2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 10:12 pm

איך רעד נישט פון שטימען פאר שומער, נאר פון בויען דעם בלאקוואויט אין די יוני פריימערי.

עניוועי
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:36 am

פרעזידענט טראמפ טוט אנדייטן אז ער קען מעגליך ארבעטן זיך אפצורעכענען מיט רעפובליקאנער פאליטיקאנטן וועלכע ווארפן אים איבערן דראנג אין די ענדע פון זיין איצטיגע פרעזידענט טערמין
נעמען וועלכע האבן געמאכט די ווארענונג ליסטע רעכענען אריין אהייא גאווערנאר מייק דעוויין און דזשארדזשיא גאווערנאר ברייען קעמפ וועלכע דארפן זיך ביידע שטעלן פארנט פון די וויילער אין 2022 למספרם
צווישן די נעמען פון פאטענציאלע פריימערי קעגנער אין אהייא איז דער לאנגיעריגע טראמפ קאמפיין און ווייסע הויז געהילף מעקס מילער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג נובעמבער 22, 2020 10:38 am

לארא טראמפ וועלכע איז די פרוי פון עריק טראמפ באטראכט א פלאן צו לויפן צום סענאט אין צפון קאראליינע פאר די זיץ וועלכע גייט פריי ווערן מיט דעם וואס דער סקאנדאל פארמישטער ריטשארד בור גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין 2022 למספרם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 10:47 am

נו, שוין העכסט צייט צו כאפן אן ערשטע אריינבליק אין די קאמף פאר די קאנטראל פונעם סענאט אין די בעפארשטייענדע מידטוירם וואלן

יא, טראמפ האט נאך דערווייל נישט אויפגעגעבן די פרעזידענט פארמעסט און קאנטראל פונעם קומענדיגן סענאט גופא איז נאך אויך נישט אנטשידן ווען צווי שליסל ראנאף פארמעסטן דארפן זיך נאך אויסשפילן אין דזשארדזשיא אבער אפגעזעהן די אויסגאנג גרייטן זיך שוין ביידע זייטן צו העפטיגע שלאכטן אין 2022 למספרם ווען די סענאט וועט זיין שארף צוטיילט ווען די מאיאריטעט וועט האבן מערסטנס 52 זיצן און די מינאריטעט וועט האבן אמווייניגסטנס 48 וואס באדייט אז א פליפ פון 2 זיצן אדער גאר איין (געוואנדן אין די דזשארדזשיא אויסגאנג) קען טוישן די סענאט פירערשאפט
ביידע זייטן גייען אריין אין די פארמעסט מיט א רייע שטארקקייטן און אויך שוואכקייט ווען רעפובליקאנער פון איין זייט וועלן פארמאגן די "מידטוירם פאקטאר" צו זייער דעספאזיציע וועלכע דינט היסטאריש בעסער פאר די אפאזיציע פארטיי אבער אפילו דאס איז ווייט פון זיכער און אויב דאס אלק וועט זיין איבריג באצויבערט פון די רואיגערע צייטן אדער מעגליך געלונגענע פירערשאפט און/אדער גאר פארשטארקערטע עקאנאמיע וועלן זיי מעגליך יא באלוינען דעמאקראטן אויב זיי וועלן האלטן אז די רעפובליקאנער זענען בלויז ביים רודער צו בלאקירן פראגרעס
פון די אנדערע זייט פארמאגן דערווייל דעמאקראטן א שטארקע בענעפיט צו זייער זייט ווען מען קוקט אויף די סענאט מאפע און אויף די זיצן וועלכע די צוויי זיייטן וועלן דארפן פארכאפן/פארטיידיגן אבער אויך דאס איז עפעס וועלכע קען זיך אביסל טוישן אויב די אטמאספערע אין לאנד הויבט אן בלאזן אין ריכטונג פון די אפאזיציע און טייל דעמאקראטן קענען באשליסן צו רעטייערן
איז לאמיר כאפן א בליק און זיך באקענען מיט די פארמעסטן אין די שליסל פארמעסטן אויף וועלכע מען האלט אן אויג
די ערשטע איז די אייאווע סענאט זיץ אויף וועלכע דער סיניאר סענאטאר טשאק גרעסלי סערווירט שוין איצט אין זיין זיבעטע טערמין
גרעסלי איז 89 יאר אלט און ממש לעצטנס דיאגנאזירט געווארן מיטן ווירוס אבער איז אין א פארהעלטנמעסיג גוטן געזונט צושטאנד און רעפובליקאנער האפן שטארק אז גרעסלי וועט לויפן פאר אן אכטן טערמין מאכנדיג גאר שווער פאר דעמאקראטן צ רעקרוטירן אן ערנסט שטארקן קאנדידאט אקעגן אים
ריק סקאט וועלכע איז דער אריינקומנדער פארזיצער פון די רעפובליקאנע סענאטאריעל קאמיטע זאגט אז קוקט שטארק ארויס אויף גרעסלי צו לויפן און ער וועט זיין אומבאזיגבאר
אפילו אויב גרעסלי זאל עפענען זיין זיץ וועלן רעפובליקאנער נאכאלץ מעגליך האבן א לייכטע אויבערהאנט אויב קומען זיי אויף מיט א גוטן קאנדידאט אין די סטעיט וועלכע רוקט זיך מער רעכטס אין די לעצטע יארן אבער אין אזא פאל איז די פארמעסט ערנסט אין שפיל און מען דארף האלטן א נענטערע אויג דערויף
אין אלגעמיין ערווארטן נאנטע צו גרעסלי אז זיין באשלוס וועלכע קען רקומען אין די קומענדיגע מאנאטן וועט זיין יא צו לויפן

אין צפון קאראליינע ווערט אפן איין זיץ ווען ריטשארד בור רעטייערט און אויך אין פענסילוועניע ווערט איין זיץ פריי מיט די רעייערמענט פון פעט טומי

אין וויסקאנסין שפעקולירט נאך סענאטאר ראן דזשאנסאן אויב ער זאל לויפן פאר ווידערערוויילונג און קוקט ער איבער זיינע שאנסן און ריק סקאט זאגט אז ער איז אפטימיסטיש אז דזשאנסאן וועט באשליסן צו לויפן נאכאמאל אין די אויסגעקעמפטע סווינג סטעיט

אויב זאל קעלי לאפלער זיגן אין די ראנאף אין דזשארדזשיא וועט זי דארפן לויפן נאכאמאל פאר א פולן טערמין

אין מיזורי זאגט סענאטאר ראי בלאנט אז ער טוט דערווייל אלעס וואס פעלט זיך אויס צו קענען לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער האט דערווייל נישט געמאכט קיין אפיצילע אנאנסירונג צו לויפן

אין אלאסקא זאגט ליסא מורקאוסקי אז זי פלאנט ווייטער צו טוהן וואס די וויילער ערווארטן איר צו טוהן אזוי לאנג ווי די וויילער זאגן איר אז זי דארף עס מער נישט טוהן

אין פלארידא גרייט זיך מארקא רוביא העפטיג צו לויפן פאר א דריטן טערמין

אין אהייא האט שוין סענאטאר ראב פארטמאן געמאלדן אז ער גייט זוכן א פרישע טערמין און זיך געאייסערט אז עס וועט זיין א גוטע יאר פאר רעפובליקאנער זינט זיי זענען ערווארטעט צו זיין אין די אפאזיציע
פארטמאן צייגט אן אז טראמפ האט געוואנען זיין סטעיט צוויי מאל מיט 8% און אז ער זעלבסט איז געווען נאך שטארקער פון ט4אמפ מיט 13% צוריק אין 2016 למספרם

אצינד אריבער צו די דעמאקראטישע זייט וואס זענען זייערע אויסזיכטן/האפענונגען?

צו ערשט ווי געזאגט גייען זיי איצט פרובירן ארויסצובאקומען איין אדער גאר ביידע זיצן אין דזשארדזשיא אבער אפילו זיי דערלייגן ביידע מיינט עס אז זיי דארפן פארטיידיגן בלויז 13 זיצן אין קאנטראסט צו די רעפובליקאנער וועכע וועלן דארפן אנהאלטן אזויפיל ווי 20

קוקנדיג פאראויס צו די מידטוירמס איז מעגליך די טומי זיץ אין פענסילוועניע זייער בעסטע שאנס צטו פארכאפן א זיץ מיט די בור זיץ אין צפון קאראליינע וועלכע איז אויך גאנץ א רייפע שאנס

דערוויל האט קיין איינציגע דעמאקראט נישט געמאלדן רעטייערמענט פלענער און זיי האבן נישט קיין איין זיץ צו פארטיידיגן אין סטעיטס וועלכע טראמפ האט געוואנען ווידערערוויילונג

איין מעגליכע זיץ וועלכע דעמאקראטן וועלן דארפן פארזיכערן איז ניו העמפשיר וואו סענאטארשע מעגי העסען וועט דארפן לויפן און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז דער רעפובליקאנער גאווערנאר סונונו זאל זוכן די זיץ
העבען האט געוואונען שמאל אין 2016 למספרם און געזאגט אז זי פלאנט צו מעלדן אין די נאנטע צוקונפט אויב זי וועט זוכן נאך א טערמין
עס איז דערווייל נישט דא ערנסטע ערווארטונג פון סונונו צו לויפן אבער ריק סקאט וועלכע האט גוטע פארבינדונגען מיט א רייע גאווערנארס צוריקגייענדיג צו זיינע יארן אלץ גאווערנאר אין פלארידא האט שוין געזאגט אז ער האפט צו איבערצייגן סונונו צו לויפן

אין נעוואדע סענאטארשע קעטרין קארטעז מעסטא האט שמאל געוואונען אין איר ערשטע טערמין אין 2016 למספרם וועט אויך דארפן לויפן פאר ווידערערוויילונג אבער דערווייל ווארט מען צו הערן אויב רעפובליקאנער וועלן באווייזן צו רעקרוטירן אן ערנסטע קאנקורענט

אין אריזאנא וועט סענאטאר ערוויילט מארק קעלי דארפן זיך שטעלן נאכאמאל פאר די וויילער און ריק סקאט זאגט אז עס איז אומדערהערט אז אריזאנא זאל פארמאגן צוויי דעמאקראטישע סענאטארן און האפט צו באאיינפלוסן גאווערנאר דאג דוסי צו לויפן אקעגן קעלי טראץ די לעצטיגע רונדע פארלוסטן פאר רעפובליקאנער אין די סטעיט וועלכע טרענדט מער בלוי

אין מערילענד דארף סענאטאר קריס ווען האלען לויפן צום ערשטן מאל פאר ווידערערוויילונג און טראץ וואס אין אלגעמיין איז די סטעיט נישט ערווארטעט צו זיין אין שפיל האלט מען יא אן אויג אויפן פאפולערן אנטי טראמפ גאווערנאר לערי האוגען
אנאליסטן גלויבן נישט אז האוגען איז אינטערסירט אין די סענאט זיץ נאר אויב עפעס מער הונגעריג פאר עפעס מער פון דעם און האלט אן אויג אויף א פרעזידענט קאנדדיאטור אין 2024 למספרם אבער ריק סקאט לייגט יא האפענונג אויף א האוגען סענאט קאנדידאטור זאגנדיג אז ער גלויבט יא אז ער קען נאך אונטערנעמען אזא פארמעסט און אז ער א סוקסעספולע גאווערנאר וועלכע גלייכט די פאליטישע פראצעדור און אויסצופרובירן נייע גוטע אונטערנעמונגען
דעמאקראטישע קוועלער אין די סטעיט זאגן אז ווען האלען איז ערנסט באזארגט איבער א פאטענציאלע האוגען ביד און האלט א נאנטע אויג אויף זיינע באוועגונגען

דער אכציג יעריגער ווערמאנט סענאטאר פעטריק לעיהי (ד) וועלכע איז דער העכסטראנגיקער דעמאקראט אויף די סענאט אפראפיעישאנס קאמיטע פלאנט צו מעלדן נאך יונואר למספרם אויב ער וועט זוכן א פרישע טערמין
זיין קאלעגע דער 86 יעריגער ריטשארד שעלבי (ר) פון אלאבאמא וועלכע איז דער פארזיצער אויף די אויבנדערמאנטע קאמיטע זאגט אז "זיי פרובירן מיך צו האבן נאכאמאל אבער עס וועט שוין זיין מיין זעקסטע טערמין"
ער זאגט אז ער וועט באשלין און מעלדן זיין החלטה נאך יונואר למספרם

אין קאליפארניע דארף גאוועראנר ניוסאם באשליסן וועם ער שטעלט צו ערזעצן וויצע פרעזידענט ערוויילט קאמאלא העריס און טייל דעמאקראטן גלויבן אז אויך די אנדערע זיץ קען ווערן ליידיג מיט א פריצייטיגע אפטריט פון סענאטארשע דיאנא פיינסטיין וועמענס טערמין לויפט ביז 2024 למספרם

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14755
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 23, 2020 11:13 am

ישר כח @הכל הבל פאר דעם שיינעם היקף.

נישט דא וואס צוצולייגן בנוגע דעם סענאט, על כל פנים דערווייל.


בנוגע דעם הויז האלט איך אז די אנאליסטן שאצן פעסט איבער די טשענסעס פון די רעפאבליקאנער איבערצונעמען דעם הויז.

סוף כל סוף איז יעצט געווען א רויטע כוואליע אויב מען קוקט אויף טוירנאוט, און איך האלט נישט אז די עלעקטאראט אין א ביידן מידטערם נאך אזא סוקסעשן פייט ווי טראמפ פירט יעצט, מיט טראמפס העכסט ווארשיינליכע רולע אלס הויפט רעפאליקאנער אפאזיציע פירער, וועט זיין ערנסט מער רעפאליקאנער גענויגט ווי אין 2020.

די רעפאבליקאנער זענען ארויסגעקומען שטערקער ווי די דעמאקראטן ווען מען פארגלייכט עס צו 2016, וואס איז אויך געווען א ערנסטע פלאפ יאר פאר די דעמאקראטן בנוגע טוירנאוט.

און אין 2020 איז ביידן דער ערשטער דעמאקראט זינט 08 - נאך אויף די אלטע מאפע - צו געווינען רוב דיסטריקטן, וואס אבאמע האט נישט געקענט אין 2012. און די רעפאבליקאנער האבן טאקע נאך גרויס קאנטראל אויף רידיסטריקטינג, אבער ווייניגער ווי זיי האבן געהאט פאר צען יאר צוריק, וואס אויף די יעצטיגע מאפע האט ביידן געווינען מער דיסטריקטן כנ"ל.

די יעצטיגע דעמאקראטישע קאאליציע איז טאקע זייער שוואך קעגן די אבאמע 12 קאאליציע ווען עס קומט צו ווי שטארק מען דארף זיין נאציאנאל צו גרייכן 270 עלעקטארל שטימען, איז עס אבער אסאך שטערקער ווי דעמאלטס ווען עס קומט צו געווינען 218 זיצן, ובפרט אין א מידטערם.


אפילו אויב עס וועט זיין אן היפש גוטע טוירנאוט יאר פאר די רעפאבליקאנער, זעה איך נישט גרינגערהייט אפילו קיין 10 זיצן נעט געין פאר זײ אין דעם אונטערשטן הויז, זייענדיג מער ווייניגער מעקסט אוט אין זייערע גרויסע שטאטן טעקסאס פלארידע און אהייא און אזוי ווייטער אין כמעט אלע סטעיטס ווי די רעפאבליקאנער האבן רידיסטריקטינג קאנטראל.

פון די אנדערע זייט וועלן די דעמאקראטן האבן גוטע שאנסן צו פארכאפן צוריק אפאר קאליפארניע זיצן, פלאס מאכן א געהעריגן דזשערימענדער אין ניו יארק און אילענוי, און פארפעסטיגן זייערע ניו דזשערסי זיצן, אפילו אין א יאר מער צו די שוואכע זייט.

די רעפאבליקאנער וועלן לכאורה מוזן געווינען די פאפעלער וואויט נאציאנאל, אדער כאטש עס כמעט טייען, צו געווינען דעם הויז אויף די מאפע וואס קומט, און עס איז שווער צו זעהן א טראמפ אריענטירטע פארטיי דאס באווייזן, ער האט דאס נאכנישט באוויזן.


סך הכל וואלט איך געזאגט אז די רעפאבליקאנער זענען נאך אפשר פעוואריט צו געווינען דעם הויז, אבער מער אזא 55-60 פראצענט פעוואריט, מיט א סיריעס טשענס אפילו פאר נעט געין פאר די דעמאקראטן, און נישט קיין 80-90 פראצענט פעוואריט ווי אזוי אסאך אנאליסטן לייגן עס אראפ.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Whiz, בןישיבה, פשוט מסודר און 22 געסט