ארחיקה נדד האט געשריבן:eller האט געשריבן:ניו יארק - די צענטראלע שירעם ארגאניזאציע "חברה הצלה ניו יארק" וועלכע נעמט אריין אונטער זיך די פילע לאקאלע חברות הצלה אין אלע שטעט איבער ניו יארק, האט די טעג אויפגענומען א נייעם טשיף עקזעקוטיוו אנצופירן מיט די פעולות חובקות זרועות עולם פון די הצלת נפשות ארגאניזאציע. הצלה האט געזוכט איבערן גאנצן לאנד א היימישער פראפעסיאנאל מיט גלענצנדע קוואליפיקאציעס אבער אין דער זעלבער צייט א ווארעם און איבערגעגעבן הארץ פאר די געברויכן פון די חולי ישראל. עס איז אויפגענומען געווארן הרב יחיאל קאליש, וועלכער האט געדינט פאר 12 יאר ווי דער וויצע פרעזידענט פון דער אגודת ישראל סטעיט רעגולאציעס דיוויזיע, ווי אויך האט ער געארבעט אין נאך פארשידענע פרעסטיזשפולע פירמעס. הרב קאליש זאגט אז די ערשטע זאך וועט ער זוכן צו רעדן מיט די הצלה מעמבערס איבער די סטעיט צו קענען באקומען א פונקטליכע בילד פון די געברויכן און אקטיוויטעטן פון די פארשידענע הצלה אגענטורן.
---
בין איך נייגעריג ווער איז דאס פונקטליך הצלה ? איז וויליאמסבורג הצלה אדער קרית יואל א טייל פון די הצלה ?
סענטראל הצלה, דאס נעמט אריין הצלה פון די סיטי ווי אויך קעטסקילס און וואשינגטאן הייטס.
קרית יואל און מאנסי סענען נישט אונטער זיי.
וואשינגטאן הייטס איז עפעס נישט אין די סיטי?