2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 16, 2019 9:55 am

ברוכים הבאים

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג יולי 16, 2019 9:56 am

ניו העמפשיר סענאטארשע מעגי האסאן (ד) האט אויפגעטריבן נאנט צו 289 טויזנט דאלער און פארמאגט 455 טויזנט דאלער אין די באנק

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:37 pm

פלארידא'ס ערשט טערמיניגער גאווערנאר וועלכע האט נאך היבש ביל צייט ביז ווען ער וועט שטיין פאר ווידערערוויילונג פארשווענדט נישט קיין צייט און גרייט זיך אן מזומן
אין די ערשטע האלב פונעם למספרם יאר האט זיין פאליטישע פעק אריינגעשלונגען דריי הונדערט טויזנט דאלער
125 טויזנט דערפון איז דעקומען פון פאלם ביעטש ביליאנער פאול טאדאר דזשאונס וועלכע איז דער גרונדער פון די עווערגלעידס פאנדעישאן
אן אנדערע ביישטייערונג איז געקומען פון יונתן סטאנטאן וועלכע איז א קאנסטראקשען עקזעקוטיוו פון סעניט פעטערסבורג האט געגעבן 25 טויזנט
דער געוועזענער ניו יארקער סענאטאר אלפאנסא דימאטא האט אויך צושטייער געגעבן א סכום הגון פון צוויי און א האלב טויזנט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יולי 22, 2019 9:33 am

סארא סאנדערס וועלכע איז געווען טראמפ'ס פרעסע סעקרעטארשע און קוקט ערנסט ארויס צו לויפן פאר גאווערנאר אין ארקענסאו אום 2022 למספרם וועט זיין אנוועזנד אין אספאן קאלאראדא ביי די יערליכע רעפובליקאנע גאווערנארס אסאסיאציע פארזאמלונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:39 am

מען האט שוין דא באריכטעט איבער די פלענער פון סארא סאנדערס וועלכע איז געווען פרעזידענט טראמפס פרעסע סעקרעטארשע צו לויפן פאר גאווערנאר אין ארקענסאו אבער נעכטן האט דער אמטירנדער רעפובליקאנער ליוטענאנט גאווערנאר טים גריפין געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר גאווערנאר
גריפין איז שוין אין זיין צווייטע טערמין אלץ ליוטענאנט גאווערנאר און איז געווען בעפאר א קאנגרעסמאן און האט אויך געארבעט אין די בוש ווייסע הויז
אנדערע מעגליכע קאנדידאט (אויסער סאנדערס) קענען זיין אטוירני דזשענעראל לעסלי ראטלעדזש און סטעיט סענאט פרעזידענט דזשים הענדרען
דער אמטירנדע גאווערנאר אסא האטשיסטאן איז פארבאטן צו לויפן נאכאמאל צוליב טוירם לימיטס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 22, 2020 1:08 pm

מען הערט מער רופן אין ליבעראלע קרייזן אז קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיע קארטעז זאל לויפן צום סענאט אין 2022 למצספרם אקעגן סענאטאר טשארלס שומער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 22, 2020 1:09 pm

עס קען העלפן ערקלערן דאס וואס שומער האלט זיך צוריק פון מאכן אן אינדארסירונג אין די פארמעסט צווישן ענגל און באומאן נישט זוכנדיג אויפצוברויזן די לינקע באוועגונג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 22, 2020 1:09 pm

עס איז שווער פאראויסצוזאגן ווי אזוי א קארטעז שומער פריימערי וואלט זיך אויסגעשיילט ווען פון איין זייט ווערן די לינקע שטארקער אין ניו יארק און פון די אנדערע זייט האבן זיי נאכנישט באוויזן זיך אריינצוברעכן סטעיטווייד נאר געהאט סוקסעסן מער אויף א לאקאלע פארנעם

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 22, 2020 1:09 pm

קלינטאן האט שטארק באזיגט סאנדערס אין 2016 למספרם און קאומא האט באזיגט ניקסאן ביים לויפן פאר א דריטע טערמין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7887
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג יוני 22, 2020 1:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:עס איז שווער פאראויסצוזאגן ווי אזוי א קארטעז שומער פריימערי וואלט זיך אויסגעשיילט ווען פון איין זייט ווערן די לינקע שטארקער אין ניו יארק און פון די אנדערע זייט האבן זיי נאכנישט באוויזן זיך אריינצוברעכן סטעיטווייד נאר געהאט סוקסעסן מער אויף א לאקאלע פארנעם



די גאנצע בלויע ניו יארק סטעיט.. איז בעיקר ניו יארק סיטי. זיי האבן כמעט האלב פון די ניו יארקער פאפולאציע. ניו יארק סטעיט איז רויט אהן ניו יארק סיטי.

אין ניו יארק סיטי איז קארטעז מסתמא שטערקער ווי שוממער.
“Wait For Tomorrow

- Rudy Giuliani

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 23, 2020 12:08 am

הכל הבל האט געשריבן:עס קען העלפן ערקלערן דאס וואס שומער האלט זיך צוריק פון מאכן אן אינדארסירונג אין די פארמעסט צווישן ענגל און באומאן נישט זוכנדיג אויפצוברויזן די לינקע באוועגונג

שומער האט למעשה פאריגע וואך קלאר און דייטליך אינדארסט ענגל.

-----------


זייט 2000 האבן בלויז צוויי דעמאקראטישע סענעטארן פארלוירן א פריימערי, דזשאו ליבערמאן, וועלכער האט נאכדעם געווינען די אלגעמיינע וואלן, און ארלען ספעקטאר וועלכער האט שמאל פארלוירן די דעמאקראטישע פריימערי, נאכן זיך טוישן פון רעפאליקאנער צו דעמאקראט.

און שומער איז פון די מערסט פאפולערע דעמאקראטישע סענעטארן אין גאנץ לאנד, אויב נישט דער פאפולערסטער. קלינטאן האט געהאט 59% אין 2016, שומער האט דעמאלטס געהאט איבער 70%.

און שומער האט געווינען אין אפסטעיט אויך בגודל, ער האט געווינען אלע 27 דיסטריקט פון ניו יארק, ווי אויך רובא דרובא טראמפ אפסטעיט קאונטיס.
IMG_20200623_002409.jpg
שומער קאונטי מעפ
IMG_20200623_002409.jpg (51.06 KiB) געזעהן 971 מאל
IMG_20200623_002202.jpg
שומער דיסטריקט מעפ
IMG_20200623_002202.jpg (95.77 KiB) געזעהן 971 מאל


בדרך כלל זענען די פראגרעסיוון שטערקער ביי א פריימערי אין אפסטעיט, און דער עסטעבלישמענט אין די סיטי.
IMG_20200623_001909.jpg
בערני קעגן קלינטאן
IMG_20200623_001909.jpg (30.31 KiB) געזעהן 971 מאל



טראמפ גלייכט צו טוויטן וועגן אזא פאטענציאלע פריימערי, אבער מבינים האלטן אז קארטעז האט קנאפע שאנסן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג יוני 23, 2020 12:49 am

קארטעז איז מער פאפולער נאציאנאל פון שומער. אויב זאל זי לויפן, קען זי קומען אנגעלאדנט מיט אומבאגרעניצטע סכומים געלט און מאראלישע שטיצע פון איבער'ן גאנצן לאנד.
אבער מיט דעם אלעם שטייט זי ענדערש צו פארלירן. און דעריבער קלער איך אז זי וועט נישט לויפן.

נאך א זאך
פאר אירע ווייטערדיגע אמביציעס צו לויפן פאר פרעזידענט אין 24' אדער 28' פעלט איר נישט אויס צו ווערן א סענאטאר, איר איצטיגער סטאטוס איז גאר גוט. אלס סעלעבריטי מאכט נישט צופיל אויס וואס איר דזשאב איז.
אוודאי קען שטארק צוגעבן צו איר רעזומעי אויב קען זי באזיגן אזא מאכטפולן סענאטאר ווי שומער, אבער ווי @צל האט שוין אנגעוויזן איז כמעט אוממעגליך דאס זאל פאסירן. וועט זי לכאורה נישט פרובירן.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יוני 23, 2020 12:01 pm

אז מען רעדט שוין פון א פאטענשעל פריימערי צווישן שומער און קארטעז, איז וויכטיג אנצומערקן אז שומער וועט אודאי זיין צווישן די פאליטיקאנטן וואס וועלן נאכפאלגן די היינטיגע פארמעסטן, און אויב וועט אפקלונגען אז די חסידים האבן געהאט א גרויסן בלאק וואויט, וועט שומער - דער פירער פון די דעמאקראטן אין סענאט, און מעגליך בקרוב דער סענאט מאיאריטעט פירער - וויסן אז עס לוינט אים צו ארבעטן מיט די עסקנים צו באקומען אונזערע שטימען אין א פאטענשעל 2022 פריימערי.

גייט ארויס שטימען פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:46 am

וויסקאנסין רעפובליקאנע סענאטאר ראן דזשאנסאן האט נאכנישט געזאגט צו ער פלאנט צו לויפן פאר א דריטע טערמין אבער דעמאקראטן שארפן זיך שוין די ציין ארויסצושטויסן דעם סענאטאר וועלכע פירט אן מיט אויספארשונגען אקעגן די ביידענס

אצינד האט דער סאמע ערשטע דעמאקראט טאם נעלסאן געפיילט צו לויפן צום סענאט זיץ

נעלסאן איז א קאונטי עקזעקוטיוו און געוועזענע סטעיט אסעמבלי מאיאריטעט פירער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:50 am

אן אנדערע נאמען וועלכע צירקולירט אין דעמאקראטישע רייען רעכענט אריין מילוואקי באקס סיניאר וויצע פרעזידענט אלעקס לעזרי וועלכע איז א זוהן פון א ביליאנער און העדזש פאנד מענעדזשער און דעמאקראאטישע באנדלער מארק לעזרי

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:53 am

אנדערע נעמען וועלכע ווערן נאטורליך באטראכט אלץ פאטענציאלע קאנדידאטן זענען ליוטענאנט גאווערנאר מאנדעלא בארנס און אטוירני דזשענעראל דזשאש קאול

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:55 am

אין 2016 למספרם האט דזשאנסאן געהאט געזאגט אז ער פלאנט נישט צו לויפן פאר א דריטע טערמין אבער פאריאר האט ער צוריקגעצויגן און געזאגט אז ער האלט נאך בעפאר א באשלוס לאזנדיג אן די אפציעס פון רעטייערמענט, לויפן פאר א דריטע טערמין אדער גאר לויפן פאר גאווערנאר

יש לו מנה
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:57 am

ש'כח הבל פאר דיינע קלארע באריכטן, ס'איז וואו א רואיגע וואסער פאל אין ברויזענדן רוישיגן ים, דהיינו סאלידע פאליטיק תוך שטורעמישע פאליטיק
נישט ווייל כ'האב, ס'איז ווייל איך בין א רוצה.

אז דו האסט הנאה געהאט, לאז וויסן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:57 am

אויב זאל דזשאנסאן נישט זוכן א דריטע טערמין וועט ער זיין די דריטע רעפובליקאנע סענאטאר צו פארלאזו די סענאט נאך וואס ריטשארד בור (צפון קאראליינע) און פעט טומי (פענסילוועניע) פלאנען צו רעטייערן
די אלע דריי סטעיטס זענען רייפע פרוכט אין וועלכע דעמאקראטן קענען אריינבייסן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 9:59 am

אנדערע מעגליכע רעטייערמענטס קענען זיין ראב פארטמאן און אהייא און טשאק גרעסלי פון אייאווע וולכע גייט שוין זיין 89 יאר אלט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 11960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג אוקטובער 26, 2020 10:00 am

יש לו מנה האט געשריבן:ש'כח הבל פאר דיינע קלארע באריכטן, ס'איז וואו א רואיגע וואסער פאל אין ברויזענדן רוישיגן ים, דהיינו סאלידע פאליטיק תוך שטורעמישע פאליטיק

יישר! אייער פארגעניגן איז מיין פארגעניגן

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14768
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 1:38 am

הכל הבל האט געשריבן:אנדערע נעמען וועלכע ווערן נאטורליך באטראכט אלץ פאטענציאלע קאנדידאטן זענען ליוטענאנט גאווערנאר מאנדעלא בארנס און אטוירני דזשענעראל דזשאש קאול

וואלט נישט ראן קיינד געווען דער בעסטער קאנדידאט פאר די דעמאקראטן?

מיטן חשבון אז ער וועט קענען שיין געווינען אין זיין אבאמע טראמפ דיסטריקט, וואס גאווערנאר איווערס האט בלויז געווינען מיט 1.9% קעגן סקאט וואקער.
IMG_20201027_013530.jpg
IMG_20201027_013530.jpg (373.9 KiB) געזעהן 497 מאל



ער הייסט בכלל נישט קיין קאנדידאט דערווייל?
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג אוקטובער 27, 2020 8:42 am

קוק איך אזוי איבער די סענאט מאפע פון 2022, זעה איך אז די רעפאבליקאנער דעפענדן ווידעראמאל א שיינע פאר סווינג זיצן, וואס עטליכע וועלן ניטאמאל האבן קיין אינקאמבעמטס, ווי הבל באריכטעט אזוי שיין.
פענסילוועניע
נארט קעראליינע
אייאווע
וויסקאנסין
פלארידע
אהייא
אויך די דזשארדזשיע און אריזאונע זיצן, אין פאל די רעפאבליקענס האלטן עס אן היי יאר, וועלן דארפן לויפן נאכאמאל צוויי יאר ארום.



משא"כ די דעמס האבן בלויז ניו העמפשער עכט צו דעפענדן, און אז מען וויל דוקא קען מען רעכענען אויך נעוועדע און קאלאראדא, (הגם די צוויי סטעיטס זענען לאנג גאן פון די רעפאבליקאנער, א פארשפיל וויאזוי אריזאונע וועט אויסקוקן און עטליכע יאר).


סאו אויב די רעפס פארלירן די סענאט היי יאר, איז אלמאוסט נאו טשענס אז זיי נעמען עס צוריק בעפאר 2024, און אויב זיי האלטן עס אן היי יאר, וועלן זיי עס שטארק מעגליך פארלירן צוויי יאר ארום.

די איינציגסטע האפענונג איז אז 2022 מיט ביידען אלס פרעזידענט, וועט זיך איבערשפילן 2010
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 10:02 pm

הכל הבל האט געשריבן:מען הערט מער רופן אין ליבעראלע קרייזן אז קאנגרעספרוי אלעקסאנדריע אקאסיע קארטעז זאל לויפן צום סענאט אין 2022 למצספרם אקעגן סענאטאר טשארלס שומער

קאנגרעספרוי קארטעז האט געלאזט פאלן ווערטער אז זי איז נישט זיכער בכלל צי איר ציקונפט איז אין פאליטיק, געבנדיג צייכענס אז זי פלאנט אפשר זיך ארויסצילאזן פון די פאליטישע פעלד.
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: 2022 למספרם מידטוירם וואלן- נייעס און נאטיצן

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך נובעמבער 11, 2020 10:08 pm

צל עובר האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון א פאטענשעל פריימערי צווישן שומער און קארטעז, איז וויכטיג אנצומערקן אז שומער וועט אודאי זיין צווישן די פאליטיקאנטן וואס וועלן נאכפאלגן די היינטיגע פארמעסטן, און אויב וועט אפקלונגען אז די חסידים האבן געהאט א גרויסן בלאק וואויט, וועט שומער - דער פירער פון די דעמאקראטן אין סענאט, און מעגליך בקרוב דער סענאט מאיאריטעט פירער - וויסן אז עס לוינט אים צו ארבעטן מיט די עסקנים צו באקומען אונזערע שטימען אין א פאטענשעל 2022 פריימערי.

גייט ארויס שטימען פאר די אינדארסירטע קאנדידאטן.

בכלל האבן מיר שטארקע הכרת הטוב פאר אים זינט ער איז געווען דער ערשטער זיך אריינציווארפן אין די רובאשקין קעיס רושו ורובו..
אזויווי אלבערט פריעדמאן האט געשריבן דעמאלטס אין א עדיטאריעל: ברענג מיר איין איד וואס האט געהאט פון אים א טובת הנאה

די עסקנים אינדארסירן אסאך מאל געצווינגענערהייט די ודאי געווינער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, Google [Bot], Mezofzef, איודפיןבפ, בעלזא אייניקעל, בעקעלע.הפוכה, בעריש'ל, הגות תבונות, וואל טאג, פארדעם און 76 געסט