פראטעסטן אין האנג קאנג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:40 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איינוואוינער אין האנג קאנג וועלן היינט זונטאג ווידעראמאל ארויסקומען אין די מאסן אויף די ארטיגע גאסן, אבער דאסמאל וועט עס זיין צו גיין אנטיילנעמען אין די וואלן וואו אלע 452 זיצן אויף די לאקאלע רעגירונג קאונסיל וועלן זיין אויפן שטים צעטל.

די וואלן זענען דען צו ארויס ווארפן כינע?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:21 am

פעיק נוז האט געשריבן:איינוואוינער אין האנג קאנג וועלן היינט זונטאג ווידעראמאל ארויסקומען אין די מאסן אויף די ארטיגע גאסן, אבער דאסמאל וועט עס זיין צו גיין אנטיילנעמען אין די וואלן וואו אלע 452 זיצן אויף די לאקאלע רעגירונג קאונסיל וועלן זיין אויפן שטים צעטל.

אין א שטוינענדע זיג, זענען די פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן אריינגעקומען גאר שטארק.

פון די פיר-הונדערט-צוויי-און-פופציג (452) זיצן וואס זענען געווען אויפ'ן בעללאט, האבן די פרא-דעמאקראטיע קאנדידאטן באקומען, אויף דערווייל, צוויי-הונדערט-ניין-און-זעכציג (269) זיצן, בעת וואס די פרא-בעזשינג קאנדידאטן - וואס האבן ביז היינט געהאלטן אזויפיל ווי דריי-און-זיבעציג פראצענט (73%) פון די זיצן - האלטן יעצט ביי בלויז דרייסיג (30) זיצן. הגם די רעדע דא איז פון די לאקאלע קאונסיל זיצן וואס פירן אן בלויז מיט די טאג-טעגליכע ווירטשאפט אין זייער דיסטריקט, דאך ווערט אנגעוויזן אז נאך אזא שטארקע ווייפ-אוט ווי דאס - א רעקארד פון איין-און-זיבעציג פראצענט (71%) רעגיסטרירטע וויילער זענען ארויסגעקומען - וועט די אוטנאמישע רעגירונג פון האנג-קאנג זיך מוזן רעכענען -כאטשיג עטואס מער ווי ביז היינט - מיט די פארלאנגען פון די פראטעסטירער.

ווי איין אנאליס זאגט: "דאס איז א פאליטישע חורבן פאר בעיזשינג וואס וועט האבן נאכפאלגענדע קאנצעקווענצן וואס אפקלונגען נישט בלויז אין האנג-קאנג זעלבסט, נאר גאר ביז אין אריין. פרוי לאם, די טשיף-עקזעקיוטיוו פון ה"ק, זי ענטפערט דירעקט צו פרעזידענט שי זשינפינג, זי האט מער נישט קיין פרייהייט צו טוהן וואס זי וויל. אויב ער וועט איר באפעלן נישט נאכצוגעבן פאר די פראטעסטירער - אזוי ווי ער האט געטוהן ביז היינט - וועט ה"ק אויפרייסן. אויב די פאליטישע עסטעבלישמענט וויל נישט נאכגעבן, ווייסן מיר נישט ווי דאס וועט פירן, אבער די פראטעסטן ווען מן-הסתם ווערן גרעסער און ווילדער."
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 22, 2020 10:49 am

היינט פרייטאג וועט די כינעזער קאנגרעס אנהייבן א וואך-לאנגע סעסיע, וואו איינע פון די הויפט אישוס וואס וועלן דעבאטירט ווערן איז די אנגייענדיגע פרא-דעמאקראטיע פראטעסטן וואס בושעווען אין האנג קאנג שוין לאנגע מאנאטן.

די כינעזער רעגירונג האט סיגנאליזירט אז זיי וועלן ביי דער סעסיע באשטעטיגן נייע נעשאנעל סעקיוריטי געזעצן מיט'ן ציל צו לייגן א שטייפערע קאנטראל האנט אויף האנג קאנג – וואס האט ארויסגערופן פארדאמונג דורך עטליכע אמעריקאנער סענאטארן וואס האבן געסטראשעט מיט פרישע סאנקציעס.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג מאי 25, 2020 12:29 pm

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט געזאגט, אז כינע'ס שריט צו פארכאפּן מער קאנטראל אויף האנג קאנג, וועט פירן צו שווערע סאנקציעס אויף די כינעזער רעגירונג.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:21 pm

אין א דראמאטישער דעקלעראציע, האט דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא געלאזט הערן, אז אמעריקע באטראכט מער נישט האנג קאנג ווי א זעלבסטשטענדיגע טעריטאריע, נאר עס איז אפיציעל א טייל פון כינע.

פאמפעיא'ס דעקלעראציע איז א זאך וואס ער האט געמוזט ארויסגעבן אונטער א 992' געזעץ וואס זאגט אז אויב כינע פארכאפּט אביסל מער קאנטראל אויף האנג קאנג, מוז אמעריקע ארויסקומען און דאס דערקלערן.

אזא דעקלעראציע קען שעדיגן האנג קאנג'ס אימפּארט און עקספּארט האנדלעריי.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

וואס טוט זיך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג מאי 28, 2020 3:11 pm

WOWOW.
איך קען עס נישט פארשטייען.
א פאני אפמאך, "אויב כינע גייט פארכאפן אביסל פון דעם זעלבסשטענדיגן טעריטאריע, גייט מען אנשטאטס זיי פייטן, זיך אונטערגעבן און עס דערקלערן זייערס".........
???????
וואטס, טראמפ ווס. דעמס היי יאר און פיר יאר צוריק
---------------
קארטאפל רעפטלעך, אנקעטע

---------------
שמחי!! בלייב מיט אונז!!
--------------
INM! אייוועלט ניקס מעטטער!
#בארואיג דיין נייגער, און לאז ניקס ווייטער שרייבען דא.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אביסל טיפער » דאנארשטאג מאי 28, 2020 6:56 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:WOWOW.
איך קען עס נישט פארשטייען.
א פאני אפמאך, "אויב כינע גייט פארכאפן אביסל פון דעם זעלבסשטענדיגן טעריטאריע, גייט מען אנשטאטס זיי פייטן, זיך אונטערגעבן און עס דערקלערן זייערס".........
???????

האסט געליינט די לעצטע שורה?
אזא דעקלעראציע קען שעדיגן האנג קאנג'ס אימפּארט און עקספּארט האנדלעריי
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 02, 2020 1:17 pm

קוועלער האבן דערציילט אז די כינעזער רעגירונג האט געזאגט פאר עטליכע רעגירונג-קאנטראלירטע פירמעס אז זיי זאלן אויף דערווייל אפּשטעלן סיי וועלכע אפּקויף פון אמעריקאנער סוי-בונדלעך און פלייש פּראדוקטן.

די גרויסע קויפונגען זענען געמאכט געווארן אין די לעצטערע מאנאטן אלס טייל פון די ערשטע פאזע האנדלס אפּמאך וואס טראמפּ האט דערגרייכט מיט כינע, אבער יעצט ברויזט כינע צוליב וואס אמעריקע האט געווארנט אראפּצונעמען די ספּעציעלע סטאטוס פון האנג קאנג נאכדעם וואס די כינעזער רעגירונג האט פארכאפּט מער קאנטראל אויף דער טעריטאריע.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 04, 2020 11:23 am

דער בריטישער פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט געזאגט, אז ענגלאנד באטראכט א פּלאן צוצושטעלן א וועג פאר האנג קאנג איינוואוינער, אז זיי זאלן קענען באקומען בריטישע בירגערשאפט און קומען וואוינען קיין ענגלאנד.

דזשאנסאן'ס פארשלאג קומט אין א צייט וואס מ'איז באזארגט פאר די פרייהייטן פון די 7.4 מיליאן איינוואוינער אין האנג קאנג, נאכדעם וואס כינע האט גענומען שריט איינצוצוימען די שטריקן ארום דער טעריטאריע.

אונטער'ן פארשלאג, וועט ענגלאנד צושטעלן די גרינגע בירגערשאפט פּראצעדור פאר 3 מיליאן האנג קאנגער.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג יוני 04, 2020 12:41 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער בריטישער פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט געזאגט, אז ענגלאנד באטראכט א פּלאן צוצושטעלן א וועג פאר האנג קאנג איינוואוינער, אז זיי זאלן קענען באקומען בריטישע בירגערשאפט און קומען וואוינען קיין ענגלאנד.

דזשאנסאן'ס פארשלאג קומט אין א צייט וואס מ'איז באזארגט פאר די פרייהייטן פון די 7.4 מיליאן איינוואוינער אין האנג קאנג, נאכדעם וואס כינע האט גענומען שריט איינצוצוימען די שטריקן ארום דער טעריטאריע.

אונטער'ן פארשלאג, וועט ענגלאנד צושטעלן די גרינגע בירגערשאפט פּראצעדור פאר 3 מיליאן האנג קאנגער.

איד דעילי

שכח פארן ברענגען

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג יוני 04, 2020 1:26 pm

פעיק נוז האט געשריבן:...
שכח פארן ברענגען

לייק

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג יוני 26, 2020 11:40 am

דער אמעריקאנער סענאט האט נעכטן געשטימט פאראייניגט אויף אן אומפּארטייאישן ביל וועלכע צילט ארויפצושטעלן סאנקציעס אויף כינעזער רעגירונג באאמטע, ביזנעסער און בענק וועלכע שפּילן א ראלע אין טשעפּען האנג קאנג.

דער ביל איז אויפגעברענגט געווארן אלס רעזולטאט פון דעם וואס כינע האט לעצטנס גענומען שריט אפּצושוואכן האנג קאנג'ס זעלבסטשטענדיגקייט – א זאך וואס אמעריקע האט שטארק פארדאמט.

דערווייל איז נישט קלאר צי פּרעזידענט טראמפּ וועט אונטערשרייבן דעם ביל.

איד דעילי
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 29, 2020 8:48 pm

ברעקינג.
אמעריקע האט אראפגענומען די ספעשעל סטאטוס פון האנג קאנג,

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג יוני 29, 2020 8:56 pm

פאלעסיידס האט געשריבן:ברעקינג.
אמעריקע האט אראפגענומען די ספעשעל סטאטוס פון האנג קאנג,

וואס באדייט דאס? לטב למוטב? וואס איז דאס אויף למעשה?

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1367
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 29, 2020 10:07 pm

מהאט עס געטריט ווי א אליאירטע מערב לאנד מיט כמעט אלע הינזיכטען, זייער סטאק מארקעט איז געווען אינטערקאנעקטעט מיט וואל סטריט,

דעס איז אלעס ווייל סאיז געווען איין לאנד מיט צוויי סיסטעם, דהיינו מעינלאנד טשיינע איז געווען קאמוניסטיש אין האנג קאנג איז געווען דעמאקראטיש, דאכצעך אז אזא פיינענשעל ריז ווי בלומבערגס העדקוואטער איז אין האנג קאנג, עלכ"פ איינע פון זייערע הויפטקוואטירען איז דארט,

יעצט אז טשיינע וויל מאכען א געזעץ (ווי זיי ברעכען א קאנטראקט וואס האט זיי געגעבען האנג קאנג מיט אירע עטליכע מיליאן בירגער) אז סווערט איין סיסטעם מיט טשיינע, טענהט די מערב וועלט נו? וואס דארף איך דיך געבען די ספעשעל סטאטוס ?,
ביסט דאך סך הכל א שטאט אין טשיינע,

טשיינע דערלייגט א געוואלד, דעס איז א ריזיגע פליק, דעס איז ווי למשל ניו יארק סיטי וואלט זיך אפגעריסען פון ניו יארק סטעיט אדער פון אמעריקע,

פארוואס? ווייל אויב איז האנג קאנג אויס, איז וואל סטריט אויס, טוריזים אויס, און אויס מיט די הויפקוואטיר פון אלע מעגא ביזנעסער וואס האבען געצאלט גרויסע שטייער פאר טשיינע אין נאך זאכען וואס זיי האבען ביישטייערט פאר טשיינע, דעמאלטס זענען זיי נישט מער ווי א הויפען ליימענע כאטקעס, אן די גאנצע אינהאלט,


לאמיר מאכען א משל מבויעט אויף לאס וועגאס פאר געמבלינג און ביזנעס שוי'ס אין סאיז ווען נאר דא איין פלאץ אין גאנץ אמעריקע ווי מקען געמבלען אין מאכען שוי'ס, אין איין טאג זאגט די גאווערמענט מקען אלעס טון דארטען נאר נישט געמבלען אין מאכען שוי'ס פארלירט עס איר וועליו, נאר דא ביי האנג קאנג איז עס סאך מער ווייל סאיז מיליאנען מענטשען ציזאם געשטופט אין דריי פיר מייל אין סאיז נישט דא קיין פארמינג נישט דא קיין פעקטאריס אין יעצט דארף זיי גאר טשיינע אויסהאלטען,

האנג קאנג איז געווען א פלאץ וואס איז געווען אויפגעבויט דורך די בריטען, זיי האבען משקיע געווען פון זייער מעכטיגע מלוכה דארט, און טשיינע האט איבער גענומען א מעכטיגע פארט שטאט מיט איר אלע איינריכטונגען און איר גאנצע האנדעל אין וואנדעל אויף א גאלדענע טאץ, אן דארפען אריינלייגען א פעני, אין זי איז געווען ווי א האן וואס האט געלייגט גאלדענע אייער מיט א ריזיגע אינקאם וואס איז באשטאנען צימאל אכציג פראצענט (משל) פון איר עקאנאמיע, און לכבוד דעם האט א ארימע צירוק געשטאנענע לאנד געהאט פון ווי צי נעמען ביליאנען אין דאס אינוועסטען אין איר אייגענע עקאנעמי (און ווי אויך פון ווי צי באצאלען אן ארמיי פון גנבים וועלכע האבען אויסגעפלינדערט אלע לאנגיעריגע אמעריקאנע ביזנעסער..)
פלאס דעם וואס די טשייניזע פארטיי שישקעס זענען מסתמה געווען זעלבסט שותפים אין די ריזיגע ביזנעסער זעלבסט ווי למשל פאסיפיק עירליין, (אדער אפשר הייסט עס קאטהעי פאסיפיק? בקיצור די האנג קאנג באזירטע עירליין)

הגם טשיינע איז היינט נישט אנגעוויזען אויף האנג קאנגס ביזנעס ווי אמאל זיי האבען שוין פיין אינוועסטעט אבער פארט איז עס א שיינע פראצענט פון זייער עקאנעמי (כוועל באלד טרייען צי טשעקען סליגט מיר אין קאפ דריי פראצענט )
אין ביליאנען פון טעקס וואס קיינער האט נישט ליב צי דערלייגען, פלאס טויזענטע ארבעטער וועלכע פארען דארט אריין טעגליך ,

טשיינע האט נישט באהאלטען זייער אויפברויז ווען פאמפעי האט געסטראשעט אז מגייט עס טון און געזאגט ווי א בולי אז אמעריקע זאל זיך נישט דערוואגען אוועק צי נעמען די סטאטוס אויב זיי טוישען דארט די דעמאקראטישע סיסטעם, קוקט אויס אז עפעס גייט זיי עס אן,

אבער זיי ברעכען א אפמאך מיט די בריטישע וועלכע דארט שטייט קלאר אז אויב זיי גייען טשעפענען האנג קאנג אטאמאטיש וועט אוועק גיין זייער סטאטוס,( זיי האבען אנפאנג געטרייט צי זאגען א אפענע ליגענט אז די געזעץ איז נישט ממש אוועק גענומען זעלבסשטענדיקייט פון די האנג קאנגערס נאר זיי האבען געמאכט אזא הינטער טירעל געזעץ און די וועלט דארף עס ווען איגנארירען)

סאיז דא וואס וועלען פרעגען וואס הייסט אז ענגלאנד האט עס אוועק גענומען נו געהערט דאך עס פאר זיי נא פארוואס טארען זיי נישט טון וואס זיי ווילען?

נאר מדארף קענען די גאנצע היסטאריע פון האנג קאנג דעס צי פארשטיין, און איך וועל זאגען נאר די צוויי לעצטע תירוצים,

איינס אז מהאט געמאכט א דיעל מיט טשיינע אין נישט מיט די קאמוניסטישע פארטיי,
און די עכטע גאווערמענט וועלכע זיצט אין טייוואן (אן עקאנעמי און א מיליטער וואס איז אויך נישט אוועק צי מאכען) וויל נישט אז מזאל עס צירוק געבען זיי האבען יא געוואלט מאכען ווייטער א דיל מיט די ענגלענדער,

און צוויי אין האנג קאנג גופא האבען שוין די ענגלענדער זעלבסט אויפגענומען אונטער זייער ממשלה אזא זעלבשטענדיגע ווירטשאפט און סאיז געווארען געפירט דורך די מערב וועלט שטייגער לאו אין ארדער אין יוסטיץ אן קיין קארופציע אין פארברעכענס,
און פארשטייט זיך אז די געגענט אין ביזנעסער האבען געבליעט, אבער צירוק צי אונזער טעמע אז זיי זענען געווען זעלבסשטענדיג אין גערעדט ענגליש שוין דורות אין בכלל נישט גערעדט די טשייניזע שפראך אין געהאט א היבשע אנדערע קולטור, סא ווער איז ענגלאנד בכלל צי מאכען דיעלס איבער זייער קעפ? זענען זיי עפעס א הויפען ציגעל וואס מריקט אהער אין מריקט אהין!

לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זאגען אז אמעריקע קומט געלט פאר ענגלאנד אדער דייטשלאנד, זאגט אמעריקע פאר ענגלאנד קענסט נעמען ניו יארק אין זייער שטייער פאר 20 יאר אין ענגלאנד נעמט עס אין געט עס פאר טשיינע פאר וועם זיי קומען געלט און טשיינע וועט אויך האבען א ווארט א פיצעלע אונטער די קוליסין ווי מזאל אינוועסטען אין די ניו יארקע ראודס האטעלס וכד',
די ניו יארקערס וועט דאך עס נישט אזוי שמעקען!

וואס וואלט אבער געווען ווען ענגלאנד נעמט עס אין צוליב א אלטע חשבון פון די רעוועלאצינערע מלחמה ווילען זיי עס אינגאנצען איבער געבען פאר טשיינע פאר 50 יאר! אין די דעמאלסדיגע פאליטישען אין די ווייסע הויז וועט זיך משום איזהו סיבה שהוא נישט אנטקעגען שטעלען, יעדער פארשטייט אז די ניו יארקע וועלען איבערדרייען,

יעצט סאיז נאר א משל אין אסאך זאכען זענען אנדערש לכאן ולכאן אבער די פוינט אויף וויא פון די האנג קאנגע איז,
איך האב גארנישט מיט טשיינע אין ענגלאנד דארף מיך נישט איז פיין אבער איך קען דאך זיין זעלבסשטענדיג, אונז קענען אפי' זיין גוטע פריינד פאר טשיינע אבער וואס האבען מיר מיט דעם רויבער זשינג (שהינג, טשינג, זינק, שזהינק אה יעצט איז עס געלונגען..),
און זיי פארפירען טאקע געפערליך,

און א נארמאלע וועלט וואלט מען נישט געדארפט זאגען מער ווי דעמאקראטישע נארמאלע ציוויליזירטע מענטשען ווילען נישט זיין אינטערגעדריקט אונטער א ברוטאלע רעזשים, אפי' די טשייניזע גופא האבען שוין געטרייט אראפציווארפען די רוצחים פון בענקעל,

די אמת איז אז ווי פריער געשמיעסט איז דא א גאנצע השתלשלות איבער האנג קאנג וואס מוועט פארשטיין סאך מער ווי דעם, איך האב נאר אנגעכאפט ממש אויפן שפיץ גאפעל ווי סהאט געהאלטען די לעצטע פאר יאר,
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום דינסטאג יוני 30, 2020 3:16 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 29, 2020 10:53 pm

שכח פאלעסיידס פאר דיין אריכות'דיגע אנאליז. כל דבריך נכונים הם.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יוני 29, 2020 11:48 pm

פעיק נוז האט געשריבן:שכח פאלעסיידס פאר דיין אריכות'דיגע אנאליז. כל דבריך נכונים הם.
אז יענער קען קענסטו אויך

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג יוני 30, 2020 1:15 am

פרוביר אויך האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:שכח פאלעסיידס פאר דיין אריכות'דיגע אנאליז. כל דבריך נכונים הם.

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 30, 2020 9:31 am

פאלעסיידס האט געשריבן:,

Wow!
אזא ברייטס און לאנגס!
זייער שיין צולייגט און מסביר געווען, יישר כוחך

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:17 pm

די בריטישע רעגירונג זאגט אז זיי זענען גרייט צו אקצעפּטירן מיליאנען איינוואוינער פון האנג קאנג, צו עמיגרירן קיין ענגלאנד און זיך באזעצן און פּאטענציעל באקומען בירגערשאפט.

דער אנבאט איז שוין געמאלדן געווארן דורך פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן אלס א מעגליכע זאך מיט עטליכע וואכן צוריק, און יעצט אז כינע האט פולקאם באשטעטיגט איר געזעץ וואס גיט איר מער קאנטראל אויף האנג קאנג, האט ענגלאנד געמאכט דעם אנבאט אפיציעל.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:18 pm

אז מען רעדט שוין פון דזשאנסאן...

unnamed.jpg
unnamed.jpg (41.99 KiB) געזעהן 254 מאל


unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (78.21 KiB) געזעהן 254 מאל
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.


פעיק אייוועלט געשמאק עגעין

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יולי 02, 2020 12:38 pm

זיין נעקטיי ווערט נישט שמוציג?

אלעקסיי דער דריטער
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: פראטעסטן אין האנג קאנג

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 7:57 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די בריטישע רעגירונג זאגט אז זיי זענען גרייט צו אקצעפּטירן מיליאנען איינוואוינער פון האנג קאנג, צו עמיגרירן קיין ענגלאנד און זיך באזעצן און פּאטענציעל באקומען בירגערשאפט.

דער אנבאט איז שוין געמאלדן געווארן דורך פּרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן אלס א מעגליכע זאך מיט עטליכע וואכן צוריק, און יעצט אז כינע האט פולקאם באשטעטיגט איר געזעץ וואס גיט איר מער קאנטראל אויף האנג קאנג, האט ענגלאנד געמאכט דעם אנבאט אפיציעל.


די אסטראלישע פרעמיער מיניסטער, סקאט מאריסאן, האט היינט געמאלדן אז אויך זיין לאנד ארבעט אויף אזא פלאן צו ערלויבן איינוואוינער פון האנג-קאנג צו קומען קיין אוסטראליע.

די דעטאלן דערפון זענען נישט קלאר, אבער עס טוט צייגן ווי לענדער ארום די וועלט טוען נעמען גאר ערנסט די כינעזע אגרעסיע קעגן א זעלבסט-שטענדיגע ראיאן און זייער פארלעצונג פון אינטערנאציאנלע אפמאכן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוח'ל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט