעס נישט אז יעדן בחירות - שוין א חזקה וואס בנט האט סאך מער פון זייך כח ביי די אנטעקעס, די ערשטע מאל געהאט 12 שפעטער נאנט צום בחירות 6/8 און למעשה, גארנישט...

מה שאין כן סמוטריץ וואס איז די פאטרעטער פון די פרומע מזרחים גלייב איך ענדשער אז ער וועט אריבעגיין די אחוז החסימה, ווי בנט.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:14 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז געווען ביז יעצט 2 עיקר קאאלאציעס, א קאאלאציע פון מזרחי-חרדים-ליכוד אדער א קאאלאציע פון סער-מזרחי-לינקע, די פראבלעם פון די ערשטע קאאלאציע איז געווען אז בנט וועט לאו דוקא מיטארבייטען, די פראבלעם מיט די צווייטע קאאלאציע איז געווען אז מרץ און אפילו חולדאי וועלען נישט מיטארבייטען. לגבי סמוטריץ, ער וועט לכאורה יא מיט ארבייטען מיט די ערשטע קאאלאציע, מסתם נאך מער ווי בנט וועט, מיט די צווייטע קאאלאציע, קען איך זען אז ער זאל נישט וועלען מיטארבייטען, אבער איך קען זען אז ער וועט צום סוף יא מיטארבייטען.

להבהרה, די צוויי קאאלאציעס זענען די מערסטע מסתבר לעת עתה, אבער אין איזרעלי פלאטיק, איז מער מסתבר איז דבר המסתבר געשענט נישט, מילא זאל מען נישט נעמען די זאכן צו ערענסט, למעשה אין די סקר האט שוין קוגל מאכער געשריבן אז די ערשטע קאאלאציע האט 60.

די צווייטע קאאלאציע,

סער + לפיד + ליברמן + בנט + גנץ = 55 + חולדאי = 60 + סמוטריץ (אדער מרץ) = 64

די פראבלעם פון די ערשטע קאליציע, איז אז זיי האבן נישט קיין 61.
אויך נישט 60, אויך נישט 59....

איך רעד דאך נניח אז עס וועט אנקומען צו 61. די צווייטע קאאלאציע איז אויך ווייט פון פארזיכערט מיט 61, זיכער אויב מען רעכנעט נישט חולדאי און סמוטריץ

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:27 pm

מיט וואס א טאג עס גייט אריבער האלט איך מער און מער אז בנט גייט למעשה נישט זיצן מיט ביבי און די קאליציע, דער ביבי מאכט דאך זיכער אז בנט זאל נישט וועלן זיצן מיט עם.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:29 pm

בבקשה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז געווען ביז יעצט 2 עיקר קאאלאציעס, א קאאלאציע פון מזרחי-חרדים-ליכוד אדער א קאאלאציע פון סער-מזרחי-לינקע, די פראבלעם פון די ערשטע קאאלאציע איז געווען אז בנט וועט לאו דוקא מיטארבייטען, די פראבלעם מיט די צווייטע קאאלאציע איז געווען אז מרץ און אפילו חולדאי וועלען נישט מיטארבייטען. לגבי סמוטריץ, ער וועט לכאורה יא מיט ארבייטען מיט די ערשטע קאאלאציע, מסתם נאך מער ווי בנט וועט, מיט די צווייטע קאאלאציע, קען איך זען אז ער זאל נישט וועלען מיטארבייטען, אבער איך קען זען אז ער וועט צום סוף יא מיטארבייטען.

להבהרה, די צוויי קאאלאציעס זענען די מערסטע מסתבר לעת עתה, אבער אין איזרעלי פלאטיק, איז מער מסתבר איז דבר המסתבר געשענט נישט, מילא זאל מען נישט נעמען די זאכן צו ערענסט, למעשה אין די סקר האט שוין קוגל מאכער געשריבן אז די ערשטע קאאלאציע האט 60.

די צווייטע קאאלאציע,

סער + לפיד + ליברמן + בנט + גנץ = 55 + חולדאי = 60 + סמוטריץ (אדער מרץ) = 64

די פראבלעם פון די ערשטע קאליציע, איז אז זיי האבן נישט קיין 61.
אויך נישט 60, אויך נישט 59....

איך רעד דאך נניח אז עס וועט אנקומען צו 61. די צווייטע קאאלאציע איז אויך ווייט פון פארזיכערט מיט 61, זיכער אויב מען רעכנעט נישט חולדאי און סמוטריץ

און אויב מ'רעכנט זיי יא קומען זיי יא אן.
ביבי האט נישט נאך איינעם צו מיטרעכענען. ממילא די הנחה צו אנקומע צו 61 איז א פאלשע הנחה.

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:44 pm

זיסע פיש האט געשריבן:מיט וואס א טאג עס גייט אריבער האלט איך מער און מער אז בנט גייט למעשה נישט זיצן מיט ביבי און די קאליציע, דער ביבי מאכט דאך זיכער אז בנט זאל נישט וועלן זיצן מיט עם.

סמוטריטש איז שוין עמטליך אוועק פון בנט, דאס מיינט אז בנט האט נישט גענוג פאר די אחוז חסימה.

אן בנט האט נישט ביבי קיין ממשלה.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:45 pm

ביז יעצט האט געהייסן אז ניר אורבך גייט לכאורה איבער נעמען די פירערשאפט פון הבית היהודי נאך וואס די יעצטיגע פירער רפי פרץ האט זיך אפגעזאגט, למעשה ווערט יעצט באריכטעט אז חגית משה גייט אויך לויפן פאר די פירערשאפט מיט די מעגליכע שטיצע פון ראש ישיבת אור עציון רב חיים דרוקמן, (וואס אויב זי האט זיין שטיצע איז זי לכאורה די געווינער), עס ווערט באריכטעט אז דער באשלאס פון חגית משה צו לויפן קימט נאך א טעלפאון געשפרעך פון ביבי ווי ער האט עם געבעטן אז זי זאל לויפן,

די סיבה פארוואס ביבי וויל אז זי זאל לויפן איז ווייל ניר אורבן איז זייער נאנט מיט בנט וואס האט עם געשטעלט אויף זיין יעצטיגע פאזיציע אלס סעקעטאר פון די פארטיי ווען בנט איז געווען פירער, און אויב זאל אורבך געווינען די פירערשאפט וועט ער זיך צאמשטעלן מיט בנטס ימינה, אבער אויב חגית משה זאל געווינען די פירערשאפט גייט זי זיך צוזאמשטעלן מיט סמוטריץ, און ביבי וויל זייער שטארק אז סמוטריץ זאל אריין קימען שטארק און בנט שוואך.
לעצט פאראכטן דורך זיסע פיש אום דינסטאג ינואר 12, 2021 1:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בבקשה
שר האלף
תגובות: 1369
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך בבקשה » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:47 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:די שאלה איז געווען ביז יעצט 2 עיקר קאאלאציעס, א קאאלאציע פון מזרחי-חרדים-ליכוד אדער א קאאלאציע פון סער-מזרחי-לינקע, די פראבלעם פון די ערשטע קאאלאציע איז געווען אז בנט וועט לאו דוקא מיטארבייטען, די פראבלעם מיט די צווייטע קאאלאציע איז געווען אז מרץ און אפילו חולדאי וועלען נישט מיטארבייטען. לגבי סמוטריץ, ער וועט לכאורה יא מיט ארבייטען מיט די ערשטע קאאלאציע, מסתם נאך מער ווי בנט וועט, מיט די צווייטע קאאלאציע, קען איך זען אז ער זאל נישט וועלען מיטארבייטען, אבער איך קען זען אז ער וועט צום סוף יא מיטארבייטען.

להבהרה, די צוויי קאאלאציעס זענען די מערסטע מסתבר לעת עתה, אבער אין איזרעלי פלאטיק, איז מער מסתבר איז דבר המסתבר געשענט נישט, מילא זאל מען נישט נעמען די זאכן צו ערענסט, למעשה אין די סקר האט שוין קוגל מאכער געשריבן אז די ערשטע קאאלאציע האט 60.

די צווייטע קאאלאציע,

סער + לפיד + ליברמן + בנט + גנץ = 55 + חולדאי = 60 + סמוטריץ (אדער מרץ) = 64

די פראבלעם פון די ערשטע קאליציע, איז אז זיי האבן נישט קיין 61.
אויך נישט 60, אויך נישט 59....

איך רעד דאך נניח אז עס וועט אנקומען צו 61. די צווייטע קאאלאציע איז אויך ווייט פון פארזיכערט מיט 61, זיכער אויב מען רעכנעט נישט חולדאי און סמוטריץ

און אויב מ'רעכנט זיי יא קומען זיי יא אן.
ביבי האט נישט נאך איינעם צו מיטרעכענען. ממילא די הנחה צו אנקומע צו 61 איז א פאלשע הנחה.

די ביזט אזוי זיכער אז זיי גייען נישט אנקומען צו 61? איך נישט. די צווייטע ביזטו זיכער אז זיי גייען אנקמען צו 61? סער איז נאכנישט געפריווט געוואערן ביי א וואלן, כחו״ל און חולדאי קענען נאך פאלן אונטער די אחוז החסימה.

וואס יא, ס׳איז דא סקרים, די סקרים ביז יעצט ווייזען אז די צווייטע קאאליציע קומט אן צו 61, און די ערשטע קאאליציע קומט נישט אן. מילא ווען עס קומט ארויס א סקר, איז גוט צו זען נישט בלויז די פארטייען, נאר אויך די סך הכל פון די צוויי קאאליצעס, גראדע אין דעם סקר וואס די אריגנעלע תגובה איז געבויט אויף, האבן ביידע קאאליציעס 60. (אבער די צווייטע קען האפן אריינצושלעפען סמוטריץ אדער מרץ, גענוי דאס איז געווען די פונקט פון די אריגנעלע תגובה), וועלען די סקרים האלטען? איני יודע, קען זיין אז עס וועלען גיין פון בנט צו ליכוד (אזויווי אין די פארגאנגענהייט), קען זיין אז דאס מאל איז אנדערש, ווייל ס׳איז נישט קלאר אויב בנט וועט זיצן מיט ליכוד.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:49 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:מיט וואס א טאג עס גייט אריבער האלט איך מער און מער אז בנט גייט למעשה נישט זיצן מיט ביבי און די קאליציע, דער ביבי מאכט דאך זיכער אז בנט זאל נישט וועלן זיצן מיט עם.

סמוטריטש איז שוין עמטליך אוועק פון בנט, דאס מיינט אז בנט האט נישט גענוג פאר די אחוז חסימה.

אן בנט האט נישט ביבי קיין ממשלה.

איך וויס נישט וואס גייט זיין מיט בנט אבער סמוטריץ גייט נישט אנציען מער ווי פינעף זעקס, אויב אזוי קען ביבי זיכער פארגעסן פון א ממשלה.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » מאנטאג ינואר 11, 2021 2:51 pm

איך מיין אז יעצט קען מען נאך עכט גארנישט וויסן עס איז דא א שיינע צאל קליינע פארטייען און זיי גייען זיך נאך צוזאמשמעלצן עס קען זיך דעמאלס אסאך טוישן.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג ינואר 11, 2021 3:07 pm

זיסע פיש האט געשריבן:איך מיין אז יעצט קען מען נאך עכט גארנישט וויסן עס איז דא א שיינע צאל קליינע פארטייען און זיי גייען זיך נאך צוזאמשמעלצן עס קען זיך דעמאלס אסאך טוישן.

מסכים.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך הויעך » מאנטאג ינואר 11, 2021 4:56 pm

געמאכט דא א שטיקעל סך הכל פון די אנקעטעס
(ווער עס וויל צולייגען יבא עליו ברכה)

103 איז פון היינט
מעריב 1 ינואר 1
מעריב 2 ינואר 8

ליכוד
12. 27
13. 31
11 28
103 27
מעריב 1 29
מעריב 2 28

תקווה חדשה
12. 18
13. 16
11. 18
103. 17
מעריב 1. 17
מעריב 2. 18

ימינה
12. 14
13. 13
11. 14
103. 14
מעריב 1 13
מעריב 2 13

יש עתיד תל"ם
12. 13
13. 16
11. 13
103. 13
מעריב 1 14
מעריב 2 14

הרשימה המשותפת
12. 10
13. 10
11. 11
103. 10
מעריב 1 11
מעריב 2 10

יהדות התורה
12. 8
13. 7
11. 7
103. 7
מעריב 1. 8
מעריב 2. 7

שס
12. 8
13. 7
11. 8
103. 8
מעריב 1. 8
מעריב 2. 8

הישראלים
12. 6
13. 5
11. 8
103. 5
מעריב 1. 8
מעריב 2. 6

ישראל ביתנו
12. 6
13. 6
11. 5
103. 7
מעריב 1 7
מעריב 2. 7

כחול לבן
12. 5
13. 4
11. 4
103. 4
מעריב 1. 0
מעריב 2. 4

מרצ
12. 5
13. 5
11. 4
103. 4
מעריב 1. 5
מעריב 2. 5

סמורטיץ
103. 4
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

ברטם
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:34 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך ברטם » מאנטאג ינואר 11, 2021 6:29 pm

במהלך הראיון סמוטריץ' הודיע: "אני ובנט נפרדים איש איש לדרכו"

חבר הכנסת וראש מפלגת האיחוד הלאומי, בצלאל סמוטריץ', הודיע הערב (שני) על פיצול מרשימת ימינה של נפתלי בנט והתמודדות בנפרד בבחירות לכנסת, את הדברים אמר במהלך ראיון ל'חדשות 12'. מסיעת ימינה נמסר: "סמוטריץ' בחר הערב לפצל את הימין. אנו מאחלים לו בהצלחה בהמשך הדרך".

ברטם
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 12:34 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך ברטם » מאנטאג ינואר 11, 2021 6:30 pm

חודש וחצי לפני הבחירות: הדיון הבא במשפט נתניהו בעוד כחודש – בנוכחותו

הדיון בתשובה לכתב האישום המתוקן שהגישה הפרקליטות נגד ראש הממשלה בנימין נתניהו יתקיים ב-8 בפברואר – כך החליטה היום (שני) השופטת רבקה פרידמן-פלדמן, ראש ההרכב במשפטו של ראש הממשלה. המועד המקורי של הדיון תוכנן למחרתיים, אך נדחה בשבוע שעבר עד להודעה חדשה בעקבות ההחלטה על הסגר.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך קוגל מאכער » מאנטאג ינואר 11, 2021 11:18 pm

פרישע נייעס:
בני גנץ איז צום ערשטן מאל מודה אין זיין פאליטישן טעות, צו מיטגיין מיט ביבי,
ער בעט זיך ברחמים רבים צו אלע לינקע פארטייען מיט צו ליברמן, קומט זיך פאראייניגן.

אין אנדערע ווערטער, האט'ס רחמנות, און ראטעוועט מיין פאליטיש'ן צוקופנט.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג ינואר 12, 2021 12:29 am

הויעך האט געשריבן:געמאכט דא א שטיקעל סך הכל פון די אנקעטעס
(ווער עס וויל צולייגען יבא עליו ברכה)

שכויעך, א שיינע ארבעט.

די עווריטש פון די אלע אנקעטעס קומט אויס:

ליכוד : 28
סער: 17
ימינה: 14
לפיד: 14
ערבים: 10
יהדו"ת: 7
ש"ס: 8
חולדאי: 7
ליברמן: 6
גנץ: 4
מרץ: 5
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך ר' איד » דינסטאג ינואר 12, 2021 10:28 am

זיסע פיש האט געשריבן:ביז יעצט האט געהייסן אז ניר אורבך גייט לכאורה איבער נעמען די פירערשאפט פון הבית היהודי נאך וואס די יעצטיגע פירער רפי פרץ האט זיך אפגעזאגט, למעשה ווערט יעצט באריכטעט אז חגית משה גייט אויך לויפן פאר די פירערשאפט מיט די מעגליכע שטיצע פון ראש ישיבת אור עציון רב חיים דרוקמן, (וואס אויב ער האט זיין שטיצע איז ער לכאורה די געווינער), עס ווערט באריכטעט אז דער באשלאס פון חגית משה צו לויפן קימט נאך א טעלפאון געשפרעך פון ביבי ווי ער האט עם געבעטן אז ער זאל לויפן,

די סיבה פארוואס ביבי וויל אז ער זאל לויפן איז ווייל ניר אורבן איז זייער נאנט מיט בנט וואס האט עם געשטעלט אויף זיין יעצטיגע פאזיציע אלס סעקעטאר פון די פארטיי ווען בנט איז געווען פירער, און אויב זאל אורבך געווינען די פירערשאפט וועט ער זיך צאמשטעלן מיט בנטס ימינה, אבער אויב חגית משה זאל געווינען די פירערשאפט גייט ער זיך צוזאמשטעלן מיט סמוטריץ, און ביבי וויל זייער שטארק אז סמוטריץ זאל אריין קימען שטארק און בנט שוואך.

זייער קלאר
נאר איין טעות מעק אויס 'ער'
חגית משה איז א 'זי' (משה איז די משפחה נאמען)

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 12, 2021 1:45 pm

בני גנץ האט געזאגט אז ער רעד זיך נישט איין אז ער גייט זיין דער נעקסטע ראש הממשלה, און ער איז גרייט זיך צוזאם צו שטעלן ציריק מיט לפיד, ער האט אויך געריפן פאר א פאריינגטע לינקע פארטיי פון לפיד חולדאי שלח ליבערמאו וכ"ו.

אוועטאר
זיסע פיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך זיסע פיש » דינסטאג ינואר 12, 2021 1:59 pm

רון חולדאי האט היינט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן מיט יעדע פארטיי און א קאליציע אויסער ביבי, ער האט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן אויך מיט ש"ס אין אגודה, (איך ווייס נישט וואס מאכט עם טראכטן אז זיי זענעןגרייט צוזיצן מיט עם).

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג ינואר 12, 2021 2:57 pm

זיסע פיש האט געשריבן:רון חולדאי האט היינט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן מיט יעדע פארטיי און א קאליציע אויסער ביבי, ער האט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן אויך מיט ש"ס אין אגודה, (איך ווייס נישט וואס מאכט עם טראכטן אז זיי זענעןגרייט צוזיצן מיט עם).

פארוואס נישט?
אגודה און ש"ס קענען זיך וועלן מיט וועם זיי זענען גרייט צו זיצן?
נישט אלע זענען היימישע יידן...

גנץ ינואר 2020 - מזומן לפגישה עם נשיא ארה״ב. גנץ ינואר 2021 - מסורב לפגישה עם ירון זליכה.

עמית סגל.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:10 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:רון חולדאי האט היינט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן מיט יעדע פארטיי און א קאליציע אויסער ביבי, ער האט געזאגט אז ער איז גרייט צוזיצן אויך מיט ש"ס אין אגודה, (איך ווייס נישט וואס מאכט עם טראכטן אז זיי זענעןגרייט צוזיצן מיט עם).

פארוואס נישט?
אגודה און ש"ס קענען זיך וועלן מיט וועם זיי זענען גרייט צו זיצן?
נישט אלע זענען היימישע יידן...

די סיבה פארוואס עס גייט נישט געשעהן איז,
ווייל אזא קואליציה גייט באשטיין פון ליברמן מיט לפיד,
וואס די פרומע גייען נישט געבן צו דעם א האנט אזוי שנעל.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:10 pm

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:גנץ ינואר 2020 - מזומן לפגישה עם נשיא ארה״ב. גנץ ינואר 2021 - מסורב לפגישה עם ירון זליכה.

עמית סגל.

;l;p-
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
קוגל מאכער
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך קוגל מאכער » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:13 pm

א פרישע אנקעטע: לפי דעם גייט סמוטריץ נישט אריבער, און גוש ימין חרדים האלט ביי 58 בענקלעך.

סקר מנדטים חדש של מנו גבע ב׳ערוץ 12׳: ׳הליכוד׳ 29. גדעון סער 16. ׳ימינה׳ 13. ׳יש עתיד׳ 13. ערבים 10. ש״ס 8. יהדוה״ת 8. ׳ישראל ביתנו׳ 7. רון חולדאי 6. ׳מרצ׳ 5 ו׳כחול לבן׳ 5.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר" וויסן. אויב יא לאזט "יעדן" וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:17 pm

אגב, לפי דעם איז סמוטריץ מיט הבית היסודי מיט בן גביר זענען צוזאמען 4 פראצענט - 4.5 מנדטים.

אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

Re: בחירות #3 און די תוצאות - אלעס ארום בחירות #4

תגובהדורך יהלום » דינסטאג ינואר 12, 2021 3:22 pm

קוגל מאכער האט געשריבן:א פרישע אנקעטע: לפי דעם גייט סמוטריץ נישט אריבער, און גוש ימין חרדים האלט ביי 58 בענקלעך.

סקר מנדטים חדש של מנו גבע ב׳ערוץ 12׳: ׳הליכוד׳ 29. גדעון סער 16. ׳ימינה׳ 13. ׳יש עתיד׳ 13. ערבים 10. ש״ס 8. יהדוה״ת 8. ׳ישראל ביתנו׳ 7. רון חולדאי 6. ׳מרצ׳ 5 ו׳כחול לבן׳ 5.

לויט דער סקר איז ביבי ראש ממשלה ווייל ער האט 29 + 13 פון ימינה + 16 חרדישע וואס איז 58 עס פעלט אהים נאך 3 סמוטריץ גייט זיכער אריבער גיין דער אחוז חסימה ווייל עס איז דא נא 2 פארטיין וואס לויפען און גייען נישט אריבער דער אחוז חסימה וואס דאס איז בן גביר וואס האט באקומען און דער לעצטע 3 בחירות 2 מנדטים און הבית היהודי וואס איז ביז יעצט געווען פון רפי פרץ וואס איז אויך ווערט כמעט 2 מנדטים ממילא אויב סמוטריץ גייט נישט לויפען מיט בנט גייט ער זיכער לויפען צוזאמען מיט בן גביר און בית היהודי און דער 3 פארטייען צוזאמען גייען זיכער אריבער גייען און דעלמאטס האט ביבי 61 מיט א ראויגקייט

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: great, PetalBot, YandexBot, אזוי גאר!, בארדיוב, ישראלי, מטעמים, משה בן יעקב, פימפערנוטער, קו הישר, ר' זעקל, ראסיל, שאבעלע און 69 געסט