בד״ה רבי מנחם מענדל טאוב זצ״ל - האדמו״ר מקאליב ארה״ק - תרפ״ד - כ״ג ניסן תשע״ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

בד״ה רבי מנחם מענדל טאוב זצ״ל - האדמו״ר מקאליב ארה״ק - תרפ״ד - כ״ג ניסן תשע״ט

תגובהדורך רבניש » זונטאג אפריל 28, 2019 5:50 am

בצער עמוק אנו מודיעים על פטירתו של כ״ק מרן האדמו"ר הישיש מקאליב רבי מנחם מענדל טאוב זצ״ל

בן 96 בפטירתו ונפטר בביתו בירושלים.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג אפריל 28, 2019 6:00 am

כ״ק מרן אדמו״ר הרב הצדיק מגזע היחס, רבים השיב מעון, נעים זמירות ישראל, כקש״ת
רבי מנחם מענדל טאוב זצ״ל
אדמו״ר מקאליב - ארה״ק


איז געבוירן אלס דער זעקסטער דור צום הייליגן רבי אייזיקל קאליבער זי״ע.

צו זיין טאטען הרה״צ רבי יהודה יחיאל - אב״ד ראזלא.

בשנת תרפ״ד - אין די שטאט מארגערעטן.

דער קאליבער רבי האט חתונה געהאט פארן קריג מיט די טאכטער פון האדמו״ר רבי פנחס מקעכניא, חתן האדמו״ר רבי מאיר מקרעטשניף זצ״ל.

באוויסט איז, אז דער קאליבער רבי איז אריבער שווערע עיניום אין די מחנות ההשמדה בעת די מלחמת העולם השניה, ווי ער שילדערט א חלק דערפון אין די הקדמה פון איינע פון זיינע פילע ספרים ״פניני קול מנחם״

אבער דער קאליבער רבי פלעגט כמעט קיינמאל נישט רעדן אדער שרייבן איבער די געפערליכע פייניגונגען וואס ער פריווייט איז אריבער דארט ביי די רשעים, נאר שטענדיג ארום גערעד און ארויסגעהויבן איבער די געוואלדיגע מסירת נפש פון די אידן ווי זיי האבן זיך ממש געהארגעט צו האלטן דעם צלם אלוקים אונטער די שווערסטע אומשטענדן, און אויך פלעגט ער כסדר רעדן איבער די נפלאות פון די רבונו של עולם, ליבערשט די ניסים ונפלאות וואס מהאט געזען דארט בעמק החושך וההסתר וואס אפי דארט האט מען געקענט טאפּן דעם התגלות ה׳.

דייקא נאר מיט דעם העכערן פּרט פלעגט מען הערן דעם קאליבער רבין רעדן איבער דעם שואה האיומה, טראץ וואס ער זעלסבט איז אריבער שרעקליכע יסוריי הגוף והנפש, וואס איז אומבאשרייבליך.

דער קאליבער רבי איז דורך מערערע לאגערן, ובניהם מחנות ההשמדה ברסלאו, בערגן בעלזן.

ביז בחמלת ה׳ עליו איז ער געראטעוועט געווארן פון דעם קריג, וואס האט איבערגעלאזט אויף אים פערמינאנטע שטענדיגע צייכענעס.

נאכן קריג האט ער זיך דערוויסט אז זוגתו הרבנית הצ׳ ע״ה (נפטרה כ״ד כסלו בשנת תשע״ב) האט אויך איבערגעלעבט, און זי געפינט זיך אין שוועדן און דארט האבן זיי זיך צוריק פאראייניגט.

דער קאליבער רבי האט זיך כל ימיו מטפל געווען מיט ריכטיגע קירוב רחוקים, דערנענטערן מיט א ווארימקייט אין ליבליכקייט דערווייטערטע נשמות בישראל, צו די וואס זענען אפגעשוואכט געווארן מחמת צוק העיתים פון די וואונדן וואס דער קריג האט אויף זיי משפיע געווען, טראץ וואס ווי געזאגט האט דער שרעקליכער מלחמה אויף אים פריווייט איבערגעלאזט אירע צייכענס אויף אן אופן וואס גאר ווייניג האבן איבערגעטראגן, האט ער זיך געשטארקט און מיט זיך מיטגעשטארקט אין מחזק געווען אנדערע כדי לקרבם לאבינו שבשמים, און גערבייט צו פארגעסן די שווערע תקופה וואס איז אריבער אויף זייער גוף ונפש.

נאכן זיין אין שוועדן א שטיקל צייט איז ער אריבער און זיך באזעצט אין אמעריקא קודם אין שטאט קליוולאנד, און דערנאך אין די עיר ואם בישראל בארא פארק.

און יאר תשכ״ג איז ער ארויף זיך באזעצן און לחונן את עפרה של עיה״ק - ער האט מייסד געווען זיין הויף ״דער קאליבער הויף״ אין די מער פרייע געגענט פון ראשון לציון, ווי ער האט גלייך אנגעהויבן מיט זיין לעבנס פארצווייגטע ארבייט פון מקרב זיין און מחזק זיין די יונגע קינדער צו תורה ומצות און אידישקייט, און מעורר געווען מיט זיינע פייערדיגע דרשות אויף שמירת שבת ושמירת כל המצות. און מסדר געווען פילע פון די פריש געקומענע פליטים אין ערליכע מוסדות ובתי חינוך, און אזוי זיי געראטעוועט פון אריינפאלן אין די פרייע נעצן פון אינסטיטוציעס.

דער קאליבער רבי האט געגרינדעט זיינע מפעלים ווי מפעל ״בר בי רב דחד יומא״ וואס האט פיגורירט אין פילע פארשטיפטע מקומת אין ארץ ישראל, און מפעל ״גד״י - גירסא דינקותא״ און מפעל ״כתר השבת״ וואס דאס איז געווען מיוסד אויפצוקלערן פאר די גאר פרעמדע פון דעם דרך ה׳ - די חילונים, אז זייערע טויערן פון תפילה ומעשים טובים און דערנענטערן זיך צום בורא עולם איז אויך נישט פארשלאסן, און זיי ערקלערן אז זיי קענען זיך אויך מיטכאפן מיטן שוואונג פון קירבת אלוקים.

מעדארף אינאכט נעמען אז די אלע פעולות לקירוב פונעם רבין איז געטון געווארן פאר די היינטיגע ״בעלי תשובה עפאכע״ ווי קירוב און חוזרים בתשובה איז דער נארמאל און א חלק בלתי נפרד פונעם עם ישראל! היינט ווען סיז א ווינט לטובה ווען מיליונען אידן קערן זיך צוריק צום שורש לאביהם שבשמים, איז די ארבייט פיל א גרינגערע און לייכטערע!

דער קאליבער רבי האט גערידערט און געארבייט מיט מחזיר בתשובה זיין פארבלאנדזעטע אידן אפאר צענדליגע יארן פאר עס איז נאך געווען פאפולער דעם באגריף פון ״בעל תשובה״ און פאר די עפאכע ווי עס איז פארהאנען הונדערטער מוסדות לבעלי תשובה. נאר פונקט דאס פארקערטע, דאן האט גאר געארבייט די פרישע ציוניסטישע מדינה פראפעגאנדע ווינטן פאר א פרייע אידענטום... אין יענע תקופה האט דער רבי געארבייט איבערמידלעך פאר אן אומפּאפּולערע געדאנק פון צוריק קערן און אויפקלערן די תועי דרך.

שפעטער בשנת תש״מ איז דער קאליבער רבי אריבער וואוינען אינעם עיר התורה בני ברק, ווי ער מייסד געווען דעם ״מרכז חסידות קאליב״ דארט אין די היימישע פרומע בני ברק ווי עס איז קיין חוסר ברוחניות נישט פארהאנען איז דאך אבער א געפערליכע חוסר אינעם גשמיות פאר די ארימע בני הכוללים שוקדים בתורה יומם ולילה, האט דער רבי געגרינדעט א מפעל ״יד קאליב״ וואס זאל צושטעלן פיזישע הילף פאר די שבתים וימים טובים ווען די הוצאות פון א געבענטשטע אידישע הויז איז גרויס, מיטן ארויסהעלפן מיט די הוצאות הבית, ווי הונדערטער בני תורה ובני ישיבות האבן באקומען די נויטיגע יד ועזר.

די תפילות אין עריכת השולחנות מיטן קול ערב פונעם רבין איז געווען שטארק בארימט איבעראל, וואס האט אנגעווארעמט יעדן וואס האט זיי געהערט.

און אז מרעד שוין פון רבינס קול ערב ומתוק, ווי קען מען אויסלאזן דעם ״סאלא קאקאש״ ווער האט דען נאכנישט געהערט דעם הייליגן ״סאלא קאקאש״ ניגון וואס דער זיידע פונעם רבין דער הייליגער רבי אייזיקל פון קאליב זי״ע האט מחבר געווען. וואס דער קאליבער רבי פלעגט זינגן בכל עת מצוא מיט אזא מתיקות....

אין בני ברק (און אין ירושלים) ווי דער קאליבער רבי האט געוואוינט במשך השנים האט ער אויסגעהאלטן אלע יארן א שיינעם כולל פון חשובע בני תורה, ווי דער מפעל פון ״בר בי רב״ און ״יום שכולו תורה״ איז אריבער צו א מפעל פון דערהויבענע בני תורה זיך צו פארהערן אלע מקצועות אין ש״ס און אלע נושאים בהלכה.

בשנת תשס״ב איז ״חצר חסידות קאליב״ אריבער פון בני ברק קיין ירושלים ווי די רבי האט געהאט זיין הויף ובנן המפואר אין די ״עזרת תורה״ געגענט אויף ״רחוב חנה״ פון דארט האט די רבי ווייטער אנגעהאלטן זיינע פעולות כבירים לטובה, מיטן אויפהאלטן א חשובע כולל לבני תורה און זיי אויסגעהאלטן ביד רחבה. און מיטן הנהגת החצר.

דער קאליבער רבי איז געווען א דמות פון די אלטער היים אן ערליכער איד וואס איז אריבער אויף זיין הויט די שווערסטע פון דאס שווערסטע, וואס מיר יונגע קענען זיך נישט דאס פארשטעלן, ער האט נישט געהאט די זכיה אויפשטעלן אייגענע דורות, און מיט אלעמען זיך אנגעגארטעלט בעוז ובגבורה אנצוגיין במסורת אבותיו הק׳ און נאך מיטשלעפן אנדערע צו גיין אויפן דרך ה׳.

די רבי האט מחבר געווען פילע בענדער מיט ספרים עה״ת מיט שיינע געדאנקען און רמזים, ספר - חומש ״קול מנחם״ ווי אויך א פירוש אויף תהילים, און שאלות ותשובות.

די רבי איז נסתלק אין א טיפן עלטער פון 96 יאר אסרו חג פסח תשע״ט לפ״ק בביתו בעיה״ק.

אלה תולדותיהם של צדיקים מעשיהם הטובים!
צוגעלייגטע
300B493A-A8AE-4A02-8962-6500219A72E5.jpeg
300B493A-A8AE-4A02-8962-6500219A72E5.jpeg (496.99 KiB) געזעהן 3671 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 6:06 am

אפאר הערות:
א. ער איז געוועהן די יונגסטע זוהן פון זיין טאטע ראזלאר רב, נאך 7 ברידער און שוועסטער, אבער דער איינציגע פארבליבענער פון אושוויץ.
ב. א יתום מאב איז ער געוועהן שוין 9 יאהר אלט.
ג. א חתן איז ער געווארן פאר'ן קריג, אבער חתונה האט ער געהאט ערשט נאכ'ן קריג אין שוועדיען, נאכ'ן זיך טרעפן זיין כלה, ביידע יתומים איינצענע פארבליבענע פון כבשן האש.

ד. דער רבי זצ"ל איז אוועק מוצאי אסרו חג אין אר"י.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 6:08 am

אין דאס האב איך געשריבן אין די "ברוך דיין האמת" אשכול, געציילטע מינוט'ן נאכן פטירה:
ברוך דיין האמת

זקן האדמורי"ם אוד מוצל מאש כ"ק אדמו"ר הרה"צ המפורסם רבי מנחם מענדל טאוב מקאליב זצוק"ל איתן מושבו בעיה"ק ירושלים, בא"ב לאותו קדוש הס"ק רבי יצחק אייזיק מקאליב זי"ע, וחוטר מגזע אראלים ותרשישים, אין עלטער פון 96 יאהר אלט


דער קאליבער רבי זצוק"ל, איז געוועהן גאר באליבט אויף אלע שיכטן און קרייזן, און געברענט פון אהבת ישראל אהבת התורה. געטוהן געוואלדיגע פעולות לקרב ישראל לאביהם שבשמים, נעים זמירות ישראל, וואס זיינע ניגונים האבן שטארק געכאפט פלאץ ביי אלע קרייזן, ספעציעל די באקאנטע ניגון "נאר אמונה", אא"וו.
א תלמיד פון די בארימטע טאשנאדע ישיבה

נעבעך אזוי פוהל מיט געמאכט בימי החורבן, און מיט געטראגן אלע יאהרן.

אויפגעשטעלט קרית קאליב אין שטאט ראשון לציון. שפעטער זיך געצויגן קיין בני ברק, און אין די לעצטע 20 יאהרן באזעצט אין ירושלים עיה"ק

געפירט ממלכת תורה, כוללים יומם ולילה.

ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק, אבער נכדו חורגו הרב ישראל מרדכי הורוביץ שליט"א וועט איבער נעמען

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

ביים לעצטע ז' אדר טיש

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 6:16 am

יודה"ל זקה"ק הס"ק מקאליב זי"ע

צוזאמען מיט אפשערעניש פון בן נכדו חורגו ממלא מקומו הרב הורוויץ שליט"א

בהשתתפות האדמו"ר מויז'ניץ (מרכז) שליט"א
צוגעלייגטע
קאליב ז' אדר.jpg
קאליב ז' אדר.jpg (86.39 KiB) געזעהן 3636 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

סאלא קאקאש

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 6:19 am

ביים פארזינגען סאלא קאקאש אין ז' אדר

די זונגען סאלא קאקאש איז געוועהן מויראדיגע עבודה מיט פול רגש, "אוי געוואלד יבנה המקדש אקאר לעסאז מאר", וואס האט געצויגן טויזנטער אידן.
צוגעלייגטע
סאלא קאקאש.jpg
סאלא קאקאש.jpg (108.59 KiB) געזעהן 3631 מאל

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2144
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

ברוך דיין האמת..

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג אפריל 28, 2019 6:20 am

אוי בד"ה
הצדיק אבד ואין איש שם על לב ואנשי חסד נאספים וכו'
מיט געבויגענע קעפ, מיט פארקלעמטע הערצער באוויינען מיר די הסתלקות הנוראה, מיט די פטירה פין די די לעצט פארבליבענע צדיק משיירי כנסת הגדולה פין די אלטע היים, א חסידא ופרישא, א געהויבענע געשטאלט, דער בעל מסי''נ, הרה"צ המפו' ר' מנחם מענדל טויב זצוק''ל, די קאליבער רבי פין ארה"ק, דער נעים זמירות ישראל, דער מקרב נפשות ישראל לאביהם שבשמים, יהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

מיר קענען אסאך באשרייבן, איבער דער געהויבענע נפטר, אבער די וואונד איז נאך פריש, אין מיר וועלן איבערלאזן דערווייל אנדערע זאלן שרייבן, אין איך האף אויב מען וועט קענען, אין א קומענדיגע געלגעגנהייט.

זי"ע ועכי"א
参考专家

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג אפריל 28, 2019 6:55 am

ווער קען ברענגן ריקארירונגען ווי ער זינגט מיט אזויפיהל הארץ
די הייליגע ניגונים פון זיין זיידן
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » זונטאג אפריל 28, 2019 7:47 am

בשנת תשנ"ו איז אויסגעקומען זיך צוטרעפן פנים אל פנים אין ערעפארט מיט האדמו"ר מקאליב שליט"א, איך האב עפעס נושא חן געוועהן ביינעם פארברענגט אין גענאשט זיינע פערל ווערטער...
צום סוף האב איך ערהאלטען א קאסעטע פונעם ווי ער זינגט זיינע הארציגע ניגון אויף גאר א שטארקן אופן, בפרט די ניגון פון מאמע רחל!

חבל על דאבדין...
טעמו וראו כי טוב השם

משהלע
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג אפריל 28, 2019 8:00 am

טרערן רינען איבער דעם צדיק וקדוש. עס איז דא אסאך צו דערציילן אויף דעם גאר הייליגע איד.

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג אפריל 28, 2019 8:03 am

א שטיקל פון סאלא קאקאש אדר תשע"ד
סאלא קאקאש

צדקה
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » זונטאג אפריל 28, 2019 8:05 am

קען איינער צוברענגען וואס ער שרייבט איבער דעם חורבן

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

גיסן טרערן

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 8:11 am

אוי באשעפער האב שוין רחמנות

מויראדיג


https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D


ס'איז מיט באגלייטונג פון מוזיק פאר ווער ס'שטערט אין ספירה. מ'קען עס אראפ נעמען יעצט, און הערן שפעטער.

שמחהלע קאפשטיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 14, 2018 6:31 pm
לאקאציע: קינדליין

תגובהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג אפריל 28, 2019 9:06 am

אוי וויי בד"ה
דערמאן איך זיך ווי איך בין געווען הערן זיין תורה של"ס פאר יארן צוריק אזוי זיס

ווי ער פלעיגט טאנצען מיט חתנים מיט זיין ניגון אויף "רבות בנות עשו חיל"

ער האט געהאט אגאנצע מכון אונטער זיך וואס האט זיך באשעפטיגט מיט היסטאריע פון די מסירות נפש פון אידישע קינדער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. און האט ארויסגעגעבן א דיקע ספר דערפון
כ'געדענקט נישט וויאזוי דער ספר הייסט

חבל על דאבדין

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 9:18 am

אזוי גרייט מען זיך אין די פאליציי צום גרויסע לוי' אין ירושלים [א חילוק צווישן די ניו יארקע פאליציי פאר א חודש צוריק ביים ריזיגע לוי' פון ארטיגן זקן האדמורי"ם זי"ע]:

הלווית כ"ק מרן האדמו"ר מקאליב רבי מנחם מנדל טאוב זצוק"ל, שהסתלק היום, תחל בשעה 16:00 במשא הספדים מבית מדרשו ברח' חנה בירושלים, דרך בית המדרש הגדול בקריית בעלזא ומשם תמשיך לחלקת הרבנים בהר המנוחות, סמוך לקברו של כ"ק האדמו"ר מעלזא זצוק"ל.

במשטרה עדכנו כי במהלך מסע ההלוויה, החל מהשעה 17:00, יחלו להיחסם בהדרגה ע"י המשטרה הרחובות הבאים: שפע חיים, אוהלי יהושוע, ראשן לציון, פתח תקווה, מ"ג, גבעת שאול לכיוון הכניסה להר המנוחות. עקב מעבר מסע הלוויה בכניסה לעיר, הכניסה לירושלים תחסם והתנועה תופנה לכיוון כביש 9 הארזים. ליוצאים מירושלים, התנועה תופנה דרך כביש 9 הארזים \ 443 \ בגין דרום.


מהמשטרה נמסר כי, "הרחובות יפתחו לתנועה בהדרגה עם מעבר מסע הלוויה. צפויים עומסים ושיבושי תנועה כבדים באזור הרחובות הללו וכן יחסמו רחובות סמוכים המובילים אליהם. כמו כן צפויים עומסי תנועה בכבישים 1, 443 המובילים לכניסה \ יציאה מירושלים. ציבור הנהגים מתבקש לבחור בדרכים חלופיות. ציבור המבקש להגיע למסע הלוויה מתבקש לעשות כן על גבי תחבורה ציבורית".

עוד הזהירו במשטרה כי, "במטרה לשמור על בטיחות המלווים חובה להישמע לכללים הבאים: להישמע להוראות השוטרים והסדרנים. הוראות אלו נועדו לשמור על חייכם. להימנע מלהגיע עם ילדים קטנים למתחם ההלוויה. להתרחק ממקומות מגודרים. אסור בשום מקרה לטפס/ להתלות על רכב בתנועה כולל על רכבי חירום והצלה".

"אין לטפס על גדרות, מבנים, תמרורים ועמודי חשמל. חל איסור מוחלט לעלות על גגות בניינים – המשטרה תגיב באפס סובלנות כלפי מעשים אלו היכולים לסכן חיי אדם. יש להתרחק מהרכב המוביל את המנוח ולא להידחק לקרבתו ישנה סכנת חיים. חל איסור מוחלט להטיס רחפנים", לשון הודעה המשטרה לקראת ההלוויה.

ODOM
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » זונטאג אפריל 28, 2019 9:31 am

דא איז א שיינע בילד פון די ערשטע יאהרן אין אמעריקא

אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 9:46 am

די רבי איז געווען אן אויסגעשפראכענע קריטעקירער פון פרעזידענט אבאמא און האט שטארק אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ. ס'דא א ווידעא ווי ער שיקט א מעסעזש אויף ענגליש פאר פרעזידענט אבאמא, פארהאלטענדיג אויף זיינע אנטי-אידישע פאליסיס

שמעי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 6:57 am

תגובהדורך שמעי » זונטאג אפריל 28, 2019 9:55 am

עבודת קודש פון כ"ק קאליבער רבי זצוק"ל מיט נגוני קודש פין קול הלשון

https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... duth|R1260

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אפריל 28, 2019 9:56 am

אבן יקרה האט געשריבן:

זקן האדמורי"ם אוד מוצל מאש כ"ק אדמו"ר הרה"צ המפורסם רבי מנחם מענדל טאוב מקאליב זצוק"ל איתן מושבו בעיה"ק ירושלים, בא"ב לאותו קדוש הס"ק רבי יצחק אייזיק מקאליב זי"ע, וחוטר מגזע אראלים ותרשישים, אין עלטער פון 96 יאהר אלט



אויפגעשטעלט קרית קאליב אין שטאט ראשון לציון. שפעטער זיך געצויגן קיין בני ברק, און אין די לעצטע 17 יאהרן באזעצט אין ירושלים עיה"ק

געפירט ממלכת תורה, כוללים יומם ולילה.

ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק, אבער נכדו חורגו הרב ישראל מרדכי הורוביץ שליט"א וועט איבער נעמען


17 יאר צוריק ביים זיך ציען צו ירושלים, האט ער פארקויפט זיין גרויסע בנין אין ''בני ברק'' פאר מוסדות פרעמישלאן.

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אפריל 28, 2019 10:07 am

אבן יקרה האט געשריבן:אפאר הערות:
א. ער איז געוועהן די יונגסטע זוהן פון זיין טאטע ראזלאר רב, נאך 7 ברידער און שוועסטער, אבער דער איינציגע פארבליבענער פון אושוויץ.
ב. א יתום מאב איז ער געוועהן שוין 9 יאהר אלט.

איך מיין ער האט געהאט א שוועסטער, הרבנית שיינפעלד,
אשת הגה״צ הישיש ר׳ יהוסף חיים שיינפעלד שליט״א גאב״ד קרית הרצוג ב״ב [זי לעבט נאך?]

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 28, 2019 10:15 am

ביים זינגען סאלא קאקאש אין בעלז
צוגעלייגטע
0B75236B-AFA5-4DF3-8D1A-0A1108FC8585.jpeg
0B75236B-AFA5-4DF3-8D1A-0A1108FC8585.jpeg (79.92 KiB) געזעהן 3012 מאל
0AEB484D-88DD-4441-A858-BC51606EC7BA.jpeg
0AEB484D-88DD-4441-A858-BC51606EC7BA.jpeg (108.04 KiB) געזעהן 3012 מאל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אפריל 28, 2019 10:15 am

הכנסת ספר תורה
צוגעלייגטע
878DDE5F-1130-4C48-ACF1-E82F84F500B6.jpeg
878DDE5F-1130-4C48-ACF1-E82F84F500B6.jpeg (113.09 KiB) געזעהן 3009 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אפריל 28, 2019 10:54 am

אין די יעצטיגע מינוטן האט די משב"ק הרב יצחק בורנשטיין מכתיר געוועהן ביים לוויה זיין שטיף אייניקל הרב ישראל מרדכי הורוביץ אלס אדמו״ר מקאליב, לפי הצוואה.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5774
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אפריל 28, 2019 10:54 am

געווען א שיינע באשרייבונג אויפן רבי׳ן זצ״ל אין די אידישע צייט דעם יו״ט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אפריל 28, 2019 10:59 am

אבן יקרה האט געשריבן:אין די יעצטיגע מינוטן האט די משב"ק הרב יצחק בורנשטיין מכתיר געוועהן ביים לוויה זיין שטיף אייניקל הרב ישראל מרדכי הורוביץ אלס אדמו״ר מקאליב, לפי הצוואה.

במסע הלוויית זקן האדמו"רים הרבי מקאליב זצ"ל, הכריז הרב הגאון רבי יצחק ברונשטיין, יו"ר מכון 'קול מנחם' קאליב ותלמידו של הרבי מקאליב זצ"ל, שעל פי צוואתו של כ"ק מרן האדמו"ר זיע"א
ימשיך את דרכו נכדו וממלא מקומו, הגאון הצדיק רבי ישראל מרדכי יואל הורוביץ, בכל מפעלותיו ובכל מוסדותיו שהקים בעשר אצבעותיו.

האדמו"ר מקאליב החדש, הרה"ג רבי ישראל מרדכי יואל הורוביץ בן ה - 28, המכהן כראש רשת הכוללים 'שופריא דירושלים' של קאליב בכל רחבי הארץ, הינו חתנו של הרה"צ רבי רפאל רוזנברג, חתנו של הרבי מקאליב זצ"ל ויזכה להמשיך את דרכו של סבו הגדול.

רבי ישראל מרדכי התמסר לאדמו"ר בכל מאודו ונפשו בכל השנים האחרונות והיה לו לעזר בכל המוסדות שעמדו תחת נשיאותו. כבר בחיי חיותו הועיד אותו הרבי לגדולות ואף ציווה עליו שימשיך את דרכו בבוא העת. בשנים האחרונות פתח את רשת הכוללים והארגון 'בית של תורה' לאברכים צעירים, ארגון המכשיר רבנים ודיינים ומסייע לזוגות בענייני שלום בית.

הצלחה גדולה נחל הרב הורוביץ כשערך מגבית מצ'יניג 'עמוד על ימיני' במהלך החורף האחרון לטובת מוסדות קאליב שהיו בסכנת קריסה של ממש. הרב הורוביץ גייס מיליון שקל לטובת המוסדות ועבור רשת הכוללים של החסידות.

סבו של הגרי"מ הורוביץ הוא הרה"ח רבי משה זאב הורוביץ, מזקני חסידי מאקאווא בקרית אתא ומצאצאי השל"ה הקדוש, המשמש כבעל תפילה בימים הנוראים בחצר הקודש מאקאווא.

הרבי החדש בנו של רבי חיים שלמה הורוביץ חתנו של גאב"ד טשאבא, הגאון הצדיק רבי שלום משולם ויינברגר זצ"ל.

בבחרותו למד הרבי החדש במוסדות סערט ויז'ניץ וחבריו מאז לספסל הלימודים מספרים על מתמיד עצום שכל חייו היו שקיעות בתורה. בצעירותו אף נבחן על רוב מסכתות הש"ס ובשנים שלאחר החתונה למד בכולל להוראה שם קיבל היתר הוראה מפוסקי ההלכה.

kaliv new.JPG
kaliv new.JPG (54.34 KiB) געזעהן 2851 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, Toyota, ארגינעלע יוד, בשבילי נברא, כאפצעם, משגיח, שטילער, שתקן און 38 געסט