ענדרו יענג, פרעזידענטליכע קאנדידאט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:18 pm

עס איז מיר שווער צו פירן אזוי א געשפרעך, הרב קאטאגאריש, ווען פון איין זייט שרייבסטו שטוינענד פונקטליך מיט אויספירליכע דעטאלן, און פון די צווייטע גליטשן זיך אריין אומפונקטליכקייטן וואס מיין פערפעקציאניזם ערלויבט מיר נישט אריבערצוגיין אן אויפמערקן. צב"ש די מאמע פון 5 קינדער וועט זיין כמעט ביים אלטן נאכן שטייער, די קאפל וועט האבן די גאנצע צוגעקומענע 24K, די אינפלעשאן וואס UBI קען ברענגען (עס ברענגט נישט), אא"וו.

נאך א זאך, איך ווייס נישט וואו איך שטיי. האט איר פארשטאנען די זייט נאר איר נעמט אן די אנדערע פאר ריכטיגער, האט איר פארשטאנען די זייט און איר זענט קאטעגאריש מחולק, אדער האט איר בכלל נישט פארשטאנען?

אפשר מאכן מיר אזוי, איך וועל ערקלערן אייער זייט (לויט ווי איך פארשטיי) און איר וועט ערקלערן יענג'ס זייט (לויט ווי איך האב עס מסביר געווען), דאן וועלן מיר זען וואו מיר זענען שטעקן געבליבן. גרייט?

אגב, "דער נארמאלע גוי מיט א משפחה" טייטשט צוויי ערוואקסענע מיט צוויי קינדער, זיי פארדינען פונעם פלאן בערך די זעלבע ווי דער קאלעדזש יוגענטליכער. ובפרט אז דער קאלעדזש יוגענטליכער איז אויך א קינד פון א "נארמאלע גוי מיט א משפחה", וואס וועט דארפן ווייניגער אויסגעבן פאר אים.
בכלל איז אינטערעסאנט צו זאגן אז זיי פארלירן דא, ווען זיי באקומען מער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט געבט זיי. בסך הכל וואלטן זיי אין אנדערע סיטואציעס באקומען מער. קוק נישט אין יענעמ'ס טעלער האט מיר מיין מאמע געלערנט.


Waukesha האט געשריבן:איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, אויב די ציל פון UBI איז אז מען זאל האבן נאנט צו די poverty level, פארוואס נישט בינדן UBI צו די poverty level? מען זאל זאגן אז UBI איז 80% poverty level. טויזענט דאללער היינט איז וועט נישט זיין ווערט קיין טויזענט דאללער אין 10 יאר ארום. ממילא אז מען מאכט עס אזוי, וועט שוין אויסקומען אז איינער מיט קינדער וועט באקומען מער.


ניין. די ציל איז בכלל נישט עפעס צו האבן, דאס איז די מיינדסעט פון א געווענליכע פראגראם, און אויב ווילט איר פארשטיין די אנדערע זייט פעלט אויס עס צו באטראכטן אנדערש.
די ציל פונעם פרידאם דיווידענד איז צו אינוועסטירן אין יעדן בירגער באזונדער וואס קען עפעס צוריקגעבן פארן לאנד, דאס הייסט יעדער ערוואקסענער באזונדער. נאר כדי צו עררייכן דעם ציל אויפן בעסטן אופן איז די פאסיגסטע סכום צו אינוועסטירן אין יעדער בירגער באזונדער הארט אונטערן פאווערטי לעוועל פון יעדער בירגער באזונדער.

דער פאווערטי לעוועל פון א פאמיליע טוישט זיך לויט די קינדער, אבער דאס איז נישט קיין פראגראם פאר פאמיליעס נאר א שעירהאלדער דיווידענד פאר יחידים. עס איז א השקעה אין יעדער ערוואקסענער פאר זיך, און יעדער נוצט עס אויס לויט ווי ער פארשטייט. דער פרידאם דיווידענד איז "בלינד" צום סטאטוס פונעם מענטש, צו ער איז חתונה געהאט און צו ער האט קינדער, פאר די סיבות וואס איך האב ערקלערט אויבן.
ווען די סטאקס פון א קאמפעני גייט ארויף, געבן זיי די רווחים לויט די קינדער אדער גרויסקייט פון די פאמיליע? ווען גוגל איז משקיע אין זייערע ארבעטער, צאלן זיי מער טרעינינג סעסיעס פאר א מטופל בבנים?

מען קען אוודאי טענה'ן אז חוץ פון דעם פרידאם דיווידענד וואלט געדארפט זיין נאך א באזונדערע פראגראם צו העלפן גרויסע פאמיליעס אדער סינגל עלטערן, וויבאלד זיי באקומען ווייניגער פונעם פרידאם דיווידענד, אבער דאס איז שוין אינגאנצן א אנדערע פראגראם פאר זיך, א הילפס פראגראם פאר פאמיליעס. און וואו איז דער הילפס פראגראם פון די אנדערע קאנדידאטן אז איר באפאלט אזוי יענג? בשביל שאני זכר הפסדתי? וויבאלד ער געבט אביסל דארף ער שוין געבן מער?

(דער פרידאם דיווידענד וועט ארויפגיין מיט די יארן פראפארציאנעל מיט די קאסט אוו ליווינג פון א יחיד)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 2:22 pm

הערליכע ארטיקל פון א לאקאלע צייטונג וואס ברענגט ארויס איינס פון די חילוקים צווישן יענג און די אנדערע קאנדידאטן ווי געזען אין די לעצטע דעבאטע, און קומט אויך אריין צום שמועס אין די לעצטע פאר תגובות.

Churchill: Andrew Yang is talking about what really matters
Schenectady native is one of the few, from either party, who recognizes that the American family is in crisis


Elizabeth Warren gets a lot of attention for her policy plans and proposals, but the most interesting and far-ranging ideas in the Democratic presidential field come via Andrew Yang.

Check out his website, and you can read about his American Mall Act to deal with empty shopping centers. Or how intends to do away with the penny. Or his plan to end robocalls.

Yang wants year-round Daylight Saving Time. He wants to college athletes to be paid. He'd like to increase support for the arts and, wait for it, local newspapers!

Yang also has many proposals aimed at parents and children. He wants to protect kids from smartphones and addictive technology. He wants paid family leave and free marriage counseling. He hopes to emphasize vocational training and life-skills education. He wants to build support networks for single parents. He wants to end active-shooter drills, because they unnecessarily traumatize children. He wants ...

Well, you get the drift. He has a lot of ideas.

For now, leave aside the question of whether those are good ideas or appropriate for the federal government to take on. What's important is that Yang is the rare person running for office, from either side of the political aisle, who seems to realize that the American family is in trouble amid a widespread crisis of despair.

Evidence of the crisis is ample. Spiking suicide rates, particularly among teenagers. Declining overall life expectancy. Growing rates of depression. Widespread opioid addiction. Falling fertility and marriage rates and a staggering number of children — 40 percent — born outside of marriage, destined for fatherless homes.

Yang, 44, mentions those depressing realities in nearly every speech, and you would think all the other candidates would, too. I mean, declining life expectancy? It's nearly unheard of in a modern nation. It represents staggering and alarming failure.

The distinction was evident in the Democratic debate Thursday. The other candidates blabbered on about millionaires and billionaires or the bad man in the White House while Yang, bless his heart, repeatedly turned the focus to families and children.

Asked about white supremacist violence, Yang talked about young men who are spiritually adrift and falling through the cracks.

"Our kids are not alright," the entrepreneur later declared, adding that we must "make it so we can look our kids in the eyes and say to them — and believe it — your country loves you, your country values you, and you will be alright."

Yang was raised for a time in Niskayuna and now has a home in New Paltz. If you had predicted that Yang's campaign would outlast the other candidate from these parts, nobody would have believed it.

Yang and Sen. Kirsten Gillibrand share more than local roots. Though Yang's children are younger, he and Gillibrand both have two boys living at home and each made parenthood central to their campaigns. Gillibrand even put forward a Family Bill of Rights that overlapped with some of what Yang proposes.

Yet there were key differences in their approaches that might help to explain why Yang's message has resonated and Gillibrand's didn't.

Gillibrand, trapped in progressive ideological boxes, spoke as if parenting problems were only women's issues. She rarely placed family struggles within the broader context of despair. And, proposing subsidized day care but nothing for parents who'd like to stay home, she seemingly assumed that all moms (or dads!) want to immediately return to work after maternity leave.

But here's was Yang during the debate: "We should not be pushing everyone to leave the home and go to the workforce ... In many cases, it's better if the parent stayed home with the child."

Polls show that most Americans believe children are better off if one parent stays home and, according to Gallup, a clear majority of women with children under 18 would prefer to stay home. Why is it so rare for politicians to acknowledge that? Why aren't more proposals aimed at wannabe stay-at-home moms and dads?

The blind spot, intentional or not, points to a larger flaw of our politics: Voters are regarded as either consumers or widgets in service to economy. Most politicians suffer from a materialist world view that treats a person's financial position in relation to the GDP as the only question to address. It's a politics that disregards the things that give real value to life — joy and happiness, faith and dignity, family and children.

Yang, best known for his universal basic income plan, also talks plenty about the finances and economy, especially the threat posed by automation. But he remembers to place work and money within the human need for meaning and connection, areas where we our society is falling woefully short.

"The problem is fundamentally one of reconstituting the means of structure, purpose and fulfillment in people's lives," Yang told Joe Rogan earlier this year. "There's a real loss of meaning for many people in this country
."

Yang probably won't be president. But give him credit for talking about things that really matter.


https://www.timesunion.com/news/article ... 855369.php
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:39 pm

Yang2020 האט געשריבן:עס איז מיר שווער צו פירן אזוי א געשפרעך, הרב קאטאגאריש, ווען פון איין זייט שרייבסטו שטוינענד פונקטליך מיט אויספירליכע דעטאלן, און פון די צווייטע גליטשן זיך אריין אומפונקטליכקייטן וואס מיין פערפעקציאניזם ערלויבט מיר נישט אריבערצוגיין אן אויפמערקן. צב"ש די מאמע פון 5 קינדער וועט זיין כמעט ביים אלטן נאכן שטייער, די קאפל וועט האבן די גאנצע צוגעקומענע 24K, די אינפלעשאן וואס UBI קען ברענגען (עס ברענגט נישט), אא"וו.

נאך א זאך, איך ווייס נישט וואו איך שטיי. האט איר פארשטאנען די זייט נאר איר נעמט אן די אנדערע פאר ריכטיגער, האט איר פארשטאנען די זייט און איר זענט קאטעגאריש מחולק, אדער האט איר בכלל נישט פארשטאנען?

אפשר מאכן מיר אזוי, איך וועל ערקלערן אייער זייט (לויט ווי איך פארשטיי) און איר וועט ערקלערן יענג'ס זייט (לויט ווי איך האב עס מסביר געווען), דאן וועלן מיר זען וואו מיר זענען שטעקן געבליבן. גרייט?

אגב, "דער נארמאלע גוי מיט א משפחה" טייטשט צוויי ערוואקסענע מיט צוויי קינדער, זיי פארדינען פונעם פלאן בערך די זעלבע ווי דער קאלעדזש יוגענטליכער. ובפרט אז דער קאלעדזש יוגענטליכער איז אויך א קינד פון א "נארמאלע גוי מיט א משפחה", וואס וועט דארפן ווייניגער אויסגעבן פאר אים.
בכלל איז אינטערעסאנט צו זאגן אז זיי פארלירן דא, ווען זיי באקומען מער ווי יעדע אנדערע קאנדידאט געבט זיי. בסך הכל וואלטן זיי אין אנדערע סיטואציעס באקומען מער. קוק נישט אין יענעמ'ס טעלער האט מיר מיין מאמע געלערנט.


Waukesha האט געשריבן:איין זאך וואס איך וויל פארשטיין, אויב די ציל פון UBI איז אז מען זאל האבן נאנט צו די poverty level, פארוואס נישט בינדן UBI צו די poverty level? מען זאל זאגן אז UBI איז 80% poverty level. טויזענט דאללער היינט איז וועט נישט זיין ווערט קיין טויזענט דאללער אין 10 יאר ארום. ממילא אז מען מאכט עס אזוי, וועט שוין אויסקומען אז איינער מיט קינדער וועט באקומען מער.


ניין. די ציל איז בכלל נישט עפעס צו האבן, דאס איז די מיינדסעט פון א געווענליכע פראגראם, און אויב ווילט איר פארשטיין די אנדערע זייט פעלט אויס עס צו באטראכטן אנדערש.
די ציל פונעם פרידאם דיווידענד איז צו אינוועסטירן אין יעדן בירגער באזונדער וואס קען עפעס צוריקגעבן פארן לאנד, דאס הייסט יעדער ערוואקסענער באזונדער. נאר כדי צו עררייכן דעם ציל אויפן בעסטן אופן איז די פאסיגסטע סכום צו אינוועסטירן אין יעדער בירגער באזונדער הארט אונטערן פאווערטי לעוועל פון יעדער בירגער באזונדער.

דער פאווערטי לעוועל פון א פאמיליע טוישט זיך לויט די קינדער, אבער דאס איז נישט קיין פראגראם פאר פאמיליעס נאר א שעירהאלדער דיווידענד פאר יחידים. עס איז א השקעה אין יעדער ערוואקסענער פאר זיך, און יעדער נוצט עס אויס לויט ווי ער פארשטייט. דער פרידאם דיווידענד איז "בלינד" צום סטאטוס פונעם מענטש, צו ער איז חתונה געהאט און צו ער האט קינדער, פאר די סיבות וואס איך האב ערקלערט אויבן.
ווען די סטאקס פון א קאמפעני גייט ארויף, געבן זיי די רווחים לויט די קינדער אדער גרויסקייט פון די פאמיליע? ווען גוגל איז משקיע אין זייערע ארבעטער, צאלן זיי מער טרעינינג סעסיעס פאר א מטופל בבנים?

מען קען אוודאי טענה'ן אז חוץ פון דעם פרידאם דיווידענד וואלט געדארפט זיין נאך א באזונדערע פראגראם צו העלפן גרויסע פאמיליעס אדער סינגל עלטערן, וויבאלד זיי באקומען ווייניגער פונעם פרידאם דיווידענד, אבער דאס איז שוין אינגאנצן א אנדערע פראגראם פאר זיך, א הילפס פראגראם פאר פאמיליעס. און וואו איז דער הילפס פראגראם פון די אנדערע קאנדידאטן אז איר באפאלט אזוי יענג? בשביל שאני זכר הפסדתי? וויבאלד ער געבט אביסל דארף ער שוין געבן מער?

(דער פרידאם דיווידענד וועט ארויפגיין מיט די יארן פראפארציאנעל מיט די קאסט אוו ליווינג פון א יחיד)


איך האב פארשטאנען אז די געדאנק איז אז דער וואס פאלירט זיין זשאב זאל קענען לעבען, א גרויסע חלק אמעריקאנע האבן קינדער אין זיי גייען נישט האבן פין ווי צי לעבען נאכן ראבאט, פין די ubi

ווען 2 נפשות באקימען 24k אין 4 נפשות באקימען 24k אין מיין קאלקילעטער באקימען זיי האלב,

דער מענטש וואס וואוינט אליין קען אריינמאפן צי זיין מאמע, קאזין, שכן, אין סוועט עם זיין געניג 4k צים לעבען

פין ווי קימט די פאקט אז עס וועט נישט ברענגען אינפלאציע, ?
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 3:56 pm

איבער UBI און אינפלאציע איז אינטערעסאנט צו זען וואס דער חובות הלבבות שרייבט אין שער הבחינה וזה לשונו:

ומה שצריך לך לבחון בו ולהבין סימני החכמה העליונה והיד הטובה ממנו, הוא הסכמת בני אדם על המקח ועל הממכר בזהב ובכסף, והשתדלם להרבות מהם בחמלת הבורא עליהם. שיהיה בהם תיקון עניינם, ואם לא יעשה להם חפץ בנפשם, כי כל מי שימצאהו רעב או צמא מחסרון המזון והמים, לא יועילהו רובם ולא ימלא מחסורו. וכן אם ימצאהו באחד מאבריו כאב, לא ירפא בזהב ובכסף. והרבה משתמשים בשאר המוצאים במיני הרפואות, ומעט שמשתמשים בזהב ובכסף. ומפלאי סימני החכמה בהם שהם הרבה אצל קצת בני האדם, מצד שאינם ריקים מהם, והם מעט אצל רובם. ואלו היה הרבה אצל כלם, לא היו מגיעים בהם אל חפץ, ומהם מעט מצד והרבה מצד, וכן הם יקרים מצד ונמבזים מצד, מפני שאין תועלת בעצמם, וזה מן המחשבה המעולה אשר בחכמה העליונה, עכלה"ק.

ד.ה. אז אויב די גאלד און זילבער (אדער געלט) איז אייניג פארשפרייט צווישן אלעמען גייען די פרייזן פון פראדוקטן ארויף אפילו אויב די סכום געלט וואס איז אין צירקולאציע בלייבט די זעלבע.
יעצט בנוגע וואס איר שרייבט אז אלע עקאנאמיסטן האלטן אז עס וועט נישט ברענגען אינפלאציע, בין איך נישט קיין גרויסער עקאנאמיסט אבער מיין פשוט'ער שכל זאגט אז אוועראולל וועט עס אפשר טאקע נישט ברענגען קיין אינפלאציע אבער די פרייזן פון עוורידעי אייטעמס וועלן ארויפגיין וויבאלד עס וועט זיין מער געלט אין די טאשן פון דעם המון עם און פון די אנדערע זייט וועלן די פרייזן פון אייטעמס וואס נאר די 3-4 פראצענט רייכסטע קויפן אראפגיין.
CC @טעאריע וואס לעבט, בנוגע אינקאם אינעקוואליטי.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 4:44 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:איך האב פארשטאנען אז די געדאנק איז אז דער וואס פאלירט זיין זשאב זאל קענען לעבען, א גרויסע חלק אמעריקאנע האבן קינדער אין זיי גייען נישט האבן פין ווי צי לעבען נאכן ראבאט, פין די ubi


ניין. ווי געשריבן צענדליגע מאל, איז נישט די געדאנק אז דער וואס פארלירט זיין דזשאב זאל לעבן אויף די רעגירונג'ס קאסע, ווען יא קען מען דאך פשוט געבן פאר די וואס פארלירן זייער דזשאב ווען זיי פארלירן זייער דזשאב.

דער געדאנק פון UBI איז הונדערטער יארן אלט און האט הונדערטער סיבות און ארגומענטן פארוואס עס איינצופירן. איינס פון די ארגומענטן, וואס ווערט יעצט באזונדער אקטועל, איז אז עס איז די בעסטע וועג וויאזוי צו העלפן סאסייעטי איבערלעבן בשלום די טראנזישאן פון רוטין דזשאבס (וואס גייען ווערן אויטאמאטיזירט) צו אנדערע ארבעט. די סיבה פארוואס די דזשאבס ווערן פארלוירן איז דווקא ווייל די עקאנאמיע וואקסט און די טעכנאלאגיע בליהט, געבויט אויף דאטא וואס ווערט צאמגענומען פון אונז אלע און מיר זעען נישט דערפון קיין פרוטה.

וויבאלד דער וואוקס וועט גיין אויטאמאטיש, געבויט אומדירעקט אויף אונז אלע, און דערביי אוועקנעמען אונזערע דזשאבס, איז נישט מער ווי יושר אז דער הארעפאשנער ארבעטער זאל פאררעכנט ווערן ווי ער האט עפעס סטאקס אין דעם, אז די וואוקס וואס ער האט אויך געהאלפן ברענגען זאל נישט זיין כולו הפסד נאר אויך עפעס ריוח.

דער ריוח וועט זיין די אינוועסטמענט וואס "די אמעריקען קאמפאני", די רייכסטע עקאנאמיע אין היסטאריע, אינוועסטירט אין אים באזונדער. די מיליאנען וואס וועט אריינקומען אין זיין געגנט יעדן חודש וועט זיין א לייטער וואס וועט צושטעלן upward mobility פון רוטין דזשאבס צו נייע סארטן, יעדער מענטש לויט וואס ער איז געאייגנט.


אבער חוץ פון דעם נאכאמאל, פון וואו וועלן די מענטשן לעבן ווען נישט יענג? וואס מאכט יענג ערגער?


קאטאגאריש האט געשריבן:ווען 2 נפשות באקימען 24k אין 4 נפשות באקימען 24k אין מיין קאלקילעטער באקימען זיי האלב,


פאווערטי לעוועל פאר איינעם איז איבער 12K, פאר א משפחה פון פיר איז עס ארום 25K. הוצאות ווערן נישט פיר מאל אזוי גרויס.

קאטאגאריש האט געשריבן:דער מענטש וואס וואוינט אליין קען אריינמאפן צי זיין מאמע, קאזין, שכן, אין סוועט עם זיין געניג 4k צים לעבען


אקוראט!
און דער מאמע, קאזין אדער שכן איז דער נארמאלער גוי פון אמעריקע וואס דו רעדסט פון, ריכטיג? און זיין קאסע גייט ווערן גרעסער מיט דעם וואס ער נעמט אריין דעם מענטש וואס וואוינט אליין, ריכטיג?
איז וואס פונקטליך דער פראבלעם?

קאטאגאריש האט געשריבן:פין ווי קימט די פאקט אז עס וועט נישט ברענגען אינפלאציע, ?


איך האב שוין געברענגט אין דעם אשכול פון צענדליגע פון די גרעסטע עקאנאמיקער, אריינגערעכנט די וואס האבן ממש געבויט די טעאריע פון אינפלאציע, אז אזא זאך קען נישט ברענגען אינפלאציע. חוץ פון טעאריע האב איך אויך געברענגט פראקטיק, פון פאקטישע פעלער ווען UBI אדער ענליכס איז דורכגעפירט געווארן און האט קיינמאל נישט געברענגט אינפלאציע. און חוץ פון טעאריע און פראקטיק האב איך אויך צוגעשטעלט (אביסל) הסבר, פארוואס טאקע אינפלאציע קומט נישט אריין.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 4:46 pm

פארשער, זיי מוחל אבער דו ברענגסט א ראיה לסתור.
ער זאגט נישט אז פון הרבה אצל מעט ומעט אצל הרבה וועט ווערן מעט (אדער ממוצע) אצל כולם, נאר הרבה אצל כולם, דאס הייסט אז עס וועט ווערן מער זהב וכסף אויף דער וועלט.

יעדע קאפל פארמאגט א קידושין רינגל. שטעל דיר פאר איין טאג וועלן האלב קאפלעך האבן צוויי קידושין רינגלעך, און די אנדערע האלב קיין איינס נישט, וואלט דער פרייז פאר קידושין רינגלעך ארויף?
אויב הערשט יעצט נישט קיין קידושין-רינגל-אינפלאציע, פארוואס זאל אונטער UBI יא זיין געלט אינפלאציע?

פארשער האט געשריבן:יעצט בנוגע וואס איר שרייבט אז אלע עקאנאמיסטן האלטן אז עס וועט נישט ברענגען אינפלאציע, בין איך נישט קיין גרויסער עקאנאמיסט אבער מיין פשוט'ער שכל זאגט אז אוועראולל וועט עס אפשר טאקע נישט ברענגען קיין אינפלאציע אבער די פרייזן פון עוורידעי אייטעמס וועלן ארויפגיין וויבאלד עס וועט זיין מער געלט אין די טאשן פון דעם המון עם און פון די אנדערע זייט וועלן די פרייזן פון אייטעמס וואס נאר די 3-4 פראצענט רייכסטע קויפן אראפגיין.
CC @טעאריע וואס לעבט, בנוגע אינקאם אינעקוואליטי.


איך האב קוים יעצט געענדיגט ליינען א פרישע שטודיע וואס איז ארויסגעקומען פינף טעג צוריק, גערופן General equilibrium effects of cash transfers. (דאס איז בערך די פינף הונדערטסטע שטודיע וואס איך בליק דורך אויף די נושא). לאמיר ציטירן:
there is minimal local price inflation, with quite precisely estimated effects of far less than 1% on average across a wide range of goods


זיי ברענגען אליינס ארויס דארט אז "אסאך ווייניגער ווי איין פראצענט אינפלאציע" מיינט בעצם זיראו אויפגעוויזענע אינפלאציע, ווייל עס איז אוממעגליך אינגאנצן אראפצורעכענען די אנדערע פאקטארן וואס ברענגען נאטורליך מינימאלע אינפלאציע.

לאמיר דעריבער איבער'חזר'ן: סיי טעאריע און די גרעסטע טעאריקער, סיי פראקטיק און די פונקטליכסטע שטודיעס, און סיי פשוטע שכל, זאגט אז עס ברענגט נישט אינפלאציע. איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס איז א נושא בכלל אן צו ברענגען כאטש עפעס אויף די אנדערע זייט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 5:51 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:אויף טוויטער טרענד יעצט נומער איינס Boycottmsnbc פארן איגנארירן יענג


די סומעטאכע האט זיך נאך ווייט נישט איינגעשטילט, און רוב מעינסטרים קוועלער (אריינגערעכנט סננ צום סוף) האבן עס ברייט באריכטעט.
עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז א קאמפעני וואס איז אמאל געווען נאנט פארבינדען מיט מסנבס האט געשפירט פאר וויכטיג צו מעלדן אז זיי זענען שוין נישט
bzy0mboqdk041.png
bzy0mboqdk041.png (50.33 KiB) געזעהן 1307 מאל


די סטאקס פון comcast, די פאטער קאמפעני פון מסנבס, זענען געפאלן איבער 3% אין איין טאג. (איך ווייס נישט צו עס האט שייכות, אבער...)

דא איז צוגעקומען נאך א טוויסט. מסנבס האט געמאלדן פאר פאליטיקא אז זיי האבן זיך פריוואט אנטשולדיגט פאר ענדרו יענג, א פראסטער ליגנט. דערפאר האט היינט געטרענדעט אויף טוויטער TellTheTruthMSNBC.

פאונבענקערס האבן פארציילט אז מענטשן וואס ווייסן גארנישט איבער יענג זענען געווען אויפגערעגט איבער מסנבס' עוולות און געוואלט הערן מער וועגן אים. אזוי האט מסנבס געשטעלט דער Streisand effect צו ארבעטן לטובת יענג...

אויך, דאס איז גאנץ זיס

MSNDC.png
MSNDC.png (304.16 KiB) געזעהן 1307 מאל


און דאס אויך

xnv63xf8h1141.jpg
xnv63xf8h1141.jpg (317.59 KiB) געזעהן 1307 מאל
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:49 pm

וואס האבן זיי אנטקעגן אים??

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:03 pm

איך האלט אז יענג דארף לאזן רינען פאר פאליטיקא אז ער באדאנקט זיך פאר מסנבס פארן אים צושטעלן אזא דעבאטע וואו ער האט די מערסטע פארדינט פון אלע דעבאטעס ביז אהער...
uays5hi643141.png
uays5hi643141.png (394.24 KiB) געזעהן 1259 מאל


---

@וואס טוט זיך, ער פארשפרייט איידיעס וואס זענען זייער שעדליך פאר זייער מאנאפאל און באטאם ליין. דאס איז דער הסבר וואס לייגט זיך מיר דאס מערסטע אויפן שכל, אנדערע קענען האבן אנדערע הסברים.
קען אויך זיין אז זיי האבן פשוט נישט אריינגעכאפט אראפצוקריכן פון בוים באצייטנס. אנדערע (ווי סננ) האבן אפיציעל אנערקענט אז זיי האבן אונטערגעשאצט יענג, און זיי פאסט עס נישט. אבער עס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אז דאס איז די גאנצע און פארדעם זאלן זיי אזוי גיין ארויס פון וועג. (למשל היינט האבן זיי אים נאכאמאל ארויסגעלאזט פון א טשארט. זיי דארפן זיין זייער נאריש אז בלויז גאוה זאל דאס ברענגען)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:12 pm

סננ מאכט א חשבון צו יענג איז נאך אונטערגעשאצט, און דער ענטפער איז אז יא.

Are we still underrating Andrew Yang?


Andrew Yang, sometime in the next two weeks, is expected to qualify for the sixth Democratic debate next month in Los Angeles. That will represent a clean sweep for Yang, as he will have made the stage in all six of the Democratic presidential debates this year.
That in and of itself would have been quasi-unthinkable in the early months of 2019, when Yang was a total political unknown, given somewhere between none and a snowball's chance in hell of even being relevant in the 2020 primary fight. What's been clear for months now, however, is that Yang -- through his quirky personality and willingness to talk about previously taboo topics like automation and universal basic income -- has built a durable following online and offline that outpaces many of the better-known candidates who have left the race and several who are still in it.

Yang has, in short, cleared that hardest, first hurdle: relevance.

On that, everyone -- mostly -- agrees. But in the wake of Yang's surprisingly strong debate performance last week in Atlanta, it's worth asking a different question: Are we still underrating Yang, his influence on the race and his chances going forward?
The answer to that question, I think, is yes.

Look at all of the traditional measures of success of a candidacy:
* Money: Yang raised $10 million in the third fundraising quarter, more than, among others, Sen. Kamala Harris of California and former candidate Beto O'Rourke. And his money momentum is all in the good direction.
* Polling: Yang started at roughly 0% everywhere. He's now up to 3% nationally and in Iowa, according to Real Clear Politics, and at 2% in New Hampshire. Which isn't amazing! But again, trajectory matters. Yang has continued to slowly but surely gain support even while many of his opponents have lost it. And he already has three polls (out of the four he needs) showing him at 4% or better in either early state or national polling to make the December debate.
* Grassroots energy: Yang has already gone over 200,000 individual donors. His online following is rabid and organized.
* Policy: There was a discussion of UBI -- Yang has proposed that every person 18 or older get $1,000 from the government each month -- in the October debate, which was a) stunning and b) a major win for Yang and his allies. Yang's focus on the effects of automation and the need to begin considering our data as our most valuable resource are also helping to drive conversation in the race.

Yang checks all those boxes -- at least as much as some of his rivals in elected office who have received far more attention.

And now, after months and months of downplaying what his supporters believed was media blindness to his candidacy, Yang is speaking out. "MSNBC is trying to suppress and minimize my campaign because there are certain other candidates that they might favor," Yang told Politico on Monday, citing his lack of speaking time (in comparison with other candidates with similar poll numbers) in last week's debate. (Yang provided no other evidence to back up his bias claims.)
The Point: Yang's candidacy is deeply unconventional. And therefore harder to cover or quantify. But as the current resident of the White House can attest, unorthodox candidacies can resonate in ways more traditional ones simply cannot.


https://cnn.com/2019/11/25/politics/and ... index.html

(די לעצטע שורה, כאילו יענג האט נישט קיין אנדערע באווייז אז מסנבס איז נישט יושר'דיג צו אים חוץ פון די לעצטע דעבאטע, איז נישט ריכטיג בכלל, ווי איך האב שוין געברענגט דא גענוג. אבער מען קען נישט דן זיין סננ, זיי טארן נישט ארויסווייזן צופיל שמחה לאיד ביים שטעכן א קאמפעטישאן)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:46 pm

Yang2020 האט געשריבן:פארשער, זיי מוחל אבער דו ברענגסט א ראיה לסתור.
ער זאגט נישט אז פון הרבה אצל מעט ומעט אצל הרבה וועט ווערן מעט (אדער ממוצע) אצל כולם, נאר הרבה אצל כולם, דאס הייסט אז עס וועט ווערן מער זהב וכסף אויף דער וועלט.

ביסט גערעכט אז ער פארגלייכט עס צום אנדערן עקסטרעם פון הרבה אצל כולם אבער פון די אנפאנג פון זיינע ווערטער "ומפלאי סימני החכמה בהם שהם הרבה אצל קצת בני האדם, מצד שאינם ריקים מהם, והם מעט אצל רובם." זעט [מיר] אויס אז ס'איז דא א ספעציעלער טובה אין דעם וואס עס איז דוקא אויף דעם אופן אז רוב האבן ווייניג און ווייניג האבן אסאך.
Yang2020 האט געשריבן:יעדע קאפל פארמאגט א קידושין רינגל. שטעל דיר פאר איין טאג וועלן האלב קאפלעך האבן צוויי קידושין רינגלעך, און די אנדערע האלב קיין איינס נישט, וואלט דער פרייז פאר קידושין רינגלעך ארויף?
אויב הערשט יעצט נישט קיין קידושין-רינגל-אינפלאציע, פארוואס זאל אונטער UBI יא זיין געלט אינפלאציע?


געלט אינפלאציע מעסט מען אין פארגלייך צו א קארב פון טויזענטער סארט אייטעמס, יעצט ווי געזאגט פריער קען זיין אינפלאציע מצד אחד און דעפלאציע מצד אחר דהייני אז פראדוקטן וואס די מאסן קויפן זאלן טייערער ווערן ווידער לוקסוסזיערע פראדוקטן וואס נאר די רייכע קויפן זאלן ביליגער ווערן וויבאלד די רייכע גייען דאך זיין נעט פארלירער פון UBI/VAT.
ס'איז זייער מסתבר אז דער לענדלארד וועט ארויפגיין מיט די רענט און די מוסדות וועלן ארויפגיין מיט שכר לימוד ווייל העי דו באקומסט דאך $1,000 מער א חודש.
לעצט פאראכטן דורך פארשער אום דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:55 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:52 pm


אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 11:09 pm

א שינע חלק פון זיינע טענות ווערן שוין אויסגעשמועסט און פארענטפערט דורכאויס די בלעטער פונעם אשכול
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:26 am

פארשער האט געשריבן:ביסט גערעכט אז ער פארגלייכט עס צום אנדערן עקסטרעם פון הרבה אצל כולם אבער פון די אנפאנג פון זיינע ווערטער "ומפלאי סימני החכמה בהם שהם הרבה אצל קצת בני האדם, מצד שאינם ריקים מהם, והם מעט אצל רובם." זעט [מיר] אויס אז ס'איז דא א ספעציעלער טובה אין דעם וואס עס איז דוקא אויף דעם אופן אז רוב האבן ווייניג און ווייניג האבן אסאך.


לאמיר זיך דעריבער שטעלן ביי דעם, אז כאטש קיין ראיה לסתור איז טאקע נישט, ווייל מען קען מדייק זיין די רישא און זאגן אז די סיפא איז לאו דוקא, איז אבער אויך נישט קיין ראיה אויף יא, ווייל מען קען מדייק זיין די סיפא און זאגן אז די רישא איז לאו דווקא.
אבער באמת, אפילו עס וואלט נאר געשטאנען די רישא, וואלט מען זיך געדארפט מדחיק זיין אז ער מיינט צו זאגן לאפוקי אז אלע האבן אסאך, ווי די גמרא פרעגט אלעמאל והא קחזינא דלאו הכי הוא, וטוב דוחק בלשון מדוחק בענין (חזו"א).
נישט נאר אז עס איז נישט אזוי, נאר עס איז גאר פארקערט. אלאסקא האט געהאט העכערע אינפלאציע ווי גאנץ אמעריקע בעפארן איינפירן זייער קעש טרענספער, יעצט האבן זיי נידריגערע. קואוועיט האט געהאט רעקארד-הויכע אינפלאציע, און זיי האבן איינגעפירט א סעמי-UBI אין 2011 אויף די ראט פון עקאנאמיקער כדי אראפצוברענגען אינפלאציע, און עס איז זיי געלונגען, עס איז אראפ צו אונטער 4%.

פארשער האט געשריבן:
Yang2020 האט געשריבן:יעדע קאפל פארמאגט א קידושין רינגל. שטעל דיר פאר איין טאג וועלן האלב קאפלעך האבן צוויי קידושין רינגלעך, און די אנדערע האלב קיין איינס נישט, וואלט דער פרייז פאר קידושין רינגלעך ארויף?
אויב הערשט יעצט נישט קיין קידושין-רינגל-אינפלאציע, פארוואס זאל אונטער UBI יא זיין געלט אינפלאציע?


געלט אינפלאציע מעסט מען אין פארגלייך צו א קארב פון טויזענטער סארט אייטעמס, יעצט ווי געזאגט פריער קען זיין אינפלאציע מצד אחד און דעפלאציע מצד אחר דהייני אז פראדוקטן וואס די מאסן קויפן זאלן טייערער ווערן ווידער לוקסוסזיערע פראדוקטן וואס נאר די רייכע קויפן זאלן ביליגער ווערן וויבאלד די רייכע גייען דאך זיין נעט פארלירער פון UBI/VAT.


דו האסט געהאט געשריבן אז עס דארף ברענגען אינפלאציע, נאר כדי זיך נישט צו קריגן מיט די עקאנאמיקער איז געקומען די פשרה אז עס שרויפט נאר ארויף די פרייזן פון טעגליכע פראדוקטן. אויף דעם האב איך געברענגט דעם ביישפיל פונעם קידושין רינגל צו צייגן פארוואס די עקאנאמיקער זענען גערעכט, און פונקט ווי רינגלעך ווערן נישט ביליגער ווען עס איז דא פון זיי די זעלבע אסאך נאר מער אויסגעשפרייט אזוי איז אויך מיט געלט.
יעצט, די זעלבע עקאנאמיקער זאגן אויך און די זעלבע הונדערטער שטודיעס צייגן אויך, אז טעגליכע פראדוקטן ווערן נישט טייערער, דהיינו אז די קאסט אוו ליווינג פון א געווענליכע מענטש מיט נארמאלע הוצאות גייט נישט ארויף (נאכן אראפרעכענען די VAT, וואס ווערט צוריקגעצאלט פי כמה).
איך קען פרובירן צו ערקלערן פארוואס. אבער ערשט, דאס זענען די פאקטן. געווען אמאל אן אינדזשעניר וואס האט אויסגערעכנט אז בינען קענען נישט פליען. מה עשה הקב"ה, זיי זענען ווייטער געפלויגן, נישט וויסנדיג אפילו אז זיי קענען נישט. אז דיין מאדעל שטימט נישט מיטן מציאות דארפסטו טוישן דיין מאדעל, ווייל די מציאות איז היער טו סטעי.


איך וועל שרייבן היבש אויבערפלעכליך, אבער פרייזן זענען באזירט אויף סופליי און דימענד. דו טענה'סט אז פרייזן וועלן ארויף ווייל דימענד וועט שטייגן, לאמיר אננעמען אזוי אויף דער מינוט, אבער וואס פאלט דיר ביי אז סופליי וועט בלייבן שטיין וואו עס איז?
לאמיר זאגן אז סענדוויטשעס קאסטן יעצט, ווען העלפט מענטשן קויפן סענדוויטשעס, איין דאלער. וויבאלד מענטשן וועלן האבן מער געלט אין טאש וועלן אלע ווילן קויפן - דאפלטע דימענד, וועט עס אנהייבן קאסטן צוויי דאלער. דא ענדיגט זיך די מעשה? פארשטייט זיך אז נישט! א צווייטער וועט דא זען א גלענצנדע געלעגנהייט, און וועט עפענען א סענדוויטש ביזנעס וואו ער וועט בעטן נאר די אלטע פרייז, וועלן אלע קאסטומערס לויפן צו אים, וועלן אלע זיין געצווינגען אראפצולאזן דעם פרייז צוריק.
די זעלבע פרייע מארקעט קאמפעטישאן וואס גייט יעצט אן און שטעלט יעצט די פרייזן וועט ווייטער ארבעטן פונקט אזוי.

אין יעדן מארקעט כמעט עקזיסטירט די מעגליכקייט דראמאטיש צו פארגרעסערן דעם סופליי, און פאקטיש געשעט עס שוין אין די לעצטע צענדליגע יארן און וועט געשען נאך שנעלער מיט די אויטאמאציע און אנדערע אויפקומענדע טעכנאלאגיע. די זאך איז נאר אז עס דארף זיין גענוג קונים, און דאס וועט די UBI צושטעלן. עס וועט זיך גיסן א שפע, העכערע דימענד, העכערע סופליי, ביי די זעלבע פרייזן.

אבער אפילו אויב וועלן מיר האלטן די סופליי באגרעניצט, איז ווייט נישט פונקטליך צו זאגן אז פרייזן וועלן דווקא ארויפגיין. דו ווייסט וואס געשעט אין אלאסקא אינעם טאג וואס די טשעקלעך קומען אן? געשעפטן מאכן גרויסע סעילס. אין אנדערע ווערטער, פרייזן פאלן. און דאס זעלבע איז אויך איבערן לאנד מיט טעקס ריטוירן.
וואס איז פשט? טאקע ווייל די געשעפטן ווייסן אז דו האסט יעצט געלט אין טאש וואס דו גייסט אויסגעבן, פארמעסטן זיי זיך צו זיין דער געשעפט וואו דיין געלט גייט אויסגעגעבן ווערן. זיי קענען זוכה זיין דערצו דורכן געבן בעסערס פאר די זעלבע פרייז, אדער די זעלבע פאר א ביליגערע פרייז.
יא, דו קענסט זיך טאקע ערלויבן יעצט צוויי דאלער פאר סענדוויטש, קיינער פארזיכערט זיי אבער נישט אז דו גייסט דאס טון. דו קענסט זיך פונקט אזוי אויסדרייען נאכן זען די פרייז און אנשטאט דעם קויפן א סידי פאר דעם געלט, און אויב יענער גייט אויך ארויף וועסטו קויפן א צייטונג ביים ניוס סטענד.

נאך מער, רוב פון די וואס גייען קויפן א ברויט מיט א מילך קויפן עס שוין יעצט, העכסטענס דורך פודסטעמפס אנשטאט געלט, און זיי גייען נישט אנהייבן צו קויפן צוויי. פרייזן וועלן אויב עפעס ארויף ביי אזעלכע אייטעמס וואס רוב מענטשן קויפן נישט און די סופליי קען נישט ווערן גרעסער, ווי זעלטענע אנטיקן, דהיינו לוקסוסזיערע פראדוקטן וואס נאר די רייכע קויפן.

פארשער האט געשריבן:ס'איז זייער מסתבר אז דער לענדלארד וועט ארויפגיין מיט די רענט


אז מיין לענדלארד גייט ארויף, ווייל איך האב דאך א איבריגע טויזנטער, ווייסטו וואס איך וועל אים זאגן? א דאנק פארן מיר דערמאנען אז איך האב א איבריגע טויזנטער און מיר געבן דעם לעצטן שטופ צו קויפן מיין אייגענע הויז.
געוויס דערפאר גייט home ownership ארויף מיט א שיינע 6% גלייך ווען UBI פראגראמען ווערן איינגעפירט.

און אז דער לענדלארד פון א געווענליכע גוי גייט ארויף, ווייל ער האט דאך א איבריגע טויזנטער, ווייסטו וואס ער וועט זאגן? גודביי ניו יארק סיטי און נישט צום ווידערזען. איך פאר קיין מיסיסיפי וואו דער זעלבער טויזנטער געבט מיר אזוי סאך מער.
פארוואס האבן געוויסע פלעצער אזא הויכע רענט? ווייל מענטשן זענען דעספערעט צו וואוינען אינעם גרויסן סיטי וואו עס זענען דא מעגליכקייטן. פארשלאפענע פלעצער וועלן אויפלעבן מיטן UBI, סיי ווייל עס וועט אריינקומען מיליאנען יעדן חודש און נייע מעגליכקייטן וועלן זיך עפענען און סיי ווייל מענטשן וועלן נישט זיין אזוי דערשראקן צו גיין צו א פלאץ מיט ווייניגער מעגליכקייטן, ווייל סיי וואס זאל זיין האבן זיי דעם טויזנטער וואס געבט זיי כמעט די זעלבע וואס זיי האבן מיט א דזשאב אינעם סיטי.
מענטשן וועלן מער ארומפארן, ברענגען זייערע קינדער נאנט צו זיי, פארן צו קליינע שטעטלעך וואו זיי קענען זיך קויפן א רחבות'דיג הויז, אא"וו.
(דאס איז שוין חוץ פון יענג'ס באזונדערע פלענער צו מאכן מענטשן זיך ציען מער. מענטשן ציען זיך צווישן די סטעיטס די ווייניגסטע אין היסטאריע, וואס שלעפט איין די עקאנאמיע און לעבאר מארקעט צווישן אנדערע פראבלעמען. דער פרידאם דיווידענד און די אנדערע געדאנקען וועט אריינברענגען א פרישע דינאמיזם איבער גאנץ אמעריקע)

און דאס אלעס איז שוין חוץ פונעם הסבר וואס איך האב געשריבן אויבן איבער אנדערע פראדוקטן. נאך דעם אלעם וועלן די לענדלארדס דארפן האפן די פרייזן זאלן נישט צופיל פאלן, פון ארויפגיין וועלן זיי שוין נישט אזוי שנעל חלומ'ען.

דאס איז זייער אנדערש ווי אזעלכע פראגראמען ווי סעקשאן 8, וואס געבן דיר נישט קיין אויסוואל. דו קענסט עס נאר נוצן אויף דעם און דו ביסט באגרעניצט אין פלאץ, דערפאר טרייבט עס טאקע ארויף די רענט. ווי רואיג האט קלאר מסביר געווען אנהייב אשכול.

אפשר איז דאס טאקע די סיבה פארוואס רענט אין אלאסקא איז אראפ פון 1982, ווען דער פאנד איז איינגעפירט געווארן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:30 am

פארשער האט געשריבן:https://fee.org/articles/andrew-yang-s-math-doesn-t-add-up-on-universal-basic-income/


אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:א שינע חלק פון זיינע טענות ווערן שוין אויסגעשמועסט און פארענטפערט דורכאויס די בלעטער פונעם אשכול


און די איבריגע חלק פון זיינע טענות ווערט שוין אויך פארענטפערט דורך ענדרו יענג.
מילא אז איינער שרייבט דא, איז ער טאקע נישט מחויב צו מאכן ריסוירטש בעפאר, אבער וואס איז פשט פון א גאנצע פראפעשענאל ארטיקל בעיסד אויף לעכער?

נאך מער, פארוואס צאלן זיי געלט פאר גוגל דאס צו אדווערטייזן ווען איינער זוכט freedom dividend? וואס טרייבט זיי?
deveg49yrjj31.png
deveg49yrjj31.png (105.31 KiB) געזעהן 1097 מאל


דער תירוץ איז אז FEE איז א פראפאגאנדע ארגאניזאציע, אויסגעצאלט דורך די Koch Brothers.
https://www.sourcewatch.org/index.php/F ... _Education

קוקט אויס אז די בעלים פון מסנבס וועלן נישט זיין די איינציגסטע וואס וועלן פארלירן פון א יענג פרעזידענטשאפט, צום ריווח פון אלע אנדערע.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:02 am

הרב יענג, דו קומסט אריין זייער קלאר.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 11:16 am

פארשער האט געשריבן:הרב יענג, דו קומסט אריין זייער קלאר.


א דאנק הרב פארשער! :smile:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 6:38 pm

א קאאליציע פון 23 נאן-פראפיט ארגאניזאציעס האבן געשריבן אן אפענעם בריוו צו MSNBC, אויסדרוקנדיג זייער זארג איבער די אומ'יושר'דיגע באהאנדלונג פון ענדרו יענג און די השפעה וואס עס קען האבן אויף אמעריקאנע דעמאקראטיע. זיי ווארפן אפילו אריין דעם נוקלעאר קאוד - ראסיזם.
איבער טויזנט ביזנעסער, ארגאניזאציעס, און יחידים האבן אויסגעדרוקט זייער צושטימונג צו דעם בריוו.

https://news.yahoo.com/community-groups ... 00114.html

אויב האט יענג'ס קאנדידאטור נאר דאס געברענגט, האט זיך שוין געלוינט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:16 am

יענג האט נעכטן ארויסגעלייגט זיינע טעקס ריטוירנס פון די יארן 2011-2018 למספרם.
https://www.yang2020.com/tax-returns

אסאך מענטשן האבן א בליק אויף אים פון א קוריאזער נגיד וואס האט נישט וואס צו טון מיט זיין געלט, מסתמא ווייל די מידיא דערמאנט אים אסאך בנשימה אחת מיט סטייער. אבער די פאקטן זענען זייער אנדערש.

זיין אינקאם אין 2018 איז געווען $121,418. דאס זענען די אנדערע קאנדידאטן לויט די ניו יארק טיימס:
jhju8fickc141.jpg
jhju8fickc141.jpg (131.89 KiB) געזעהן 915 מאל


דעטס רייט, יענג'ס איז געווען ווייניגער ווי יעדער איינער אויף די ליסטע.

קוקנדיג אויף אלע יארן, האט ער געווענליך פארדינט צווישן 100K און 300K א יאר.

אין 2011 האט ער אוועקגעגעבן $126,404 פאר טשאריטי, אין 2013 איז עס געווען $62,362. (אל יבזבז יותר מחומש גייט לכאורה נישט אן ביי בני נח...)

אין 2012 האט ער צווישן אנדערע אפגעקויפט קליידונג און שיך פאר 50K, און עס דאונעיטעד פאר היימלאזע. אבער באריכטעט האט ער עס פאר א דאונעישאן פון בלויז 5K, צוליב די depreciated value אריבערגייענדיג זיין האנט.


צוויי פראגעס וואס איך וואלט געוואלט די מידיא זאל זיך יעצט שטעלן: ערשטענס, פון וואו האט בכלל געשטאמט די איינרעדעניש אז יענג איז א אנגעשטאפטער גביר? האט דאס אפשר שייכות מיט דעם אז צו לויפן פאר פרעזידענט דארף מען זיין א פאליטישען, א טיווי פערסאנאליטי, אדער א ביליאנער? יענג איז פשוט א נארמאלער בירגער (העכערע מיטל קלאס) וואס נוצט פשוט אויס זיינע דעמאקראטישע רעכטן און טאלאנטן, אזאנס איז שוין לאנג נישט געווען און די מידיא ווייסט נישט וויאזוי עס צו עסן.
צווייטנס, וואס איז טאקע פשט אז פאליטיקאנטן פארדינען מער ווי געלונגענע ביזנעסלייט? איז דאס ריכטיג, אדער ווייזט עס אויף טיפערע פראבלעמען?

דער אמת איז אז יענג וואלט געקענט זיין רייכער ווי רוב פון זיי, בדרך הטבע, לויט ווי שנעל ער האט געמאכט זיינע ערשטע מיליאנען אנגעהויבן מיט גארנישט, אבער ער האט באשלאסן אז פאר אים איז גענוג צו לעבן באקוועם און נוצן די איבריגע געלט צו העלפן מענטשן.
ווען ער האט פארקויפט זיין ביזנעס האט ער גענוצט א פינפטל פונעם געלט צו געבן מתנות פון צענדליגע און הונדערטער טויזנטערס פאר זיינע ארבעטער, זאגנדיג אז זיי האבן עס געהאלפן בויען. דאס איז געווען א טאטאלע סורפרייז, נאך וואס ער האט זיי שוין געצאלט געהאלט אסאך העכער ווי נארמאל, פיר מאל אזויפיל ווי די קאמפעטישאן.
א גרויס חלק פונעם פראפיט וואס ער האט גענומען פאר זיך האט ער אריינגעשטעלט אין זיין נאן-פראפיט, ווענטשור פאר אמעריקע, שלא על מנת להחזיר. דארט האט ער געווידמעט זיין געלט און צייט פון די קומענדיגע זיבן יאר, אנשטאט אנצופילן זיין באנק אקאונט.
יעצט האט ער קוים איין מיליאן.
אה, און ער האט אויך אויסגעצאלט עטליכע "פרידאם דיווידענדס" פון זיין אייגענע טאש.

אבער קוקט אויס אז אזא לעבנס געשיכטע איז אזוי באורינג און ביזנעס עז יוזשועל אז די מידיא קען זיך נישט ברענגען עס צו דערציילן. איז נישט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:25 pm

א College Pulse אנקעטע צייגט אז 88% פון די וואס באצייכענען זיך דעמאקראטן וועלן שטימען פאר יענג קעגן טראמפ, 63% אינדעפענדענטס, און 18% רעפובליקענס.
קיין איין אנדערע קאנדידאט האט נישט נאנט צו דעם crossover.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:48 pm

איך זע אז פאקס האט ארויסגעגעבן אן אנקעטע אין די ערשטע 10 טעג פון די לעצטע 2 חדשים, קען מען האפן אז יענג וועט באקומען גענוג צו קענען קוואליפייען.

איז דא עפעס אנקעטעס וואס זענען שוין געמאלדן ארויסצוקומען?

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:16 pm

איך האב מורא אז @יענג2020 איז שוין ארויס פון די רעיס, שוין א וואך וואס ער דרייט זיך נישט דא
אריין אין אקטיווע ניקס וואס זענען הערשט נעלם געווארן

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 7:59 am

נאך אזעלכע לאנגע תגובות פאריגע וואך, האב איך גערעכנט צו געבן דעם עולם א וואך מנוחה.

אבער ערנסט, בין איך פשוט זייער פארנומען די וואך, א דאנק פאר די אינטערעסע :smile:
מען האלט אינמיטן אויסארבעטן א פלאן פון א פרישע סארט UBI, טויזנט עקסטערע מינוט פער חודש, רואיג און איינס וועלן זיין ממונה אויף די פיזיקס דערפון. (טאקע געוואלט אריינרעדן אין יענעם אשכול אויך)


אז איך האלט שוין די פענע אין האנט :wink:
יענג האט לעצטענס אויפגעטריבן קרוב צו א מיליאן אין 24 שעה פון איינצלנע ביישטייערער. נישט אין עפעס א ספעציעלע געלעגנהייט, ווי נאך א דעבאטע אדער ענדע קווארטל, נאר סתם א גרויע וויקענד ווען ער האט מודיע געווען אז ער דארף האבן דאס געלט. איך בין נייגעריג אויב נאך א קאנדידאט האט דאס שוין באוויזן. אפשר סאנדערס?

נעכטן איז ער געווען אין שיקאגא, וואו ארום טויזנט מענטשן זענען געווען ערווארטעט, איבער דריי טויזנט האבן זיך באוויזן. דער עולם איז געשטאנען צאמגעשטופט ביז צום ארויסגאנג, ארום 50 מענטשן זענען געשטאנען אינדרויסן פונעם טיר די גאנצע צייט.

די שטודיע צו באשטעטיגן יענג'ס "טריקל אפ עקאנאמיקס" איז לעצטענס ארויסגעקומען. דאס איז געווען א מאסיווע שטודיע פון איבער צען טויזנט משפחות וואס האבן באקומען א טויזנטער. שטעלט זיך ארויס אז לאקאלע ביזנעסער פארקויפען מער, פארדינסטן זענען העכער, ארבעטער ווערן בעסער באצאלט, און אזוי ווייטער. די נעט אפעקט איז אז יעדער דאלאר באקומען האט געמאכט וואקסן די לאקאלע עקאנאמיע מיט $2.60.
אה, אינפלאציע פרעגסטו? אסאך ווייניגער ווי איין פראצענט.
(דאס איז די שטודיע וואס איז אויבן געברענגט געווארן אינמיטן דעם שמועס איבער אינפלאציע. אבער עס איז ווערט א באריכט פאר זיך)

איבער אנקעטעס, האט יענג שוין געטוויט אינמיטן וואך אז לויט זיין שאצונג וועלן זיי הערשט אנהייבן ארויסקומען פרייטאג (היינט), און יעדער זאל רואיג אטעמען.
חוץ פון פאקס, האב איך געזען ערגעץ א ליסטע פון נאך דריי וואס דארפן ארויסצוקומען (כאטש קיינער האט נישט געמאלדן), און נאך ארום 5-6 וואס וועלן מסתמא ארויסקומען.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:27 am

וואס זענען די תנאים וואס מען דארף נאכקומען צו קענען זיין ביים דיבאטע? און וואס האט שוין יענג?

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » זונטאג דעצמבער 08, 2019 3:33 pm

Yang2020 האט געשריבן:מען האלט אינמיטן אויסארבעטן א פלאן פון א פרישע סארט UBI, טויזנט עקסטערע מינוט פער חודש, רואיג און איינס וועלן זיין ממונה אויף די פיזיקס דערפון. (טאקע געוואלט אריינרעדן אין יענעם אשכול אויך)

עס איז שוין געווען די אסיפה, אונז האבן געהאט א גרייטע פלאן צו האבן פאר יעדעם א 25'טע שעה אין טאג. די פראבלעם איז געווען, וואס האב איך פון דעם אויב יעדער האט עס? איך וויל האבן איין שעה מער פון יעדעם (רעלאטיוו).

האט מען געמאכט די החלטה אז מען גייט עס נישט לייגן ביים ענדע טאג, נאר ביים אנפאנג. דהיינו, ביז היינט האט יעדער אנגעפאנגען די טאג ביי זיראו, אבער פון יעצט און ווייטער האלט מען שוין נאך די ערשטע שעה ווען מען שטייט אויף. אזוי קען מען גלייך גיין צום 2'טע שעה רואיג, וויסנדיג אז מען האט 1 פולי עקאמפלישד שעה אין טאש. :smile:


Yang2020 האט געשריבן:די שטודיע צו באשטעטיגן יענג'ס "טריקל אפ עקאנאמיקס" איז לעצטענס ארויסגעקומען.

איך האב גארנישט געזען, קענסט ברענגן מער דיטעילס?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט